6} שט 88118016 ש|ס1וסטק 06הנת 1085 8161121וז פנ 1
000021100? 210166019 16886ז116
פיט 98
נעסס. 16ט?1ס-100158ץ0)ס1מו נו114116.00ס-װ10015ץ//:פ/1זח
07008608, 16049סעק 116110896 106 0
זסן ץ501611 סחווחס 1066שסזט 15 0101101חז 1015 זס 010ז0066 , 101ס'זסחזווזסס זסי1 צוחס 56ט 30001זסקן 100שס1011 406 01 פו 0001006 16056ט ,56ט זס)ס עחט
:09 011חזס
נעסס. 16ט?1ס-100158ע0)ס1מו
מ700002110 01016019 116111296 06 1 0
*6 =
א 2 8 הו הא : 3 : 2 רע
יכוידעש-זשורנאל
יטעראריש-קינסטלעהרישעף
נלפו
!אינהאלט,
זײַט
מיר גיבן דאָס װאָרט פובליציסטן פון ייַסראָעל. פּראָפי יאנקעװ טאלמאן צי װעט קױעך פארענטפערן אלץ: פּראָפּ. אמנאָן רובינשטײן װי שנעל די צײַטן בײַטן זיך; ארן קאָ הען. די, װאָס פאָכן מיט
סטראשידלעס; יעהוישוע אירגע. די אינפליא-
ציע און דער יאקרעס -- ניט איבער דער שולד פון די
יט + יו 6 ריע" א שי א מאָטל טאלאלאיצװסקי מיט אײַך איניינעם
(לידער) שיא יי יע א ;ןארא - כאסקל טאבאטשניקאָװ. מיט א וװארעם הארץ
(בארשעווער מאָטיוון). צייכענונגען פון ה. אינגער . . 21 דאָװיד בראָמבערג. קלאָרקײַט (לידער) . . . . 51 ד. זילמאנאָװיטש. אף דער אָרביטע פון א גרויס לעבן 54 מאָטל גרוביאן א בוך. -- דרײַ נעמען און אנדי
לידער (פון דער שעפערישער יערושע) . . . . . . 99 סאלװאדאָר באָרזשעס. ראטעװע, ברודער! (דער"
2 א ער י ארי טג ר הירש בלאָ שטײין גאָלדענע טריט (לידער) . . . . 107 הערשל פּאָליאנקער. די װײַסע װאָראָנע. --א גאסט
אין שטעטל (דערציילונגען) . + + . . . . . . . 111 שיפרע כאַלאָדענקאָ. דערמונטערט עס װערט מײַן
ר יי עי + + +י) +י.) 6 , 6 אי .'. תג כאיִם בײדער. ביראָבידזשאנער פּייזאזשן (לידער) . 135 דװוירע כאָראָל, לירישע העפטן . . . . . . . 136 זיכרױנעס. ביניאָמין שװארצער. פארבליבן אין
אש .6 שיר אי } אצי ייג יה
הױיפּט-רעדאקטאַר א. ווערגעליס,
ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט
ארן ראסקין. טעװיע גענס ראָמאן , אונדזערע צײַטן" 154 י. שוסטער. רעפּראָדוקציעס פון דער ראָסטאָװער אש ע"ל י.י . + 3 .6 5 ע. 10 רעדקאַלעגיע: יעשוע ליובאָמירסקי. דרײַ פּינטעלעך" . . . 161 ארן װערגעליס. נאָטיצן אָן א סיידער . . . . . 168 א. גאַנטאר, ש. גאַרדאַן,
אונדזערע מיטיילונגען. ס אָ ניע פ רײַ. דער אײביק פריי שער קוואל ;טי לג ר יט שי א + 6 . 219 ט. גען, נאַטע לוריע, די פּאָטשט פון , סאָוועטיש 2 יי עי יא א יי יי יט יין מ. לעוו, א מאלטינסקי,
+י עעי א ש טע 6 + 6 6 6 .איה נאָטיצן אפן קאלענדאר + + + + + + . . . . . . . 189 ב. מילער, כ. מעלאמוד,
טראט לעששלט: יי + 2, 0 167, 185, 188 סאלי ר מוישע שאפיראָ. שמועסן וועגן ייִדישער שפּראך . 191 ה. פאַליאנקער, ס. פּרי.
פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר פ י. טשיטשעלניצקי
מיר ויבן דאָס װאָרט פּובליציסטן פון יסראַעל
פאר א גערעכטיקן שאָלעם אפן יצסאָד פון דער רעזאָליוציע פונעם זיכערהייטס--ראט פון די פארייניקטע נאציעס
א ין זעקס יאָר ארום נאָכן זעקסטאָגיקן קריג" אין נאָך אלץ ניטאָ קיין שאָלעם און קײן רו אפן נאָענטן מיזרעך, און דער דאָזיקער געפערלעכער מאצעוו אין א פּויעלייויצע פון דער פארברעכערישער פאָליטיק פון די ייִסראָעלדיקע רעגירנדיקע קרײַזן, וועלכע װילן זיך ניט אָפּזאָגן פון זײערע עקספּאנסיע-פלענער בענעגייע די שכיינישע אראבישע לענדער און דעם פאלעסטינישן אראבישן פאָלק. דער בײַשפיל פון וויעטנאם, װוּ די צדאָדים זײַנען אײַנגעגאנגען אף א פּאָליטישער לייזונג, מאכט נאָך דרינגענדיקער די נױטװענדיקײַט צו פארלעשן דאָס מילכאָמע-פײַער אפן נאָענטן מיזרעך, ,סאָוועטיש היימלאנד" גיט הײַנט דאָס װאָרט פובליציסטן פון ייַסראָעל, אָנהענגער פון פארשיידענע פּאָליטישע שטרעמונגען, וועלכע דענקען רעאליסטיש, לויטן סייכל- האיאָשער און דעריבער קומען זיי אלע צום אויספיר, אז ייסראָעל דארף װאָס גיכער אײַנגײן צו שליסן שאָלעם מיט די אראבישע לענדער אפן יעסאָד פון דער רעזאָליוציע פונעם זיכערהײַטס-ראט פון די פארייניקטע נאציעס פארן 22 נאָיאבער 1967, די לעבנס. אינטערעסן פון דער מעדינע פאָדערן, אז די עקסטרעמיסטן זאָלן באזײַטיקט װערן פון דער לייזונג פון די פראגן פון פרידן און קריג און ארום אָט די פראגן זאָל געשאפן װערן אן אטמאָספער פון טיפער פאראנטװאָרטלעכקײַט פארן גוירל פון אלע פעלקער און לענדער פונעם ראיאָן. ברענגענדיק דאָ די ארטיקלען פון באװוּסטע ייַסראָעליפובליציסטן -- דעם היסטאָ- ריקער פּראָפּ. יאנקעוו טאלמאן, דעם אָריענטאליסט ארן קאָהען און דעם פּראָפּ. אמנאָן רובינשטיין --גיײט די רעדאקציע פון ,סאָוועטיש היימלאנד" ארויס פון דער האנאָכע, אז פאר אונדזערע לײענער שטעלט פאָר א היפשן אינטערעס די מיינונג פון אָט די אָנגעזעענסטע פאָרשטייער פון דער ייִסראָעלדיקער עפנטלעכקײַט. פארשטייט זיך, ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אז אין באזונדערע פראגן װאָלט די מיינונג פון ,סאָװעטיש הימ. לאנד" ארויסגעזאָגט געװאָרן -- אמאָל פינקטלעכער, אמאָל אנדערש, נאָר אין אלגע- מיין איז די שטעלונג פון די אָנגערופענע פובליציסטן א רעאליסטישע און יוישערדיקע. אלע דרײַ ארטיקלען דרוקן מיר איבער פון ,האארעץ", דער גרעסטער פרימאָרגן-" צײַטונג פון ייִסראָעל. די קירצונגען זײַנען געמאכט איבער מאנגל אין אָרט, דערבײַ איז באװואָרנט, אז דער גרונט-געדאנק פון יעדן ארטיקל זאָל בלײַבן גאנץ. מיר פארעפנטלעכן אויך יעהוישוע אירגעס ארטיקל (פון דער פּראָגרעסיווער צײַי טונג , דער וועג") , די אינפליאציע און דער יאקרעס--ניט איבער דער שולד פון די ארבעטער", אין וועלכן עס ווערט באוויזן איינע פון די אָנגעווייטעקטסטע פּראָבלעמען אינעם אינערלעכן לעבן פון ייַסראָעל, װאָס צוליב איר לייזונג פאָדערט זיך, אז דאָס פאָלק פון דער מעדינע זאָל אין באדינגונגען פון פרידלעכער מיטארבעט מיט די ארא. בישע און אנדערע פעלקער זיך דערשלאָגן צום טריומף פון סאָציאלער גערעכטיקײַט בא זיך אין לאנד,
פּראַפ. יאנקעװו טאלמאן
צי װעט קױיעך פארענטפערן אלץ?
אין ,האארעץ" איז אָפּגעדרוקט געװאָרן א קורץ, אָבער זייער סימפּטאָמאטיש ארטיקל פון הער אויזער ווייצמאן -- ,אָן קאָמפּלעקסן?.
דער מעכאבער טרעט ארויס קעגן דער אָנגע- נומענער טײַנע, אז מיר האָבן אָנגעהױבן און פירן דעם קריג, קעדיי צו פארטיידיקן אונדזער עקזיסטענץ, זיך צו ראטעווען פון דער סאקאָנע פון פארניכטונג, װאָס הענגט איבער אונדזער קאָפּ! אז מיר האָבן עס געטאָן, װײַל סאיז ניטאָ ,קיין אנדער בריירע" און קעדיי צו דער- גרייכן זיכערקײַט פאר אונדזער מעדינע.
איבערגייענדיק צו די ספערן פון פּאָליטישער פילאָסאָפיע און היסטאָרישער פאראלגעמיינע- רונג, פּראָקלאמירט הער ווייצמאן, אז ,א מע- דינע גייט ניט ארויס אין קריג בלויז, װען א געפאר פון באלדיקער פארניכטונג הענגט איבער איר קאָפּ.. נאָר קעדיי צונישט צו מאכן יעדע אויסערלעכע שטערונג צוֹם נאצ;אָנאלן אָנשטרענג, און גענויער -- יעדע דראָונג פון קויעך בענעגייע די לעבנסוויכטיקע נאצ;אָנאלע אינטערעסן.., און קעדיי צו פארווירקלעכן הי- סטאָרישע רעכט".
כ'וועל, דאכט זיך, ניט זינדיקן מיט אומפּינקט- לעכקײַט אָדער מיט מאנגל פון ערלעכקײַט און אָביעקטיוויטעט, אויב איך על אױסטײַטשן זײַנע ווערטער וי אן אויסדרוק פונעם באװוּסט- זײַן, אז קויעך, צוואנג און געוואלטזאמקליט אין זייער מאקסימאלער קאָנצענטראציע און אין זייער שטארקסטער פּלאנירטער אָנװוענדונג-- דאָס הייסט מילכאָמע -- װעט לייזן אלץ. און די דאָזיקע פעסטשטעלונג װוערט ארױסגעזאָגט ניט מיט א זיפץ פון ,צום גרויסן באדויערן", ניט װי א פעסטשטעלונג, אז די מענטשן זײַנען, ליידער, ניט מעקײַעם די צען געבאָטן,---זיי מאָרדן, גאנווענען, גלוסטן פרעמדע װײַבער, -- נאָר אינעם גײַסט פון פאָרמולירן א געװונטשע- נעם לעבנסיארט, דעפינירן א ריכט-ליניע, אינ- ספּירירן א האלטונג.
אזעלכע ברוטאלע ווערטער קאָנען נישט ניט ארויסרופן קיין אסאָציאציעס בא מענטשן, ווע- מען ס'איז עפּעס באקאנט וועגן דעם געדאנקענ- גאנג, וועגן די דאָקטרינען און דער שפּראך פון די שעליכים פון טול אין די לעצטע צויי דוירעס, -- פון די, װאָס האָבן פארוואנדלט די וועלט אין א געהענעם, געבראכט א שוידערלע-
4
כע קאטאסטראָפע אף דער מענטשהײַט, פאר- טיליקט דאָס לעבן פון מיליאָנען און קימאט אומגעבראכט דאָס ייַדישע פאָלק. ווייצמאנס ווערטער קלינגען, װוי זיי װאָלטן איבערגעזעצט געװאָרן װאָרט בא װאָרט פון היינריך טריי- טשקע, דעם היסטאָריקער און טעאָרעטיקער פון דעם עקסטרעמיסטישן רישעסדיקן דײַטשישן נאצ;אָנאליזם.
א ייִדישער מענטש, װאָס האָט צענדליקער יאָרן נאָכגעפאָלגט דעם פּראָצעס פון קײַקלען זיך צום אָפּגרונט און װאָס די גרוילן זײַנען געווען פאר אים אן אנטשיידנדיקע טראוומא- טישע איבערלעבעניש, האָט דאָס געפיל, לייע- נענדיק ווייצמאנס ווערטער, װי יענע ייִדן, װאָס פלעגן רײַסן קריַע און זײַנען געזעסן שיווע איבער עמעצן פון זייער מישפּאָכע, װאָס איז געװאָרן אן אָפּטריניקער.
דעם גרעסטן כעסעד, װאָס מע קאָן טאָן אויי זער ווייצמאנען, איז אים אופנעמען וי אן אנא- כראָניסטישן טיפּ, װאָס די צײַט פון צאָרן איז פארבלַגעגאנגען פאר זײַנע אויגן אָן דעם, אז ער זאָל זי שפּירן, און וועלכער איז געבליבן שטעקן אין דער פרערדיקער טקופע, אָדער גאָר וי איינעם, װאָס ווייסט ניט, װאָס ער רעדט, װאָס קען ניט -- ניט די געשיכטע פון אונדזער יאָרהונדערט, ניט דעם באדײַט פון די װוערטער, וועלכע ער באנוצט, און ניט די אויסווירקונגען פון די געדאנקען, װאָס ער זאָגט ארויס.
פונדעסטוועגן האָבן מיר אים אויסגעקליבן וי א פאָרשטייער און װאָרטזאָגער פון א טענ- דענץ, װײַל אין זײַן נאלוויטעט דריקט ער אויס די געדאנקען מיט מער קלאָרקײַט און אָפנהאר- ציקײַט איידער אנדערע שרײַבער פון זײַן לא" גער, וועמענס ווערטער עס וערן דערטרונקען אין א יאם פון מעליצעס, אין פּסעװדאָיפילאָסאָ- פיע אָדעֹר אין היסטערישן סענטימענטאליזם, בייס עך איז אינגאנצן ארײַנגעטאָן אין טאט, ער שטרעבט צו פירערשאפט.
ווייצמאן דארף לערנען, אז געדאנקען האָבן א פארשנעלערונג און רעזולטאטן, װאָס שטײַגן איבער די קאװאָנע פון די, וועלכע זאָגן זי ארויס; ער דארף געדענקען די לעגענדע וועגן דעם מעכאשעפס לערן-ייַנגל, װאָס האָט אין זײַן נאיוויטעט באפרט טײַװלאָנישע קויכעס, ניט קאָנענדיק דערנאָך זיי פארהאלטן און באהערשן.
און מיר לעבן דאָך אין א פּעריאָד פון דער הידראָגען-באָמבע און פון גאזיקאמערן און פון שאנטאזש מיט אן עקאָלאָגישן סאָף.
ווייצמאן שפּאָט פון ,גאָלעס-קאָמפּלעקס", ניט פארשטייענדיק, אז אָט דער ,קאָמפּלעקס? איז געווען דער קען-צייכן פון אן אלטער קולטור, פון א צוגעבונדנקײַט צו דערהויבענע װערטן, פון א ציטער פארן גוירל פון דער מענטשהליט, פון אן עקל צו בארבארײַ. ער איז געווען דער אויסדרוק פון האס צו דער העפקיירעס פון קראפט, פון מיטגעפיל צום ווייטעק און צאר פון די געטראָפענע מיצאד ברוטאלן רויב און רי- שעס..,
אויב די מיינונגען פון אויזער וייצמאנען וועלן ווערן אָנגענומען, װעט מען מוזן שרײַבן פונדאָסנלי די געשיכטע פון די ייִדן -- שרײַבן זי ניט מיט צאָרן פאר די שרעקלעכע אוולעס, װאָס אונדזערע אָװעס האָבן באקומען פון די מענטשן פון פויסט; ניט מיט ליבע, אָנגעזאפּט מיט ראכמאָנעס, נאָר מיט פאראכטונג פאר פיל דוירעס ייִדן און מיט היספּײַלעס פאר זייערע פארפאָלגער. און עפשער װעלן מיר דארפן אויסמעקן פון טאנאך די נעווּע פון יעשאיאָהו האנאָווי, אָדער פארבאָטן צו לערנען זי אין די שולן, טאָמער װעט איר פארפוילטער פאציפיזם אָפּשוואכן דעם שלאכטיכיישעק און דעם קאמפס"גליסט אין יונגן דאָר? און אָנשטאָט ,זי וועלן מאכן פון די שווערדן אקער-אײַזנס" וועלן מיר שרײַבן ,פון די אקער-אליזנס -- געווער". און מיר װעלן פאריכטן די װערטער פונעם נאָװי און װעלן לערנען: , איין פאָלק װועט אופ- הייבן די שװערד קעגן א צווייטן פאָלק".
,די געשיכטע לערנט, אז בלויז קויעך.." ,אונדזער היסטאָרישע רעכט! ,איין היסטאָרי- שע גאנצקײַט".. -- דאָס זײַנען זאצן, װאָס ווערן אומענדלעך איבערגעכאזערט מיצאד מע- לוכע-לײַט, פּאָליטיקער, זשורנאליסטן און סטאם מענטשן...
א פאָרשער פון געשיכטע װעט זײַן זייער פאָרזיכטיק באם יארשענען אָפּגעפּאסקנטע טע- זיסן וועגן אויסשליסלעכע און ארומנעמענדיקע לערעס און פאָרצושלאָגן זיי אלס אױסגעפּרוּװוטן און זיכערן רעצעפּט...
װאָס, לעמאָשל, קאָן מען לערנען פון דער גע- שיכטע וועגן דער מאכלויקעס איבער דעם, װאָס עס איז בעסער פונעם שטאנדפונקט פון דער זיכערקײַט און שטארקײַט פון דער מעדינע: ברייטע גרענעצן אָדער א האָמאָגענע באפעל- קערונג אין א קלענערן שעטעך? צי דארפן מיר האנדלען, ארויסגייענדיק פון דער האנאָכע, אז װאָס מער די צײַט גייט און מיר בלײַבן אף אונדזערע פּאָזיציעס, אלץ בעסער װעט אונדז זײַן, אָדער מיר דארפן זיך באמיען צו דערגרייכן
װאָס פריִער א העסקעם, אויס מוירע פאר דער פארשארפונג, פאר דער ראדיקאליזאציע און ,גלאָבאליזאציע? פונעם קאָנפליקט! די סינײַ- קאמפּאניע אין 1956 האָט אונדז געבראכט 10 יאָר פון רעלאטיווער רו, װאָס האָט אונדז דער- מעגלעכט א היפּשע פארשטארקונג. פון דער אנדערער זײַט אָבער האָט זי ארופגעלייגט אֹף אונדז א שטעמפּל פון שוטפים פון אימפּעריא- ליזם און פון זײַנע אגענטן אין די אויגן פון דער דריטער וועלט,
דער היסטאָריקער איז געגליכן צום פּסיכאָ- אנאליטיקער. זײַן קויעך איז ניט אין פאָרשלאָגן א רעצעפּט, נאָר אין שטעלן דעם דיאגנאָז, ניט אין א פולער היילונג גלײַך, נאָר אין ארויס- ברענגען דעם כוש פון פּראָפּאָרץ און מאָס. ער פּרוּווט אונטערצושיידן צוישן דעם ראצ;אָנעלן אין דער שטעלונג פונעם היסטאָרישן העלד, אָדער פון דער עפנטלעכער מיינונג, און אין זייערע באשלוסן -- און דעם איראצ;אָנעלן; ער פּרוװוט אופדעקן פאר זיי, װאָס עס דרינגט ארויס פון א ניכטערער באטראכטונג פון אָב- יעקטיווע אומשטענדן און װאָס עס איז א רעזול- טאט פון טראוומעס, דיבוקים, טרוימען, אינס- טינקטן, פאָרורטיילן, אופגעצװוּנגענע געוויג- הײַטן, עגאָיַסטישע פאראקשנטקײַט אָדער אי- נערציע און פוילקליט.
ווען מיר װעלן דערגיין צום געגארטן שאָלעם מיט אונדזערע אראבישע שכיינים, וועלן מיר נאָך מוזן א לאנגע צײַט זאָרגן אופצוהאלטן וי װײַט מעגלעך דעם ניוואָ פון מיליטערישע מעג- לעכקײַטן. אָבער א גאנץ אנדערע זאך איז א שטעלונג, װאָס זעט אין מילכאָמע אן אינסטרו- מענט פאר עקספּאנסיע -- א שטעלונג, װאָס איז אינספּירירט דורך א ווילן פון קראפט און פון מיליטאריסטישן אוואנטיוריזם, און װאָס יאָגט זיך נאָך א ,מאקסימום אויסזיכטן". דער, װאָס לעבט אפן כעזשבן פון זײַן שװוערד, וועט סאָפקאָלסאָף שטארבן פון דער שווערד.
אין גאנצן ארטיקל פון הער וייצמאן פילט זיך א מאנגל אין ,,מאָס", ,גרענעץ", ,באגרע- נעצונג". הער ווייצמאן רעדט וועגן רעכט צו לעבן לויט אונדזער אײַנזען, אין העסקעם מיט אונדזערע אינטערעסן, מיט אונדזער ווילן, מיט אונדזער געשיכטע, אָן דעם, אז אנדערע זאָלן אונדז שטערן. אָבער ס'איז דאָך פאראן א גרע- נעץ צו יעדער רעכט, סײַדן אז מע לעבט אָפּי געריסן פון אנדערע, אף אן איינזאמען אינדזל. די גרענעץ באשטייט אין דער עקזיסטענץ, אין די רעכט און אין די אינטערעסן פון די שכיי- נים. אוב עס זײַנען ניטאָ קיין שום באגרענע- צונגען, איז דאָס רעכט אונטערגעװאָרפן דער מאָס פון קויעך. און דאן איז ניטאָ קיין שום זין פארן װאָרט ,רעכט", װײַל די שכיינים האָבן די זעלבע רעכט זיך צו באנוצן מיטן קעגן-קויעך
פ
אינעם פּאסיקן מאָמענט, און װער עס װעט זײַן שטארקער, דער ועט זיגן.
זעט אויס, אז לויט ווייצמאנען איז דאָס אנער- קענען די רעכט פון א צווייטן -- א באגרענע- צונג פאר די אייגענע רעכט.
דער קען-צייכן פון רײַפקײַט איז דער בא" װוּסטזײַן וועגן באגרענעצונג, די מעגלעכקײַט זיך אײַנצוגלידערן, זיך צופּאסן צו דער סוויווע. דאָס איז ניט קיין איניען פון א ,באטלאָנישער" מאָראל-פּרײדיקערײַ, נאָר א לעבנס-נויטווענדי- קײַט, א באדינג פון עקזיסטענץ, א גרונט-שטיין פון געזעלשאפטלעכער ראציאָנעלקײַט.
די פילאָסאָפיע פון אויזער ווייצמאן געהערט פון פּאָליטישן שטאנדפּונקט צו דער טקופע פון קאוואלעריע-מיליטער אָדער אפילע צו די צײַטן פון די קליינע געדונגענע ארמייען.
אין פלוג איז דער איניען דערשטוינענדיק: מיר האָבן פאר זיך א פליִער, װאָס האָט א רע- פּוטאציע פון א ספּעציאליסט אין די דערגרייכונ- גען פון דער סאמע קאָמפּליצירטער מאָדערנער טעכניק, און עס פעלט אים אין אזא גרויסער מאָס די פארשטענדעניש פאר די פּראָבלעמען פון דער צײַט און פארן כאראקטער פון דער טאָטאלער מילכאָמע אין לעצטן דריטל פון 20-טן יאָרהונדערט.
די לײַכטקײַט און שנעלקײַט, מיט וועלכער מיר באזיגן אונדזערע קעגנער, מאכן אונדז פארגעסן דעם שרעקלעכן כאראקטער פון א מאָדערנער מילכאָמע, דעם פאקט, אז זינט דער ערשטער וועלט-מילכאָמע, זינט מע האָט אָנ-י געהויבן באנוצן מאשינען-געװער, טאנקען, נא- פּאלם, באָמבארדירונג פון דער לופטן, שוין ניט ריידנדיק וועגן ראקעטן און נוקלעארן און ביאָ- לאָגישן װאָפן; איצט, װען עס זײַנען פאראן מיטלען צו פארוואנדלען א בליענדיק לאנד אין א וויסטע, אויסטריקענען יעדן בוים און יעדן בלאט, פארגיפטן יעדן פלאנץ, אָפּערירן מיט מעטאָדן פון א טאָטאלער מילכאָמע, װוּ עס איז ניטאָ קיין אונטערשייד צװישן קעמפער און צי- ווילער באפעלקערונג, צװישן א שלאכטפעלד און דירעס פון מענטשן, -- איצט איז פאקטיש שוין ניטאָ קיין שום ציל און קיין שום דער- גרייכונג, װאָס זאָלן קענען בארעכטיקן די שרעקלעכע פּרײַז פון א מאָדערנער מילכאָמע.
נאָך מער: דער גרענעצלאָזער קויעך איז גע- װאָרן דער קוואל פון אָנמאכט. לאָמיר אָנעמען, אז מיר האָבן געקראָגן אין אונדזערע הענט װאָפן פון ,אבסאָליוטן? מין. מיר װועלן זיך ניט קענען באנוצן מיט זיי, סײַדן אינעם מאָמענט פון ,עק וועלט" און -- ,תמות נפשי עם פּלש- תים"!. אָנקומען צו אזעלכע מינים װאָפן, קעדיי צו דערגרייכן א באגרענעצטן פּאָזיטיוון ציל, -- דאָס װעט אופשטעלן קעגן אונדז א גאנצע וועלט און װועט אויך דערװײַטערן פון אונדז די
0
ייִדן פון אומעטום. און זינט די פארייניקטע שטאטן האָבן מער ניט די מאָנאָפּאָל פון נוק- לעארן װאָפן און עס פארמערן זיך די נוקלעא- רע מעדינעס, איז ניטאָ מער די מעגלעכקײַט זיך צו באנוצן מיט אזא װאָפן. און עס װײַזט זיך ארויס אף א פּאראדאָקסאלן אויפן, אז דאפ- קע פּרימיטיווע פעלקער זײַנען מעסוגל צו קריגן קלעפּ און ניט כאָרעוו װוערן און ניט אונטער- געבן זיך, בייס פאר די אנטװויקלטע לענדער איז די מעגלעכקײַט געטראָפן צו וערן אָן א שיר גרעסער -- פון סטראטעגישן, מאטעריעלן און פּסיכאָלאָגישן שטאנדפּונקט.
די אָנשױוּנגען פון הער אויזער ווייצמאן זיי- נען אנאכראָניסטיש, פארעלטערט, רעאקצל;אָנער און צעשטערעריש צוליב א צוגאָב-מאָטיו: די פּרײַז פון מאָדערנע מילכאָמעס איז ניט בלויז אויסער יעדער פּראָפּאָרץ צו זייערע דערגריי- כונגען, נאָר אף א לענגערער צײַט איז אין זיי אויך ניטאָ קיין זיגער.
ענגלאנד, פראנקרײַך און אמעריקע האָבן גע- זיגט אין דער ערשטער וועלט-מילכאָמע. מיט 0 יאָר שפּעטער האָט פראנקרײַך געליטן א צעשמעטערנדיקע מאפּאָלע; ענגלאנד איז ניצל געװאָרן פונעם כורבן בלויז דורך אײַנבײַסן זיך מיט די ציינער, און נאָרדיאמעריקע איז גע- צװוּנגען געווען ארײַנצוטרעטן אין אן אנדער מילכאָמע, פון אן אומפארגלײַכלעך גרעסערן מאסשטאב, וי די ערשטע.
אין 1945 איז ענגלאנד ארויס פון דעם סאמע הארבסטן ניסאָיען אין איר געשיכטע אלס זי- גער און פול מיט פּרעסטיזש, װאָס האָט ארויס- גערופן באוװווּנדערונג. מיט געציילטע יאָרן שפּע- טער איז אָבער ניט געבליבן גאָרניט פון איר מעכטיקער אימפּעריע, און זינט איר ניצאָכן, קײַקלט זיך איר ווירטשאפט אומופהערלעך צום אָפּגרונט.
אין 1965 זײַנען די פארייניקטע שטאטן גע- ווען די מעכטיקסטע פון די גרויסמאכטן, און הײַנט נייטיקט זי זיך אין ראכמים פונעם הימל און איר פּרעזידענט שלעפּט זיך קיין פּעקין און קיין מאָסקװע, קעדיי די דאָזיקע קעגנער זאָלן אים העלפן ארויסצוגיין פון קלעם אין דאָ- רעם-מיזרעך-אזיע.
און אָט זײַנען דײַטשלאנד און יאפּאן, װאָס אין 1945 האָט זיך געדאכט, אז זיי זײַנען אינ- גאנצן כאָרעוו געװאָרן און װעלן זיך ניט צוריק- שטעלן אף די פיס; הײַנט-צוטאָג זײַנען זיי די שטארקסטע עקאָנאָמישע גרויסמאכטן, און אין
1 ,לאָמיר שטארבן צוזאמען מיט די פּלישטים" -- די װערטער פון שימשן האגיבער, װען ער האָט אומגעװאָרפן דעם טעמפּל און געפאלן צוזאמען מיט די פּלישטים.
פּאָטענץ -- אויך מיליטערישע גרויסמאכטן פון ערשטראנגיקער מאדרייגע.
צומערסטנס פילזאָגנדיק איז דער בײַשפּיל פון כינע, װאָס מיט 50 אָדער 100 יאָר צוריק איז זי נאָך פארעכנט געװאָרן אלס לאנד אָן קיין שום האָפענונג צוריקצוקומען צו די קויכעס און גויווער זײַן די פארפוילטקײַט, וועלכע האָט זי צעפרעסן אף דורך און דורך: זי האָט אין יענע צײַטן געעפנט אירע טױערן פאר יעדן װאָס איז געװען א באלן צו באלעבאטעווען דאָרט, וי בא זיך אין דער היים.
דער עמעס איז, אז עס איז ניטאָ קיין מאמאָ- שעס, קיין שום רעאלקײַט אין דעם פּרעטענצל- עזן זאָג: ,א קלאפּ, און מיר האָבן פארענדיקט". באזיגטע לענדער זאָגן זיך אָפּ צו אנערקענען זייער מאפּאָלע און שאָלעם מאכן מיטן געדאנק וועגן זייער מינדערווערטיקליט. זיי װעלן פאלן זיבן מאָל און װעלן זיך װידער אופשטעלן.
;אלע מענטשן זײַנען געבוירן געװאָרן גללי- כע, -- האָט געזאָגט װאָלטער אין א בארימטן זאץ, -- אָבער די אײַנװױנער פון טומבאקטא אין אפריקע האָבן נאָך ניט געהערט דערפון". איצט האָבן זי עס יאָ געהערט, און זינט דאן איז ניטאָ קיין רו אף דער וועלט. זינט עס האָט זיך פארשפּרייט די אידיי וועגן גלײַכהײַט פון אלע מענטשן, וועגן מענטשלעכן קאָװעד און וועגן די רעכט פון יעדן פאָלק און פון יעדן שייוועט צו לעבן זעלבשטענדיק, שטורעמט אוף דער גײַסט פון רעװאָלט בא שיכטן, קלאסן פעלקער, ראסן, גאנצע קאָנטינענטן.
די דאָזיקע אידיי האָט ליקווידירט די פאר- שקלאפונג פון די פּויערים, דעם פעאָדאליזם. זי האָט געגעבן ציווילע בירגער-רעכט, צוגעטיילט פרײַהײַטן, רעכט פון זעלבסטבאשטימונג פאר אונטערדריקטע פעלקער. זי האָט א סאָף גע- מאכט צום קאָלאָניאליזם.
און אגעוו: װער נאָך אזוי, װי דאָס ייַדישע פאָלק און וי זײַן געשיכטע, איז א לעבעדיקער און אנטשיידענער איידעס, װאָס פארלייקנט די בארבארישע פּרעטענזיעס פון ,א קלאפּ, און געענדיקט"?
דער גרויסער קער אין דער אָנשױוּנג ועגן באדײַט פון א פּרעװענטיווער מילכאָמע , פאר נאצ;אָנאלע אינטערעסן", , קעדיי צו לעבן לוט אונדזער ווילן? ,צו פאריכטן פּאָליטיש-געאָ- גראפישע פארקריפּלונגען", ,, מיטן ציל צו פאר- ווירקלעכן היסטאָרישע רעכט", ,אָנצוצייכענען די גרענעצן לוט נאציאָנאלע, היסטאָרישע אינ- טערעסן אף א לאנגן צײַט-אָפּשניט", צו דער- גרייכן ,דעם מאקסימום אויסזיכטן", אויסנוצנדיק גינסטיקע אינטערנאצי;אָנאלע אומשטענדן, -- דער דאָזיקער קער איז געשען אין דער ערש- טער וועלט-מילכאָמע,
אין יענער צײַט האָט די מענטשהײַט שוין געהאט דעם באװוּסטזײַן, אז זי איז געפאנגען דורך טעכנאָלאָגישע און פּסיכאָלאָגישע פאר- ניכטונגס-קויכעס, װאָס זי אליין האָט זיי בא- שאפן. אָבער זי איז שוין ניט אימשטאנד זי אלינצוהאלטן און באהערשן.
דעם דאָזיקן שרעקלעכן באװוּסטזײַן האָט גע- בוירן די אידיי פון דער פעלקעריליגע, די פּרוּוון צו פארבאָטן די מילכאָמע, װי אן אינ- סטרומענט פון נאציַאָנאלער פּאָליטיק, דעם גע- דאנק פון קאָלעקטיווער זיכערקײַט, אנטװאָפע- נונג, צוואנגיארביטראזש, סאנקציעס קעגן אג- רעסאָר, און צום סאָף פון דער צווייטער וועלט- מילכאָמע (וועלכע האָט געמאכט צו שפּאָט די דאָזיקע אלע קלאָלים) אין פּראָקלאמירט גע- װאָרן, אז א פּלאנירטע אגרעסיע-מילכאָמע איז א פארברעכן קעגן דער מענטשהײַט, און אירע דײַטשישע פּלאנירער זײַנען עקזעקוטירט גע- װאָרן.
װאָס באדײַטן , לעבנסוויכטיקע נאצ;אָנאלע אינטערעסן", ,, פאריכטן פּאָליטיש-געאָגראפישע פארקריפּלונגען", ,טעריטאָריעלע גאנצקײַט?? ווער זאָל זיי דעפינירן! אויב דער ריכטער איז אן אינטערנאצ;אָנאלע אינסטיטוציע, װעלן מיר דאָך ניט קאָנען זאָגן, אז מיר לעבן , לויט אונד- זער ווילן", האנדלען ,לוט אונדזער אײַנזען. אזויארום קומט אויס, אז עס וועט אורטיילן דער באלדאָװער אליין מיט זײַנע ברייט-ארומנעמענ- דיקע שטרעבונגען. וועלכע איז די מאָס פון זיי? דער קויעך פון דעם, װאָס מאָנט, אָדער די רעכט?
אָט האָט היטלער באהערשט דײַטשלאנד מיטן לאָזונג ,איין היסטאָרישע גאנצקײט" ((,איין פאָלק, איין , רײַך", איין פיורער"), מיטן לאָזונג פון פארייניקן אלע דײַטשיש-רײידנדיקע (עסט" רײַך, סודעטן, דאנציג אדג.) און ער האָט אף זײַן פאָן אָנגעשריבן דעם לאָזונג ,מאקסימום אויסזיכטן? און , אקציע-פרײַהײַט? (,לעבנס- רוים", אין זײַן שפּראך), װאָס האָט געצילט צו רעאליזירן דעם ,דראנג נאך אָסטען?..
היטלערס געדאנקען זײַנען ניט אראָפּגעפאלן פון הימל. אין די צײַטן פון דער ערשטער וועלט-ימילכאָמע האָבן אין דער דײַטשישער עפנטלעכקײַט זיך אויסקריסטאליזירט ניט בלויז די פּלענער פון ,לעבנס-רוים", נאָר אויך פאָ- דערונגען צו פארזיכערן זיך קעגן ,אלע אויי סערלעכע שטערונגען צום נאציאָנאלן אָנשט- רענג? (די װוערטער אין די גענדזנפיסלעך זײַ- נען פונעם ארטיקל פון אויזער ווייצמאן). לע- מאָשל: אין דער אנעקסיע פון דער פראנצויזי- שער לאָטארינגיע, װאָס איז רײַך אין אײַזן- גרובן, אין אופהאלטן דײַטשיש מיליטער אין בעלגיע אף אן אומבאגרענעצטער צײַט, ,קעדיי
7
א סאָף צו מאכן איינמאָל פאר אלעמאָל צו דער בריטישער דראָונג".
און יעדעס מאָל, ווען די דײַטשישע ארמיי האָט געהאט דערפאָלג, איז געװאָרן אלץ לענ- גער די ליסטע פון די לעבנס-וויכטיקע פּונקטן פאר דער זיכערקײַט און פארן אופבלי פון דײַטשלאנד, אף וועלכע זי טאָר בעשום-אויפן ניט מעוואטער זײַן. און ס'האָט זיך פארשטארקט דער קרייץ-צוג פון פארלוימדונג און העצע קעגן ליבעראלן, סאָציַאליסטן, קאטאָליקן, פּאציי פיסטן --- און אלע זײַנען פּראָקלאמירט געװאָרן אלס ,ייִדישע דעפעטיסטן און פארעטער", אלע, װאָס האָבן געפּרײידיקט שאָלעם אָן אנעקסיע און אָן אנטשעדיקונגען.
ס'איז אויך קיין סאָפעק ניט, אז ווען מע איז ארײַן אינעם איניען וויעטנאם, אָדער ריכטיקער געזאָגט: מע האָט אײַנגעזונקען אינעם זומפּ, זײַ- נען די פירער פון דער אמעריקאנער אויסערן- פּאָליטיק און זייערע מיליטערישע ראטגעבער געווען איבערצײַגט, אז דער העכערער נאציאָ- נאלער אינטערעס פארלאנגט עס, אז עס אין נויטװענדיק צו צוימען דעם פאָרויסגאנג פון קאָמוניזם אין דאָרעם-מיזרעך-אזיע. די קריטי- קער פון דעם דאָזיקן באשלוס און זײַנע קעגנער זײַנען געשטעמפּלט געװאָרן אלס פארעטער, װאָס העלפן דעם סוינע.
און װער האָט געקאָנט שטעלן אונטער א צווייפל די מיליטערישע מעגלעכקײַטן פון דער גרויסער וועלט-מאכט צו באזיגן א פּרימיטיוון שייוועט אָן מיטלען, אָן געווער און אָן אן אינ- דוסטריע? צי האָבן דען די העכערע קאָמאנדירן פון דער אמעריקאנער ארמיי ניט פּראָקלאמירט טאָג נאָך טאָג, אז דער סוינע איז שוין צוזאמענ- געבראָכן, אז עס איז שוין דערגרייכט דער זיג? און צי איזן פאראן איצט אין אמעריקע א מענטש, װאָס פארשילט ניט דעם טאָג, ווען ער האָט צום ערשטן מאָל געהערט וועגן וויעטנאם און וועמענס גלויבן אינעם פארשטאנד און אין דער קאָמפּעטענץ פון די פּאָליטיקער צו אור- טיילן און אנטשיידן, װוּ עס ליגט דער עמעסער אינטערעס פון אמעריקע, -- איז ניט צע- טרייסלט געװאָרן?
דער קויעך װועט פארענטפערן אלץ? אין דעם גלייבן שוין מער ניט די אופגעקלערטע פעל- קער.
די, װאָס טײַנען, אז דער קויעך װעט לייזן אלץ, לעבן, אין אלגעמיין גענומען, מיטן הײַנ- טיקן טאָג און קוקן ניט אין דער צוקונפט.
דאכט זיך, אז מענטשן, װאָס זײַנען דורכגע- דרונגען מיט פּאטריַאָטישע געפילן, װאָלטן גע- דארפט פארשטיין די שטארקײַט פון אזעלכע געפילן אויך באם אנדערן צאד. אָבער דער עק- סטרעמער נאציאָנאליזם איז פול מיט טיפער
8
פאראכטונג צו אנדערע פעלקער. די, װאָס זײַ- נען באהערשט פון אים, זײַנען איבערצײַגט, אז דער קויעך פארענטפערט אלץ און אז זיי האָבן געשלאָסן א בונד מיטן אייבערשטן, װאָס פאר- זיכערט זיי אן אומבאזיגבארע קראפט אף איי- ביק,
אָבער צופיל קויעך און כיישעק צו עקספּאנ- סיע שטויסן פון שטענדיק אָן די געטראָפענע דערפון אָדער די, װאָס זײַנען באשטימט צו זײַן די געטראָפענע, זיך צו פארייניקן, קעדיי צו פארטיידיקן זיך און אפילע צו זוכן שטארקע פארבינדעטע פאר זיך. דער, װאָס פארלאָזט זיך אינגאנצן בלויז אף קויעך, איז געצװוּנגען צו גיין דעראָבערן די גאנצע ועלט, און ער איז וי א רײַטער אף א טיגער, פון וועלכן ער קאָן נישט אראָפּשפּרינגען.
אינעם גאנצן ארטיקל פון הער אויזער ווייצ- מאן איז ניטאָ קיין דערמאָנונג פון די ערעץ- ייַסראָעלדיקע (פּאלעסטינער) אראבער. אפילע דאָס װאָרט ,אראבער" איז דאָרט ניטאָ, שוין אָפּגערעדט פון די פּאלעסטינער פּלײטים. דִי אראבער פון פּאלעסטינע -- זייער עקזיסטענץ, זיײיער רעכט, זייערע אינטערעסן, זייער וילן, זייער לעבנשטייגער, זייער שטרעבונג ,, צו לעבן לויט זייער אײַנזען"--זײַנען װי ניט עקזיס- טירנדיק אין דער פּראָבלעמאטיק פון ייִסראָעל מיט אירע שכיינים. זיי זײַנען װי א שטומער אָביעקט. װײַל ,בלויז פאר אונדז" (װי אין פּאָ- סעק שטייט: , פאר דיר און דײַנע קינדער") איז דאָס דאָזיקע לאנד און די היסטאָרישע רעכט אף אים.
ווייצמאנס ליניע זעט מיר אויס צו זײַן פול מיט ערנסטע סאקאָנעס, װײַל איך זע אינעם אָנ- שליסן אָנדערהאלבן מיליאָן אראבער צו מעדי- נאס ייַסראָעל ניט קיין פארשטארקונג פון איר קויעך און ניט קיין זיג פון אירע נאציאָנאלע און היסטאָרישע אינטערעסן, נאָר אן ערנסטע דראָונג פאר איר קאָנסאָלידאציע, פאר איר פעסטקײַט און פאר איר מאָראלישן כאראקטער; און דאָס איז, לויט מיר, ניט ,די זיכערסטע גא- ראנטיע פאר פארקלענערן די אויסזיכטן פון א נײַער מילכאָמע", נאָר אן אָנהייב פון א מילכאָ- מע, צו וועלכער ס'איז קיין סאָף ניטאָ.
װאָס, אייגנטלעך, װויל די מעדינע ייַסראָעל-- אז די אראבער זאָלן זי אנערקענען, אז זיי זאָלן שאָלעם מאכן מיט איר עקזיסטענץ, זיי זאָלן זען אין איר א סטאבילן פאקטאָר, ניט קיין שטענ- דיקע דראָונג זייער עקזיסטענץ, א שכיינע, מיט וועלכער מע קאָן און מע דארף זיצן צוזאמען.
אָבער אויך מיר דארפן אין זעלבן גײַסט שאָ- לעם מאכן מיט דער עקזיסטענץ פון די פּאלע- סטינער אראבער. די דערפארונג פון די לעצטע דוירעס האָט באוויזן, אז א מעדינע, װוּ עס זיצן צוזאמען א הערשנדיק פאָלק און א פרעמדע
פײַנטלעכע באפעלקערונג, און צװוישן זיי איז פאראן א קולטורעלער אונטערשייד, און יעדע- רער פון זיי האָט אן אנדער לעבנשטייגער, און אויך זייער עקאָנאָמיש-געזעלשאפטלעכע לאגע איז ניט קיין גלײַכע, און יעדערער פון זיי האָט אנדערע נאציאָנאלע שטרעבונגען, -- אזא מע- דינע איז ניט קאָנסאָלידירט, פעלערהאפט, פי- בערדיק און קראנק.
די אויסגעברייטערטע גרענעצן, װאָס דאָס הערשנדיקע פאָלק האָט זיך דערװאָרבן, האָבן אים ניט געגעבן די זיכערקײַט, נאָר געשטעלט אין סאקאָנע. עס זיצט װי אף א מינע, װי אף א טײַװול-מאשין, באזונדערס אויב דאָס בא- הערשטע פאָלק האָט ברידער אף יענער זײַט גרענעץ.
פאראן אזעלכע, װאָס זאָגן: אונדזער זיכער- הײַט-ידינסט איז א גוטע און זי װעט באװלַזן צו פארניכטן אין װאָרצל יעדן פּרוּו פון א פארשווערונג, זי װעט שטענדיק אופדעקן די שולדיקע אין סאבאָטאזש-אקטן און װעט זײ שטעלן פארן געריכט. ס'איז גענוי דאָס זעלבע, וי מע װאָלט זאָגן, אז מיר האָבן אויסגעצייכנטע דאָקטוירים, אפילע די בעסטע אין דער וועלט, אָבער װאָס האָט מען פון זיי, אויב זיי זײַנען ניט מעסוגל צו פארמײַדן די אנטשטייוּנג פון דער קראנקהײַט און א סאָף צו מאכן צו איר עקזיסטענץ? ס'איז שוער צו באהױיפּטן, אז א מעדינע איז אזא װי זי דארף זײַן, אויב זי האָט מער פּאָליציַאנטן װי לערער, מער ארעסטאנטן, וי קראנקן-שוועסטער.
די באציונגען צװישן א הערשנדיקן פאָלק און א רעװאָלטירטער באפעלקערונג זײַנען אין אונדזערע הײַנטיקע צײַטן א פארקישעפטער קרײַז, װאָס איז אומפארמײַדלעך: ווידערשטאנד און אונטערדריקונג, טעראָר און אָפּשרעק-מיט- לען..
פאראן אזעלכע, װאָס װײַזן אף די צענדליקער טויזנטער אראבער, װאָס ארבעטן אין ייִסראָעל, און עס זײַנען ניטאָ קיין אינצידענטן; די ארא- בישע ארבעטער פארנעמען זיך ניט מיט קיין סאבאָטאזש, און די ייִדן טשעפּען זיי ניט. איז אָט:
מיליאָנען אירלענדער האָבן געארבעט אין ענגלאנד בעמעשעך פון דוירעס און האָבן גע- שפּײַזט דאָס אָרעמע אירלאנד מיטן הויכן לוין, װאָס זיי האָבן געקראָגן אין ענגלאנד. די בע- סטע סאָלדאטן אין די ענגלישע ארמייען און פיל פון אירע קאָמאנדירן זײַנען געווען אירלענ- דער, סײַ פון צאָפן, סײַ פון דאָרעם. אָבער דאָס אלץ האָט קלאל ניט אויסגעהיילט די ווּנד. אירלאנד, ציפּערן, מאלטא און אנדערע לענדער זײַנען א געננוגנדיקער באװײַז, אז פעלקער שטעלן העכער די אומאָפּהענגיקײַט איידער דעם טאָפּ פלייש.
ס'איז שוין ניט װײיניק גערעדט געװאָרן וועגן דער ביטערער איראָניע און וועגן דעם געזעל- שאפטלעכן און מאָראלישן דורכפאל, וועלכע דערווארטן דעם ציַעניזם פאר פארוואנדלען די ייִדן אין באלעבאטים, דירעקטאָרן און אופזעער אף די אראבישע האָלצהעקער און וואסערטרע- גער אונטער דעם לאָזונג פון אײַנגלידערן זיך.
דאָס איז אן אומפארמײַדלעכער פּראָצעס אין א באפעלקערונג, װאָס איזן צעטײלט אף א הערשנדיקן פאָלק און באהערשטן פאָלק. די גאנצע געשיכטע באװײַזט, אז די געזעלשאפט- לעכע פּראָבלעם איז א באגלייטנדיקע דערשי- נונג, דער שאָטן פון דער נאציאָנאלער צעטיי- לונג, באזונדערס אויב דאָס פאָלק פון דער מערהײַט פילט זיך אין געפאר און באלאגערונג. פארשטייט זיך, אז דאן װעט מען זיך היטן צו באשעפטיקן די פײַנטלעכע מינדערהײַט אף פיל- בארע געביטן... אין דער ערשטער ריי טרעפט אזא לאגע די אינטעליגענץ פון דער מינדער- הײַט.
ס'איז לײַכט צו שעלטן און פארמיעסן, ארופ- לייגן די פאראנטװאָרטלעכקײַט פאר יעדן דורכ- פאל, פאר אלע אומרוען אף העצער, אגיטאטאָרן אאוו. אָבער אזא איז דער שטייגער פון אלע רעאקציאָנערן, אונטערדריקער, עקספּלואטא- טאָרן אין אלע דוירעס און אין אלע צײַטן. צי דארפן מיר גיין אף דעם וועג און אים אויס- קלײַבן באװוּסטזיניק?
הער אויזער ווייצמאן פארענדיקט זײַן אר- טיקל מיטן זאץ: ,אין אזא שטעלונג (װוי זײַנע) ליגט אויך די זיכערסטע גאראנטיע פאר בא- גרענעצן די אויסזיכטן פון א נײַער מילכאָמע? א סימען פון זײַן אָפנהארציקײַט איז, אז ער זאָגט ניט ,די זיכערסטע גאראנטיע פאר א שאָלעם-רעגולירונג", נאָר פאר , באגרענעצן די אויסזיכטן פון א נײַער מילכאָמע?. װאָלט ער זיך באנוצט מיט דער פאָרמול ,א שאָלעם-רעגולי- רונג", װי עס פירן זיך אנדערע פון זײַן כייי דער, װאָלט ער ארויסגעוויזן נאיוויטעט, צװלי עס אָדער ציניזם.
ווייצמאן גיט זיך אָפּ א כעזשבן, אז ער פאר- לאנגט פון די אראבער זיך אונטערצוגעבן אָן קיין שום באדינגונגען, אָן קיין שום פּרײַז פאר דעם, און אין טאָך -- אָן קיין שום גאראנטיע, אז אפילע אויב זיי װועלן אָנעמען זײַנע באדינ- גונגען, װעלן זיי שוין ניט האָבן װאָס מוירע צו האָבן. װאָרעם ווייצמאן איז דאָך פאר אָנקומען צו מילכאָמע אלס פּאַליטישן אינסטרומענט צו דערגרייכן מאקסימום פאר די עגאָיִסטישע אינ- טערעסן.
טיף אין הארצן קאָן ווייצמאן ניט װעלן, אז די אראבער זאָלן אײַנגײן אף פארהאנדלונ- גען אף א פּשאָרעישאָלעם, װײַל פאר-
9
האנדלונגען און א רעגולירונג זײַנען דאָך אומעגלעך אָן וועלכע-עס-איז קאָנצעסיעס פון אונדזער זײַט. ניט װילנדיק און אין אונטער- באװוּסטזײַן זײַנען די, װאָס האָבן אזא שטע- לונג, פארינטערעסירט אין דער פאָרזעצונג און אפילע אין דער פארשארפונג פון דער שפּאנונג צװוישן די גרויסמאכטן, און ניט אין דער אָפּי שוואכונג פונעם גלאָבאלן קאָנפליקט.
די גאנצע פּאָליטישע וויזיע ווייצמאנס דרייט זיך ניט ארום א שאָלעם-אָפּמאך, נאָר ארום דער אָפּשרעקונגס-סיסטעם. מיט אנדערע ווער- טער -- ארום א פּאָליטיק פון טעראָר, װײַל אין זײַן שוירעש איז דער זין פונעם װאָרט ,טע- ראָר"-- אָפּשרעקן, ארופווארפן א פּאכעד. מיר דארפן -- מיינט עס -- זײַן אזוי שטארק און אזוי גרייט צו קריג, אז זיי זאָלן ניט וואגן אופהייבן דעם קאָפּ,
וועלכע עס זאָל ניט זײַן די פּאָליטישע אָנגע- העריקײַט און די ארגומענטאציע פון די אָנ- הענגער פון ,גאנץ ערעץ ייַסראָעל? (דאָס הייסט פון א גרױסיי;סראָעל) --צי דאָס זאָל זײַן די וויזיע פון , קיבוץ גאָלאָיעס? (צונויפ- זאמלען פון אלע ייִדן פון דער װעלט) אָדער דער טרוים פון מאכט, ---איז וויבאלד זיי זי נען געצװוּנגען אָנצונעמען א קראפט-פּאָליטיק, קעדיי צו פארווירקלעכן זייערע שטרעבונגען, האָבן זיי ניט קיין אנדער בריירע, וי דערגיין צו אן אװטאָריטארער, ניט-ליבעראלער אָדער אנטיליבעראלער שטעלונג. אן אװטאָריטארע שטעלונג, װאָס גארט אָנצוקומען צו צוואנג- קויעך, איז זייער געפערלעך אין אזא געזעל- שאפט, וי די ייִסראָעלדיקע, װאָס איז געגליכן צו א דאמף-קעסל אדאנק די טיפע און וועזנט- לעכע קעגנזאצן, וועלכע צעטיילן זי, --- קעגנ- זאצן צװוישן רעליגיִעזע מענטשן און וועלטלע- כע, צװישן די מיזרעך-איידעס און די אָפּשטא- מיקע פון אײראָפּע און אמעריקע, צװוישן די אלט-אײַנגעזעסענע און נײַע אוילים, צװישן דער אדמיניסטראציע און די שווארצע פּאנטערעס און נאָך אזעלכע.
ניין, ייַסראָעל װועט ניט זײַן אזא פארזעעניש. ס'איז בעסער א קליינע מעדינע ייַסראָעל, אָבער א שיינע, געזונטע, שטארקע און זינגענדיקע, איידער א ,גרויסע", אָבער א מיעסע, צעפרע- סענע פון צעפוילונגס-ווירוסן,
איך דערמאָן זיך א געשפּרעך מיט א בא- װוּסטן מארקסיסטישן דענקער, װאָס איז געווען אין צענטער פונעם אינטערעס פון דער װעלט בעמעשעך פון א געוויסער טקופע. איך האָב געשפּירט, װי ער װאָלט מיך א שטאָך געטאָן, ווען ער האָט מיך געפרעגט, צי איז נאָך ביכלאל
10
עפּעס געבליבן פונעם סאָציַאליזם אין ייַסראָעל. איך האָב אים געענטפערט, וי איך האָב פאר- שטאנען, אָבער ער האָט װײַטער געפרעגט: ,אין לעצטן כעזשבן און אָביעקטיוו גענומען האָט זיך דאָך אזוי פארמינערט די פּראָפּאָר- ציַאָנעלע אופווירקונג פונעם סאָציאליסטישן אס- פּעקט פון דער ייַסראָעלישער געזעלשאפט אין פארגלײַך מיטן מיליטערישן און נאציאָנא" ליסטישן אספּעקט, אז דער סאָציאליסטישער טייל האָט באקומען דעם כאראקטער פון א מין געברויךיארטיקל פארן עקספּאָרט אָדער פון אן אינסצענירונג פאר טוריסטן, א דעק-מאנטל און א שלייער פאר גאנץ אנדערע זאכן.
ס'איז, עמעס, ניט קיין סימען פון מוט און זעלבסטזיכערקײַט צו װוערן אופגעטרייסלט פון יעדן װאָרט פון קריטיק אָדער שטעלונג פון פרעמדע; ס'איז אָבער נאיוו צו , פײַפן" אף דער עפנטלעכער מיינונג און אפן אײַנדרוק, װאָס מיר מאכן. אָן א שיר שטארקערע מעדינעס וי ייִסראָעל גיבן אויס מיליאָנען דאָלארן און שפּאָרן ניט קיין מי, קעדיי צו פארזיכערן זיך א גוטן נאָמען און א שיין געשטאלט אין דער וועלט.
צו ,אָן קאָמפּלעקסן" רופט אויזער ווייצמאן. בייסן ענדיקן דעם דאָזיקן עסיי (אין אויסלאנד) איז מיר ארײַנגעפאלן אין דער האנט דאָס אר- טיקל פון אמנאָן רובינשטיין אין ,האארעץ" (פון 28 יול 1972). דאָרט ציטירט ער די ווער- טער פון יעשאיאָהו בען פּאָראט אין ,יעדיאָט אכראָנאָט" פון 14 יול 1972: ,ניטאָ קיין ציעניזם און ניטאָ קיין באזעצונג און ניטאָ קיין ייַדישע מעדינע אָן עוואקוירן אראבער און אָן רעקווי- זירן באָדנס און זיי אָפּצױמען". און אויך זײַן טאדלונג קעגן זיכערהײַט-ימיניסטער דערפאר, װאָס ער ,גייט ניט ביזן סאָף".
ס'איז שווער ניט צו ווערן אופגעטרייסלט פון דער געשמאקלאָזיקײַט פון א פאָרשטײיער פון א פאָלק, וועמענס גאנצע געשיכטע איז פול מיט ,עוואקואציע", ,רירן פון אָרט* (דה. גיירושים), ,רעקוויזיציע? און אָפּצוימונג" (דה. פאר- טרײַבן, רויב און קאָנפיסקאציע), ווען ער קומט אָן צו אזא געדאנקענגאנג און צו אזעלכע אויס- דרוקן. ויאזוי קאָן א פאָרשטייער פון א דאָר, אין וועמענס אויערן עס קלינגט נאָך אָפּ דאָס װידערקאָל פונעם באגריף ,די ענדלייזונג"-- און ער װעט נאָך אָפּקלינגען אין די אויערן פון די ייִדן ביזן סאָף פון די דוירעס, -- זיך בייזערן צוליבן ,ניט גיין ביזן סאָף"?
דאָס איז ניט סטאם א שרײַיקע רישעס, נאָר א שוידערלעכע טעמפּקײַט.
פּראָפ. אמנאָן רובינשטײן
וי טנעל די ציַמן. בײַטן זיך!
וי די צײַט גייט שנעל פארבײַ! גאָר ניט לאנג צוריק האָט דער פּרעמיער פון ייִסראָעל שארף אטאקירט יעדן איינעם, װאָס האָט בא- שולדיקט די רעגירונג, אז זי װויל ניט קיין שאָ- לעם מיט די אראבישע לענדער. הײַנט זאָגן עס מינדסטנס צוויי מיניסטאָרן פון איר אייגענער רעגירונג און מע הערט ניט קיין שטים קעגן דעם.
וי די צײַטן בײַטן זיך! נאָך מיט א יאָר צוויי צוריק האָט גאָלדע מעיַר געזאָגט דעם שרײַבער כֹאיִם כייפער, אז ווען זי װאָלט געצווייפלט, װי ער, אינעם ווילן פון דער רעגירונג צו שאָלעם, װאָלט זי אָרגאניזירט אן אופשטאנד פון דער באפעלקערונג קעגן דער מאכט. הײַנט גיבן איבער רעגירונגס-קרײַזן און זײיערע פּעןי מענטשן, אז ייִסראָעל װעט בלויז לײַדן פון א האסקאָמעדיקן שאָלעם מיט יאָרדאניע.
וי די באגריפן בײַטן זיך! נאָך מיט עטלעכע כאדאָשים צוריק האָבן מיר געמיינט, אז דער פעכער פון די פּאָליטישע מיינונגען באוועגט זיך צװישן די עקסטרעמיסטישע אָנשויוּנגען פון די מענטשן פון ,גרױיסײייַסראָעל? ביז צו דער גרופּע , מאצפּען" (מאאָיסטן). פּלוצלינג איז דִי דאָקטרינע פון א גרױס-ייַסראָעל פארוואנדלט געװאָרן אין א מעסיקער און פּשאָרעסדיקער אין פארגלײַך מיטן פאָרשלאָג פון זיכערהײַטס-מי- ניסטער צו הערשן איבער די פּאלעסטינער אראבער און צונעמען בא זיי די פונדאמענטאלע מענטשן-רעכט, נעמלעך: די רעכט פּון יעדן צו שטימען אין די וואלן און אױיסצויבן אן אײַנ- פלוס בענעגייע דעם כאראקטער פון דער מאכט, װאָס װועט הערשן איבער אים. איבערנאכט גע- פינען מיר זיך אין א לאגע, װוּ דער מאקסימום פונעם נעכטן ווערט א מינימום פון הײַנט, און װער עס וויל זיך ניט גלײַכן לויט דער עקסט- רעמיסטישער ליניע, איז א דעפיטיסט. פּונקט וי ,אליס אין װוּנדערלאנד", דארפן מיר , לויפן שנעל, קעדיי צו בלײַבן אפן אָרט?..
די דאָזיקע אנטוויקלונג איז געקומען קימאט אינגאנצן פון ,מאאראך", פון דער ארבעטס- פּארטיי... דער קרייץ-צוג קעגן די ,סענטימענ- טאלע? און די היסטערישע געשרייען קעגן יעדער מיינונג, וועלכע שטימט ניט מיט דעם, װאָס איז אָנגענומען, איזן געקומען ניט פון ,כערוט"... ניט פון ,גאכאל" האָבן מיר געהערט
די אלע אטאקעס קעגן די ,מאָראל-פּרײידיקער?? די עקסטרעמיסטישע פאָדערונג צוצונעמען די אנערקענטע מענטשן-רעכט בא די פּאלעסטינער אראבער --- ניט װי א צײַטװײַליקע רעגולירונג, ביז ס'וועט קומען דער שאָלעם, נאָר װי א סטאבילע רעגולירונג -- איז געקומען ניט פונעם עקסטרעםירעכטס, נאָר פון דער ארבעטס- פּארטיי.
פארשטייט זיך, אז דאָס מיינט ניט, אן די ,כערוט"- און .גאכאל?-קרליזן זײַנען װייניקער עקסטרעמיסטיש, װי די פירער פון דער אר- בעטס-פּארטיי. נאָר בא יענע איז עס שוין אן אלטע מײַסע און זיי כאזערן עס ניט איבער אף שריט און טריט. אין דער ארבעטס-פּארטיי איז עס אָבער א נײַס.
אין פּרינציפּ איז די פּאָליטיק פון מאפּאי, און דערנאָך פון דער ארבעטסיפּארטיי שטענדיק געווען קעגן די אָנשױוּנגען פון די רעװיזיאָ- ניסטן, פון ,,כערוט", פון אזעלכע פירער, וי בעגין אָדער אויזער ווייצמאן. די לעצטע האָבן שטענדיק קוידעמקאָל דעפינירט די צילן פון ציעניזם און דערנאָך גערעדט אָפן וועגן ,פולן באנוצן קויעך, קעדיי צו דערגרייכן די דאָזיקע דעפינירטע צילן". אין דעם זין האָבן זיי ארויס- גערוקט דעם געדאנק פון א ,גרױיס-ייַסראָעל? אָבער מאפּאי און די ארבעטס-פּארטיי האָבן געהאנדלט אנדערש: זיי זײַנען ניט ארויס מיט קיין קלאָרע לאָזונגען. זיי האָבן אפילע פון אָנ- הייב זיך קעגנגעשטעלט דעם געדאנק פון א ,גרױיס-ייַסראָעל?, אָבער זיי האָבן ביסלעכװײַן געשאפן געשעענע פאקטן און ,,מיטן עסן איז געוואקסן דער אפּעטיט?:
גאזע איז געװאָרן ,אָנגעשלאָסן* צו ייַסראָעל, אָן צו געבן וועלכע-עס-איז רעכט אירע אײַנ- װווינער. אראבישע שעטאָכים זײַנען רעקוויזירט געװאָרן. דער שעטעך פון באזעצונג האָט זיך אזוי לאנג אויסגעברייטערט, ביז עס איז צום סאָף געקומען דער פאָרשלאָג ---א פּראָדוקט פון א קורצזיכטיקער פּאָליטישער אײַנשטעלונג -- צו באהערשן יעהודע און שאָמראָן (צוויי געגנטן אפן אָקופּירטן מײַרעװו-ברעג), איגנאָרירנדיק די בירגערירעכט פון זייערע אײַנװוינער. דער דאָ- זיקער פאָרשלאָג איז אין קעגנזאץ צו די פונ- דאמענטאלע באגריפן פון געזעלשאפטלעכער יוסטיץ און אין סטירע צו די גרונט-פּרינציפן
11
פון דער אינטערנאצ;אָנאלער יוסטיץ און פון די אָנגענומענע נאָרמעס צװוישן ציוויליזירטע פעלקער.
לויטן פאָרשלאָג פונעם זיכערהײַטס-מיניסטער װעלן אין יאָרדאױטאָל לעבן צויי סאָרטן מענטשן: די זין פונעם ייִדישן פאָלק מיט פולע בירגערירעכט; די זין פונעם אראבישן פאָלק, אָן רעכט. וויאזוי װעט א בירגער פון דער ארא-
ארן קאַהען
בישער ראסע קאָנען דערווערבן די רעכט פון זײַן ייִדישן שאָכן! דורך מעגײַער זײַן זיך לויטן דין? זיך טויוולען און לערנען מיצװעס! די אינערלעכע סטירעס זײַנען דאָ צו גרויס, אז עס זאָל מעגלעך זײַן צו דיסקוטירן מיטן עק- סטרעמיסטישן פאָרשלאָג, װאָס דער זיכער- הײַטס-ימיניסטער פון ייַסראָעל און זײַנע אונ-י טערשטיצער האָבן ארויסגעבראכט.
די, װאָס פאָכן מיט סטראשירלעס
אין א באריכט וועגן דער ארויסטרעטונג פו- נעם פּרעמיער-מיניסטער גאָלדע מעיר אין קלוב ,בעט ברענער" אין טעל-אוויוו דעם 13 אָקטיאבער 1972 האָבן מיר געלייענט: , פאראן אזעלכע, װאָס ווילן ניט הערן סאדאטס ווערטער וועגן צוריקקערן די פּאלעסטינער זייערע רעכט. זיי באהױפּטן, אז ווען ער רעדט וועגן דעם, איז זײַן קאװאָנע, מע זאָל צוריקקערן די אראבער ניט בלויז גאזע, דעם מײַרעװו-טייל פון יאָרדא- ניע אָדער גאָלאן, נאָר גאנץ ייַסראָעל. מיר-- אין דרויסן, און זיי --- אינװייניק..,*
ווען עס זאָגט ארויס אזעלכע ווערטער עפּעס א קליינער דעמאגאָג, ערגעץ-וווּ אין דער פּראָ- ווינץ, קאָן מען בלויז שטוינען און זיך פאר- טראכטן וועגן דער מאָס פון פאראנטװאָרטלעכ- קײַט און ערנסטקײַט פון ,אופקלערער", װאָס קומען באלײַכטן פאר דער עפּנטלעכקײַט דעם פּאָליטישן לאבירינט ארום אונדז. אָבער וען אזעלכע וװערטער וערן ארויסגעזאָגט פונעם פּרעמיער-מיניסטער און זיי ווערן געבראכט אין אזא צײַטונג װי ,דאוואר", -- איז ניט אָנגענעם צו דעפינירן זייער עמעסן באטליט.
צי איז פאראן וועלכער-ניט-איז גרונט אויס- צוטײַטשן אף אזא אויפן די שטעלונג פון דער עגיפּטישער רעגירונג? לויט די דאָקומענטן פו" נעם ייַסראָעלדיקן אויסערן-מיניסטעריום (לע- מאָשל, לויט דעם קאָמוניקאט פון דער אופקלע- רונגס-אָפּטײלונג, דעם 16 יאנוואר 1972) איז ניטאָ קיין שום גרונט דערצו. די פירער פון דער ייִסראָעל-פּאָליטיק האָבן ניט איין מאָל געטײַנעט, אז ווען די עגיפּטישע רעגירונג װעט בעפיירעש צו וויסן געבן וועגן דער גרײיטקײַט צו א שאָלעם-אָפּמאך מיט ייַסראָעל, װעט עס זײַן א מאמאָשעסדיקער פּאָזיטיווער קער, װאָס װעט דערמעגלעכן דער ייִסראָעל-רעגירונג צו
12
מאכן איר שריט אין העסקעם דערמיט. מע האָט עפשער געמיינט, אז די עגיפּטישע רעגירונג װעט צוליב אינערלעכע פּרעסטיזש-טײַמים אָדער צוליב טאקטישע גענג לעגאבע קעגנער אין דער אראבישער װעלט ניט קאָנען מאכן אזא דערקלערונג.
אָבער א דאָקומענט פונעם ייִסראָעלדיקן אויסערן-מיניסטעריום באשטעטיקט, אז אף דער פראגע פון דר. גונאר יארינג אין זײַן בארימטן מעמאָראנדום פונעם 8 פעווראל 1971 װעגן עגיפּעטס גרײטקײַט זיך צו פארפליכטן ,ארליג- צוטרעטן אין א שאָלעםיהעסקעם מיט ייס" ראָעל*"-- איז דער ענטפער פון דער עגיפּטישער רעגירונג געווען א פּאָזיטיווער.
אף דער פראגע אין יארינגס מעמאָראנדום וועגן דער גרײיטקײַט פון ייִסראָעל זיך צו פאר- פליכטן ,ארויסצוציען אירע קויכעס פונעם פאר- נומענעם שעטעך פון עגיפּטן ביז צו דער אינ- טערנאצ;אָנאלער גרענעץ צװישן עגיפּטן און דעם שעטעך פון בריטישן מאנדאט איבער ערעץ-ייסראָעל* (פּאלעסטינע) -- האָט די ייס ראָעל-רעגירונג ניט געגעבן קיין קלאָרן איינ- דײַטיקן ענטפער.
עגיפּעט האָט באשטעטיקט אלע פארפליכטוג- גען, װאָס זי איז גרייט צו נעמען אף זיך, לויט יארינגס פאָרמולירונג, אין העסקעם מיט דער רעזאָליוציע פונעם זיכערהײַטס-ראט פון נאָיא- בער 1967, מיטן באדינג, אז ייִסראָעל זאָל פון איר זײַט זיך פארפליכטן אויסצופילן דאָס, װאָס די זעלבע רעזאָליוציע לייגט ארוף אף איר.
אין די באדינגונגען, װאָס עגיפּעט האָט גע- שטעלט, האָט די ייִסראָעלירעגירונג געזען א צונישט מאכן איר פּאָזיטיוון ענטפער. דאקעגן האָט זי איר אייגענעם אָפּזאָג צו ענטפערן פּאָ- זיטיוו אף יארינגס איקעריפראגע מאָטיווירט
מיט דעם, װאָס ,אָט די פאָדערונג פון יארינגן האָט אװעקגעקוקט פון דער ייִסראָעלדיקער שטעלונג אין דער פראגע פון די גרענעצן און האָט דורך אוועקשטעלן די דערמאָנטע פאָדע- רונג צוגענומען דעם באָדן אונטער די פיס פון פרײַע פארהאנדלונגען און האָט זיך אידענטי- פיצירט מיט איין צאד" (עגיפּטן).
עגיפּטן האָט זיך ניט צוריקגעצויגן פונעם ענטפער, װאָס זי האָט געגעבן אף יארינגס מע- מאָראנדום. דער עגיפּטישער אויסערן-מיניסטער האָט, עמעס, צו וויסן געגעבן, אז אויב יארינגס מעמאָראנדום װעט אנולירט װערן, װעט אויך אנולירט וערן דער פּאָזיטיווער ענטפער פון עגיפּטן אף דער הויפּט-פראגע אינעם דערמאָנטן מעמאָראנדום, אָבער ביז איצט האָט יארינג ניט אנולירט זײַן מעמאָראנדום-ענטפער, און דאָס אָפּציֶען פון א שאָלעם-רעגולירונג צווישן ייָס- ראָעל און עגיפּטן אלס ארײַנפיר צו די שאָלעם- רעגולירונגען מיט אונדזערע אלע שכיינים-- בלײַבט װײַטער.
די הוסיינישע יאָרדאניע גיט קלאָרע סימאָ- נים וועגן איר גרײיטקײַט צו שליסן א שאָלעם. לעװאָנען, אויב זי װעט ניט זײַן די צווייטע אין דער ריי, ועט זי זײַן די דריטע. אויך די סירי- שע רעגירונג האָט אונטער דער ווירקונג פונעם ראטנפארבאנד און פון אנדערע סאָציאליסטישע לענדער צו וויסן געגעבן דעם 9 מארט 1972 אין א דערקלערונג פון איר פּרעזידענט כאפעז אסאד, אז ,אויב דער באשלוס פונעם זיכער- הײַטס-ראט פון נאָיאבער 1967 איז בעיעכוילעס צוריקצוקערן די אראבער די שעטאָכים אָן מיל- כאָמע און צו פארזיכערן די רעכט פונעם פּא- לעסטינער פאָלק, -- שטיצט אים סיריע?
קיינער װעט ניט טײַנען, אז די רעזאָליוציע 2 האָט א רעמעז אָדער װועלכן-ניט-איז אָנ- האלט וועגן דעם, אז ,עס װעלן צוריקגעקערט ווערן די אראבער ניט בלויז גאזע, דער מי- רעוויטייל פון יאָרדאניע אָדער גאָלאן, נאָר גאנץ ייַסראָעל". ניטאָ קיין פארשטענדיקער מענטש, װאָס זאָל ניט אנערקענען, אז ווען עס רעדט זיך אין יענער רעזאָליוציע וועגן זיכערע און אנערקענטע גרענעצן צװישן ייִסראָעל און אירע שכיינים, מיינט עס: ייִסראָעל אין אירע גרענעצן פונעם פינפטן יון 1967. די מאָסקװער פּאָליטישע װאָכנצײַטונג ,נאָװאָיע וורעמיא" האָט עס גאנץ קלאָר ארויסגעבראכט, שרײַבנ- דיק:
,אין העסקעם מיטן דאָזיקן פּרינציפּ (פון זי- כערע און אנערקענטע גרענעצן) שלאָגט פאָר דער ראטנפארבאנד צו באשטימען די ליניעס פונעם 5 יון אלס סטאבילע און אנערקענטע גרענעצן צװישן ייִסראָעל און די שכיינעסדיקע אראבישע לענדער, וועלכע האָבן זיך באטיי- ליקט אינעם יון-קאָנפליקט. מיט דעם דאָזיקן פאָרשלאָג זײַנען מאסקים אויך די אראבישע לענדער, האגאם אָט די לייזונג באטײַט פאר זי א געוויסע קאָנצעסיע פון זייער זײַט לעטויוועס ייִסראָעל, װאָרעם ס'איז דאָך באװוּסט, אז די ליניעס פונעם 5 יון זײַנען בעסערע פאר ייס- ראָעל, װי די ליניעס, װאָס זײַנען באשטימט געװאָרן אין /194 לויטן באשלוס פון די פארייניקטע נאציעס?.
אלע ווייסן, אז דער ראטנפארבאנד, רומעניע, יוגאָסלאװיע איבן אויס א דרוק אף דער ,אָר- גאניזאציע פאר באפרײַען פּאלעסטינע" (פא- טאך), אז אויך זי זאָל זיך שטעלן אף דער באזע פון דער רעזאָליוציע פונעם זיכערהײַטס- ראט פון נאָיאבער 1967. אין די אינערלעכע דיסקוסיעס אין די אָרגאניזאציעס פון די פּא- לעסטינער איז דער שטארקער ארגומענט קעגן נאָכגעבן דעם דאָזיקן דרוק די שטײַפקײַט פון דער שטעלונג פון דער ייַסראָעל-רעגירונג, װאָס האגאם זי האָט פאָרמעל געגעבן איר האסקאָמע צו דער רעזאָליוציע 242, זײַנען אָבער אירע פּאָליטישע שריט געריכטעט צו פארמײַדן איר דורכפירונג, לויט איר אינהאלט און גײַסט.
מע קאָן זײַן קעגן א שאָלעם-רעגולירונג, װאָס װעט פארפליכטן ייַסראָעל צו צאָלן פאר איר א פּרײַז. דאָס, װאָס ס'איז אָבער פולשטענדיק קלאָר, איז -- אז דער שאָלעם, וועגן וועלכן ייס- ראָעל האָט ניט איין מאָל געמאָלדן, אז זי שטרעבט צו אים, זינט איר עקזיסטענץ און ביזן סאָה פון די שלאכטן פון דער זעקסטאָגיקער מילכאָמע, איז שוין פון לאנג מעגלעך צו דער- גרייכן. דער שליסל צו א שאָלעם-רעגולירונג איז שוין זינט עטלעכע יאָר אין די הענט פון ייִסראָעל, און איר פּאָליטיק אין אזא, װאָס מאכט אים צונישט,
יעדנפאלס, דאָס ארויסשטעלן די סטראשידלע פון א פאָדערונג ,צוריקקערן די אראבער גאנץ ערעץײילסראָעל!; פון ,מיר --- אין דרויסן, זיי-- אינװייניק" און ענלעכע סטראשידלעס -- פּאסט ניט פאר קיין שום ערנסטן און פאראנטװאָרט- לעכן מענטשן און אוואדע ניט פאר קיין פּרע- מיער.
13
פאַטאָקאַפּיעס פון מוידאַעס אין דער ייַסראָעל-צײַטונג ,לעצטע נײַס" פאַטאַקאַפיעס מון מױיואַעש אץ וע ישו טיג הי וית ייה
+ יפא א אוכאאטטאא אצצאצאגצדא צאאאאאצאאאאאאאא אאאצאאוגאצצצצגגייזא;גוגאזאואאאאאאאאאא);
חיק שירות מטחון תשי"ט -- 1939 (נוסח משולב) מעלדונג וועגו צושטעלן זיר פון עולים - מענער צו רעגיסטראציע אין אונטערזוכונגען אין די ראיאימאַביליזאציע-ביוראַען
מענער ישראל-בירגער, אַדער סטאבילע איינוווינער, װאָס זענען געבוירן געװאָרן צװוישן א' בתשרי תרפ"ז (9 סעפטעמבער 1926} און צוושן ב"ט באלול תשייג (9 סעפסעמבער 1953). און וועלכע זענען עוְלה
אש אר
געויען אין מדיגת ישראל צורשן הי בתשרי תשייון אַָקסאַבער פאָטן) איךן צװוישן ב"ז באלול תשליא 200
יילי 1971), אין ודעלכע האבן ביז שיר באלול פשליא :5 סנצפטעמבער 71 ניסט באקומען קיין באטעל זיך
צוצוישטעלן צו רעניסטראַציע און אונטערזוכונגען אויף פעסטצושטעלן זייער פעאיקייט אויף זיכערהייטסי
דינסט, זענען מחייב זיך צוצושטעלן, װײ געזאנט. אין לשכת הניוס אין ראָאָן פֿון זייער וויןיארט אין
טאָג פון טי באלול תשל"א 4 פעפטעמבער 1971} 0800 פר". : ביים צושטעלז זיך דארה מען מיסברענגען א תעחית והית. אַדער א תלוש רישים פון אינער :
זיניסטעריום. איער א געבטורססישיין, הי אויך א תעודת עולה און פאטפארט. ָ
די רשימה פוז זי מאַביליזאַציע-ביוראַען זענצו פֿאַלגנדע; יֹ
4 ירושלים == לשכת הגיוס, רחי רשיי מס. 102 (שכי מקור ברוך) י
6 תל-אכיב--יפו -- לשכת הגיוס, רח' פוריה מס' 1 (ביים קינאָ ,נוגה") :
8 חיפה -- לשכת הניוס, רח' עומר על-ביאָם מס' 12--14 (ביים קינאַ -מאי")
9 פתחיתקוה -- לשכת הגיוס, שיכון עירתי פגיה
4 טבריה -- לשכת הגיוס. רח' נצרת
6 כבארישבל ---- לשכת הגיוס. רח' יד ושם מסי 22.
יי הראל אל"ם פוקי
באמערסונג ; דער פללער נוסה פון באַפעל ורעגן צושטעין זיך צו רעגיסטראַציע און אונטערזוכונגען (עולים) איז פאָרעפנטלעכש געװאָרן אין קובץ תתקנותי :
זייער וויכטיקע מעלדונג ! פאַר עולים פון רוסלאַנד
אַלע מענער, .
וועלכע האַבן נישט דורכגעפירט
ואד פרינציפיעל, יט ר
יק 18 פּראַצענט די ברית מילה (ארכר עּ זאניע)
וו איין קאַסע" אויף זיך, אָדער אויף זייערע קינדער : וערער. די איגי |. (אָן אונטערשיד פון עלטער) זאָלן זיך װענדן צו. אונדז, בער לױט זײן -מיר פירן דורך די אָפּעראַציע און אַ טאָדערנעם שפּיטאָל
! בערך 50 פּראַי ! קיין שום באַי ער איז נישט ! באיע פאר
דורך ספּעציאַליסטן די אַפּעראַציע ווערט געמאכט אומזיסט
מיר פֿאַרפליכטן זיך צו האַלטן בסוד (סעקרעטנאָסט) וועגן דער אָפּעראַציע. זיך ווענדן: תל-אביב, ת. ד. 8382 (סעקרעט)
אט
זייזלםג נייטריי=
רייד האָס | געגעבן, א' 4
צוזאמענטרעף || | עם - מיניס" | | יוז איבערי פאר ישראל
אי *י
1* 4
צײ =י) "יש : =+ ײא * + = * שא
װאַס איז טייערער געװאַרו? נאָך דער דערקלערונג וועגן דער דעװאַלואַציע פוֹן דעם ל"י, זענען נעכטן אינדערפרי טײיערער געװאָרן די פאַלגנדע שפּייזן און סחורות : -- איינהייטלעך ברויט (לחם אחיד, { ק"ג) איז טייערער געװאַרן מיט פיר אגורות: פון 38 אג' אויף 42 אג'.
-- איינהייטלעך ברויט פון 150 גראַס, פון 32 אג' אויף .
8 אגי,
! -- פאַסטעריזירטע מילן, אַ פלאַש פון אַ האַלבן ליטעף, /
קאָסט 233 אגי אָנשטאָט 30 אב
-- אַ פעקל פּוֹטער פון 100 גראַם -- דעב פרייז איז גע- שטיגן פון 65 אגי אויף 15 אבי.
-- אייער, װאָס זייער פּרייז איז געווען 17 אגי קאָסטן 19 אג"ו די װאָס קאָסטן 16 אגי -- קאַסטן 18 אג'ן אייער װאָס האָבן געקאָסט 15 אג' און װײיניקער, זענען טייערער געװאָרן מיט 1{ אגורה, :
-- אַ פּלאַש שמן, װאָס האָט געקאָסט 68 אגי, קאָסט 75 אגי,
-- אַ ק"ג צוקער קאַסט 78 אג', אָנשטאָט 68 אגי.
-- קאַרפן ; זייער פּרייז איז געשטיגן פון 120 ל"י אױף 0 א ק"ג.
-- אַלע אָפּצאָלן, װאָס זענען פאַרבונדן מיט דאָלאַרן בשיי- '
כות מיט פליען און פאָרן מיט שיפן און געוויסע טאַריסן אין לוד און אין די פֿאָרְטן זענען טייערער געװאָרן מיט 20 פּראָצ. -- בענזין פון 82 אָקטאַן איז טייערער געװאָרן מיט אָנ-
{ דערהאַלבן אגורות: פון 59 אגי אוף 605 אגי אַ ליטעה
| == בענזין פון 94 אָקטאַן -- זיין פּרייז איז געװאַקסן פון 0 אױף 72 אג' אַ ליטער. : -- סאַלער (אױף דער סטאַציע) -- דער פרייז געשטיגן פון 19 אויף 205 אגי אויף אַ ליטער, 0 = -- פאַרשידענע סאַרטן פּאַזוט זענען טייערער געװאָרן מיט 0 ליי אויף יעדע 100 ליטער,
-- גאַז צום קאָכן -- פּרײיז געשטיגן פון 10 ל"י אױף 5 ל"י פאַר אַ קליינעם באַלאַן, װאָס אַנטהאַלט 12 ק"ג. און פון 10.40 אויף 1010 ל"י פאַר אַ באַלאַן, װאָס אַנטהאַלט 125 קילאָגראַם. : | = די פּרייזן פון געוויסע שפּייזן. װי צום ביישפּיל געפרוירן פלייש, ועלן באַשטימט װערן אין דער נאָענטער צוקונפט און זי װעלן שטייגן -- װי אויך די פרייזן פון מעל, סיגאַרעטן א.אַ.וו. : | ח'ספיר האָס אַרױסגעגעבן נעכטן אינדערפרי אַ דעקרעט, | לױש וֶעֶלכן מען טאָר נישט ענדערן די פר"ון, װאָס זענען - געווען אַנגענומען דעם 15-טן אױגוסט 1971 אַן דער דערלוי- - בעניש פון דעם ממונה על המחירים, דעם רעגירונגס-באַאַמטן, װאָס װעט זיך מטפּל זיין מיט די פרייזן -- און דאָס איז זייר משה מאנדלבוים. עס איז פאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ לאַנגע רשימחה פון אַרטיקלען, װאָס זייערע פּרייזן טאָר מען נישט הויבן. דער ציבור ווערט געבעטן צו מעלדן שריפטלעך װעגן יעדער אומדערלױבטער פרייז'העכערונג.
מען דערװאַרט, זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַ באַדײישנדן וווקס פון די פּרײזן אויף אױטאָס. טעלעוויזיע אַפאַראַטן, טייפירע- קאָרדערס, װאַש-מאַשינען א.אַ.װו,
טריר טריר רער לעיאר יק ארי ייא א יא אטא ספאסיס יאנג
15
יעהוישוע אירגע
די אינפליאציע און דער יאקרעס-- ניט איבער דער שולד פון די ארבעטער
דאָס יאָר 1972 האָט אין ייִסראָעל זיך פאר- ענדיקט מיטן װוּקס פון די פּרײַזן אף 14--15 פּראָצענט. פון דעם האָבן די ספּעציאליסטן, וועלכע האָבן נעװיַעס געזאָגט װעגן געזונט ווערן פון דער ווירטשאפט און וועגן עקאָנאָ- מישער סטאבילקײַט, אויסגעזען לעכערלעך. די אינפליאציע און דער יאקרעס, די סאָציאלע פּאָליאריזאציע, דער װוּקס פון אָרעמקײַט זײַנען שטענדיקע באגלייטער פון דער קאפּיטאליסטי- שער אָרדענונג אין ייַסראָעל, און זיי זײַנען א רעזולטאט פון דער ,פרײַער איניציאטיוו". ,די דיסקרימינאציע און די פארקריפּלונג, וועלכע ליגן אין גרונט פון אלע פעלערן אין געזעל- שאפטלעכן און עקאָנאָמישן לעבן אין ייִסראָעל, איז אן אָבליגאטאָרישער רעזולטאט פון דער פּאָליטיק, װאָס איז געריכטעט פון ,,אויבן" דורך דעם פינאנץ-מיניסטעריום און פונעם ייַסראָעל- באנק (בעןיארן, גענעראל-סעקרעטאר פון היס- טאדרוט, ,יעדיאָט אכראָנאָט", 73. |. 12).
די באשולדיקונגען, װאָס לאָזן זיך הערן לע- גאבע די ארבעטנדיקע, אז, קלוימערשט, זײ זײַנען די שולדיקע אין דער קראנקהלײַט, װאָס באהערשט די ווירטשאפט, אין יאקרעס און אינ- פליאציע, איז א שטענדיקע דערשײַנונג. עס לאָזן זיך הערן טײַנעס וועגן דער ,נידעריקער ארבעטס-מאָראל", וועגן פאָדערונגען פון אי- בערגעטריבענעם לוין און דעם , לוקסוס-לעבן", װאָס עס פירן די האָרעפּאשניקעס. די דאָזיקע ליגנערישע טײַנעס קען מען הערן יעדן טאָג, ניט געקוקט אף די פאקטן און ציפערן, וועלכע דערװײַזן זייער פאלשקײַט און ניט-באגרינ- דעטקײַט. |
דער איבערבליק, װאָס די צענטראלע ביוראָ פאר סטאטיסטיק האָט דורכגעפירט וועגן האכ- נאָסעס פון מישפּאָכעס פון לוין-ארבעטער. אין יאָר 1971, װײַזט, אז ס'איז געפאלן די רעאלע האכנאָסע פון מישפּאָכעס פון לוין-ארבעטער. פונעם דאָזיקן איבערבליק ווערט קלאָר, אז 1192 פון די אלע מישפּאָכעס האָבן פארדינט ביז 500 ייִסראָעליפונט א כוידעש ברוטאָ: 212 -- צווישן 0 און 750 פונט; 420 --- צװישן 750 און 1700 פונט. צוליב עפּעס האָט די סטאטיסטיק געמאכט א שפּרונג פון 750 פונט ביז 1700 פונט. ס'איז
16
קיין סאָפּעק ניט, אז בא 8050 פון די דאָזיקע מישפּאָכעס איז דער לוין װײַט פון 1700 פונט, דער גרעסטער טייל זייערער פארדינט 800-- 0 פונט א כוידעש. בעכיין, קומט אויס, אז 02 פון די לויןיארבעטער פארדינען װייניקער פון 1000 פונט א כוידעש ברוטאָ.
בא 107 טויזנט ארבעטער-מישפּאָכעס דער" גרייכט דער לױן בין 650 פונט א כידעש. דאָסראָוו פון די דאָזיקע פאמיליעס זײַנען מיט א סאך קינדער און פון די מיזרעך-געמיינדעס. דעריבער קומט אויס, אז דאָס באאוולען נעמט ארום בא א מיליאָן נעפאשעס.
אין ייִסראָעל איז די פּראָדוקציע אין 1972 אויסגעוואקסן אף 2600 (די פּרײַזן זײַנען לויפנ- דיקע), דער לוין איז אויסגעוואקסן אֹף 210, דה, אז אין יאָר 1972 איז דער לין אף א פּראָדוקציע-איינס געפאלן אֹף 470 --5.
דער שטעלפארטרעטער פונעם סעקרעטאר פון היסטאדרוט ירוחם משל האָט פּובליקירט אן ארטיקל (, דאוואר", ||. 25), װוּ ער זאָגט: ,פון די געגעבענע, װאָס איך האָב, װײַזט זיך ארויס, אז דער לוין פאר אן ארבעטישאָ אין ייִסראָעל איז נידעריקער וי אין אײראָפּע, אָבער דער פּרײַז פון א פּראָדוקציע-איינס איז העכער. מיר דארפן שטודירן די סיבעס דערפון". דאָ איז ניטאָ װאָס צו שטודירן: די פארדינסטן פון די קאפּיטאליסטן אין ייִסראָעל זײַנען אומ- באגרענעצט, -
די טײַנע ועגן דער נידעריקער ארבעטס- פּראָדוקטיװקײַט פון ארבעטער אין ייַסראָעל האָט קיין גרונט ניט. פארקערט, די עקספּלוא- טאציע איז געוואקסן סײַ איבער דער אינטענ- סיפיקאציע פון דער ארבעט און סײַ איבער דעם אומופהערלעכן װוּקס פון די נאָרמעס, װוי אויך איבער דעם, װאָס מע ברענגט ניט ארײַן קיין גענוגנדיקע נײַע טעכנישע פארפולקומונגען.
דער לוין און די סאַציאלע באדינגונגען אין די לענדער. פונעם בעשוטפעסדיקן מארק זײַנען העכער וי אין ייַסראָעל: אין דײַטשלאנד מיט 2, אין האָלאנד מיט 5100, אין בעלגיע מיט 2, אין פראנקרײַיך מיט 2200 און אין איטא- ליע מיט 26:0. די דאָזיקע ציפערן װײַזן, װי אומבארעכטיקט ס'איז די בארימערל פון די
1--51
היסטאדרוט-טוער, װאָס זאָגן, אז דער לוין און די סאָציאלע באדינגונגען פונעם ייִסראָעלדיקן ארבעטער זײַנען מאמעש פּראכטפולע.
די פארדינסטן אין ייַסראָעל פון א הײַפל גרויסע אינדוסטריעלער זײַנען קאָלאָסאלע.-- 2 פון דער נאציאָנאלער האכנאָסע אין דער אינדוסטריע, --ניט געקוקט אף דעם, װאָס די אינדוסטריע-ארבעטער זײַנען אין זייער צאָל 5 מאָל מערער איידער זייערע ארבעטגעבער.
די רעגירונג פון ייִסראָעל פירט א פּאָליטיק, װאָס פארוואנדלט די מעדינע אין א גאניידן פאר קאפּיטאליסטן, פון איין זײַט; און פון דער אנדערער זײַט גרײַפט די רעגירונג אלץ מערער אָן די האָרעפּאשנע שיכטן, װאָס װערן אלץ אָרעמער. די דאָזיקע פּאָליטיק איז געקומען צום אויסדרוק אין געבן לאנגטערמיניקע האלװאָעס מיט א קליינעם פּראָצענט, גראטיפיקאציעס פארשיידענע. אינװעסטאָרן, א באקוועמען קורס אף צו בײַטן פרעמדע וואליוטע, פארשיידענע פּריווילעגיעס עקספּאָרטערן און אימפּאָרטערן, און דערצו נאָך פארשיידענע באפרײַונגען פון צוגאָב-שטײַערן און פון שטײַערן ביכלאל, און דאָס ארופלייגן דעם שטײַערןײיאָך אף די האָ- רעפּאשניקעס. דער טייל פון לוין-ארבעטער אין צאָלן האכנאָסע-שטײַער איז אין 1971-- 2 געוואקסן ביז 55,800 אין פארגלײַך מיט 2 אין 1970 --- 1971.
פון דעם אלעם זעט מען דײַטלעך, װוי גרויס עס איז די עקספּלואטאציע, דאָס פאלן פונעם רעאלן לוין פון די ארבעטנדיקע און די לאסט פון די שטײַערן, װאָס באשווערט אלץ מערער די ארבעטער. דאָס אלץ ברענגט ניט צו דער סטאבילקײַט פון דער ווירטשאפט און צום גע- זונט מאכן די עקאָנאָמיק.
לאָמיר ברענגען בלויז אייניקע בײַשפּילן פון די פארדינסטן פון די אינדוסטר;עלער: דער ריינער רעוועך פון דער קאָמפּאניע ,ארגמן" איז געוואקסן אף 1150 אין 1971 -- 1972 פון ;עסיס? (דער ברוטאָירעװעך) --פון 10 ביז 6 מיליאָן פונט; פון ,דובעק" -- די רעװאָכים
האָבן דערגרייכט 25 מיליאָן פונט: פון ,אליאנס"-- דער ברוטאָיפארדינסט איז גע- וואקסן פון 7,4 מיליאָן ביז 9,7 מיליאָן פונט.
די רײַכע װערן נאָך מערער רײַך פון דער אָקופּאציע און פון די אלץ וואקסנדיקע מילי- טערישע הוױצאָעס.
אזוי האָבן זיך צוזאמען באהעפט ביידע איקערדיקע פאקטאָרן פון דער אראָפּקײַקלונג פון דער ווירטשאפט -- אינפליאציע און יאק- רעס, -- און דאָס גרײַפט שווער אָן דעם רעאלן לוין פון די ארבעטנדיקע. דער מיליטערישער בודזשעט עסט אוף 7,3 מיליארד פונט, אכוץ די 4 מיליארד צו באצאָלן כויוועס און פּראָצענטן פאר מיליטערישער געווער-אויסשטאטונג אין די פריִערדיקע יאָרן.
0 טויזנט קינדער, װאָס שטעלן מיט זיך פאָר בא א פערטל פון די קינדער פון ייִסראָעל, לעבן אין באדינגונגען פון אָרעמקײַט אָדער אפן שוועל פון אָרעמקײַט.
נאטירלעך, אז װאָס מער ס'דעקן זיך אוף די רעזולטאטן פון דער רעגירונגס-פּאָליטיק, דאָס רײַך וװערן פון וייניקע און זייער הולטטַיַש לעבן, און פון דער אנדערער זײַט--- די נויט פון אלץ גרעסערע מאסן ארבעטנדיקע, אלץ מער ווערט פארשארפט דער קאמף פונעם פאָלק פאר א בעסער לעבן.
אין 1972 זײַנען אין ייִסראָעל פאָרגעקומען 8 שטרײַקן. ס'זײַנען אויך געוואקסן די צאָל טײילװײַזע שטרײַקן, סאנקציעס, ארבעט-פאר- לאנגזאמערונגען. די סיסטעם פון די טײילװײַזע שטרײַקן האָט זיך אויסגעברייטערט װי א רע- זולטאט פון זוכן וועגן ארומצוגיין די אנטי- ארבעטער-געזעצן און די ארײַנמישונג פון דער רעגירונג, צום שלעכטן פאר די ארבעטנדיקע, אין זייער קאמף. ס'איז קיין סאָפעק ניט, אז די דאָזיקע מעטאָדן פון קאמף װעלן זיך אויס- ברייטערן און זיי װעלן צונישט מאכן די גע- זעצגעבונג, װאָס איז באשטימט צו טאָרמאָזירן דעם ווידערשטאנד פון די ארבעטנדיקע, וועמעס לעבנס"ניוואָ איז געטראָפן געװאָרן.
מאָטל טאלאלאיעװוסקי
מיט אײַך איניינעם
דאָס גרעסטע גליק
מיט אלץ, װאָס איך פארמאָג, איך טייל זיך גערן. כ'בין זיכער, אז דערפון כ'וועל אָרעמער ניט װערן.
א העלפט פון מײַנע הימלען -- ביטע, נעמט! דאָס גאָלד פון מײַנע שטערן---ביטע, נעמט! נאָר פירט עס ניט ארויס, כאָלילע, אין דער פרעמד.
די בעסטע זאפטן פון מײַן ערד -- טרינקט צו געזונט, נעמט מײַנע זוימען און פארזייט אין אײַער גרונט,
נעמט מײַנע ציגל, מײַן בעטאָן און בויט געזונטערהייט, און טיילט זיך, פּונקט װוי איך, מיט אײַער פרייד.
אז דאָס איז רעכט, האָב איך שוין לאנג פארשטאנען, -- קיין גרעסער גליק פון דעם איז ניט פאראנען!
נעם צו בא מיר דעם שטילן טײַך,
דעם וואלד, ווו איך בין אויסגעוואקסן, -- און צו א בעטלער װעל איך װערן גלײַך, װאָס בלאָנקעט מיט דער טאָרבע אפן אקסל.
נעם צו מײַן קינדהײַט, מײַן אמאָל, מײַן אָרעמקײַט נעם צו אפילע, -- און אָנװערן װעל איך מײַן קאָל, און װערן װעט א פּוסטע טפילע
מײַן ווייטעקדיקע ליד --
אָן זי א פּוסטער זאנג כ'וועל װערן, כ'וועל זיך דערפילן אלט און מיד, ניט וויסן גאָר װוּהין זיך קערן.
מײַן ערד, מײַן וואלד, מײַן שטילער טײַך, איך װעל ניט אָפּגעבן אײַך קיינעם. כ'בין מאזלדיק און איך בין רײַך, ביזוואנען כ'בין מיט אײַך איניינעם.
און לעבן גלוסט זיך
..און לעבן גלוסט זיך -- ניט צו איבערגעב! זאָל זײַן מיט קאָפּװײטעק. אין פּײַן. אין וויי. מיט אָפּגעשוואכטע פליגל -- און דאָך שוועבן, און הערן, װוי עס זינגט מײַן סאָלאָװײ.
זינג, זינג, מײַן סאָלאָװײ,
איך זאָל ניט הערן, װי עס טוט מיר וויי. איך װויל, מע זאָל מיר זאָגן: ס'איז א ליגן, פארקרים זיך ניט, -- דו ביסט געזונט ---א גוואר!
18
ווען ס'טוט דיר וויי, װאָלסטו דאָך ניט געשוויגן און װאָלסט דאָס הארץ געהיט פון א געפאר.
װאָס קומט ארויס -- זיך היטן צי ניט היטן, בארימען צי באקלאָגן זיך איז שפּעט..
דער אָנהייב מיטן סאָף -- זי פירן א געװועט, און איך זעץ פאָר דאָס שווימען מיט א ציטער.
זינג, זינג, מײַן סאָלאָװײ, איך זאָל ניט הערן, װוי עס טוט מיר וויי.
א דענקמאָל
דאָס גאנצע לעבן האָט ער זיי געזאמלט, געטרײַ פון שטויב און פײַכטקײַט זיי פארהיט. עס פלעגן צו אים קומען רײַכע קוינים, באצאָלן גרייט געווען די העכסטע פּרײַז.
זי ווערן דאָך פארשטיקט אין אָט דער ענגשאפט -- געטײַנעט האָבן די מעווינים, און ער האָט אלץ געשמייכלט אין דער באָרד; -- כ'פארקויף זיי ניט. זי זײַנען מיר װי לופט..
ס'איז יעדער בילד מיר טײַער, װי א קינד,
װוי מיט א ליבסטן פרײַנט, איך רעד מיט דעם,
ווען ס'ווערט מיר אומעטיק און ביטער אפן הארצן.
זײַן אלטיטשקע האָט מיט איר גרײַזן קאָפּ געשאָקלט און באשטעטיקט, אז איר אלטער װעט שטארבן אין זײַן בילדער-גאלעריי.
נאָר פּלוצעם, אין א הארבסטיק-גרויען טאָג, האָט ער באפוילן אופזידן דעם אלטן סאמאָוואר און אײַנלאדן צו זיך די קינדער פון דער גאס צוזאמען מיט די לערער פון דער שול,
און, האלטנדיק די גלאָז אין זײַנע הענט, צו די פארזאמלטע אזוי געזאָגט: -- כאוויירים! די טאטע-מאמעס אײַערע און באָבע-זיידעס אויך האָבן געװויס געלאכט פון מיר, װאָס כ'האָב דאָס גאנצע לעבן מײַן האָב-און-גוטס ארײַנגעלייגט אין אָט די בילדער... איך בין שוין אלט. איך האָב ניט קיין כאראָטע, װאָס װי דאָס אויג אין קאָפּ האָב איך זיי אָפּגעהיט. איצט וויל איך, אז דאָס גוטס זאָל אײַך געהערן. איך שענק דאָס אײַך, אז איר און אײַערע קינדס-קינדער זאָלן די בילדער אָפּהיטן און שעצן פּונקט וי איך, און וויסן, אז אין זיי איז די אומשטערבלעכקליט פון מענטש און פון זײַן גײַסט.
אף גרויסן פּלאץ, בישכיינעס מיט דער שול, א ליכטיק מויערל מיט הויכע העלע פענצטער שטייט אױבנאָן --'א דענקמאָל יענעם אלטן, װאָס האָט דאָס גאנצע לעבן טרײַ געזאמלט זײַן װוּנדערלעכע בילדער-גאלעריי..
שדווג
עס זײַנען, גלייב מיר, גאָר ניט ווערט די סאמע שטארקסטע מיטלײַדיווערטער, ווען ס'קומט די שאָ פון שיידונג
מיט אונדזער ערד.
ס'גייט אויס מײַן ברודער (שוין דער פערטער) --
דער סאמע פריילעכסטער פון מײַנע ברידער, װאָס איז געווען, װי אויסגעשמעלצט
פון טאנץ און לידער,
פון שארפזיניקע וויצן און פון פרייד,
װאָס האָט אין אים געשפּרודלט און געזאָטן. איצט דאכט זיך, אז ער בעט מיך שטילערהייט: -- מע דארף מיך ניט באוויינען, מאָטל, פארבלײַב געזונט און זינג, װי נאָר דו קענסט,
איציקלס אָנדענק
אז אלעמען זאָל גרינג זײַן אפן הארצן. איך ווייס שוין אף געוויס:
געוויין און קלאָג איז ניט פון די רעפועס, װאָס היילן אויס, װאָס שטעלן אף די פיס.. און ס'האָבן זיך פארשלאָסן זײַנע ויִעס
אף אײיביק מיטן שטארקסטן שלאָס.
און א פאריאָסעמטע געבליבן איז די גלאָן
לעם זײַן צוקאָפּנס אפן װײַסן טישל--
זײַן לעצטער טרונק.
ס'האָט אין אקוואריום געשטיפט דאָס פישל,
דער זייגער דרי מאָל האָט געטאָן א קלונג,
נאָר דאָס האָט שוין מײַן ברודער ניט געהערט --
אזא איז זי געווען, זײַן שיידונג מיט דער ערד
און מיט די ברידער זײַנע..
19
װי דו, מײַן קאשטאנבוים
דו ביסט דאָס שענסטע צירונג אין מײַן הויף,
דײַן גרינע קרוין, די זילבער-װײַסע ליכט
פון יאָר צו יאָר, ווען ס'קומט דער שטילער פרילינג, באגליקן און דערפרייען מיך, וי קיינער.
און ווען די זון צעפלאמט זיך, װי איר פּאסט
אין הייסן טאמעז, קומסטו מיט דײַן שאָטן,
און אלע קינדער פון מײַן הויף דיר נעמען דאנקען, בארימען זיך מיט דיר, מײַן קאשטאנבוים.
נאָר צען מאָל שענער ביסטו, הויכער גרינער גוואר, ווען ס'קומט דער הארבסט און ס'ווערט דײַן קרוין א קישעפדיקער, פלאקערדיקער שײַטער, װאָס ציט זיך מיט די פּײַערדיקע צינגער צום סאמעט פון די דורכזיכטיקע הימלען.
די בלעטער האלטן זיך נאָך אף די צװײַגן, וי זיי זיך רייצן װאָלטן און שטאָלצירן
מיט זייער גאָלד, װאָס שײַנט אנטקעגן זון. אוי, קאשטאנבוים, וי קומט צו דיר אזויפיל
אי כיין, אי קראפט, אי זיכערקײַט, אי ברען, װאָס צווישן אלע ביימער אף דער װעלט
דו ביסט דער איינציקער, װאָס רופט ארויס א הייסן ווילן ענלעך זײַן צו דיר:
אום פרילינג -- בליִען, פלאקערן אום הארבסט, וי דו, מײַן װוּנדערלעכער קאשטאנבוים.
/
כאסקל טאבאטשניקאָוו
מיט אוואועם האויץ /
(2//0085ר אאַטיז/זן)
די קיעווער סאָלדאטקע
געבענטשט זאָל זײַן די האנט,
װאָס האָט אינמיטן וואלד
אף צװײַגל איבער קוואל
פון פּראָסטער קאָרע מיר געלאָזט א קריגל.
אָשער שװארצמאן
ן קוראזש, אָן טומל האָט זיך באוויזן אין שטאָט א שיין יאָדערדיק מיידל. װוויל געפו-
קיַ"רעמט, מיט א פּאָר פרישע באקן. א מויד, װי מע איז געװוינט צו זאָגן אין בארשעוו, א צימעס. גערופן האָט מען זי בלומע יאכניס.
אָפּט לאָזט זיך הערן דער דאָזיקער נאָמען אין קאָמיוגישן קלוב, אין דער יוגנטיסעקציע בא די פּראָפארײנען, און מער װי אומעטום קלינגט איר נאָמען צװישן די קינדער. שפּעטער האָבן מיר זיך דערװוּסט, אז די קלעווער קאָמיוגיטוערן בלומע יאכניס איז געשיקט געװאָרן צו אונדז מיט א שליכעס פון גאָר א באזונדערן באטצט פאר דער היגער קאָמיוגישער אָרגא- ניזאציע און אויך פאר דער געגנט.
דערװײַל ווייסן מיר, אז די אראָפּגעקומענע קאָמסאָמאָלקע איז א ייִדישע טאָכטער פון פּאָשעטע האָרעפּאשנע עלטערן, לעבט אין קיעוו און איז א טיכטיקע קאָמסאָמאָליטוערן אין די צענטראלע אָרגאנען.
בלומע יאכניס איז טאָמיד א פארטאָנענע, טראָגט זיך שטענדיק פון דאָרף צו דאָרף, קומט אין שטאָט ארײַן אף א מעסלעס, העכסטנס אף צוויי, און לאָזט זיך װײַטער אין וועג ארײַן ,אף דער פּעריפעריע", װי זי אליין רופט עס אָן. פּלײַסיק און מיט קאװאָנע פירט זי דורך נייטיקע באראטונגען מיטן אקטיוו, לייענט פארן דאָרף-אוילעם לעקציעס, אין א גרעסערן ייִשעוו זאמלט זי צונויף די עלטערע קינדער, קלערט פאר זיי אוף די טאקאָנעס פון דער נײַער קינדער-אָרגאניזאציע, װאָס װעט שפּעטער, בייסן שאפן די פילצאָליקע מאכנעס, אָנגע- רופן ווערן פּיַאָנערן-אָרגאניזאציע.
פּראָסטלעך באשיידן געקליידט, װאָכעדיק, ניט שטאָטיש, ניט דאָרפיש, קומט זי קעסיידער דיר אנטקעגן אופגעלייגט, מיט א ליכטיק צעשטראלט פּאָנעם, כיעסדיק און אָנגעקװעלט, גוטמוטיק און ברייטהארציק. די צוגעלאָזטקײַט דערנעענטערט צו אָט דער פארטרוילעכער בלומע יאכניס, עס לאָזט זיך אפילע מיט איר גרינג איבערגיין אף דו. עמעס, א ביסעלע
זע , סאָװועטיש היימלאנך" נומ. 11 און 12 פארן 1972.
21
שטערט דאָ די שינעל.. די דאָזיקע אלט אָפּגעבליאקעװעטע סאָלדאטישע שינעל, װאָס כאפּט ענג ארום איר שטײַףײיאָדערדיקן גוף.
איינמאָל האָב איך בלומע יאכניס געטראָפן אינמיטן דער צענטראלער שעווטשענקאָיגאס א פארשטויבטע, א דורכגעװינטיקטע, קענטיק נאָרװאָס אָנגעקומען פון װײַטן װעג. זי האָט אויסגעזען מידלעך, ניט דערשלאָפן. דאָס פולבלעכע פּאָנעם איבערגעגליט, קוים װאָס זי האָט זיך געהאלטן אף די פיס. דער כאווער יאקאָוו, מיט וועלכן זי איז געווען ארײַנגעטאָן אין אן ערנסטן שמועס, איז געשטאנען מיט איר לעבן די אײַנגעמוערטע פּלױט-גראטעס פון שטאָי טישן אויספירקאָם, האָט קימאט אף איר אָנגעשרען, װי אן עלטערער ברודער, אז זי ברענגט זיך צופיל אויס, שאנעוועט ניט דאָס געזונט און אז ער, דער כאווער יאקאָוו אליין, זי מעג דערפון וויסן, טראָגט אין א געוויסער מאָס די אכרײַעס פאר איר, פאר דער קיעווער קאָמיוג" אָרגאניזאציע.
-- אלצדינג, -- זאָגט ער מיט לײַכטן פאָרװוּרף, -- דארף געטאָן ווערן מיט מאָס און דערי- קער מיט סייכל.
אָבער לויטן אָנגעמערקטן פּלאן, פארענטפערט זי זיך, מוז זי נאָך זײַן אין קראפּעשי אפן אָװנט פון זעלבסטעטיקײַט, װאָס די עלטערע שילער אָרדענען אײַן פארן דאָרף. זי קאָן ניט, זאָגט זי, ארונטערײַסן אזא אויסערסט וויכטיקע אונטערנעמונג אפילע, װען עס זאָל דונערן און בליצן. דערבײַ לויפן אָן פיל לעבעדיקע ווייערלעך און מאכן דאָס ברייטלעכע פּאָנעם אירס טמימעסדיק-מילד.
-- אפן געזונט קלאָג איך זיך ניט, -- אפסנײַ גיסן זיך אָן די מיידלשע באקן מיט פריש- צוגעקומען בלוט. -- האלעװײַ אף װײַטער ניט ערגער. נאָר װאָס זשע דען יאָ?--איז זי זיך אָפנהארציק מוידע פארן כאווער יאקאָװ, -- די מידקײַט קומט װי אן אומגעבעטענע באגליי- טערן, ווען קיינער רופט זי ניט.
-- אין דעם, טײַער בלימעלע, גייט עס דאָך.
די הויכע שטײַף געשנורעװועטע שטיוועלעך, געדיכט אײַנגעטונקענע אין גרױען װעג- שטויב, האָבן איידעס געזאָגט וועגן די אוסגעמאָסטענע שטאָכים. זאָל מען אף איר איבעריקס קיין פאריבל ניט האָבן, אויב עס קומט אויס, שטייענדיק אָט דאָ לעבן די אײַזערנע גראטעס, בײַטן אָפּטער דעם פוס און זוכן עפּעס אן אָנשפּאר. דאָס בונטפארביק פאטשיילעכל, דאָרפיש געקווייטלט, זיצט אויך ניט רויַק, שוין דאָס וויפלטע מאָל איבערגעבונדן, אײַנגעקניפּט עס, און עס האלט זיך פאָרט ניט אפן קאָפּ.
-- איך בין מאמעש אנציקט! א מענטש זאָל פארמאָגן אזא שלאָגנדיקן קוואל ענערגיע, אזויפיל לעבנסיפרייד, --- רופט אויס באגײַסטערט דער כאװער יאקאָוו, ---מיט אײַך, בלומע, איז אפילע גוט שטיין אונטער א גוסרעגן... נישקאָשע, פונעם אויספירקאָם, מיין איך, װעט גאָרניט אָפּפאלן, ער זאָל אײַך פונדעסטוועגן צוהעלפן מיט טראנספּאָרט. באלד װעל איך טאקע א רעד טאַן מיטן קרומען, װאָס האָט צו שאפן איבער פערד-און-װאָגן.
-- מויכל, הונדערט מאָל מויכל, ---ווארפט זי גיך אָפּ מיט דער האנט, --א גרויסן דאנק פאר אײַער לאסקע, ניט קעדײַ די טירכע, אף מײַן װאָרט, ניט קעדײַ. אײַער ווילן טאָן מיר א טויווע שאץ איך זייער און זייער, דאָך קלער איך: דאָס בעסטע און זיכערסטע, וען מע פארלאָזט זיך אפן אייגענעם טראנספּאָרט, -- זי טוט זיך לײַכט א נייג צו די פארשטויבטע שטיוועלעך, ---גלייבט מיר, אז דאָס איז סאמע דאָס ראיעלסטע.
-- א ראכמאָנעס אף אײַערע פיסעלעך!:.-- שפּאסט ער לוסטיק. --אָרעמע יונגע פיסע- לעך. -- ער װערט אָבער טייקעף ערנסטער און קוקט דורכדרינגלעכער ארײַן אין אירע אויגן. -- עמעס, פאראן צײַטן, ווען מע איז געצװוּנגען שטעלן דאָס לעבן אין א סאקאַנע. בא הײַנטיקן טאָג בעטן מיר אײַך, ליבע און טײַערע בלומע, שאנעווען דאָס ביסל געזונט. מײַן באקאַשע: לערנט אויך די קינדער, די יוגנט, מיט װועמען איר קומט אין נאָענטן קאָנטאקט, אָפּהיטן דאָס געזונט, ---גאָר אף א קליינער װײַלע בלײַבט ער שטיל, בלויז אף איבערכאפּן דעם אָטעם, און זעצט װײַטער פאָר, -- צוליב נייטיקע פּאָליטיש-געזעלשאפטלעכע אקציעס װעט דער היגער אויספירקאָםס שטענדיק קומען צוהילף. זײַט נאָר ניט קיין שעמעװדיקע בארישניע -- מאָנט!
זי האָט געהאט בעדייע אים שארף אָפּענטפערן, אָבער זי האָט עס ניט געטאָן איבער פיל טײַמים, קוידעם טאקע צוליב דעם, װאָס זי דארף זיך פירן קעגן אן עלטערן כאווער קאָרעקט און העפלעך; צווייטנס, איז דער פּאָליטפּראָסװעט פאָרט אין בארשעוו באלעבאָס.
-- דאָס זעלבע, -- טוט זי א קרום מיט די ליפּן --האָב איך שוין געהערט פון מײַן געטרײַער באָבע, די ערד זאָל איר דאָרט זײַן גרינג. זי פלעג מיך אויך שטענדיק װאָרענען איך זאָל אײַנהיטן דאָס געזונט.
22
-- װאָס זשע מיינט איר? גאָרניט קיין נארישע ייִדענע, -- שלאָגט ער זי איבער, צוזשמו- רענדיק כיטרע אן אויג.
דער כאווער יאקאָוו האָט זי באגלייט אף ארופצו, אהין, װוּ עס געפינט זיך די קאָמיו- גישע קאָמונע.
אויב זי וויל נאָך הײַנט זיך לאָזן קיין קראפּעשי, איז איר געבליבן זייער װייניק צײַט אף אָפּרוען. זי װעט מיסטאמע זיך נאָר אײַנװאשן, איבערטאָן, עפּעס װאָס איבערכאפּן און װײַטער זיך לאָזן אין וועג ארײין.
צום באדויערן איז נאָך ניט געקומען די רויַקע צײַט, װען אף די װעגן זאָל זיך האָבן אײַנגעשטעלט עכטער פרידן. װוּיניט-װווּ באפאלט מען נאָך אין װעג געלאָדענע װעגענער, מענטשן װערן בארויבט אינמיטן העלן טאָג פון באנדיטישע איבערפאלן. װינציק ברענגט מען נאָך צו פירן געהארגעטע אהער אין בארשעוו? זי אליין, די זעלבע בלומע יאכניס, האָט יענע װאָך געבראכט צו פירן פון הינטער סטעפענעץ אף א דאָרפישער דראבינע, אײַנגעהילט אין שטרוי, צעהאקט און צעבראָקט, א ייִדיש באָכערל אין א בודיאָנישן שלעם... פון דעמלט אָן האָט זי מיט נאָך מער פּײַער און מער אקשאָנעס געפירט איר פּראָפּאגאנדיסטישע ארבעט.
נאָך מיטיק איז באלעבאטיש ברייטלעך ארויסגעפאָרן ראשיק פון אויספירקאָמישן הויף אף א פריש געפארבט בריטשקעלע זיידל -- די האלבע באָרד.
א גוטערברודער, מיסטאמע אויך פון כעוורע-בײַטש, האָט בא דער האלבער באָרד א פרעג געגעבן אף זײַן באלעגאָלישן שטייגער מיט א געדיכט באסאָווע קאָל, װאָס לאָזט זיך הערן אף א צווייטער גאס:
-- וועמען פאָרט איר עס באגעגענען, רעב זיידל, מיט אזא פּאראדנעם טראסק?
-- א וואזשנע פּארשוין, -- ענטפערט ער גאָר גײַװעדיק, -- די קיעווער סאָלדאטקע, כ'מיין די אראָפּגעקומענע פּאָלנאָמאָטשענע איבער די שקאָלעס און פּריוטן.
-- און װײַט ליגט דער וועג אײַערער, רעב זיידל?
-- דעם וועג מײַנעם האלט איך אף קראפּעשי. זי דארף אהין אף א מיטינג. די בארישניע אינעם שינעל װעט דארשענען פאר דער דאָרפישער הראָמאדע. זי איז אזא פּארשוין, װאָס ווארט ניט אף קיין קאָװעד. ניט געווען אזוי גיך די טאראטײַקע, האָט זי געכאפּט די פיס אף די פּלײיצעס און פּאשאָל, פּאשאָל... בא מיסײַלעווקע, קלער איך, װעל איך זי אָניאָגן.
דער פּאָליטפּראָסװעט אונדזערער, כאווער יאקאָוו, איז אין אלע הינזיכטן א װאָרט-מענטש. ער איז ניט פון יענע לײַט, װאָס האָבן ליב אָפּלײגן אין דער לאנגער באנק און דערנאָך פאר- געסן. בא אים איז א װאָרט א װאָרט. געזאָגט און געטאָן. װעהאָרײַע: דאָס שיינע פארביקע אױיספירקאָס-יבריטשקעלע מיט דעם געניטן באלעגאָלע זיידל -- די האלבע באָרד איז אצינד נאָכגעלאָפן דער קלעווער קאָמסאָמאָלקע. מעגלעך, אז דאָס גרינגע בריטשקעלע מיט די גלאנ- ציקיגעמאָלטע קווייטעלעך װעט אויך צוגעבן איר שליכעס מער אָנזען אפן אָרט, מער כשיי װעס, און דאָס װעט אויך עפשער פארלײַכטערן איר װײַט ניט גרינגע ארבעט.
אין עטלעכע טעג ארום װײַזט זיך בלומע יאכניס װוידער אין שטאָט, זי האָט אײַנגעאָרדנט א מין עקסקורסיע פון די היגע קאָמסאָמאָלצעס אפן מיראָנעװקער צוקער-זאװאָד. שפּעטער אָרגאניזירט זי אן אויספלוג אין דער ערשטער לאנדווירטשאפטלעכער קאָמונע, װאָס געפינט זיך אינעם דאָרף טונעקע (דאָס דאָרף ליגט גאנץ װײַטלעך פון בארשעוו), און אָט דאָ אָקאָרשט, צוריק מיט א װאָך, פאר איר אָפּפאָרן אין דער פּאָװיט-שטאָט קאָרסון, האָט זי באוויזן דורכ- פירן מיט א היפּשן אוילעם יונגווארג א ,שאבעסניק" אין די פארלאָזטע און קויטיקע הינ- טערגעסלעך... אומקערנדיק זיך צוריק אין בארשעוו פונעם , פּאָװויט", האָט זי אפסנלי גענומען מיט האסמאָדע מעסטן די אומגעגנטן אין דער לענג און אין דער ברייט. דאָס געפּוצטע יאָמ- טעוודיקע אויספירקאָםיבריטשקעלע האָט בלומע מער אין די אױגן ניט אָנגעקוקט -- ניט אלעמאָל טראָגט מען אונטער א זיס לעקעכל. זי האָט דען פריער ניט געװוּסט? װוידער קומט אויס שלעפּן זיך צופוס דאָרף-אײַן, דאָרף-אויס, און אז דאָס מאזל גליקט, מאכט זיך אין וועג א פורל, װאָס פאָרט אהין, װוּ זי דארף. קעסיידער קומט אויס זײַן אונטערוועגנס -- װוּ גענעכטיקט, ניט געטאָגט. רעדט מיט איר, איז זי גאָר גליקלעך.
װאָסיװאָס, נאָר בריוועלעך האָט בלומע יאכניס געשריבן א וועלט. גייענדיק און שטייענ- דיק. בא איר הייסט עס: אינפאָרמאציע, אָדער באריכטן -- דיןיוועכעזשבן פאר העכערע אינ- סטאנצן. דאָרט, אין קיעוו, דארף מען וויסן יעטװידער קלײניקײַט, װאָס דאָ, אפן אָרט, אין דער פּעריפעריע, ווערט געטאָן. זי שרײַבט אין דער צענטראלער יוגנט-פּרעסע. די פיל געשא- פענע יונקאָרןיקרײַזן העלפן איר מיט זאמלען אינפאָרמאציע.
שטארק פאנאנדערקלײַבן זיך אין בלומע יאכניסעס גרינטלעכער טועכץ איז מיר, דעם
23
עמעס גערעדט, א ביסל שווערלעך, נאָר ווייסן ווייס איך, אז זי װוערט גוט אויסגעריסן אף איר ארבעט. ניט איין מאָל, מיסטאמע, כאלעשט איר איבער דאָס הארץ פון ניט-דערעסן שלאָפן קומט אויך אויס זיך לייגן אָפטמאָל אף אבי אוועלכן געלעגער. די אלע אָפּקומענישן נעמט זי אָן פאר ליב, גרויסט זיך אפילע דערמיט.
אן אומגעריכטע אנטפּלעקונג
און דאָ האָט זיך פּלוצעם פאר גאנץ בארשעוו אנטפּלעקט א װוּנדערלעכע געשיכטע. װי מיטן ווינט איז שנעל צעטראָגן געװאָרן א קלאנג, אז בלומע יאכניס, װאָס האָט צו טאָן מיט קאָמיוגישע איניאָנים, איז געשטאנען נאָענט, טאקע װאָס נאָענט הייסט, צום פרי אומגעקו- מענעם דיכטער אָשער שווארצמאן. וויי-וויי, װי עס האָט זיך גענומען טומלען אין שטאָט! קלאל-טוער, לערער און ביכלאל דאָס בינטל ייִדישע אינטעליגענץ האָבן גענומען פּאדען ארום איר. זי איז אײַנגעלאדן געװאָרן אין קולטוריאנשטאלטן, קינדער-קאָלעקטיוון האָבן געשיקט צו איר דעלעגאציעס, פארבעטן קומען צוגאסט, זי זאָל דערציילן וועגן איר כאווער און פרײַנט אָשער שווארצמאן.
וי נאָר זי פלעג זיך אומקערן מידימאט, א פארשטויבטע פון וועג, האָט מען זי טייקעף ארומגערינגלט, פארשאָטן מיט קאָלערלײ פרעגענישן, מאמעש געפאָדערט פון איר, זי זאָל אפן אָרט, אָט דאָ אינמיטן גאס, שטייענדיק, דערציילן וועגן אירע באגעגענישן מיטן דיכטער, ביפראט איצט, ווען מע האָט זיך גענוי דערװוּסט וועגן דער פּראכטפולער ליד, וועלכע עס איז געשענקט געװאָרן מיט אזא געטרײַען אופשריפט -- בלומע יאכניס.
די צווייטע סטראָפע פון דער ליד געדענק איך אף אויסװייניק:
ס'איז א הירש שוין געקומען צו טרינקען פון טײַן, ס'איז דאָס וואסער א לויטער-קרישטאָלענע דעק..
זי פלעג נאָך מער צעשײַנען זיך, ווען עס איז איר אויסגעקומען דערמאָנען דעם פּאָעט אָשער שווארצמאן. אוואדע זײַנען געווען פיל אָנגענעמע שפּאצירן, רײַכע, אינהאלטפולע שמועסן, אפילע צומאָל שטרײַטן, פארשארפטע אמפּערנישן, וויקוכים, א שאָד נאָר, װאָס ער, דער ליכטיקער באגאבטער יונג, אָשער, האָט זי, בלומע יאכניס, געהאלטן פאר א גימנאזיסט- קע. דער כילעק אין די יאָרן האָט אים, אפּאָנעם, ניט דערלאָזט איבעריק פרײַ זיך טיילן מיט זײַנע פּערזענלעכע איבערלעבונגען, געפילן און געדאנקען, דערצו איז נאָך דער פּאָעט שווארצ- מאן געווען צוריקגעהאלטן, עטװאָס שעמעוודיק, האגאם דאָס האָט אים ניט געשטערט צו זײַן מוטיק און געוואגט אין די סאמע פארביטערטע שלאכטן קעגן סוינע.
..מאכמעס די שווערע מאטעריעלע אומשטענדן האָבן דערפירט זייער גאנצע מישפּאָכע צו יערידע, איז זי, די מיזינקע, בלומע יאכניס, געצװוּנגען געווען פארלאָזן דאָס לערנען אין דער פּראָגימנאזיע און זיך נעמען פארגיסן גאלאָשן... שפּעטער האָט זיך דאָס מיידל אײַנגע- אָרדנט אין א גומי-פאבריק. אינדערינען איז שוין געווען אומגעפער א יאָר אָנדערהאלבן נאָך דער גרויסער איבערקערעניש. דאָרט, אין דער קליינער פאבריק, זײַנען געשטעלט געװאָרן אירע ערשטע טריט אין דער ברייט-יצעצװײַגטער קאָמוניסטישער יוגנט-באוועגונג. שווארצ- מאן, דער נאָך װינציק פּאָפּולערער דיכטער צװישן ייַדישן לייענער, איז געװען צו יענער אומרויקער צײַט אָנגעשטעקט מיט קאָכיקן ברויז און רעװאָליוציאָנערן פּאטאָס. אין איר, אין בלומע יאכניסן, האָט ער געפונען א הייסע ליבהאָבערן פון פּאָעזיע. דער דיכטער האָט פאר דער יונגער אקטיווער ארבעטערן פאָרגעלייענט זײַנע שאפונגען. טכילעס האָט ער זיך גע- קווענקלט, פאָרלייענען צי ניט פאָרלייענען, געסאָפּעקט אין איר ייִדיש קענען. וועדליק זי, בלו- מע יאכניס, האָט פארשטאנען, איז שווארצמאנס שורע געווען ניט פּראָסט קיין שורע, נאָר א פּערל, א דיכטערישער פּערל... פּאָעזיע פון א הויכן גראד. סארא טיף דורכגעטראכטער גע- דאנק, יעדעס װאָרט א דימענט. דער כוש צו עמעסער דיכטונג האָט זי ניט אָפּגענארט, די מיי- נונג וועגן שווארצמאנס פּאָעזיע האָט זי ניט איין מאָל געהערט פון מענטשן, װאָס זײַנען געשטאנען נאָענט צו ייַדישער ליטעראטור, פון פאכמענער, קאָן מען זאָגן, מענטשן מיט טיפן פארשטאנד פארן קינסטלערישן װאָרט, װאָס פארמאָגן גוטן געשמאק צו קונסט ביכלאל. אָפט און אָפּטער פלעגט שווארצמאן פאָרלייענען פאר איר זײַנע נײַיגעשאפענע לידער -- אי שטיל לירישע, אי שטורמיש אופגעברויזטע, אי ראָמאנטישע, אי העראָיַשע. אָשער שווארצמאן, וי עס געדענקט זיך איר, האָט אין יענער שװערער צײַט געארבעט אין א דרוקערײַ, געשטאנען נאָענט און מיטגעפילט די באָלשעװיקעס. דערבײַ, דערציילט זי װײַטער, איז קעדײַ צו בא- מערקן, װאָס פאר א האשפּאָע דער ברודער זײַנער דאָװיד, אן אלטער דערפארענער דרוקער,
244
אן אָנגעזעענער קאָמוניסט, האָט געהאט אפן יונגן טאלאנט. א פארשלאָסענער אין זיך, אָפּגעזונדערט פונעם ארום, פלעגט אָשער אין א פרײַער שאָ ארומ- בלאָנקען איבער די שטאָטישע פּארקן, סקווערן, גאסן און פּלעצער. אין אזעלכע פאלן, זעט אויס, האָט אָשער שווארצמאן געלעבט מיט זײַן אייגענער דיכטערישער וועלט... פאר קיינעם קיין שפּעלטעלע ניט געעפנט, פארבאָרגן און פארשלאָסן טראָגט ער אין זיך דעם טיפן סאָד, די זיס-יביטערע וייען פון זײַן שאפונג. קיין בילכערס, דאכט איר, האָט פאר אים ניט עקזיס- טירט. קיינער אָבער האָט ניט צוגעזען די באגײַסטע- רונג, דערהויבענע אופוואכונג, ווען דער אופגערודער- טער שטימונגסימענטש האָט סאָפקאָלסאָף געפונען דאָס אײַנגעגעבענע געראָטענע בילד, דעם נײיטיקן אויסדרוק, דאָס טרעפלעכע װאָרט. אדהײַעם איז בא איר געבליבן דער אײַנדרוק, אז דער דיכטער, דער פרײַנט און כאווער אירער, אָשער שווארצמאן, האָט ניט געהאט ארום זיך די ליטערארישע ווארעמע סווי- ווע, װאָס זאָל אים קעכלען און פּעסטען. ס'איז אים ניט באשערט געװוען באם לעבן זײַן דער ליבלינג
די רעדאקציע און די רעדקאָלעגיע פון ,סאָוועטיש היימלאנד" באגריסן הארציק צװישן ייִדישע דיכטער. פארקערט, ער איז טאָמיד דעם שרײַבער כאסקל טאבאטשניקאָוו צו
געגאן בא א זײַט, זייער פאָרזיכטיק, אָן פּרעטענזיעס, זײַן זעכציקסטן געבורטסטאָג און װוינטשן
ײ זזנט און פיל שעפערישע יאָרן. כאָלילע ניט בארירן דעם קאָװעד פון די אָנגעזעענט *ס געװנט אע
ליטערארישע קויהאנים, װאָס האָבן געדוכנט איבער פיל טאלאנטלאָזיקײַטן, און אף אים, אָשער שווארצ- מאנען, װינציק װאָס אכט געלייגט. דער באגאבטער דיכטער איז געבליבן עלנט אין דער דעמלטיקער ליטערארישער סוויווע ביזן סאָף פון זײַן קורץ לעבן. נאָך זײַן העלדישן אומקום האָט מען זיך ערשט גענומען ארומקוקן אף דעם גרויסן פארלוסט, --- װאָס פאר אן אייגנאר- טיקער פּאָעט שווארצמאן איז געווען אין דער נײַיאופגעקומענער ייִדישער פּאָעזיע.
די רייד אירע, װי פארכאפּט און ציקאווע עס זאָל ניט זײַן, האָב איך דאָך אופגענומען וי עפּעס א מין שטיקל צעשװוּמענע לעקציע. דאָס, װאָס זי האָט דערציילט, איז נאָך געווען פאר מיר גענוג מעטושטעש, שווער געווען שאפן א גענוי בילד וועגן דעם באליבטן דיכטער און העלדישן שלאכטמאן. עס האָט זיך געװאָלט פונדעסטוועגן הערן מער פּראָטים, סלי פון זײַן פּערזענלעך לעבן, און טאקע וועגן זײַן שאפן אליין אויך.
אָט דאָ לעצטנס האָב איך בלומע יאכניס באמערקט שטיין אפן באלקאָן פון קינדערהויז, ארומגערינגלט, וי געוויינלעך, מיט א היפּשער גרופּע פריילעך-ליארעמענדיקע צעזשוזשעטע ייִנגלעך און מיידלעך, זיי פארברענגען, די כעוורע-ייאטלעך, מיט האנאָע, אין א געהויבענער פריילעכער שטימונג. אלע אזעלכע מונטערע, לוסטיקע, באגײַסטערטע. דעם עמעס גערעדט, בין איך מעקאנע די מונטער-פריילעכע, לעבנסלוסטיקע קינדער פון קינדערהויז. צו אָט דעם העל-באזונטן, ליכטיקן, זאָל זײַן ניט איבעריק הויכן באלקאָן איז, אפּאָנעם, פאר מיר דערװײַל נאָך ניט צו דערלאנגען. דאָס פרײַע פריילעכע שטיפן זייערס מיט דער וווילער בלומע יאכניס האָט אין מיר דערװעקט א פארבאָרגן געפיל פון קינע -- דאָס בעסטע און שענסטע קומט שטענדיק אָן דעם מאזלדיקן קינדערהויז... צו אונדז, אין דער װײַט פארוקטער שול-היים, כאפּט זיך דער הויך געשעצטער גאסט ניט אזוי שנעל קומען, סע ברענט ניט. ביז די קאָמיוג-פאָר- שטייערן, בלומע יאכניס, װעט זיך אמאָל דערמאָנען, אז אין בארשעוו געפינט זיך אויך א שול-היים און אז עס שאדט ניט ארײַנקוקן אהין, װעט שוין דעמלט, מעגלעך, די סימכע בא אונדז קיין סימכע ניט זײַן. די נעשאָמעס אונדזערע זײַנען אויך ניט פון קלאָטשע, דאָס צופיל דויערן קאָן אויך אמאָל אָפּשלאָגן דעם כיישעק. קאָלזמאן עס גייט א סעדרע וועגן נײַע קינ- דער-אָרגאניזאציעס, וװוילט זיך גלײַך מיט אלע זײַן אינדערמיט.
רוישיקע, טומלדיקע זײַנען די קינדער צוזאמען מיט דער עלטערער כאווערטע בלומע יאכ- ניס אראָפּ, צעפּילדערט, אין דרויסן, פארנומען די גאנצע ברייט פונעם שליאך און זיך געלאָזט אין איין צעצויגענער שורע אראָפּ, צום בריק-צו. אלע זײַנען אזעלכע הייס-קאָכיקע, אז מע זעט גאָרניט װאָס ארום טוט זיך. אין דער סאמע מיט שפּרײַזט שטאָלץ בלומע יאכניס, דאָס געקווייטלטע קאָפּטיכל ליגט שוין, פון גרויס גדולע, אפן נאקן אראָפּגעשארט.
29
װאָדען, אוואדע האָב איך גרויס כיישעק געהאט נאָכגײן דעם לעבעדיק-פאנאנדערגענו- מענעם ווייער, װאָס האָט זיך אזוי זאָרגלאָז געלאָזט מיט צעשריגענעם געזאנג צו דער בליענ- דיקער לאָנקע, װײַט אהין הינטער דער שטאָט, צו די ,קאלטע קוואלן?? ווייס איך אָבער ניט, צי זיי װאָלטן מיך װעלן פאר א שוטעף?..
אף דער שטילער קאראטשענע
בא מיר האָט זיך געשאפן א פאלשער אײַנדרוק, כ'האָב זיך, פּאָשצעט גערעדט, טויע געווען אינעם כעזשבן... אומגעריכט האָט דער קאָלעקטיוו פון אונדזער שול-היים געהאט די זכיע צו זען בא זיך דעם לאנג געגארטן גאסט, די כאָשעװע פאָרשטייערן פון קיעװוער קאָמסאָמאָל, אָשער שווארצמאנס יונגע פרײַנדן, בלומע יאכניס. זי האָט ניט געווארט אף קאָװעד, ביז מע וועט זי אײַנלאדן, פארבעטן אף א באזוך. גאָר פּאָשעט, גענומען און זיך ארײַנגעשטעלט, וי א היימישער מענטש.
וויי-וויי, װאָס אין שול-היים האָט זיך אין די איינע-צוויי מינוט איבערגעבויטעט! די גדו- לע, די פרייד, די גרויסע סימכע איז ניט צו באמאָלן און ניט צו באשרײַבן. דער אומדערוואר- טער גאסט האָט אף אלעמען געמאכט א גוואלדיקן רוישעם. פון איין עק קאָרידאָר ביזן צווייטן האָט זיך געטראָגן הילכיק און קלינגענדיק דער באקאנטער נאָמען בלומע יאכניס. די לערער האָבן אָבער סייכל געהאט באצײַטנס און זי פריִער איבערגעכאפּט.
קוידעמקאָל האָבן די לערער, ביז עס װעט אײַנגעשטעלט װערן א שטיקל אָרדענונג, ארײַנגעכאפּט בלומע יאכניס אין לערער-צימער.
-- אזא טײַערער גאסט! --- פרייען זיי זיך מיט איר קומען. -- איר זאָלט נאָר זײַן געזונט און שטארק. מיר האָבן שוין געװאָלט שיקן נאָך אײַך, פארבעטן צוגאסט. װאָס זײַנען מיר ער- גער פון אנדערע?.. אונדזערע קינדער קוקן זיך די אויגן ארויס. טײַנען, אז זיי ווילן ניט זײַן פון אן ערגערן סאָרט. אין קינדערהויז יאַ, און צו אונדז אין שול-היים ניט. מיט װאָס זײַנען מיר טאקע ערגער?
אין לאנגן האלב-פינצטערן קאָרידאָר בא דער צוגעמאכטער טיר פון לערעריצימער זינ- גען מיר הויך אפן גאנצן קאָל, אז די ווענט ציטערן אזש:
..,לאָמיר אלע איניינעם, איניינעם די כאווערטע בלומע מעקאבלפּאָנעם זײַן, די כאיאיאאווע-ערטע בלו'ומע מע-ע-קא-בל-פּאָיאָ-אָנעם זפ-טיײן."
די צו הילכיקע קוילעס קאָנען, דאכט מיר, אופוועקן א טויטן.
אָט אזוי האָבן מיר א צײַט געריסן די גאָרגלען, געשריִען און געקוויטשעט, ביז דער גאסט, אן עטװאָס דערשראָקענע, איז סאָפקאָלסאָף ארויסגעגאן מיט אלע איבעריקע לערער פונעם קליינינקן ענגן כיידערל, װאָס האָט געדינט פאר א לערעריצימער. סײַ די געציילטע דרל- פיר לערער און סײַ בלומע יאכניס האָבן זיך געהאט טכילעס װי דערשראָקן פונעם צו ראשיקן טומל און געפּילדער.
-- וי די ווילדע, -- קוקט אף אונדז בייזלעך-קרום די לערערן אניוטע, -- גענוג אײַך שוין רײַסן דעם האלדז! וויפל איז דער שיר צו הלושען אין די אויערן?
ניט גרינג איז איר אָנגעקומען אײַנשטילן די געשרייען און גוואלדן. ענדלעך האָט זיך איר אײַנגעגעבן האמעווען די אופרודערונג פון די שוין צופיל צעלאָזענע קונדייסים-ייַנגלעך. ביסלעכװײַז און מיט האכנאָע שארן זיך צו די מיידלעך, פּאדען און קלעפּן זיך ארום דעם טײַערן גאסט, וי בינען ארום האָניק. אוואדע ווייסן זיי זייער גוט, װער איז די צוגאסט געקו- מענע קאָמסאָמאָלקע אין דער גרינער אָפּגעבליאקעװעטער שינעל. ערשט אצינד האָב איך זיך רעכט ארומגעזען, אז אָט די אייגענע בלומע יאכניס איז גאָרניט אזוי מעסוקן צעוואקסן און ניט אזוי איבעריק לײַביק, װי מע איז געװווינט זאָגן בא אונדז אין בארשעוו: , קיין אײַנהאָרע אפן ביינדל..." װעדליק איר װוּקס איז זי אקוראט אין דער מאָס. װאָס מער איך קוק זיך אײַן אין איר פּײַנער קרעפטיקײַט, פולבלוטיקײַט און דעריקער אין איר וויל, גוטמוטיק פּאָנעם, ווילט זיך מיר שטיין נעענטער צו איר, זײַן אפילע אונטער איר אופזיכט און אונטער איר האזשגאָכע. ביפראט נאָך, װוען מע קוקט טיפער ארײַן אין אירע ליכטיקע אויגן מיט אָט דעם בלוילעכן אָפּגלאנץ פון בליק, פארשפּאָרט מען שוין רעדן וועגן איר ליבשאפט צו מענטשן.
דאָ, אין שול-היים, זאָגט זי, פילט זי זיך בעעמעס אויסגעצייכנט. דאנקט אלעמען הארציק פאר אזא ווארעמען קאבאָלעס-פּאָנעם. אלצדינג, װאָס זי זעט דאָ, פרייט איר ביז גאָר. דאָס
26
איז אפילע צו זען פון איר נאכעס שעפּן, פון איר ווארעם-צעשטראלט פּאָנעם. זי קוועלט נא- כעסדיק אָן סײַ פון די קינדער, סײַ פון די איבערגעגעבענע לערער-דערציִער, עס פארשאפט איר, זאָגט זי, גרויס פרייד דער פײַנער אָרגאניזירטער קינדער-קאָלעקטיוו. זי רימט און לויבט אונדז ביזן הימל ארײַן.
-- אײַער שול-היים, -- רעדט זי מיט היסלײַװעס, -- איז א יעש, א נײַע טאָכיקע קער- פּערשאפט, דעריקער פאר די אָרעמע צעשפּליטערטע בעזשענצעס, װאָס זײַנען געלאָפן פון פּאָגראָמען אהער אין בארשעוו ראטעווען דאָס לעבן. עמעס, פון אזעלכע נײַיגעשאפענע קינ- דער-אנשטאלטן, וי אײַער שול-היים, איז װייניק באװוּסט. איך, לעמאָשל, האָב קימאט אינ- גאנצן ניט געהערט פון אזעלכע מינים קינדער-קאָלעקטיוון מיטן נאָמען , שול-היים", אָבער ניט דאָס איז וויכטיק. דאָס סאמע טײַערסטע, װאָס איז פאר אונדז געבליבן נאָך די פּאָגראָם- אומגליקן, זענט איר, די געראטעוועטע קינדער. מיר געדענקען אלע, וי אין דער כאָרעװו- געװאָרענער מעדינע האָט געשוויבלט און געגריבלט מיט קאָלערלײי באנדעס, זיי האָבן אָנגע- טאָן גענוג כורבוינעס, געצונדן ווילד פּײַער, געשפּרײט רעדיפעס און גזיילע. דאָס זײַנען אלץ געווען רעשטלעך פונעם אלטן צעפוילטן צאריזם, ברוכשטיקער פון דער צעפאלענער אָר- דענונג. קולאקישע אונטערהעצער, פארדארבער, ראָצכים, אונטערשטיצער פון דער װײַסער אנטאנטע. סאָנים!.. מיר אלע פילן צו גוט און ווייסן, אז דאָס כאָרעוו געװאָרענע לאנד איז פול מיט האלבע און גאנצע יעסוימים. וי אין א שפּיגל קאָנט איר ארײַנקוקן אין אײַער בארשעוו אליין. -- די דאָזיקע רייד אירע זײַנען געווען ווייטעקדיקע רייד,
שפּעטער האָבן מיר פאר איר געוויזן מיט שטאָלץ שיר ניט בארימעריש יענץ אָפּגעזונ- דערט ווינקל מיט די געמעלן, געקלעפּטע פיגורלעך, האָלץ-אויסשניטן. אף איר פּאָנעם איז וידער אומגעקערט געװאָרן די נאטירלעכע מילדקײַט, זי איז אפילע געװאָרן נאָך צארטער, נאָכגיביקער. באהערשט פון ווארעמע געפילן, שווימט אָן אף איר מילד פּאָנעם א גוטסקײַט. בלומע יאכניס באװוּנדערט אונדזערע האנט-ארבעטן מיט פריידיקער אנציקונג:
-- דאָס איז אויסגעצייכנט!
װײַטער האָט זי שוין פּאָשעט געװאָלט פארשאפן די קינדער פרייד.
קליינערהייט, האָט זי קורץ דערציילט, האָט זי פארבראכט אין א װײַט פארוקט דאָרף ארומגערינגלט מיט אוראלטן וואלד. טאטע-מאמע האָבן גערעדט צװישן זיך האלב-יידיש, האלב-אוקראיניש. אין דאָרף, װוייסט מען װויל, רעדט מען מיט די ארומיקע אוקראיניש. דער- פאר רעדט זי אוקראיניש וי א וואסער.
ניטאָ, דאכט מיר, קיין צווייטע צו אָט דער בלומע יאכניס, װאָס זאָל קאָנען אוועקלייגן אזא געשמאק דאָרפיש לאָשן.
-- נו, און ייִדיש?
ייִדיש דארף מען זיך לערנען בא איר נאָענטן פרײַנט, דעם אַנגעזעענעם דיכטער אָשער שווארצמאן. צי האָבן מיר אמאָל געהערט, פרעגט זי, פון אזא ייִדישן פּאָעט?
... א שײַלע א ביסל.
מיר קוקן אלע אף בלומע יאכניס, װי די פארקישעפטע, -- עפּעס א קלײניקײַט, א פּער- זענלעכער פרײַנט פון אָשער שווארצמאנען! מיט אופגעריסענע אויגן שטייען מיר פאר איר און קוקן איר גלײַך אין מויל ארײַן. האָט טאקע בעעמעס דער דיכטער אָשער שווארצמאן זיך באגעגנט מיט דער קיעווער קאָמסאָמאָלקע אין דער גרינער שינעל, וועלכע מע רופט אזוי פּראָסט און היימיש, בלומע יאכניס?
און דאָ פּלוצעם האָט א שאל געטאָן אין דער לופט ניט גאָר הויך, נאָר שטארק און מעכ- טיק, וי א טרומייטן-רוף:
די שווארצע מוטער-נאכט = צעריסן ווערט פון וי אי דער סוינע בא די טויערף
שטאָלץ און דערהויבן, מיט פולער זיכערקײַט, שוועבט איר פארמאָסטענע האנט אין דער לופט, גלײַך וי זי אליין װאָלט געפירט דאָס כאיל צו שטורעמדיקע אטאקעס. אימפּעטדיק טוט איר קערפּער זיך א נייג פאָרויס, דער געדיכטער קאָפּ האָר איז צעקאָשמעט, מיט אלע אירע פיבערן איז זי אײַנגעװעבט אינעם קאמפסיריטם.
אפגיך צום פערד, די האנט שטאָל אָ,
27
ס'איז איצט די שװערד, די שפּיז -- א פאָן -- -- דער סוינע בא די טויערן
-- אָשער שווארצמאן... -- קלינגט דער באקאנטער נאָמען אי היימיש נאָענט, אי גלײַכ- צײַטיק װײַטלעך אָפּגעשײדט אין איר צארט קאָל. -- אָשער שווארצמאן, זאָלט איר וויסן זײַן, קינדער, איז געווען זייער אן אינטערעסאנטע פּערזענלעכקײַט. דער יונגער געוואגטער מענטש האָט זיך געקאָנט שטעלן ביז לעצט פארן געקריוודעטן, געליטענעם, פאראָרעמטן. שטענדיק, צו יעדער צײַט געקומען צוהילף דעם יוירעד ניט נאָר מיט קלוגע אייצעס, נאָר אויך מיט מאמאָשעסדיקע מײַסים. שווארצמאן, דער עמעסער מענטשך-פרײַנט, האָט קיינמאָל ניט גע- שפּאָרט קיין צײַט, אָפּגעגעבן זײַנע קויכעס, קעדיי ארויסהעלפן דעם געפאלענעם און אנטוישטן, דעם געשטרויכלטן און מאפּאָלע-געליטענעם. דער דיכטער האָט זייער גוט געװוּסט װעגן די אלע אומרעכטן, װאָס טוען זיך אָפּ אין דער פינצטערער רוסישער אימפּעריע, אָבער ניט שטענ- דיק האָט זיך אים אײַנגעגעבן שטעלן דעם עמעסדיקן עמעס אף די אייגענע פיס. דערפון, דארף איך אײַך זאָגן, קינדער, האָט ער שרעקלעך געליטן, געפּײַניקט זיך.
בייס בלומע יאכניס רעדט מיט אזויפיל הארץ וועגן באליבטן יונגיאומגעקומענעם דיכ- טער, איז צו מערקן, װי אומרויק עס צאפּלען בא איר די װיִעס. אין דער דאָזיקער שװוער אָנגעשטרענגטער מינוט, אויב עס לויערט א גרינג פּיצינק שמייכעלע, באמיט זי זיך עס ניט פארלירן, זאָל דאָס ווארעמע שטראלעכל לענגער זיך פארהאלטן אף איר צו אומעטיק גע- װאָרן פּאָנעם.
מיר האָבן אלע, וי איינער, געפילט איר הייסע פארליבטקײַט צום פרייאומגעקומענעם דיכטער.
-- ווער פון אײַך געדענקט די ליד ,יוגנט"?--בליצן שטראליק אוף אין אירע שטאָל- קאָלירטע אויגן דינינקע נאָדעלעך, אזעלכע שארף בלענדיקע, באזונטע, װי עמעסע פײַער-
2046 *// 7 */// א
פונקען. זי זוכט צװישן דער ענג צונויפגעפלאָכטענער גרופּע קינדער, עמעצער זאָל זיך אָפּי רופן.
-- ,יוגנט, יוגנט!.* -- כאפּט גיך אונטער שלוימקע, א פארסאָפּעטער, גלײַך װי ער װאָלט אָקאָרשט געקומען צו לויפן א פארשפּעטיקטער פון דער גאס.
-- שלוימקעלע! עפשער איז מעגלעך בא דיר פּױעלן, זאָלסט זיך האלטן עטװאָס געלא- סענער, -- באמערקט די לערערן אניוטע מיט עפּעס א מין זיסלעך בעטנדיקער שטים, --
28
קיינער װעט בא דיר גאָרניט אויסכאפּן. איצט לאָז אראָפּ די הענט, אָט אזוי, הייב אוף העכער דעם קאָפּ. פּאמעלעך... פּאמעלעך, היץ זיך ניט אזוי, -- די לערערן רוקט זיך אוועק אין יענער זײַט, װוּ זי איז פריער געשטאנען, קוקט זיך זאָרגעװדיק ארום מיט אירע שטילע װאָרענענ- דיקע בליקן, אז קיינער זאָל ניט שטערן די אײַנגעשטעלטע רויַקײַט, מע זאָל זיך האלטן פארן גאסט, װוי עס פּאסט פאר ווויל-דערצויגענע שילער.
בלומע יאכניס נעמט פאָרזיכטיק גרינג אראָפּ דאָס צעקרימטע קארטוזל פון שלוימקעס קאָפּ,
און ער, דער כאווער מײַנער, שלוימקע, טוט זיך א שטעל אװעק מיט װירדע, קימאט ארטיסטיש אינמיטן געשאפענעם קרײַז, גיט טייקעף צו וויסן מיט זײַן מאמזערישן װוּנק, אז באלד װעט ער לאָזן הערן זײַן קאָל. אין א װײַלע ארום טוט שלוימקע א שאל, װי ער װאָלט זיך געפונען איינער אליין אין א מידבער:
יוגנט, יוגנט!
װי א שפּילנדיקע װעל,
װי א טרער פון פולער פרייך-- דײַן שטעל,
דײַן יונגע פרייד,
ס'איז שווער אופכאפּן שלוימקעס פארכושטן בליק, ער איז איצט פאר מיר עפּעס מאָדנע אנדערשדיק... צעשטרייט, מעװווּלװולדיק קוקט ער פארטראָגן איבער אונדזערע קעפּ, דערנאָך מאכט ער א קליינינקע פּױזע, דאָס קאָל זײַנס בײַט זיך שנעל אף נידעריקע און העכערע אָק- טאוועס. ער יאָגט א ביסעלע צו, גלײַך וי ער האָט צו אנטפּלעקן עפּעס וויכטיקס און גע- היימס:
וי פרילינגיצײַט בערעזע-זאפט מיט שטיקלעך קאָרע אומריין- ריין (דאָך גלײַך פון בוים),
אפילע טערפּקע אפן טאם
('זזי איז דאָס שוין).
נאָר ס'שמעקט מיט גרינעם קנאָספּ"-קלײ, בא הרעבליע רוישט א פרייד-געשריי, און זון, און וועלט...
שרײַט שלוימקע אויס הייס-באגײַסטערט, ניט מיט זײַן קאָל, גלײַך װוי ער האָט שוין דער- גרייכט דאָס סאמע העכסטע אין זײַן לעבן, מער דארף ער גאָרניט...
..און איך אין וועלט... צעקלאפ דעם קאָפּ מיר אף א שטיין --
איך דארף נישט מיין.
-- אויסגעצייכנט! -- שרײַט בלומע אויס, -- אויסגעצייכנט! -- זשמורעט זי אזש צו די הייס צעפלאמטע אויגן.
ניט װינציקער פון בלומען זײַנען מיר אליין פארכאפּט פון דער פּרעכטיקער ליד. שלוימ- קע, דער גליקלעכער שלוימקע, באקומט טייקעף אפן אָרט זײַן פארדינטן לוין: א ווארעמען קוש אין שטערן פון דער צעשטראלטער בלומע יאכניס. די לערערן אניוטע איז אויך העכסט צופרידן פון זײַן דערפאָלג,
-- דער דיכטער אליין, -- קוועלט די לערערן גאָר אָן פונעם כאווער מײַנעם, -- װאָלט זיך געפרייט מיט דיר, שלוימקע. -- נאָכאמאָל א קניפּ אין בעקל.
מיטן קליינווארג, דאָרט ערגעץ פארוקט אינעם עק קלאס, איז פארנומען די צווייטע לע- רערן, די הויכע און קרענקלעכע כאווערטע פרידע. יעדעס מאָל, בא א מינדסטער געלעגנהײַט. כאפּט זי זיך שטילינקערהייט ארויס אן אומגעדולדיקע, דערמאָנענדיק נאָכאמאָל בלומע יאכניס:
-- פארגעסט ניט אינעם קליינווארג, מיר ווארטן אויך אף אײַך..
איך הייב ניט אָן צו װיסן, װאָס קאָן בלומע יאכניס דערציילן דעם קליינווארג? אָבער די שטארק פארינטערעסירטע נײַגעריקע לערערן באשטייט, אז דער גאסט זאָל אומבאדינגט ארײַנקומען אין יענעם װײַט פארוקטן קלאס-צימער,
29
-- כ'געדענק, -- פאָכט בלומע יאכניס צו דער לערערן מיט אן אױסגעשטרעקטער האנט, --- זײַט רויַק.
עפּעס פיל איך, װי עמעצער שטופּט זיך פּאמעלעך אין דער ענגשאפט. מענדל דער רויי טער רוקט זיך ארײַן מיט א זײַט אינדערמיט, טוט דעם גאסט גראָבלעך א צי בא דער שינעל, ער וויל אויך זאָגן א װאָרט. די פולע אָנגעבלאָזענע ליפּן זעען אויס בארויגעזלעך, און מע זעט מאמעש, וי דאָס ייַנגל איז פארכמורעט.
-- א פראָסטיקע נאכט, --- ציילט ער שווערלעך די צוויי װאָגיקע װערטער, -- א פראָ- סטיקע נאכט, -- כאזערט ער סוידעסדיק איבער, -- א פארלאָזענער שײַער, איך זיץ װי א הונט לעבן האר, בא מײַן פײַער..--- דערציילט מענדל פּראָסט מיט א פארקלעמט הארץ. ..און באלד װעט א קעסעלע טיי װערן גרייט, -- װיל ער מיט עפּעס אונדז דערפרייען, לוסטיקער מאכן. -- דאָס זײַנען עמעסע סאָלדאטסקע געדיכטן, ניט קיין אויסגעטראכטעי. כ'האָב דאָס אליין געזען מיט מײַנע אויגן אף דער לעוואדע בא די שווארצע קרוטשעס אף סטעפענעצער וועג. אָט האָבן מיר נאָך איינע א סאָלדאטסקע ליד, װאָס דער לערער ארל סקליאר האָט מיט אונדז געלערנט, אָבער ניט אלע װעלן זי גלײַך פארשטיין:
...פאראָסטעט װוערט די שארפע שװוערד און פאלט פון האנט: סע גייט דער פערד דעם קאָפּ צו דר'ערד אין פרעמדן לאנד.
-- ...אין פרעמדן לאנד... אין פרעמדן לאנד... -- באָמבלען זיך טרויעריק נאָך די ווער" טער, -- דאָס איז שוין א געהארגעטער קאוואלעריסט, -- דערקלערט מענדל פארומערט, -- זײַן פאריאָסעמט פערד בלאָנקעט אום איבערן שלאכטפעלד אזוי לאנג, ביז סע פארבלאָנדי זשעט, ניט וויסנדיק אליין, צום סוינע אין פרעמדן לאנד, צו די װײַסע, הייסט עס. -- צאפּל- דיק טוט ער עפּעס וי פון זיך א טרייסל אָפּ און שטארקט זײַן קאָל, -- איך װעל אויך זײַן אזא געוואגטער רײַטער, וי אָשער שווארצמאן.
-- מיט שפּאָרן? -- כויזעקט לייווי און שטורכעט פארשײַט אונטער דעם פּאמעלעך בא" דאכטן מענדלען. -- מיט א געפּלאָכטענער נאהײַקע?
-- דאָס גראדע פּאסט גיכער פאר דיר, -- קערעװועט מענדל לאנגזאם אויס דעם געל- רויטלעכן קאָפּ אין לייוויס זײַט רויגעזדיק, --- זײַ דו א װײַסער אָפיצער, מיט אן אראפּניק און מיט שפּאָרן. איך װויל בעסער זײַן פּראָסט און דרייסט, װי אָשער שווארצמאן. -- אין א װײַלע ארום גיט ער צו ערנסטער, פארטראכט: -- א שאָד, אזעלכע שיינע עמעסדיקע געדיכטן װעל איך מיסטאמע קײינמאָל ניט קאָנען שאפן. דאָס טוט מיר זייער באנק. נאָר נישקאָשע, -- נעמט ער זיך אָן מיט הארץ און װוערט מוטיקער, -- איך װעל זיי איבערשרײַבן מיט א ריינעם קסאוו און שטענדיק האלטן בא זיך אָט דאָיאָ אין קעשענע. ניין, -- האָט ער כאראָטע, -- איך װעל זיי בעסער גוט אײַנכאזערן און טראָגן אין קאָפּ.
-- מענדעלע, טײַערער מײַנער, ביסט דאָך א נארעלע, -- דריקט אים די לערערן צו זיך, די אויגן פײַכטלעך פארלאָפן, א לײַכטער ציטער גליטשט זיך דורך איבער אירע ליפּן, -- װוער, קינד מײַנס, קאָן וויסן, װאָס שפּעטער װעט זײַן מיט דיר. עפשער איז דיר באשערט ווערן א געלערנטער, א רײַזנדער, לאָמיר זאָגן, אָדער אן אינזשעניער. װייסט, װאָס נאָך איך װעל דיר זאָגן: װערן א גוטער באלמעלאָכע איז אויך ניט שלעכט.
-- װאָס איך זאָל ניט זײַן, -- פארקלעמען זיך בא אים די פויסטן אקשאָנעסדיק, -- נאָר שווארצמאן, וויל איך, זאָל טאָמיד זײַן מיט מיר.
אן אופגערעגטע האָט בלומע יאכניס עטװאָס זיך צוגעבויגן צו מענדלען, אופגעהויבן זײַן אומעטיקיפארשפּיצט פּאָנעם.
-- נו, באָכערל, לוסטיקער! װײַן א פריילעכע מינע! -- רופט זי אויס מיט אן אָנגעשט- רענגט דערמונטערט קאָל. -- װי פּאסט צו אן עכט געוואגטן רײַטער אזא פארזאָרגט פּאָנעם. אָשער שווארצמאן, ווייסן מיר װויל, איז אין אלע שווערע אומשטענדן געװוען א בראװער, לוסטיקער יונג.
-- שטענדיק? -- פרעגן אייניקע קינדער איבער טאמעוואטע.
-- שטענדיק! -- באשטעטיקט זי עפּעס ניט אינגאנצן זיכער. -- יאָ, שטענדיק! -- ביי" זערט זי זיך אף איר אייגענער וואקלעניש, קעדיי נאָך מער איבערצײַגן די קינדער אין די װאָרהאפטיקע רייד, װאָס האלטן זיך עפּעס ניט גענוג זיכער.
9*
30
-- דער יונגער װוּנדערבארער דיכטער אָשער שווארצמאן, -- פארכלינעט זי זיך אזש, -- האָט אפילע זיך ניט געקאָנט פאָרשטעלן, װער עס װעט געניסן פון זײַן פּאָעזיע. -- בלומע יאכניס איז אנציקט, מאמעש איבעראשט פון דעם, װאָס מיר, קינדער פון שול-היים, זײַנען אזוי באָקי אין שווארצמאנס שאפונגען, װאָס מיר האָבן אים ליב און האלטן טײַער זײַן קאָועד,
און דאָ לאָזט זיך הערן פּלוצעם דער לערערנס קאָל;
-- ערע זײַן ליכטיקן אָנדענק!
װוּ איז ערגעץ פארפאלן געװאָרן דער לערער ארל סקליאר, פארװאָס זעט מען אים ניט? זאָל זי וויסן, בלומע יאכניס, אז דאָס איז ער, דער לערער, ,שולדיק", װאָס מיר, שילער, זײַ- נען אזוי גוט באהאוונט אין שווארצמאנס דיכטונג. דאָס האָבן מיר אים צו פארדאנקען, װאָס ער האָט געפלאנצט אין אונדזערע הערצער די ליבע צו הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער, צו די דיכטער האָפּשטיין, שווארצמאן, מארקיש און קװיטקאָ. דער לערער ארל סקליאר האָט מיט אונדז גענוג געקנעלט -- יעדער שורע אױסגעטײַטשט, פאנאנדערגעגלידערט יעדעס װאָרט, ארײַנגעדרונגען אין יעדער פּאָעטיש בילד. אנטפּלעקן א גרויסן דיכטער, טײַנעט דער לערער אין אונדז ארײַן, איז אלציינס וי אנטדעקן א נײַעם שטערן אין הימל.
מיר אלע, קינדער פון עלטערן קלאס, שטייען באצויבערטע, מעגלעך א ביסעלע דער- שראָקענע ארום דער גליקלעכער בלומע יאכניס און האלטן דעם עקזאמען איבער שווארצ- מאנס דיכטונג.
מאָנען מאָנען מיר פון איר, זי זאָל אונדז אויספירלעכער דערציילן וועגן דיכטערס לעבן און שאפן. וועגן װאָס האָט ער געטרוימט? וועלכע באגערן האָט ער געהאט אין לעבן?
שפּעטלעך, קימאט צום סאמע סאָף, איז פון שטאָט געקומען צו לויפן פארשמײַעט און פארפּאליעט דער לערער ארל סקליאר. דעם איקער, פארשטייט זיך, האָט ער אָנגעװוירן. די צעדריבלטע פּיצינקע טראָפּנדלעך זיצן ניט נאָר אפן הויכן שטערן, נאָר אויך אף דער צע- פּריִעטער נאָז און אף די איבערגעגליטע באקן.
-- אײַ, אײַ, אײַ, -- ערגערט ער זיך, -- דורכגעלאָזט אזא טײַערע געלעגנהײַט! אך, ווען איך ווייס פריער! דער רועך האָט מיך פארשלעפּט צו דער פּאָסט, עפשער א פריש פּעקל ביכער אָנגעקומען פון דער , קולטור-ליגע". -- דאָס פּײַכטע טיכעלע זײַנס גליטשט זיך איבערן פארשוויצטן פּאָנעם.
-- א יאשער-קויעך אײַך פאר אײַער פלײַסיקער מי! -- האָט בלומע יאכניס באם געזע- גענען זיך באזונדערס הארציק געדריקט די האנט דעם לערער ארל סקליאר. --נאָכאמאָל א דאנק פאר אײַער מי, פאר אײַער ענטוזיאזם!
-- נו, נו, טרײַבט ניט איבער, טײַערע בלומע, -- ענטפערט אונדזער לערער אויך ניט װוינציקער גערירט. -- אײַערע בעעמעס אופריכטיקע שװאָכים דארפן אדרעסירט װערן צום דיכטער זעלבסט. איך מיט אײַך ווייסן דאָך גוט, אז דאָס זײַנען אָטער שווארצמאנס פארדינסטן, ניט מײַנע. יונג איז דער דיכטער פארשניטן געװאָרן, -- ענדערט זיך גלײַך דאָס קאָל זײַנס, --- ס'א גוואלדיקער פארלוסט פאר דער יונגער ייִדישער ליטעראטור. שפּעטער, אין יאָרן ארום, וועט מען זיך ערשט ארומזען, װאָס מיר האָבן פארלוירן. די קליינע, אָבער רײַכע יערושע פונעם גרויסן פּאָעט איז ניט אָפּצושאצן. דאָס עמעסע געזאָגטע װאָרט וועגן זײַן שאפן דארף ערשט קומען. יאָ, בעפיירעש, גאנץ ריכטיק, איך בין שווארצמאנס א גרויסער פארערער, א פארברענטער כאָסיד, -- ער האָט זיך לאנגזאם אויסגעקערעוועט מיטן פּאָנעם צו אונדז, קימאט יעדן באזונדער ארײַנגעקוקט אין די אויגן מיט עפּעס א מין ליבשאפט, -- אָט שטייען ארום אײַך, כאווערטע יאכניס, האלב היימלאָזע קינדער, אונדזערע דערצויגלינגען, זיי זײַנען געוויס דעם דיכטערס יאָרשים, זיי װעלן שווארצמאנס װוּנדערלעכע שאפונג דורכטראָגן דאָס גאנצע לעבן, וי א הײליקײַט, און מיט שטאָלצער ווירדע װײַטער איבערגעבן די געבענטשטע עסטא- פעטע דעם קומענדיקן דאָר. -- דעם לערערס באהארצטע רייד זײַנען געווען דורכגעדרונגען מיט גלויבן אין אונדז, אינעם קומענדיקן דאָר.
ליידער איז בלומע יאכניס מער צו אונדז אין שול-היים ניט געקומען. די אלשטאָטישע קינדער-פארזאמלונג, צו וועלכער מע האָט זיך אזוי זאָרגפול און טיכטיק געגרייט, איז אויך אף אן אומבאשטימטער צײַט אָפּגעלײגט געװאָרן, מאכמעס מע האָט בלומען דרינגענדיק אָפּי גערופן צוריק קיין קלעוו. אָבער סײַװי האָט בלומע יאכניסעס באזוך זיך אף לאנג פארגע- דענקט. אָשער שווארצמאן איז װאָס א טאָג געװאָרן נאָך נעענטער, היימישער, טיפער אײַן- געבאקן אין הארצן. די דעלעגירטע קאָמסאָמאָל-טוערן אין דער גרינער שינעל האָט מיט
איר באזוך איבערגעלאָזט דאָ צווישן אונדז אירע ליכטיקע דערמאָנונגען וועגן זײַן לעבן און שאפן.
1
די לערערן װעט טײַטשן אנדערש
ערשט ניט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען זײַן בא דער נײַער לערערן ליזע טשערקא- סקע אין שטוב. זי װױנט בא אירע עלטערן אין א באזונדער כיידערל, קלוימערשט װי א שכיינע. איך האָב פאר איר דורכגעלייענט אייניקע סטראָפן פון שווארצמאנס א ליד. דערמאָנט וועגן בלומע יאכניסעס באזוך. זאָגט זי מיר, די נאָך פרעמדלעכע לערערן, אז קיין זאך האָט איר אזוי ניט געצופּט בא דער נעשאָמע, וי אָט די ליד:
מײַן ברודערס ליפּן בלוילעך-געל און ציטערן.. דעם לעצטן ציטער. װעט עמעץ קושן זיי, אכוץ זײַן מוטער?.
איך קוק אף דער לערערן וי אן עמעסער גוילעם. ס'איז דאָך מײַן באליבטע ליד. איך שטיי צװישן די צוויי עטאזשערקעס מיט ביכער, װאָס זײַנען ארײַנגערוקט אין דער נישע, און מורמל פאר זיך:
מײַן ברודערס פוס איז אָפּגעדעקט, פארבלוטיקט און אין קויט, און שטיל קוקט איר זיך איבער: טויט?.
אף מיר, פיל איך, זײַנען אָנגעשטעלט א פֹּאָר כמורע אויגן.
אָ, ניין
פון אלץ, װאָס אײַך באטריבט,
זימײַן ברודער רייף
א זון-באשײַנטער ריז האָט ער זיך אופגעשטעלט מיט אױיסגעשפּרײטער האנט אף גאָרער וועלפ...
די קומענדיקע צוויי שורעס דערמאָנען מיר עפּעס א מין קאדעש נאָך א העלדיש-געפאלע- נעם קעמפער.
א גרויס בלוי:שװײַגן איז אצינד זײַן הייכל, און ס'איז זײַן זונענבליק פאר אלעס מויכל, מויכל...
-- מויכל?! -- טוט די לערערקע א זאָג. -- פארװאָס מויכל?
דער לעצטער ביין-האשמאָשעסדיקער זוןיפלעק האָט לײַכט און אומבאמערקט אראָפּגעפּױ- זעט פון דער וואנט, אינעם ריין-צוגעקליבענעם כיידערל, װאָס איז דורכגעזאפּט מיט דופטיק- צארטע רייכעס.
דאָס, װאָס איך האָב דערווארט פון דער נײַער לערערן, איז ניט מעקוּיעם געװאָרן. זי האָט װינציק װאָס געלויבט מײַן רעציטירטע שווארצמאן-ליד. איר מאטעווע געזיכט (שטענדיק זע איך עס אין איין אױסגעגאָסענעם בלייכן קאָליר) איז פארכאָלעמט געװוענדט צום אָפּענעם פענצטער, פונוואנען עס ציט די דורכזיכטיקע דעמערונג-בלױקײַט און שפּרײט פאנאנדער איבערן האלב-ליידיקן צימערל דעם שטילן פארנאכטיקן אומעט.
-- די לעצטע צוויי שורעס, -- באמערקט די לערערן נאָך אלץ א פארכושטע, -- האָסטו פּאָשעט ניט פארשטאנען. ס'איז ניט דײַן שולד, -- קערעוועט זי ראפּטום אויס צו מיר א פֹּאָי נעם מיט עפּעס א מין בייזלעכן אויסדרוק, -- קוידעמקאָל האָט שווארצמאן געשריבן פאר דערוואקסענע, ניט פאר קיין קינדער. וויפל אײַער לערער סקליאר זאָל זיך ניט אָנטאָן קיין מי דערקלערן דעם געדאנק, דאָס בילד, שטעלן דעם טראָפּ אף באזונדערע שטעלן, װעט די ליד בעמיילע צו אלַך ניט דערגיין... יאָ, יאָ, איך בין טיף איבערצײַגט--ניט דערגיין ניט צו אײַערע נעשאָמעס און ניט צו אײַער פארשטאנד. שפּעטער, אז איר װעט אונטערוואקסן, בריי- טער באנעמען די װועלט, דעם ארום, דאן, מעגלעך, װעט קאָנען גיין א רייד וועגן דעם, װאָס דער דיכטער האָט געװאָלט זאָגן מיט דער אָדער יענער ליד, װאָס פאר א געדאנק האָט ער ארלַנגעלייגט אין זײַן װערק, מיט װאָס צייכנט זיך אויס זײַן שאפן פון אנדערע פּאָעטן. װאָס, לעמאָשל, שטעלט מיט זיך פאָר זײַן פּאָעזיע אין אונדזער צײַט! קורץ, טיפער ארײנדרינגען אינעם דיכטערישן סימװאָל, דערגרונטעווען זיך צום איקער, באזיניקן דעם עצעם, ארויס"י ציען דעם שוירעש און אומבאדינגט, פארשטייט זיך, זען און פילן דאָס בילד. מיט איין װאָרט, באהעפטן זיך צום דיכטערס וועלט. דאָס זײַנען אלץ אזעלכע זאכן, מײַן טײַערער, צו וועלכע מע מוז האָבן א צוגרייטונג. אויסכאזערן א ליד אף אױיסװײיניק הייסט נאָך ניט פארשטיין זי.
2--1 39
אָווא, זי פארמאָגט א היפּש ביסל האָזע, די נײַע לערערקע, ליזע טשערקאסקע. אין איינע צוויי מינוט האָט זי געמאכט אויסצודרייען סײַ פון ארל סקליארן און פון זײַנע טאלמידים.
-- אדעראבע, זאָג מיר, לאָמיך הערן, װאָס האָסטו פארשטאנען פון שווארצמאנס לידן -- פאָדערט פון מיר די לערערקע.
לאנג קלער איך ניט און ענטפער אף איר געשטעלטער פראגע:
-- מילכאָמע., פײַער-פּאָזיציע... שלאכט... האריגעס... -- רעכן איך איבער. -- דער שרעק- לאָזער קאוואלעריסט איז שטענדיק מיט זײַן געטרײַ פערד געקראָכן אינעם גרעסטן פײַער. דער דיכטער אָשער שווארצמאן האָט גוט געזען מיט זײַן שארף אויג, װי די ברידער זײַנע, סאָלדאטן, באשיצער פונעם לאנד, פאלן אף דער פּאָזיציע אונטער א האָגל פײַער. הימל און ערד מישן זיך אויס, בייס עס גייט דאָס שיסערײ פון הארמאטן. דערנאָך, װען עס קומט די צוגעשטילטע האפסאָקע, דער רויך און פּײַער װערט פארשװוּנדן, זעט מען אפן שלאכטפעלד די פיל צעזייטע קאָרבאָנעס... וועגן איינעם אזא געפאלענעם קאָרבן דערציילט דער דיכטער. און מיינען מיינט ער די אלע אומשולדיק געפאלענע סאָלדאטן, װאָס לאָזן ארויס דעם לעצטן אָטעם, ציטערן מיטן לעצטן ציטער...
צי מאכמעס די פארנאכט-טונקלקײַט האָט געקארבט איר שװײַגנדיקיפארטראכט פּאָנעם, צי מײַנע אומדרייסטע דערקלערונגען האָבן זי װײיניק צופרידנגעשטעלט -- אזוי אָדער אנ- דערש, נאָר איך האָב געשפּירט, אז עפּעס קומט פאָר מיט דער נײַער לערערקע. װאָס אמאָל ווערט אין כיידערל פינצטערער, פון אלע פארשטעקטע ווינקעלעך שפּארט די נאכט-טונקל- קײַט. פארװאָס, וויל איך וויסן, צינדט די לערערן ניט אָן קיין לאָמפּ?
-- טשעפּוכא... -- זיפצט זי שווער אָפּ, -- אך, ווען דו קאָנסט כאָטש פארשטיין א צענט- כיילעק פון דער דאָזיקער ליד, -- הער איך קלאָר אירע באדויערנדיקע ווערטער, װאָס װוערן ארויסגעבראכט פול מיט סוידעס און רעטענישן, -- ניין, ניין, אפילע א צענטכיילעק פאָדערן פון דיר איז אויך צופיל. ווילן װיל איך, זאָלסט זיך אליין א גריבל טאָן, ערנסטער פאר- טראכטן, טיפער ארײַנדרינגען אין דער װוּנדערלעכער ליד, װאָס װעקט די ריינסטע, איך װאָלט אפילע געזאָגט, הייליקסטע געפילן.. דער גוטעריאָר זאָל עס ויסן, עפּעס רעד איך צו דיר ניט דאָס, װאָס מע דארף, --כאפּט זי זיך קימאט אן איבערגעשראָקענע.
איך הער װידער דער לערערנס קאָל, דאָס מאָל געדומפּט, וי פון אן אײַנגעפאלענעם קעלער, זי כאזערט איבער די אייגענע ווערטער, װי זי װאָלט צוגעקומען א ביסל נעענטער:
-- א צווייט מאָל װעל איך דיר די ליד טײַטשן עטװאָס אנדערש.
װאָס הייסט טײַטשן אנדערש:.. זאָל זי מיר הונדערט מאָל מויכל זײַן, די נײַע לערערן, ליזע טשערקאסקע, נאָר עפּעס שטעלט זי מיך ניט אין קיין וואזשנער לאגע. דער לערער ארל סקליאר, קומט אויס, האָט שווארצמאנען ניט פארשטאנען. טייקעף מאך איך מײַן אויס- פיר: אײַנדרוקן, מיינונגען, שטימונגען בענעגייע א ליד קאָנען זײַן פארשיידענע, אין דעם פאל פארלאָז איך זיך אינגאנצן אפן לערער ארל סקליאר. כ'האָב געהאט דעם אײַנדרוק, אן צװישן די צוויי לערער איז דורכגעלאָפן א שווארצע קאץ.
דער וועג צום אלטן פּעטערבורגער מאַלער
איינמאָל פאר אלעמאָל מוז איך בא זיך פּױעלן זיך אָנעמען מיט דרײסטקײַט, װי מע זאָגט, אײַנשטעלן דאָס מאזל מײַנס. דערפאר, מיין איך, קומט ניט געקעפּט צו װערן. איך װועל אים שטארק בעטן, דעם אלטן מאָלער אָניסי מארקאָװיטשן, מאמעש פאלן אים צו די פיס, ער זאָל אָנמאָלן דעם געפאלענעם אין בירגערקריג, דעם העלדישן און באליבטן דיכטער אונדזערן, אָשער שווארצמאנען.
ביז עפּעס װאָס האָב איך דערװײַל געקראָגן, עמעס מיט גרויס אײַנשטעלעניש און הארץ- ציטערניש, א פארגעלט פאָטאָיבילדל פונעם דיכטער אין איינעם א זשורנאל. וויפל מאָל איז מיר אויסגעקומען לויפן אין שטאָט-ביבליאָטעק בעטן דעם ייִדישן זשורנאל אף די הענט, קלוימערשט אף צו לייענען, ביז איך האָב סאָפקאָלסאָף ארויסגעריסן ביגנייווע דאָס בלעטל מיטן בילד, און איצט טראָג איך זיך מיט דעם ארום בישטיקע, װי מיטן גרעסטן סאָד און מיט דער גרעסטער גנייווע. כ'האָב נאָך אלץ מוירע, עמעצער זאָל מיך ניט פּאקן מיטן ,כאָמעץ?, כוץ דעם, װאָס דאָס ארויסגעריסענע זשורנאל-בלעטל ליגט אקוראט צונויפגעלייגט אין א װײַס בייגעלע פַּאפּיר, אײַנגעפּלעטשט צװישן צוויי קארטאָן-טעוועלעך, געפינט זיך עס נאָך אף אן איידעלן געלעגער, אײַנגעמאָסטעט אין א שמאָל האָרן"פּושקעלע פון אן אלטן פּאָרט-
33
סיגאר. דאָס שלעכט-אָפּגעדרוקטע פאָטאָ-בילדל, כאָטש עס איז דעראָבערט געװאָרן ניט גאָר אף קיין קאָשערן אויפן, איז בא מיר פיל מאָל טײַערער, װי די בעסטע געשענקטע מאטאָנע.
כ'ווייס אפריִער ---ניט גרינג װעט מיר אָנקומען זיך ווענדן מיט מײַן באקאָשע צום אלטן מאָלער. אויסלייגן מײַנע רייד אף אן אנדער לאָשן, ער זאָל מיך גוט פארשטיין, -- װעט זײַן פאר מיר ניט אזוי פּאָשעט. איך בין אפילע ניט זיכער, צי װעט ער מיך װעלן אויסהערן ביזן סאָף און פארשטיין דאָס, װאָס איך בעט. איצט בלײַבט פאר מיר נאָך א הארבע קאשע: װאָס, אשטייגער, קאָן איך אים פאָרלייגן, דעם געניטן מײַסטער, אָנשטאָט געלט? װאָס מער איך קלער וועגן דער באגעגעניש, אלץ מער וואקסט אין מיר די שרעק. װוער בין איך עס אזעלכער אנטקעגן אים? עפּעס א שנעק פון שול-היים. קוקט נאָר אָן דאָס מענטשעלע, װאָס איז געקומען מיט א באשטעלונג צו אזא געקרוינטן מענטשן, װאָס האָט פארבינדונגען מיט לונאטשארסקין... אויב דער מאָלער װעט מיך נאָר דורכטרײַבן, װעט עס זײַן נאָך א קליינער אומגליק.
אָבער אָפּטרעטן קאָן איך ניט. כ'וועל גיין אף אלץ אין דער ועלט, סזאָל מיך קאָסטן װאָס איר ווילט, עס מעגן פאלן שטיינער פון הימל, באָדײַ דאָס אייגענע לעבן אײַנשטעלן, נאָר מײַנס װעל איך זיך דערשלאָגן.
גאָרניט קיין שלעכטער סייכל װאָלט געווען, פאלט מיר אײַן א געדאנק, אויסייצענען זיך פריער מיט כאָמעלען, װאָס פארהאלט זיך מיטן מאָלער ביז גאָר פרײַנטלעך. ער װעט זיך לאָזן פאר איר שנײַדן די פינגער. און טאקע דורך כאָמעלען, אויב עס װועט מיר געלינגען דער פארטראכטער פּלאן, קומען צו מײַן באגערטן ציל. זי װאָלט זיכער בא אים געקאָנט פּױעלן דאָס, װאָס אן אנדערער װאָלט זיך בא אים ניט געקאָנט דערשלאָגן. די, וועלכע קענען דעם אלטן מאָלער א ביסל נעענטער, ווייסן גאנץ װױל, אז ער קוקט ניט אף קיין ייכעס, הויכע באאמטע, אזויגערופענע , שישקעס". אָבער כאָמעלע האָט געהאט צו אים גרויס מאזל. נאָר גראדע איר האָב איך גאָר װינציק כיישעק געהאט אנטפּלעקן מײַן סאָד. ניין, כ'וועל פּרוּוון אליין געפינען א וועג צום קינסטלער, אליין... אויב ער וועט מיך נאָר װעלן פארשטיין, דארף איך קיין שטאדלאָנים ניט האָבן. טרײַבט ער מיך אָפּ, שטויסט מיך אוועק... מיילע, װעט אויך זײַן פארפאלן.
באטאָג בלאָנקע איך לאנגע שאָען ארום באם ברעג טײַך, טאנץ אריבער איבער די ששיי- נער אף יענער זײַט, לאָז זיך לויפן צו דער אײַנגעפאלענער וואסער-מיל, נישטער ארום צװישן די אָנגעשפּאָלטענע סקאלעס, צעװאָרפענע לאָזעיקוסטעס, ביז עס פארטראָגט מיך אזש צו די מאָנאסטיר-גערטנער. װײַטער, מיטן אױסגעטראָטענעם בערגל ארוף, וואג איך ניט גיין. דאָרט, העכער, װוינט דער לײַטזעליקער פּאטרלארך, דער קױיהענגאָדל אליין. אוואדע װאָלט איך זייער געװאָלט, אונדזער באגעגעניש זאָל זײַן א ריין צופעליקע...
צוריקוועגס זוך איך אויס אזעלכע ערטער אינעם טײַך, װוּ דער שטראָם טראָגט ניט מיט אזא האסטיקער שנעלקײַט די רוישיקע כוואליעס. פּאמעלעך שטעל איך פאָרזיכטיקע טריט אין וואסער, דערקלײַב זיך פון איין אָרט צום אנדערן, ביז איך שטויס זיך אָן אין דער ריזיקער און הויכער גראניט-וואנט פון די שטיינעריקאריערן. די מוירעדיקע ריזן"וואנט, װאָס איז צונויפגעגאָסן פון פארשיידנקאָליריקע שיכטן, בלענדן רויטלעך-שארף קעגן דער רונדער זון, װאָס פארגייט פלאקערדיק איבערן צעגליטן האָריזאָנט. איך ווייס, אז דער אלטער מאָלער איז פארליבט אין די דאָזיקע אויסטערלישע צויבעריפארבן. ער רופט זיי טאקע אזי אָן די קישעפדיקע בארשעווער זון-אונטערגאנגען.
אויך דאָ, ארום די קאריערן, געפין איך ניט דעם, וועמען איך זוך. עפשער איז מיט אים עפּעס געשען? פאָרט אן עלטערער מענטש, אָפּגעזונדערט פון מענטשן, אן עלנטער, מאלע װאָס עס קאָן טרעפן. איך ווייס שוין ניט װאָס איבערצוקלערן. איין זאך וויל איך אצינד: ער זאָל כאָטש זײַן געזונט.
כאָמעלע, קלער איך, דארף געוויס וויסן, װאָס האָט פּאסירט מיטן איינזאמען זאָקן. ניטאָ, וער עס זאָל אים צולייגן א נאס טיכעלע צום קאָפּ, א ביסל וואסער דערלאנגען.. אין איין אָטעם לויף איך פארסאָפּעט צו איר אהיים, פּונקט װי רוכעס װאָלטן מיך געטראָגן. אין דער היים טרעף איך כאָמעלען מיט דער מומע העניע שטארק פארפּאָרעט. זיי זיצן ביידע אף דער ערד, בא דער שטוב-וואנט, ארום א גרויסער קופּערנער פאן און קאָכן פלוימען- פּאָװידלע. זען זע איך, וי בא דער שיינער כאָמעלען שלאָגן זיך ארויס די האָר פונעם ענג"פארבוג" דענעם קאָפּטיכל, אירע אויגן זײַנען פײַכטלעך פארטרערט... און פון דער נידעריקער טרינישקע שלאָגט מיט בלינדע צוגעטישקעוועטע פלעמלעך.
-- כאָמעלע, זײַט מיר הונדערט מאָל מויכל, כאָמעלע, מײַן קומען אינמיטנדערינען צו אײַך, אומגעריכט, -- פארענטפער איך זיך א פארויטלטער ביז איבער די אױערן.
44
-- װוער פרעגט דיך, נארעלע, צוליב װאָס דו ביסט געקומען?-- לאָזט זי מיך װײַטער ניט אויסרעדן קיין װאָרט. -- א דאנק גאָט, אבי דו ביסט דאָ. נעם צעהאק בעסער א ביסל שפּענער, -- שטופּט זי מיר דעם אויסגעשטשערבעטן האקמעסער אין האנט ארלין, -- זײַט זיך מאטרלעך, פעטער, און זוכט דאָ אויס ערגעץ א טרוקן שײַטל האָלץ. נישקאָשע, רעב פעטער, דערפון ברעכט מען ניט אײַן דעם רוקן. זעסט אליין ניט, װי דער רויך האָט שוין בא מיר אויסגעגעסן דאָס שטיקל הארץ. אז דער מומע העניע מײַנער פארגלוסט זיך פּאָװידלע, קאָן דען זײַן א טערעץ?
כאָמעלע האלט זיך מיט מיר שטענדיק פרײַ, היימיש, פּראָסט, אָן כאָכמעס.
און אז די שיינע כאָמעלע פרייט זיך מיט מײַן צופעליקן באזוך, װערט בא דער מומע העניע אויך א ביסעלע געהויבן די שטימונג. זי וויצלט זיך פון צײַט צו צײַט מיט פײַנע שארפזיניקע ווערטלעך. בא כאָמעלען הייסט עס, די מומע העניע כאָכמעט זיך, זי קאָן אמאָל גאנץ געלונגען שטעלן יענעם צו לײַטיש געלעכטער.
די אָנגעשפּאָלטענע שפּענער, װאָס ליגן אָנגעהויפט לעבן מײַנע פיס, זײַנען בעפיירעש טרוקענע שפּענער.
-- כּ'האָב שוין לאנג געזאָגט, אז דו ביסט בא מיר א פּאָלנער מאָלאָדיעץ!---טוט זי א שפּרונג צו מיט גדולע און כאפּט מיך ארײַן אין אירע אָרעמס.---ביסט דאָך מײַן עמעס גאָלדן ייַנגל, מײַן דימענט!
-- מיט א דימענט, -- ווארפט די מומע העניע כיטרע-שטעכיק צו, -- איז גוט שנײַדן גלאָז...
אָבער טייקעף, פיל איך, קריגט די מומע העניע כאראָטע און װויל כאפּן צוריק דעם וויץ, װאָס זי האָט געװאָרפן אין מײַן גאָרטן. אזוי פארשטיי איך, אנדערש װאָלט זי ניט גענומען מיך גלעטן איבערן קאָפּ,
-- ניט דיך, כאָלילע, מיין איך. ס'איז געזאָגט געװאָרן סטאם אין דער וועלט ארײַן, צוליב א גלײַכװאָרט, אונדזערע כאכאָמים זאָגן דאָך: צוליב א כאָכמע מעג מען זיך לאָזן גיין זיבן ווערסט צופוס,
מויכל, מויכל, איך קאָן גיין שווערן, אז קיין בייזוויליקע קאװאָנע האָט די מומע העניע ניט געהאט. יאָ, קלער איך װײַטער, װיאזי זשע טוט מען א טאפּ אין װאָגן מיקויעך דעם אלטן מאָלער?
נאָר כאָמעלע קומט מיר אליין צוהילף,
-- אָניסי מארקאָװויטש קוקט ארויס אף מיר, װי א גוטערייזד קוקט ארויס אף מאָש;עכן. גאנצענע טעג, אָן אָפּרו און אָן א ביסל ווארעם געקעכץ זיצט ער אונטער ראָסקאָפּענעץ באם גרויסן ,,בורון", צװישן די צוויי מוירעדיקע שטיינער-טויערן. ער זיצט און מאָלט, מאָלט, מאָלט, דערנאָך ווארפט ער דאָס געמאָלטע אין וואסער ארײַן. גאָרנישט געפעלט אים ניט. א ראכ- מאָנעס צו קוקן, װי דער זאָקן שלאָגט זיך נעבעך אינגאנצן ארויס פון די קויכעס.
אז באם אלטן װאָגלער איז ניט אלץ גלאט אין ,אייבער-שטיבל", איז פאר מיר קיין נײַס ניט. אלע ווייסן, אז עס פעלט אים א קלעפּקע.. װאָס הייסט -- מאָלן, מאָלן, מאָלן און ווארפן דאָס געמאָלטע אין טײַך ארײַן?! דאָס איז א גאנג פון א קלאָרן מענטשן!
כאָמעלע האָט צו מיר א באקאָשע: איך זאָל אליין געפינען דעם מאָלער און אים איבער- געבן אין די הענט דאָס פלעשעלע קליי, גומיראביק הייסט עס, און איניינוועגס, אויב עס איז מיר ניט שווער, פארכאפּן מיט זיך די נײַע פּאָלירטע רעמלעך,
מיטן שענסטן קאָװעד!
זי ווייסט ניט און װעט זיך קיינמאָל ניט אָנשטױסן, װי גליקלעך איך בין מיט איר שלי- כעס. אצינד קאָן איך קומען צום אלטן מאָלער א סאך דרייסטער. אָ, איך בין איר זייער דאנקבאר, װאָס זי שיקט מיך צו אים מיט אזא וואזשנעם גאנג. נישקאָשע, זאָל כאָמעלע ניט דײַגענען, איך װעל אים געפינען, אפילע אונטער דער ערד װעל איך אים געפינען. איך װועל זיך פארגאנווענען אין א באהעלטעניש און שטילערהייט אונטערקלײַבן דאָס, װאָס ער ווארפט אין וואסער ארלין.
זי װויל נאָך, כאָמעלע, מיט מיר איבערגעבן א ווארעם סלאָיִקל פּאָװידלע. מעכעטייסע!
אזוי האָבן מיר טאקע אָפּגעשמועסט מיט כאָמעלען -- מאָרגן נאָך די לימודים װעל איך קומען אהער צו דער מומע העניע --נעמען אלץ, װאָס מע דארף, און זיך אװעקלאָזן צו די ראָסקאָפּענעצער שטיינער. בעערעך ווייס איך, װוּ דער גרויסער ,בורון" שפּארט אָן, איך ווייס אויך, װוּ עס זײַנען די שטיין-טויערן באם וואסערפאל.
-- כוץ דעם, װאָס דו װעסט מיר אײַנשפּאָרן א גאנג, -- זאָגט זי, -- װעסטו נאָך פארדינען אֹ מיצווע. זעסט כאָטש, וויַאזוי עס האָט אָנגעריסן בא מיר דער פוס? סאמע אפן טראָט. איך קאָן נישט, ניט פאר דיר געדאכט, ארויסגיין פון יענער זײַט טיר מיט אן אָנגעטאָנענעם שוך,
8
קענסט דאָך מיך, כ'בין ניט קיין שטוב-זיצערן, ס'איז ניט אין מײַן נאטור זיך שאפן מיט יענעם, ווען איך אליין בין בעקויעך עס טאָן. הײַנט, מאָרגן, האָף איך, װעט דער בלאָטער אופרליסן. וי נאָר עס װעט מיר װערן א ביסעלע גרינגער, װעל איך זיך ניט לאָזן לאנג בעטן. גיב אים איבער, אָניסי מארקאָװויטשן, אז מע האָט מיר צוגעזאָגט אין איינעם אן אָרט, טאקע בא מײַנער א קוזינע, קריגן דעם לײַוונטימאטעריאל פאר א צוגענגלעכער פּרײַז.
פונעם גאנצן הארצן ווינטש איך כאָמעלען, זי זאָל װאָס גיכער געזונט װערן. מיט איר קראנק-געװאָרענעם פוס, כאָטש מע טאָר אזוי ניט זאָגן, האָט זי מיר דאפקע זײיער שין צוגעדינט.
אף מאָרגן נאָכן מיטיק האָב איך צוגעקלערט א טערעץ, און די לערער האָבן מיך פרלי געלאָזט פאר דער צײַט. פון דער מומע העניעס מאָקעם-מיקלעט בין איך ארויס גאנץ נישי קאָשעדיק אָנגעגורט. כאָמעלע האָט אלץ באװאָרנט, אקוראט װי א גוטע באלעבאָסטע, צונויפ- געלייגט אין קויש, די רעמלעך אָנגעהאנגען אף מײַן האלדז, װי אף א דישעל, און געבעטן, װי אן עלטערע שװעסטער קאָן בעטן, איך זאָל זיך אפן וועג מיט קיינעם ניט פארטשעפּען ניט שטעלן זיך אױסטײַנען, ניט פארפירן מיט די גאסן-יינגלעך דאָס, װאָס מע רופט אָן שורע- בורע, שטיפערישע מאניפאָרגעס.
-- טו מיר צוליב!
כ'ווייס אליין זייער גוט, װוּהין איך גיי און װאָס איך טראָג מיט זיך. זי פארשפּאָרט אויסנעמען מיט מיר. כאָמעלע מעג זײַן רויַק, אינגאנצן רויַק.
-- אלץ װעט זײַן װויל און גוט!-- שרײַ איך א פריילעכער אויס.
וי נאָר מע שפּאנט אדורך די הילצערנע בריק; זעט מען ביכלאל ווינציק יינגלעך, אזעלכע וי איך, ביפראט נאָך, אז מיר קומט אויס פארקערעווען צו דער לאָנקע, פּאזע דעם שלענגלדיקן טײַך. דאָ װעסטו געוויס אינמיטן טאָג קיין לעבעדיקן הונט ניט באגעגענען. אין אזא צײַט איז יעדער איינער פארנומען בא עפּעס אן ארבעט. װוער קאָן זיך עס פארגינען אינמיטן דער װאָך סטאם לאָזן זיך אף א שפּאציר צו דער לאָנקע? שאבעס אָדער זונטיק איז גאָר אן אנדער זאך, שאבעס און זונטיק זײַנען טעג פון רו און מע קאָן זיך דערלויבן, דעריקער צוֹ פארי נאכט-צו, פארברענגען אף דער פרישער לופט, באם וואסער, וויפל דאָס הארץ גלוסט. דעמלט זעט מען פיל שפּאצירנדיקע פּאָרלעך, אנדערע לאָזן זיך מיטן טײַך אף שיפלעך, יונגע באָי כערים פארמעסטן זיך אין שווימען, פלעכטן היטעלעך, פארפירן צװישן זיך באָרענישן, טראכטן אויס אלערליי שפּילן. מיר דאכט, אז קיין שענער און בעסער אָרט װוּ צו פארברענגען איז אין בארשעוו ניטאָ. דאָ, בא די גרינע טײַךיברעגן, ארום פיל און פיל צעפּאטלטע װערבעס, איוועס, בערעזקעס, איז בעעמעס א שטיק גאניידן. זון און שאָטן בײַטן זיך נאָכאנאנד דעם גאנצן הייס-זומערדיקן טאָג. איצט, ווייס איך אליין װויל, איז ניט קיין זמאן פון זײַן פרײַ, לאָזן זיך װווילגיין אונטערן פרײַען הימל. דער װאָכעדיקער האלב-טאָג שטייט פארנומען מיט שווערער מענטשלעכער האָרעוואניע. אפילע די װײַסיצעגליטע זון, װאָס סארפעט הויך אין הימל, איז ניט װינציקער פארנומען מיט זאָרג און טאכלעס פאר אירע לעבעדיקע באשעפענישן אף דער ערד. פאר די אויגן שפּרײט זיך די װוּנדערלעכע מעכײַעניש אליין, א דערקוויקונג פאר דער נעשאָמע. דאָס הארץ טײַעט פון דער פּרעכטיקער פילפארביקײַט און זינגעװדיקײַט, װאָס רינגלט דיך ארום. די העל-באזונטע לאָנקע איז אָנגעפילט מיט לעבעדיקע קוילעס, קאָ- לערליי זשומענישן און טשיריקערל, גרילעניש און צירקעניש. דער זיסער טריליקער גע" קלאנג באגלייט מיך דעם גאנצן וועג.
..דעם גרויסן פאנאנדערגענומענעם שירעם, װאָס שטייט ערגעץ דאָרט אין דער הײך, אף די סקאלעס, האָב איך דערזען העט פון דער װײַט. כוץ דעם אלטן מאָלער, אָניסי מארי קאָװיטש, פארמאָגט קיינער ניט אזא זון"דעכל. די צונג דארף מען מיר ניט פּיקן, איך ווייס זייער גוט, װאָס איך האָב צו זאָגן. דערפאר טאקע פיל איך זיך פעסט. ,כאָמעלע האָט מיך געשיקט...* דאָס װעלן זײַן די ערשטע ווערטער.
גאָר ניט אזוי פּאָשעט איז זיך דערקלײַבן צום מאָלער. דורכויס זײַנען אָנגעוואלגערט מאסיווע שטיינער. װאָס װײַטער, זײַנען די שארפקאנטיקע גראניטיהליבעס געפערלעכער. ערגעץ טיף אין דער נידער ריזלען פארטײַעטע בולקענדיקע שטרעמלעך. ענדלעך האָב איך זיך דערקליבן צום פארכושטן מאָלער. אפילע אונטער דעם ברייטראנדיקן שטרויענעם הוט האָט דאָס היפּשע אָנגעבראקנעטע פּאָנעם זײַנס אויסגעזען, װי נאָך א שװיץ-באָד. די גלליִקע זון- שטראלן פון אזא טאמעזיטאָג קאָנען אדורכברעכן ניט נאָר קיין שירעם צי א שטרויענעם הוט, נאָר װאָס איר װילט אליין. ראָזלעךיצעפּריעט שטייט דער אלטער מײַסטער, עטװאָס אָנגעבויגן איבער דער מאָליברעט, שטרײכלט און פּינטלט מיט די פּענדזלעך, װיל עפּעס פון דער װײַט אופכאפּן מיט זײַן אָנגעשטרענגטער זקיינישער ריע; שטעלט אונטער א האנט-
36
דעכעלע, זשמורעט די אויגן, קרימט דאָס מויל, גלײַך וי ער פּרוּװוט דאָס געזעענע אפן טאם.
עס געפעלן אים ניט, װײַזט אויס, די דין ארופגעלייגטע פארב-שטריכן אפן לײַוונט. טכילעס
האָב איך זיך. אליין וי דערשראָקן: דער פארטראָגענער מאלעך קוקט אף מיר מיט ברייט
צעעפנטע אויגן און זעט מיך ניט... עטלעכע מאָל כאזער איך איבער שטיל און פארציטערט: -- פון כאָמעלען... דאָ האָב איך עפּעס װאָס געבראכט פאר אײַערטװעגן..
װוער, װאָס, א נעכטיקער טאָג, דער אלטער הערט מיך ניט. ער איז בלינד און טויב צו מיר. נעם איך פּאמעלעך פּױזען א ביסעלע העכער. אף אלע פיר האָב איך צוגעקלעטערט גאָר נאָענט צום אײַנגעפעסטיקטן שירעם. דאָס לענגלעכע פּאָנעם בא אָניסי מארקאָװויטשן איז בייזלעך אָנגעכמורעט, דער בליק פארשארפט. וועדליק איך האָב פארשטאנען, האָבן די אָנגע- האנגענע רעמלעך אף מײַן האלדז אים אָפּנעהאלטן מיך דורכצוטרליבן.
-- כאָמעלע, -- שטאמל איך, װי די נעשאָמע בא מיר װאָלט אנטלאָפן אין די שפּיץ פינ- גער, -- כאָמעלע זיצט אין דער היים מיט א געשװאָלענעם פוס..
-- װאָס! -- פרעגט ער צעטומלט,
-- כאָמעלע, -- זאָג איך א צווייט מאָל וי װײַט מעגלעך הויך, -- זיצט אין דער היים מיט א געשװאָלענעם פוס. אָט דאָס אלץ, -- שלעפּ איך העכער ארוף דעם פולן קויש, ---איז פאר אײַערטוועגן. די רעמלעך אויך.
-- א דאנק! -- נייגט ער דעם גרוי-גרײיזן קאָפּ מעװוּלװלדיק, -- וועסט מיר ניט שטערן!-- פינקלען נאָך אלץ אין זײַנע אויגן אומרויִקע פײַערלעך, ---דו זאָג מיר דעם עמעס, װעסט מיר ניט שטערן?
-- איר ווילט, איך זאָל זיך װאָס גיכער אָפּטראָגן? נעמען די פיס אף די פּלײיצעס און נעלעם װערן? -- שטיקט מיך עפּעס ביטערלעכס אין האלדז.
-- זיצן דאָ, -- מאכט ער א זויערע מינע, -- װעט דיר גיך נימעס װערן.
דערוף ענטפער איך אים עפשער ניט אינגאנצן איידל, מעגלעך אפילע אזעסדיק:
-- זאָל אײַך ניט קימערן. אז עס װעט מיר נימעס װערן, װעל איך שטילערהייט נעמען דעם וועג.
ביסלעכװײַז װוערט דער מאָלער רויקער, ווייכער און צוגעלאָזטער.
-- גאָט באהיט, איך טרײַב דיך דען? אדעראבע, זיץ דאָ לעבן מיר וויפל דו ווילסט. איך זאָג נאָר, אף דײַן אָרט װאָלט איך מיסטאמע אָפּגעזוכט א שענערע און א פריילעכערע קאָמפּאניע.
איך האָב זיך גענומען פּאמעלעך אראָפּגליטשן נידעריקער פון דער שטארק אָנגעגליטער סקאלע און זיך צוגעשארט נעענטער צום פעלדזן-שפּאלט. פון די אָנגעשפּאָלטענע שטיינער, װאָס דערגרייכן צום אָפּגרונט, האָט טויבלעך אָפּגעשלאָגן מיט מורמלענדיקע וואסער-קלאנגען, מיר האָט געדאכט, אז מע האלט אין איין איבערגיסן א פליסיקײַט פון איין קיילע אין א צווייטער. איך קוק ארײַן אין דער טונקעלער טיף, װי מע קוקט ארײַן אין א קילן ברונעם, און באמי זיך מאכן דעם אָנשטעל, אז עס אינטערעסירט מיך לאכלוטן ניט, װאָס דער מאָלער מאָלט, באמערק ניט זײַנע האװײַעס, לאָז ניט ארויס קיין מינדסטן קלאנג, גלײַך װי איך בין דאָ ניטאָ. ווילן װויל איך, אז אָניסי מארקאָוויטש זאָל אין מיר אינגאנצן פארגעסן. ערשט דעמלט, ווען דער אלטער װעט זיך קלײַבן גיין אהיים, װעל איך פאר אים אנטפּלעקן דעם סאָד. לעסאטע צי איך פאָרזיכטיק ארויס פונעם האָרן"פּושקעלע דאָס בלעטל, אף וועלכן עס איז אָפּגעדרוקט שווארצמאנס פּאָרטרעט. די װײַסע און שווארצע שטריכן נעמען שווינדלען פאר די אויגן, װי אן אוױסגעמאָלטער קאָסער רעגן. נאָך ערגער און שרעקלעכער זײַנען די אויסגעצוויטעטע בלינדלעכע אויגן. װער האָט עס אים קאליע געמאכט די ריִע!.. דער דיכטער אָשער שווארצמאן האָט אוואדע געמוזט האָבן שיינע, ליכטיקע, פּײַערדיקע אויגן.
נאָר אונטער פעלדזן, הער איך, רינט, און ריזלט פריש א שטראָם, --
די דאָזיקע צוויי שורעס זײַנען מיר געקומען אפן זינען, בייס איך האָב זיך צוגעקוקט און צוגעהערט, וי דינינקע ריטשקעלעך ריזלען, זשומען, װאָרקען אונטער די מאסיווע ריזיקע שטיינער. װאָס נידעריקער איך נייג דעם קאָפּ צום שטיין-שפּאלט, אלץ קילער לאָזט זיך פילן די פײַיכטלעכע פרישקליט.
פון צײַט צו צײַט פיל איך אף זיך דעם מײַסטערס שװערן בליק, עפּעס ליגט אינעם דורכדרינגלעכן בליק אױסגעגאָסן א צאָרן. מיט אומצופרידענעם פאָרװוּרף שלײַדערט ער מיך אָפּ פון זיך. דערפון אליין ווערט מיר שווער אפן הארצן. ויאזוי װעל איך אים קאָנען װײַזן
37
דעם דיכטערס פּאָטאָ-בילד און אים נאָך בעטן, ער זאָל מאָלן דערפון א פּאָרטרעט?. מײַן באקאַשע װועט מיר אָנקומען זייער שווער.
-- כ'האָב דיך פריִער געװאָרנט, -- קלאָגט ער זיך אף זײַן שווער-ביטערן כאראקטער, -- זיצנדיק לעבן מיר, װעט דיר װוערן אומעטיק. אפילע אן אומשולדיקע פליג אנטלויפט פון מיר. זעסט דאָך אליין, אז איך בין א קנאפּער בעריע אף צו פארװײַלן עמעצן. האָב קיין פאריבל ניט אף אן אלטן מאָרעשכױרעניק. קוק ניט ארויס און דערווארט ניט, מײַן טײַער ייִנגל, קיין ברעקעלע פרייד פון דעם אלטגעבאקענעם מעלאנכאָליקער.
און דאָך, װאָס װײַטער דערװועקט זיך אינעם קינסטלער מער וייכהארציקײַט. ער װערט צוגעלאָזטער און נאָכגיביקער. דער אײַנגעשלאָסענער מענטש האָט פּלוצעם באקומען לאָשן. עס געדענקט זיך כאָמעלעס א קלוגער זאָג וועגן אלטן: ,זײַן שיין שװײַגן איז נאָך שענער וי זײַן שיין ריידן..." איצטיקס מאָל דערקען איך אים ניט. װאָס איז די מײַסע, הייב איך ניט אָן צו וויסן. ער שמײַסט זיך אליין מיט פּײַערדיקע ריטער, גלײיך װי ער וויל מיט דעם אויסקויפן זײַנע זינד. ער איז גרייט שיטן אש אפן קאָפּ. עפשער פּײַניקט אים עפּעס דער געװויסן? אָבער איײנצײַטיק זע איך, װי ער איז מיט דער נעשאָמע ארײַנגעואקסן אינעם דערװײַל נאָך אומקלאָרן בילד. צײַטנװײַז װוערט ער צוגעזאָטן צו דער מאָלברעט. וועלכער כאָכעם קאָן זיך דאָ אָנשטױסן, װאָס אזעלעכס האָט אופגעטרייסלט דעם זאָקן, ער זאָל אזוי אומגעריכט וערן איבערגעאנדערשט?
דער אלטער מאָלער האָט מיך מאמעש געפּלעפט מיט זײַן וילדיגליקלעכן אויסגעשריי:
-- א בראָכע אף דײַן קאָפּ!
אין א װײַלע ארום פאלט ער צו מיר צו וי א דולער מיט פריידיטרערן אין די אויגן.
-- דײַן קומען אהער איז געבענטשט מיט מאזל...---װוערט ער אזש פארכלינעט, -- האָסט געבראכט, קינד מײַנס, דאָס, װאָס איך האָב װאָכנלאנג געזוכט.
איך באנעם לאכלוטן ניט זײַן האָפּערדיקע צעראשטקײַט, זײַן פריילעכע שטימונג, מײַן נארישער קאָפּ כאפּט אפילע ניט אוף דאָס, װאָס דער פּלוצעם אופגעריכטער אלטיטשקער רעדט צו מיר.
-- סאָפקאָלסאָף האָב איך געפונען דאָס פארהוילענע סטעזשקעלע, -- שטראלט ער אפסנײַ אוף אן איבערגליקלעכער, -- דאָס מעטושטעשע יאָדערל האָט זיך פאר מיר אנטפּלעקט. איצט, מײַן ליב ייִנגל, װעט זיך גאָר אף אן אנדער מין אויפן ארבעטן.
א סװאָרע, אז ס'איז ניטאָ אין דער װעלט קיין איין מענטש, אין דעם האָב איך זיך לעצטנס טיף איבערצלגט, װאָס זאָל טאָמיד זײַן איינער און דער זעלבער, וועןיניט-ווען ווערט דער שװײַגער באריידעוודיק, דער אומעטיקער -- פריילעך, דער הארבער -- ווייכער. אויב עס קומט אויס אָנקומען צו א צווייטן מענטשן, ליידער איז עס ניט קיין זעלטענער פאל, דארף מען נאָך האָבן א ביסעלע האצלאָכע, יענער, דער צווייטער מענטש, הייסט עס, זאָל זײַן גוט געשטימט, זײַן הארץ זאָל דערפילן דײַן הארץ.
די צעברעקלטע האלב-טויבלעכע קלאנגען, װאָס ער ברענגט ארויס, דערמוטיקן מיך נאָך שטארקער.
-- זאָלסט קיינמאָל ניט פארלירן די האָפענונג!-- טרייסט ער זיך אליין, -- דאָס איז אויך, זאָלסטו וויסן זײַן, אן אלטער געבאָט. אקשאָנעסדיקע מי ווערט קיינמאָל ניט פארלוירן. קוים גלייבסטו אין דײַנע קויכעס, װעט מעקוּיעם װערן דײַן שטרעבונג. פאראן א קלאל בא אלע פעלקער און בא אלע מענטשן: אז מע שפּארט זיך אײַן, פילט מען אויס..
דער אופגעלייגטער מאָלער, שפּיר איך, איז אין דער געװוּנטשענער שטימונג.
אָניסי מארקאָוויטשן איז ניט צו דערקענען. גאָט מײַנער, װיִאזוי א מענטש קאָן עס זיך אין איינע צוויי מינוט ענדערן! איך קאָן קאווירן, אז מיטן גליקלעכסטן אין דער װועלט װאָלט דער מאָלער זיך אצינד ניט געביטן
-- שיקער? יאָ, שיקער!-- טוט ער זיך מאָדנע א צי מיט ביידע הענט צום הימל. נאָכדעם ברענגט ער ארויס געציילטע װוערטער, װאָס זײַנען לאכלוטן פאר מיר אומפארשטענדלעך:-- שעפערישע פרייד! פאר פּראָסטע כײַװעקײַעמס איז דער דאָזיקער באגריף גאָלע גאָרנישט. שעפערישע פרייד, זונעניו, שטייט העכער פון אלץ.
געוויס װאָלטן אונדזערע בארשעווער לײַט געזאָגט אפן זאָקן: אינגאנצן אױיװערבאָטל. בא וועמען זוכט איר קלאָרן סייכל?!
ניט מײַן אייסעק זאָגן אף אן עלטערן מענטשן שלעכטס אָדער גוטס. דער כידעש באשטייט דערין, װאָס דער דאָזיקער נעפעש האָט גראדע פארקליבן זיך צו אונדז אין בארשעוו. דער באנומענער, װי אנדערע רופן אים הינטער די אויגן, איז ניט אזא װי אלע. װאָס מאָלט ער? פאר וועמען מאָלט ער? צוליב װאָס מאָלט ער? דערצו איז מען נאָך אף דער עלטער עלנט,
38
איין גאָט אין הימל זאָל זיך אף אים דערבארעמען. װוּ האָט מען דאָס געהערט, מע איז דאָך ניט מער װי א לעבעדיקער באָסערװעדאָם, אז א מענטש זאָל ניט קומען אין באריר מיט אנדערע מענטשן? לעבט זיך איינער אליין, אָן פרײַנט, אָן קרויווים, אָפּגעשײדט פון דער וועלט. כוץ די מאָלימאכשירים, דארף ער קיין זאך ניט.
א דאנק גאָט, װאָס כאָמעלע האָט זיך געפונען אין שטאָט און װיל אים דאפקע יאָ פאר- שטיין. ווייס איך ניט, צי איר װעט געלינגען אײַנבײַסן דעם הארטן נוס. מיר דאכט, אז זי נארט זיך אליין אָפּ, מיינענדיק, אז זי קאָן יאָ ארײַנדרינגען אין זײַנע דאלעדאמעס, באנעמען זײַנע אָנשױונגען. עמעס, כאָמעלע האָט א מער פרײַערן צוטריט צום מאָלער, װי אן אנדערער, זי קאָן אומגעשטערט קומען צו אים אהיים, ווען זי וויל און ווען זי האָט נאָר כיישעק. כאָ- מעלע קאָן זיך פארגינען לאָזן מיטן אלטן קינסטלער אף א װײַטן שפּאציר, אָבער דאָס הייסט נאָך ניט, אז זי קאָן ארײַנקוקן אין זײַן פארבאָרגענער וועלט.
איידער איך קוק זיך רעכט ארום, פאלט צו די נאכט. ראָזיבלױע פּאסן האָבן דאָ און דאָרט גענומען גארטלען דעם פילפארביקן הימל. דער צעפלאקערטער מײַרעװ-האָריזאָנט ציט פּאמעלעך אין זײַן גלייקן טהאָם די אומגעהייער גרויסע רויטבלוטיקע זון.
ענדלעך איז געקומען די צײַט, ווען דער מאָלער קלײַבט זיך אהיים. אָט איצט גראדע בין איך אים זייער גוט צוניץ געקומען. ער װייסט, צי דער גראָװער זאָקן װאָלט איינער אליין, אָן מײַן הילף, זיך פארשלעפּט מיט אזויפיל בעבעכעס? צו דעם אלעם איז נאָך צוגעקומען כאָמעלעס צוגעשיקטע זאכן.
אָניסי מארקאָװויטש פירט מיך דורך אן אנדער װעג. די לאָנקע האָבן מיר אויסגעמיטן, ערגעץ איז זי געבליבן ליגן װײַט הינטער אונדז. ארומגעהאנגען מיט טאָרבעלעך, רענצעלעך, סלאָלקלעך און פיל אנדערע בלעכענע און גלעזערנע קיילים, האָט דער קינסטלער איצט אויסגעזען וי אן אלטער שמאטע-קלײַבער.
-- האָב קליינע יעסורים, ייַנגל,---בארויַקט ער מיך, -- כ'וועל דיך צופירן גלײַך צו דער בריק,
װייניקער פון אלץ קימערט מיך, טאָמער װעט אויסקומען א ביסל בלאָנדזשען. איך בין ניט קיין קליינינקער, אזעלכע זאכן שרעקן מיך ניט. אז איך טו זיך א דערמאָן אין בערעלעס קאָמפּאניע, בעשאס מיר האָבן זיך געלאָזט אף גאָטס באראָט ערגעץ צו אלדי שווארצע יאָר, איז װאָס פאר א װוערט, פרעגט זיך, האָבן די צווייידרײל װוערסט הינטער בארשעוו קעגן מײַן ביטערער פּלאָגעניש, ווען איך האָב געטיאָפּקעט איינער אליין פון זשיוורעטש קיין בארשעוו? מײַן קומען אהער צום מאָלער, דאָס רעדן מיט אים וועגן שווארצמאנס פּאָרטרעט קומט מיר אָן פיל פּײַנלעכער. מעגלעך, דערפאר זע איך איצט אויס ניט נאָר געקלעמט, נאָר אויך צעשטרייט. כ'האָב מוירע, דער מאָלער זאָל מיר גלײַך ניט אָפּהאקן די פליגל און מעקײַעם זײַן דעם פּאָסעק: , פּאָשאָל װאָן!"
שנעלער, כאפּ ארײַן, קאָלזמאן דער מאָלער איז אין דער רעכטער שטימונג, -- לאָז איך זיך אליין ניט צורו. דורכלאָזן די גינסטיקע מינוט װעט זײַן פון מײַן זײַט די גרעסטע אוולע. אָפּלײגן אף שפּעטער? ---װעל איך געוויס דערנאָך כאראָטע האָבן. שפּעטער קאָן אמאָל זײַן צו שפּעט.. איך צי ארויס דאָס האָרן-פּושקעלע, נעם פאָרזיכטיק אָן מיט די שפּיץ פינגער דאָס צונויפגעלייגטע זשורנאל-בלעטל און רוף מיך אָן:
-- איך האָב צום בעקאָװעדיקן מײַסטער א גרויסע באקאָשע.
-- דעהײַנע?
עס װוערט מיר אזש קאלט אין די קני.
-- דער אומגעקומענער פּאָעט אָשער שווארצמאן... מיסטאמע האָט איר פון אזא ייִדישן דיכטער ניט געהערט? דער העלדנמוטיקער דיכטער האָט פארדינט, מע זאָל מאָלן פון אים א פּאָרטרעט, ארויסהענגען אים אינמיטן שטאָט. כאָטשבי אין ארבעט-פּאלאץ. אָט דאָס פאָטאָ- בילדל, װאָס איר זעט פאר אײַערע אויגן, איז נאָך ניט דער עמעסער אָשער שווארצמאן. זייער שלעכט אָפּגעדרוקט, קימאט אף לעש-פּאפּיר, וואסערדיק פֹּאפּיר. הײַנט טוט א רעכטן קוק אף די קאָסע שטריכן. אָנשטאָט עמעסע שיינע אויגן זעט מען בלויז װײַסע בלאָטערלעך. שלעכט!-- טו איך זיך א קרים.
דער אלטער אָניסי מארקאָוויטש האָט טיפער ארײַנגעקוקט אין זשורנאל-בלעטל, מאָדנע אף א זײַט אָנגעשפּארט דעם גרײַזיצעקודלטן קאָפּ אינעם עטװאָס אונטערגעהויבענעם אקסל, עפּעס האָט ער געװאָלט מער ארויסקריגן פונעם שלעכט אָפּגעדרוקטן בילדל. זײַן אָנגעשטרענגט פּאָנעם נעמט ארוף אף זיך אן ערד-טונקעלן קאָליר, די ברעמען צעבארשט, אָנגעכמורעט.
-- א דיכטער? -- פרעגט ער איבער.---אף דער מילכאָמע, זאָגסטו, אומגעקומען? סארא יונג מיט ביינער!
39
-- אין בירגערקריג העלדיש אומגעקומען,---גיב איך צו שטאָלץ, -- פאר דער רעװאָי ליוציע אָפּגעגעבן דאָס יונגע לעבן זײַנס. פאר דער נײַער ייִדישער פּאָעזיע.
די לעצטע װערטער ,נײַע ייַדישע פּאָעזיע" איזן דעם לערער ארל סקליארס באליבטער אויסדרוק. דאפקע דאָ זײַנען די באדײַטנדיקע װערטער פארן אלטן פּעטראָגראדער מאָלער געווען זייער צום אָרט. קעדיי עס זאָל אים א נעם טאָן פאר דער לעבער און ער זאָל כיישעק באקומען מאָלן שווארצמאנען, האָב איך נאָך צוגעגעבן: דער דאָזיקער דיכטער איז אונדזער שײַנדל, אונדזער קאָװעד. דערבײַ לייג איך נאָך צו מיטן גאנצן הארצן די פיר שורעס:
כ'דארף איצט ניט קיינעם, איך דארף איצט מײַן מאמען, און װאָלט איך זי האָבן, דאן װאָלט איך איר זאָגן מאמע, ניט מיין, איך בין קינדערש און נאריש -- איך קאָן, װי א גרויסער, פאר דיר זיך ניט קלאָגן
..א שאָד! דער געניטער מײַסטער, װאָס איז אױיסגעפאָרן א וועלט, זיך געוואלגערט, וי זאָגט מען, אין אלע מיסטן, געגעסן קעסט בא פיל פרעמדע טישן, האָט שוואך פארשטאנען שווארצמאנס לאָשן.
דער גרײַזער זאָקן איז מאמעש געווען אנציקט פון מײַן באהאװנטקײַט אינעם דיכטערס שאפן. ער זעט עס ארויס אפילע, זאָגט ער, אין די נאָרװאָס דעקלאמירטע שורעס, װאָס איך האָב מיט אזויפיל נעשאָמע ארויסגעבראכט פאר אים. זאָל זײַן, אז מײַן בקיעס אין שווארצי מאנס פּאָעזיע איז אפילע אן אויבנופיקע, אָבער די ליבשאפט צום דיכטער, װאָס איך װײַז ארויס, איז מאמעש צו שטוינען.
דער מאָלער האָט מיך פרײַנטלעך-געטרל גענומען אונטערן אָרעם, וי אן עמעסער זיידע.
-- ווער-ווער, -- זאָגט ער געטרײַ, --נאָר דו מעגסט קומען צו מיר אָפטער, -- דערנאָך האָט ער מיך געבעטן, איך זאָל פאר אים איבערזעצן און פארטײַטשן די נאָרװאָס דורכגע" לייענטע שורעס. ווייסט ער דען ניט, אז איך בין שטומפּיק אף דער איװורע! ויאזוי זשע, פרעגט זיך, קאָן איך פאר אים איבערזעצן שווארצמאןישורעס? דערצו נאָך אװעלכע פיר שורעס! ניין, איך נעם זיך ניט אונטער. װאָס זשע דען יאָ? בייס כאָמעלע װעט בײַזײַן, זאָל זי איבערזעצן און טײַטשן. עמעס, זי איז אויך װינציק װאָס געשמירט אין די ייִדישע האגאָי דעס און זמירעס. פון דער נײַער ליטעראטור איז דאָך ניט שײַעך אפילע צו רעדן אָבער עפּעס װאָס, מיין איך (פאָרט א ייִדישע טאָכטער, װאָס קאָן מאמעלאָשן), װעט צום אלטן געשמאדטן מאָלער דערגיין.
מײַן ציל איז דערגרייכט געװאָרן, פריי איך זיך, דעם איקער האָב איך באם מאָלער געפּױעלט. דער דיכטער אָשער שווארצמאן װועט דורכן גערימטן מײַסטער פארייביקט װערן
-- גוט, איך װעל מאָלן... -- הער איך זײַן זיכער װאָרט.
אצינד קאָן מען אף געוויס רעכענען, אז מיטן קינסטלער האָבן מיר זיך סאָפּקאָלסאָף דערעדט. דער שטרענגער אלטיטשקער ויל, אז איך זאָל פאר אים נאָך עפּעס פאָרלייענען פון שווארצמאנס שאפונגען, כאָטש ער פארשטייט ניט, איז ער זיך מוידע, קיין װאָרט. זאָג איך אים, װי דער עמעס איז, אז כ'געדענק װינציק אף אױיסװײיניק, סײַדן, דערמאָן איך זיך, די ליד ,מײַן ברודערס ליפּן בלוילעךיגעל", וועלכע כהאָב ניט לאנג צוריק געלייענט בא דער לערערקע ליזע טשערקאסקע אין שטוב.
די ליד האָב איך איבערגעלייענט מיט הארץ, ניט געײַלט, פּאמעלעך. נאָך מײַן אָפּגעי זאָגטן שטילן קאדעש פארגראָבט זיך װוידער טיף דער מײַסטער אין שווארצמאנס פאָטאָ-בילד און געפינט אויס, אז באם פרי אומגעקומענעם דיכטער זײַנען אף אן אכזאָריעסדיקן אויפן צעשאָסן דִי אויגן. מע האָט אים מערדעריש פארפּײַניקט..
-- אָשער שווארצמאן, -- באשטיי איך אקשאָנעסדיק, -- האָט זיך העלדיש געשלאָגן און העלדיש אומגעקומען! דער דיכטער איז אין געפאנגענשאפט צו די װײַסע ניט געגאנגען.
ניט װײַט פון דער בריק זײַנען אונדזערע וועגן זיך פאנאנדערגעגאנגען. מיר האָט גע- דאכט, אז דער זאָקן איז עפּעס צערודערט.
-- בא די ייִדן, -- זאָגט ער, -- האלטן זיך ניט לאנג קיין באגאבטע מענטשן, זי וואקסן ארײַן אין דער קולטור פון די ארומיקע פעלקער. טויפונג און אסימיליאציע איז שוין לאנג געװאָרן א װאָכעדיקער גאנג. בא דײַן אייגן פאָלק װעסטו קיין אנערקענונג ניט קריגן..
ראפּטום כאפּט זיך דער אלטער מאָלער, אז זײַנע רייד זײַנען אדרעסירט ניט אהין, װוּ מע דארף,
-- יאָ, יאָ, --קוקט ער װײַטער אף מיר מיט שוין מער געשטילטע אױגן --פאר א
40
שטומען שטיין רעדט מען אויך אמאָל אויס דאָס הארץ. אומבאדינגט װעל איך מאָלן אָשער שווארצמאנס פּאָרטרעט.
מעג מען דאָך איצט אוואדע רעכענען, אז די שול-היים אונדזערע װעט באקומען פונעם קינסטלער די שענסטע און בעסטע מאטאָנע. פאר איין זאך פונדעסטװעגן האָב איך יאָ א ביסעלע מוירע, ער זאָל, כאָלילע, ניט אָנמאָלן דעם דיכטער א בלינדן. װעדליק ער האָט זיך צעלאָזט וועגן ,צעשאָסענע אויגן", איז עס אפן אלטן צו גלייבן.
אפן צווייטן צי אפן דריטן טאָג בין איך געלאָפן א פארשמײַעטער צו די ראָסקאָפּענעצער שטיינער געװוירע וװערן, װי האלט עס מיטן שווארצמאך"בילד. לאָזט זיך אויס, אז דער מאָלער כאפּט זיך ניט שטארק, שווארצמאנען האָט ער נאָך דערװײַל ניט גענומען צו דער ארבעט.
דער פּעטראָגראדער מאָלער, אָניסי מארקאָװויטש, מאָלט ניט גלאט סטאם אבי געמאָלט. אין יעדער בילד, זאָגט ער, ליגט פארבאָרגן א געוויסער מיין, עס מוזן שטעקן אינדערינען אן אידיי, א טיף דורכגעקלערטער געדאנק, אנדערש מאָלט ער ניט. ויַאזוֹי פּרוּװוט מען דער- קלערן דעם קרומען מױעך, אז דאָס דארף זײַן א בילד פון א מענטשן, װאָס האָט געלעבט אף דער ועלט, און נאָך פון א װאָסער מענטשן! דאָס דארף ווירקלעך זײַן דער לעבעדיקער דיכטער אָשער שווארצמאן, אזא װי ער האָט אויסגעזען באם לעבן, ניט קיין אנדערער. איך װעל איצט נאָכאמאָל פּרוּװון איבערכאזערן די קורצע ייִַדישע שורעס, עפשער װעט צום אלטן דערגיין דאָס װוּנדערלעכע דאָרפישע בילד. נישקאָשע, ער איז א מאָלער ניט מיט קיין קליינער פאנטאזיע. אויב ער פארשטייט ווינציקלעך אונדזער ייִדיש לאָשן, איז זאָל ער זיך אָנשטױסן.
עמעץ טראָגט א רויט-פּליושענע כופּע אוועק און פארגייט און פארשווינדט...
אף א שװעל פון א שטוב דרעמלען אײַנעט א קינד און א הונט,
אך, װאָלט עס געווען א נעס, ווען כאָמעלע קומט איצט אהער! זי װאָלט אי מיטן צונג, אי מיט די אויגן, אי מיט דער האנט אקוראט אָנגעמאָלט דאָס פארנאכטלעכע שווארצמאן-בילד.
זאָל דאָס הארץ זײַן גאנץ
ניט אפן פינפטן און ניט אפן נײַנטן טאָג האָט אָניסי מארקאָװיטש זיך גענומען צום פּאָרטרעט. אפילע דאָס לעצטע מאָל, איידער ער האָט זיך אריבערגעפּעקלט פון די ראָסקאָ- פּענעצער שטיינער צוריק צו דער הרעבליע, האָט ער פאר מיר ניט דערמאָנט דעם דיכטער -- קאָן דען מעגלעך זײַן, אז ער זאָל פארגעסן אין זײַן צוזאָג?
דערקוטשען אים וויל איך ניט.
אומזיסט האָב איך מיט אומגעדולד ארויסגעקוקט, אז דער אלטער זאָל מיר אומקערן צוריק דאָס ארויסגעריסענע זשורנאל-בלעטל מיט שווארצמאנס פאָטאָ-בילד. ער כאפּט זיך ניט. און אז דער אלטער שװײַגט, שװײַג איך אויך, װאָרעם איך האָב מוירע, איך זאָל ניט מאכן ערגער. ווען כאָמעלע װאָלט שוין געקאָנט ארומגיין װי אלע געזונטע מענטשן, װאָלט אלץ אנדערש געווען.
א טאָג, און א טאָג, און נאָך א טאָג. אזוי האָט פּאמעלעך זיך געצויגן די צײַט. ארויס- װײַזן צופיל נײַגער, װעט דערפון בעסער ניט זײַן. איין מאָל אָדער צוויי מאָל טו איך גרינג א שוועב דורך פאר זײַנע אויגן, מאך דעם אָנשטעל, אז איך בין פון גאָרנישט באצאָרנט. דאָך איז געקומען דער גליקלעכער טאָג, ווען אָניסי מארקאָװויטש האָט מיך דערפרייט מיט דער גוטער בסורע.
-- עס גייט א גאנג! -- װוינקט ער סוידעספול צו מיר מיט פארשמאָלטע ווארעמע אויגן. -- ניט שלעכט באקומט זיך דײַן שווארצמאן-פּאָרטרעט, אף מײַן װאָרט ניט שלעכט. נעם זיך אָן, באָכערל, מיט געדולד, אלץ װעט זײַן ראיעל.
-- איר האָט אים געמאכט פאר א בלינדן?--טו איך אן אומרויקער א פרעג.
-- בארויק זיך, -- שטילט ער מיך אײַן, גלעטנדיק איבערן קאָפּ, -- האלטסט מיך טאקע אינגאנצן פאר אן אױיװערבאָטל! זאָל דיר דאָס הארץ זײַן גאנץ. אויגן פארמאָגט דער פּאָעט ברייטע, טיפע, עטװאָס אומעטיק-פארטראכטע. דער אינערלעך-קאָנצענטרירטער בליק זײַנער
41
איז פול מיט אומרו און דערווארטונג. מיין ניט, אז דאָס שלעכט-אָפּגעדרוקטע פּאָטאָ-בילדל האָט מיר װינציק-װאָס געגעבן, עפּעס װאָס האָב איך פון דײַן זשורנאל-בלעטל ארויסגעלייענט.
..ס'מאכן זיך טעג, ווען איך פארפעל זײַן לעבן אלטן מאָלער. דעמלט װאָרטשעט ער אונטער:
-- כ'ווייס גאנץ גוט, אז ס'איז פאראן בא דיר בילכערס. איך אליין, װי דו קוקסט מיך אָן, װאָלט מיסטאמע בעסער ניט געווען. אוואדע איז מיט כעוורע ייַנגלעך פריילעכער פאר- ברענגען, װי מיט אן אלטן שטורמאק. דערצייל, װאָס זשע האָט מען מיט אײַך הײַנט געלערנט?
ביז איצט האָט דעם מאָלער װײניק-װאָס אינטערעסירט די שול:היים. לעצטנס װײַזט ער ארויס אינטערעס אפילע צו קלײניקײטן. ער ויל וויסן װעגן פּעדאגאָגישן פּערסאָנאל, פון וועלכע הויכשולן זײַנען זי געקומען; מיט װאָס צייכנט זיך אויס דער אָדער יענער לערער, צי די שילער זײַנען באזאָרגט מיט לערנביכער? דעריקער װויל ער פארשטיין דעם געדאנק: פארװאָס רופט מען דעם קינדעריאנשטאלט, װוּ איך לערן, מיט אזא מאָדנעם נײַעם נאָמען, וי ,,שול-היים"? פּרוּוו איך אים דערקלערן קורץ און פּאָשעט --כוץ דעם, װאָס מע לערנט, זאָג איך, גיט מען די קינדער עסן און טרינקען. דרײַ מאָל אין טאָג. עמעס טאקע, נאָר אפן שפּיץ מעסער. און לערנען לערנט מען דאָרט אזויפיל, וויפל מע עסט. קומט עס אויס אין סאכאקל, אז עס איז א שטיקל שול און א שטיקל היים. איניינעם גענומען רופט מען עס ,שול-היים".
לאכט ער, אָניסי מארקאָוויטש.
-- עסן עסט מען ניט, װוי אין דער היים, -- ווארפט ער צו, קײַכנדיק, א גלײַך װאָרט, -- און לערנען לערנט מען ניט, װי אין שול.
-- זייער ריכטיק, -- בין איך זיך מוידע, -- אינגאנצן ריכטיק. ס'איז ניט געגעסן און ניט געלערנט. אָבער אלץ בעסער, בא הײַנטיקער צײַט, װי גאָרניט טאָן. ארומלויפן איבער די גאסן פּוסט-און"פּאס איז דען פאר אונדז מער טאכלעס?
-- גערעכט! אוואדע, אוואדע.
דערנאָך נעם איך דערציילן, אז די ייַנגלעך לאדען ניט מיט די מיידלעך, טאָג נאָך טאָג רײַסט מען זיך פאר די שלייערס. וויפל די לערער ליגן ארײַן געזונט, קויכעס, הריזאָטע, העלפט עס, װי א טויטן באנקעס. ניטאָ קיין שאָלעם, ניטאָ קיין אכדעס צװישן די טאלמידים, דאָס אליין, קלאָגן זיך די לערער, איז אין פיל מאָל ערגער, װי דאָס שלעכטע לערנען און דאָס שלעכטע עסן, --אן אומגליק, װאָס מע קאָן גאָר פון אים ניט פּאָטער װערן. אויב גיין מיטן גאנצן עמעס, זײַנען זיי בעפיירעש גערעכט.
אָניסי מארקאָװויטש וויל ויסן, ס'איז אים, זאָגט ער, שטארק ציקאווע, ויאזוי װערן באשטראָפט די שילער, װאָס פארזינדיקן זיך?
איך טו א ביטערן שמייכל צו זיך אליין: זיי ווערן באשטראָפּט זייער שטרענג (איך האָב די שטראָף געפּרוּווט אף דער אייגענער קישקע): עסן דער סאמע לעצטער, דאָס, װאָס בלײַבט איבער אין קעסל אפן דנאָ-- קאלטס און געזאלצנס.. קיין הארבערע שטראָף קאָן מען ניט צוטראכטן, אָבער דעם אלטן דערצייל איך ניט וועגן דעם. קיין סוידעס טראָגט מען ניט ארויס פון דער אייגענער שטוב.
-- וועמען מע שיקט אָפּ אהיים, -- רעכן איך פאר אים אויס די אלע געוויינלעכע שטראָף- מיטלען, װאָס איך ווייס, -- ער עס קומט אָפּ מיט א פאָרװוּרף. ניין, אין ווינקל שטעלט מען ניט, מיט אנדערע שמועסט מען זיך דורך אין לערער-צימער אונטער פיר אויגן... עס ווענדט זיך, װאָס פאר א כעט דער אָדער יענער שילער איז באגאנגען קעגן קאָלעקטיוו, קעגן לערער, קעגן גוטע לײַט.
-- וויפל זשע יאָר לערנט מען אין אײַער שול-היים?
...הער נאָר א שײַלע? דערוף האָב איך זיך קיינמאָל ניט פארטראכט.
-- דאָס ווייס איך ניט. מיסטאמע, ביז מיר װעלן אונטערוואקסן.
-- טרײַבסט קאטאָװעס?.. כויזעקסט? פון אן עלטערן מענטשן איז ניטאָ װאָס צו שפּעטן װאָס הייסט, דו ווייסט ניט, וויפל קלאסן די שול-היים דײַנע פארמאָגט?!
-- איך בין אין פערטן, צי עס װעט איבעראיאָר זײַן א פינפטער, ווייס איך ניט.
-- װאָס איז דאָס פאר א לערן-אנשטאלט, --צוקט דער מאָלער מיט די אקסל -- הייב איך ניט אָן צו פארשטיין.
-- דאָרט זײַנען צונויפגעזאמלט די אָרעמסטע קינדער, ---גרויס איך זיך דערמיט, װאָרעם איך ווייס, אז אָרעמקײַט גרענעצט זיך מיט די האָרעפּאשניקעס, מיט די ארבעטער.
-- ביסטו כאָטש צופרידן מיט דײַן שול-היים? -- פרעגט ער װײַטער,
-- דערװײַל יאָ.
42
א סאָף צו די אויספרעגענישן. קיין אנדערע קאשעס, א דאנק גאָט, קומען מער ניט. דער פארטראָגענער מײַסטער טיפט זיך ארײַן מיטן גאנצן וװעזן אינעם בילד מיט עפּעס אזא קרענלעכער מינע אפן פּאָנעם, אז עס רײַסט מאמעש דאָס הארץ, קוקנדיק אף אים.
איצט האָט אָניסי מארקאָװיטש אין מיר אינגאנצן פארגעסן--ניט ער הערט מיך, ניט ער זעט מיך. די דאָזיקע טעווע פונעם קינסטלער איז מיר שוין לאנג באקאנט. אף אזא מענטשן דארף מען קיין פאריבל ניט האָבן. אזעלכע װי ער לעבן אָפּ א לעבן אין ביטערער עלנטקײַט, װײַט פון מענטשן, אָפּגעשײדט פון דער וועלט. כאָמעלע האָט מיר פיל מאָל דערציילט וועגן לעבן פון מאָלער, אקטיאָרן, מוזיקער. און דאָך איז דער פּעטראָגראדער מאָלער אן אנדערער, ניט קיין אויסגעלאסענער, ניט קיין צײַט-אויסברענגער און ניט קיין פּוסטעפּאסניק. דאָס, װאָס ער איז געבליבן אף דער עלטער איינער אליין, איז אוואדע שלעכט, ער איז, אפּאָנעם, פון די מאזלדיקע, בא וועמען דאָס ברויט פאלט שטענדיק מיט דער פּוטער אראָפּ. איך טראָג אין הארצן גרויס מיטלײַד צום איינזאמען מאָלער. מיט װאָס, פרעג איך זיך ניט איין מאָל, קאָן מען אזא פּארשוין פארגרינגערן זײַן ביטערע עלנטקײַט? קיינער װויל ניט בארעכענען זײַן שווערע אומדערמידלעכע ארבעט, װאָס ער טוט. בלויז גוטע קאװאָנעס און גוטע מאכ- שאָװעס ליגט אין זײַן אומגעוויינלעכער מי. נישטאָ דער רעכטער מייוון בא אונדז אין באר- שעוו, װאָס זאָל קאָנען אָפּשאצן די געבענטשטע מעלאָכע, די הויכע שאפונגען, װאָס זײַנען פול מיט עמעסע שטיקער לעבן. דאָס איז אויך כאָמעלעס געדאנק, אזוי רעדט זי מיט זיכער- קײַט און גרויס אנערקענונג וועגן מאָלער,
און נאָך זאָגט זי מיט איר קלוגיטשקן װײַטן קוק:
-- אינעם רוסישן פּעטראָגראד איז ער מער בארימט, אָניסי מארקאָװויטש, וי אין דעם קליינעם ייִדישן שטעטל בארשעוו.
איך ווייס, אז דער מאָלער האָט גרויס ייַראס-האקאָװעד פאר שעפער און דענקער. כאָטש אָשער שווארצמאן, זאָגט ער, געהערט ניט צו יענע בארימטע פּערזאָנען פונעם ייִדישן פאָלק, וועלכע מע געפינט אין די פילבענדיקע ענציקלאָפּעדיעס, נאָר דאָך פארשטייט ער אליין מיטן סייכל, אז דער דיכטער װעט זיך נאָך מיט דער צײַט קוינעישעם זײַן צװישן לייענער און פארערער פונעם ייִדישן קינסטלערישן װאָרט.
-- מײַן באװײַז, -- זאָגט ער, -- קאָן איך גלײַך ברענגען: אויב אזא יאטל, וי דו, גע- דענקט זײַנע לידער, -- קוקט ער פארטראכט מיר אין פּאָנעם ארײַן, ---איז ער שוין ווערט, דער דיכטער, מע זאָל וועגן אים ריידן, אופקלערן און װאָס ברייטער באקאנט מאכן. זאָל מיר דערלויבט זײַן, -- רופט ער פײַערלעך אויס, -- צולייגן מײַן קליינינקן צושטײַער אף צו פארײיביקן דעם דיכטערס אָנדענק. איך װאָלט זייער װעלן, מײַן ארבעט, דער שווארצמאן- פּאָרטרעט, זאָל זיך מיר אמבעסטן אײַנגעבן. -- דער מאָלער האָט זיך א ביסל פארויטלט און מיט באדויערונג צוגעגעבן: ---א שאָד, װאָס איך בין לאכלוטן ניט באקאנט מיט זײַן שאפן. קאָן זײַן, איך װאָלט אים, שווארצמאנען, א ביסל מערער פארשטאנען, װי אן אנדערער.
אין דעם צווייפל איך ניט אף קיין האָר.
שווער צו האלטן א סאָד
אין בארשעוו איז נאָך לעסאטע א סאָד, אז דער מאָלער אָניסי מארקאָװיטש, וועמען מע האָט נאָך מיט יאָרן צוריק מעשאלייעך געווען פון דער קרױינשטאָט פּעטראָגראד, מאכמעס ער, דער קויפער-בעיקער, האָט זיך װי עס געהער צו זײַן ניט געהאלטן אין דער מײַלע, מעגלעך א ביסל אונטערגעבונטעוועט און עפשער אויך איבער געוויסע אנדערע כאטאַיִם, װאָס ער איז באגאנגען קעגן דער קונסט-אקאדעמיע, אז דאָ אין בארשעו האָט זיך אים געארבעט בעסער, װי אומעטום, און ס'איז קיין כידעש ניט, װאָס דער מאָלער האָט מיט אזא האסמאָדע פלײַסיק זיך גענומען צום שווארצמאן-פּאָרטרעט.
-- דאָס דיכטער-געשטאלט, -- זאָגט ער, -- איז אים נאָענט און זייער שטארק צום הארצן.
איך מיין, אז דער כאווער יאקאָוו האָט געמעגט וויסן וועגן דעם פארבאָרגענעם סאָד, ווייניט-װוי איז ער פאָרט דער פּאָליטפּראָסװעט אין שטאָט, און צו אים האָט דער איניען אָן סאָפּעק, די גרעסטע שײַכעס. דערפאר שלאָג איך זיך מיט דער דייע, ברענגען פאר אים מײַן פארטרויוּנג, אנטפּלעקן דאָס סוידעסדיקע פאר דער צײַט, צי אופהענגען א שלאָס אפן מויל און דערװײַל נאָך צוּווארטן?
מיט די לערער האָב איך נאָך געוויס צײַט. זאָל עס אויסקומען, װי א מין אומגעריכטע
43
איבעראשונג, אוואדע װעט עס פאר דער שול-היים זײַן א סורפּריז, און נאָך װאָס פאר א סורפּריז. איין כאָמעלע ווייסט וועגן דעם סאָד. זינט דער פוס האָט זיך בא איר פארהיילט, קומט זי צו דער הרעבליע יעדן טאָג און אמאָל צוויי מאָל דורכן טאָג. אָניסי מארקאָװויטש איז זיך מוידע, אז איצט ארבעט זיך אים פיל לײַכטער און מיט א סאך א גרעסערן כיישעק. זי, די אָנרעגערן, װײַזט ער א צופרידענער אף דער שיינער כאָמעלען, איז מאשפּיַע אף זײַן שא- פונג; ער איז ניט נאָר פריש אין די קויכעס, נאָר אויך אָנגעשטעקט מיט דראנג און שעפערישן שװוּנג. כאָמעלע האלט, אז דער פּאָרטרעט פונעם אומבאקאנטן פאר איר דיכטער, אָשער שווארצמאן, האָט זיך דעם מאָלער אײַנגעגעבן גלענצנדיק, װי מע זאָגט, האצלאָכעדיק. אָבער אָניסי מארקאָוויטש אליין דערווידערט: צום פּאָרטרעט, זאָגט ער, פעלט נאָך עפּעס אזעלעכס, װאָס ער קאָן נאָך דערװײַל ניט מעגאלע-פּאָנעם זײַן... מיט דער צײַט, גלייבט ער, װעט דאָס פארטײַעטע קערנדל אליין אונטערקומען.
-- געדולד, יונגער פרײַנט מײַנער, געדולד!
געדולד?.. דאָס, װאָס מיר פעלט אויס.
כאָטש איין מינדסטן בליק ווארפן אפן אָנגעמאָלטן פּאָרטרעט -- דעריקער אף די אויגן.. װאָס האָט ער, אזא מײַסטער, געמאכט פון שווארצמאנס אויגן?..
אצינד קומט כאָמעלעס טרייסט -- איך זאָל ניט האָבן קיין אגמעסנעפעש. די אויגן פונעם דיכטער, זאָגט זי, זײַנען אפן אָרט, זיי זײַנען אויסדריקלעכע, זי װאָלט נאָך צוגעגעבן, -- לעבנסדאָרשטיקע. דער טיפער בליק זײַנער, א האלב-פארכאָלעמטער, עטװאָס סומנע, טריב. א ליאדע מענטש װועט זיך מוזן אָפּשטעלן און לאנג באטראכטן דאָס ציקאווע אויסטערלישע פּאָנעם מיט אזא שיינעם צעכוואליעטן קאָפּ האָר,
דער מאָלער אליין זאָגט נאָך שענער:
-- מאָלנדיק דאָס שווארצמאן-בילד, האָב איך זיך אף א געוויסער צײַט אומגעקערט צו מײַן אייגענער יוגנט. -- דאָס שטילע אויסגעבענקטע קאָל זײַנס האָט אין מיר דערװעקט א ראכמאָנעס-געפיל: שטעלן זיך נעענטער צום איינזאם-פארװאָגלטן זאָקן, מיט עפּעס פארפילן זײַן עלנטקײַט...
-- מיין ניט, אז ס'איז געזאָגט געװאָרן אין דער װעלט ארײַן, צוליב שיינריידערי, -- טײַנעט זי צו מיר, כאָמעלע, -- אָניסי מארקאָװויטש האָט נאָך קיינמאָל ניט געפעלשט מיטן געזאָגטן װאָרט. מע מעג אים גלייבן אף נעמאָנעס, אָן א שוווּע.
זי פארשפּאָרט מיר שטארק אײַנריידן, כאָמעלע, זי דארף מיך ניט איבערצײַגן אין דער ערלעכקײַט פונעם אלטן מאָלער, דאָס גראדע ווייס איך גלײַך מיט איר. ווילן וויל איך פאר- שטיין אן אנדער זאך -- װאָס באטײַט דער געדאנק: אומקערן זיך צוריק צו די יוגנט-יאָרן? בעמיילע שטעלט זיך נאָך א פראגע, װאָס, אשטייגער, קער זיך עס אָן מיטן אומגעקומענעם דיכטער?.. דער אלטער װאָגלער איז דען ווען-עס-איז אויך געשטאנען פאר א סאקאָנע?.. פריִער די גרויסע וועלט-מילכאָמע, דערנאָך דער בירגערקריג אין לאנד האָבן דען באם דערפארענעם גרויסן קינסטלער אויך אזוי קנאפּ, בעצימצעמדיק, געמישט, װי בא אָשער שווארצמאנען, די קאלענדאר-בלעטלעך פון זײַן לעבן?.. צי עפשער זוכט דער מאָלער אף דער עלטער א זכוס באם העלדישן פרי-אומגעקומענעם פּאָעט?..
דאפקע דעמלט, ווען איך האָב ניט איבעריק געזוכט דעם כאווער יאקאָוו, איז ער גאנץ אומגעריכט געקומען מיר אנטקעגן. צװישן טאָג און נאכט האָט דער פּאָליטפּראָסװעט ברייט געשפּאנט אף שעווטשענקאָיגאס, באגלייט פון די צוויי בארימטע ברידערלעך טעפּליצקי, ביידע געראָטענע באלמעלאָכעס, ביידע באגאבטע אקטיאָרן, אף וועלכע עס האלט זיך אוף, קאָן מען זאָגן, די ייִדישע ליבהאָבערישע טרופּע אין בארשעוו. איינער פון איין זײַט, און דער צוויי- טער פון דער צווייטער זײַט שלעפּן דעם כאווער יאקאָוו פארן ארבל, צופּן, רײַסן שטיקער, מאָנען באם פּאָליטפּראָסװעט ניט אָפּלײגן די ספּעקטאקלען אין דער לאנגער באנק, מער אופ- מערקזאמקײַט לייגן אפן היגן דראמאטישן קאָלעקטיוו, אויסטיילן די געהעריקע געלט-סומע אף די גאסטראָלן אין די ארומיקע שטעטלעך.
דער עלטערער ברודער, באָרעך, נעמט זיך אפילע שטילערהייט בייזערן:
-- טעאטער, -- זאָגט ער מיט עפּעס א מין אופגערעגטן ציטער, -- איז א געוויסע קול- טור-אינסטיטוציע, װאָס װעקט די מאסע צו אקטיווער טעטיקײַט, צו ברייטע געזעלשאפטלעכע קאמפּאניעס. מיר דארפן שטיין בא אײַך אפן סאמע שפּיץ פענדל, און איר האלט אונדז וי שטיפקינדער... איצט, כאווער יאקאָוו, לאָמיר אָפנהארציק א שמועס געבן וועגן רעפּערטואר. קרימט ניט, בעט איך אײַך, מיט דער נאָז.. אין דער אוקראינישער טרופּע בא דובינינען, וויל איך וויסן, איז דער רעפּערטואר א שענערער? מיט װאָס איז ,נע כאָדי, הריציו" כאָשעװער און טײַערער וי די ,קונילעמלעך"? ,,מארוסיא באָגוסלאווקא? איז גוט, און ,הערשעלע דוב-
11
ראָװונער" טוג ניט! ,נאטאלקא פּאָלטאװקא? איז קאָשער-װעיאָשער, און ,,כאסיע די יעסוימע" איז בא אײַך טרייף-פּאָסל... אדעראבע, דערלאנגט אהער די רעכטע פּיעסע, װאָס אײַך אליין געפעלט, ועט איר אומיסטן זען, צו װאָס פאר א טעאטראלער הייך מיר װעלן זיך דערהייבן, כאווער יאקאָוו. איר ווייסט דאָך גאנץ גוט, װי א געבילדעטער קולטור-מענטש, װאָס באטײַט פאר אונדז טעאטערישפּיל!.. מיר זײַנען װי די אומשולדיקע שעפּסן, װאָס גייען ארוף אפן מיזבייעך זיך מאקריוו זײַן לעשעם דער קונסט... -- ער שטעלט זיך אין א טעאטראלער פּאָזע, העכערט פּאטעטיש די טיף-ברוסטיקע שטים -- מיר טוען טאָן קניען פאר דער קונסט-היילי- קײַט.. דאָס איז אונדזער קאָדשיי-קודאָשים!.. און איר, כאווער יאקאָוו, זײַט צוגעשטעלט גע- װאָרן פארן קויהענגאָדל...
דאָ האָט דער פּאַליטפּראָסװעט אױיסגעפּראלט אזא הילכיק געלעכטער, װאָס האָט אָפּגעדו- נערט פון איין עק גאס ביז דער צווייטער. פּונקט אין דער מינוט בין איך ארײַנגעפאלן דעם כאווער יאקאָוו גלײַך אין די הענט.
-- הא, װי געפעלט דיר דער גראמאטיקער! -- טרייסלט ער, קײַכנדיק, מײַן אקסל, -- האָסט באדארפט הערן, מיט װאָס פאר א לאָשן דאָס נעבעכדיק-אָרעם שעפעלע האָט געטײַנעט צום צוגעשטעלטן קויהענגאָדל?.. אן אײַנפאל א ביסל!
דער ייִנגערער ברודער, לייבושל, דער זעלבער, װער עס מאכט שטענדיק דאָס פּובליקום לאכנדיק, אן אקטיאָר פון די שפּיץ פינגער ביז די שפּיץ האָר, האָט דאָס קורצע כיכיקען זײַנס מער געשלונגען אין זיך, וי געוויזן פאר דער דרויסנדיקער גאס. עפּעס איז בא מיר אויסגע- קומען, קוקנדיק אף אָט דעם האָצמאך, אז אוב ער מאכט שוין יאָ יענעם לאכנדיק, טאָר ער זיך אליין ניט פארגינען, װי װײַט עס זאָל אים ניט שטיקן דער געלעכטער, א לאך טאָן אף א קאָל... דערפאר, זעט אויס, זופּט דער קאָמעדיאנט לייבושל קלאנגלאָז מיט די ליפּן, װי, לע- האוודל, אן ארויסגעכאפּטער פיש אף דער יאבאָשע.
ניט שװוער זיך אָנשטױסן, אז עפּעס זייער נייטיקס ווילן זיי פּױעלן, די בלעכערלעך, באם פּאָליטפּראָסװעט, זיי לייגן אײַן די וועלט פאר דער היגער ייִדישער טרופּע.
-- טײַנע פון הײַנט ביז איבעראיאָר, רייד יאָ, רייד ניט, -- קלאָגט זיך שוין דער כאווער יאקאָוו, -- וויל מען ניט פארשטיין, אז ניט אלץ איז אָפּהענגיק פון מיר. גלייבט מיר בענע- מאָנעס, אז איך װאָלט אליין א באלן געווען, סע זאָל אײַך זײַן װאָס בעסער, אָבער ניט אלץ,
מײַנע פרײַנט, איז געװוענדט נאָר אין מיר... דאכט זיך, אזא פּראָסטע אריפמעטיקע, און קיי- נער וויל עס ניט נעמען אפן סייכל,
-- האקלאל, צו װאָס זשע דעריידן מיר זיך? -- גרײַפט אפסנײַ אָן דער טראגיקער. -- דאָנערשטיק, וויל איך וויסן, װעט דער זומער-גאָרטן זײַן אונדזערער! סאכאקל, ארום-און- ארום, האָבן מיר דרײַ מאָל געשפּילט ,,מירעלע עפראָס" אין דער הילצערנער קאזארמע (גע- מיינט דעם טװוּעישפּײַכלער, לעצטנס א פארלאָזענע כורווע אף דער טאָרהאָװיצע). װאָס זעט זיך עס אָן פאר אזא שטאָט, קיין אײַנהאָרע, וי אונדזער אָנגעטאָסעװעטע בארשעוו? א טראָפּן אין יאם. מיר בעטן בא אײַך, כאווער יאקאָוו, דערלויבט כאָטש איין װאָך צײַט שפּילן אין זוי מער-גאָרטן. מיר װעלן אײַך אײיביק דערמאָנען צו גוטן...
-- דער זומער-גאָרטן געפינט זיך דען אין מײַן רעשוס? -- טוט דער כאווער יאקאָוו א הייב די אקסל. -- נארישקלײיטן!
פּונקט לעבן סקווערל, אנטקעגן ארבעט-פּאלאץ, איז מען אלע דרײַ געבליבן שטיין אָן א װאָרט לאָשן. איך זע, אז מע האָט זיך צו גאָרנישט דערעדט. ערשט מאָרגן, נאָך דער ארבעט, ארום זעקס-זיבן אין אָװנט דארפן די ברידערלעך זיך ארײַנכאפּן, אָט דאָ אפן צווייטן שטאָק, אין לייען"זאל, װעט ער, דער כאווער יאקאָוו, געבן א קלאָרערע טשוּווע.
אפּאָנעם, דעם דאָזיקן איניען, שטויס איך מיך אָן, דארף נאָך עמעצער לייזן.
-- איך שטיי אינגאנצן אף אײַער זײַט, -- זאָגט דער כאווער יאקאָוו לעסאָף, -- נאָר אינדערינען, מײַנע טײַערע ארטיסטן, איז דאָ א שטיקל מעניע...
שפּעטער, ווען די בלעכערלעך האָבן זיך פרײַנטלעך געזעגנט מיטן פּאָליטפּראָסװעט, רוף איך מיך אָן דרייסט און אנטשלאָסן, אז איך האָב אויך מיט אים עפּעס נייטיקס צו שמועסן.
-- אשטייגער-לעמאָשל? -- פארקלײַבן זיך בא אים צו די מויל-ווינקלען דריבנע שמייכ- לען.
-- מיקויעך דעם אָנגעפאָרענעם אלטן מאָלער, אָניסי מארקאָװויטש. געװויס, קלער איך, קענט איר אים זייער גוט.
-- װאָדען, אוואדע קען איך דעם פּעטראָגראדער מאָלער. נוינו, בעקיצער, -- קוקט ער אף מיר אומגעדולדיק, -- עפּעס איז געשען מיטן אלטן?
49
-- כאָלילע, זאָל גאָט אויסהיטן... שטעלט אײַך פאָר, כאווער יאקאָוו, -- בין איך אים מוי- דיַע מיט דער העכסטער פרייד, -- אז דער מעפונעק האָט זיך אונטערגענומען מאָלן אָשער שווארצמאנס פּאָרטרעט.
-- דער אנטלאָפּענער?.. דער מיט אלעמען צעקריגטער?.. -- בלײַבט דער כאווער יאקאָוו א װײַלע צעטומלט. -- איך פארשטיי לאכלוטן ניט, װאָס דו רעדסט צו מיר... פונוואנען קומט דער געשמאדטער מאָלער צו אָשער שווארצמאנען? יענער האָט קיין מינדסטע אנונג ניט וועגן ייַדישער ליטעראטור, ביפראט וועגן דיכטער אָשער שווארצמאן...
-- אצינד, כאווער יאקאָוו, האָט ער שוין א שטיקל אנונג... -- לאָז איך פארשעמט אראָפּ דעם קאָפּ מײַנעם. -- אָניסי מארקאָװויטש רופט אָשער שווארצמאנען ניט אנדערש וי דער ייִדישער לערמאָנטאָו... דער פּאָעט מיט די דורכגעשאָסענע אויגן... ווייסט איר כאָטש, פונ- וואנען דאָס נעמט זיך?! דאָס נעמט זיך, מיסטאמע, דערפון, כאווער יאקאָוו, װײַל אפן שלעכטן פאָטאָ-בילדל, װאָס איך האָב אים אונטערגעטראָגן, זײַנען די אויגן װי דורכגעעגבערט, ביפראט דער אלטער מאָלער האָט נאָך דערהערט, אז דער דיכטער איז מיט א העלדן-טויט געפאלן אין א פארביטערטן שלאכט מיט די װײַסע.
-- מענטש איינער, -- מאכט ער צו מיר, -- װאָס זשע שװײַגסטו! דו האָסט אים דער- ציילט וועגן שווארצמאנס העלדישן אומקום?
-- יאָ, איך האָב אים דערציילט... אפילע אייניקע לידער געלייענט אף אויסװייניק.
-- נארעלע איינער, דער מאָלער פארשטייט דאָך ניט די שפּראך.
-- װאָס זשע בין איך שולדיק?..
מיט אלע פינף פינגער טוט דער כאווער יאקאָוו פריילעך-אופגעלייגט א באָרבל אין מײַן קורץ געשוירענעם קאָפּ האָר, ער שמייכלט צופרידן, דריקט מיך צו צו זיך הייס און גליקלעך, גלײַך װי איך װאָלט פאר אים פּערזענלעך געטאָן די גרעסטע טויווע. דער פּאָליטפּראָסװעט האָט ניט געװוּסט, װאָס מיט מיר פריִער טאָן פאר גרויס סימכע.. אָבער איך האָב זיך אָנגע- נומען מיט הארץ און לעכאטכילע אים געװאָרנט, אז דער אלטער מאָלער מאָלט דעם שווארצ- מאן-פּאָרטרעט בלויז פאר אונדזערטוועגן, פאר דער שול-היים.
-- װאָס פאר א נאפקעמינע! -- שפּרינגט ער אזש אונטער פון גרויס סימכע. -- דעריקער איז דאָך דאָס, װאָס דער צולאָכעסניק ברעכט זיך ביסלעכװײַז, ער װערט נעענטער צו אונד- זער נײַער צײַט, צו אונדזער נײַעם שטייגער-לעבן... מעגסט מיר גלייבן, ברודער מײַנער, אפן װאָרט, -- ווערט דער כאווער יאקאָוו מיט מיר היימישער און פארטרוילעכער, -- מײַנע אויי ערן קאָנען אקוראט ניט כאפּן דאָס, װאָס דײַן גוט געראָטן צינגעלע ברענגט ארויס... אָנִיסֵי מארקאָוויטש, אָט דער אלטער מעשומעד, שעמט פאר א גרויסן קינסטלער, מע מעג אים רע- כענען פאר א װעלט-מאָלער, פארשטייסט, ברודער-לעבן, װאָס איך רעד צו דיר? מיט אים פארנעמען זיך אָנגעזעענע מענטשן אין דער מעדינע, גרויסע פּערזענלעכקײַטן.. אלע ווייסן, אז ער איז א ביטערער אקשן, זייער א קאפּריזע בריִע, וועלכער יל זיך מיט קיינעם ניט רעכענען. מיר גײיען אים אנטקעגן מיט א ריין אופריכטיק הארץ, מיט אָפענע אָרעמס, וי צו א פרײַנט, נאָך מער, זאָל עס בלײַבן צװישן אונדז, ניט אלע באקומען אזא מאטעריעלע שטי- צע, װוי דער מאָלער...
הייסט עס, -- זאָגט מיר אונטער דער סייכל מײַנער, -- אז מע זאָרגט וועגן מאָלער, מע האלט אים אין אויג און מע לאָזט אים כאָלילע ניט פאלן... פארשטיי איך ווידער ניט. פארװאָס זשע פילט ער זיך אזוי עלנט אין בארשעוו? דער צאָרן ליגט אים מאמעש אױסגעגאָסן אפן פּאָנעם, עפּעס אן אומגליק-בראָך הערשט אין זײַן געמיט. װער, װאָלט איך א באלן געווען צו וויסן, האָט אים אָנגעטאָן אזויפיל צאָרעס און כורבוינעס אף דער עלטער?..
..דעם אלטן נאווענאד-מאָלער קאָן איך, בא מײַן בעסטן ווילן, בעשום-אויפן ניט פאר- שטיין. ער איז פאר מיר א הארבע רעטעניש.. א רעטעניש? יאָ, א רעטעניש. דערװײַל, ביז װאָס-װען, איז עס ניט פאר מײַן קעפּעלע... באגערן באגער איך איצט איין זאך; דער שווארצ- מאן-פּאָרטרעט זאָל װאָס גיכער פארענדיקט ווערן.
דאָך לאָזט מיך מײַן נאיוויקינדערישער נײַגער ניט צורו.
-- פארװאָס האָט מען דעם אלטן מאן מיט אזא בארימטן נאָמען ארויסגעטריבן פון פּעט- ראָגראד?... --- פרעג איך זיך נאָך באם כאווער יאקאָוו.
-- אזא בילבל! -- ווארפט ער זיך אָפּ, װי א פּריטשמעליעטער, מיט צעשראָקענע אויגן. -- ווער טראכט עס אויס אזעלכע באָבעמײַסעס! נא דיר גאָר אזא אויסטראכטעניש!.. קיינער האָט אים ניט געטריבן, ער איז אליין אנטלאָפן פון דאָרט.. אליין. וועגן לונאטשארסקיס דעפּעש ווייסטו דאַך! דער פאָלקסקאָמיסאר רופט צוריק דעם אײַנגעשפּארטן אקשן.. ניאנטשעט זיך
3 46
מיט אים, װי מיט א צעפּעסטעט קינד... און ער איז בא זיך צו גאָדלדיק, מײַן מעיוכעס, מײַן טײַערס...
ווער"ווער, נאָר איך ווייס גוט דעם איקער-האמײַסע, דעם עצעם פון דער זאך: דער פֹּאַ- ליטפּראָסװעט האָט, צום באדויערן, דעם װעג ניט געפונען צום פארװאָגלטן מאָלער. זייער נייטיקס, אפּאָנעם, האָט געפעלט, עס זאָל אײַנגעשטעלט װערן א װאָסער-ניט-איז קאָנטאקט. מיר דוכט, אז קיין בעסערן פארמיטלער; וי איך אָדער כאָמעלע, װעט דער כאווער יאקאָוו אין ערגעץ ניט געפינען. דערפאר איז ער, װוען איך האָב אים אָנגעזאָגט די גוטע יעדיע ועגן שווארצמאך-פּאָרטרעט, געװאָרן אזוי מאָלע-גדולע, דער מענטש איז מאמעש געווען אפן זיבעטן הימל. מאשמאָעס, דער פּאָרטרעט װעט עפשער דערמעגלעכן אָנקניפּן נעענטערע באציונגען מיטן ,אָטשעלניק".
-- זעסט אים אָפּט, דעם אלטן טשודאק? -- פרעגט ער דערעכאגעוו.
-- קימאט אלע טאָג זע איך אים.
-- דערציילסט אים כאָטש וועגן אײַער שול-היים?
-- אָניסי מארקאָוויטש האלט ניט שטארק פון אונדזער שול-היים. ער זאָגט, אזן א שול דארף זײַן א שול און א היים דארף זײַן א היים.
-- מיילע, פארשטייט ער וינציק אין דער נײַער סאָציאלער פּעדאגאָגיק. ער איז ניט מעכויעוו וויסן און פאנאנדערקלײַבן זיך אין די אלע נײַיגעשאפענע קינדער-אנשטאלטן, קלאָ- לים און סיסטעמען פון דער סאָוועטישער דערציונג. אזעלכס לאָזט זיך לײַכט פארגעבן. דער איקער-שעבעיקער איז -- בייגן אים אף אונדזער זײַט, ער זאָל זיך ענגער אײַנלעבן מיט אונד- זער װירקלעכקײַט, טיפער באנעמען דעם נײַעם ארום.
אפן זינען קומט מיר פּלוצעם מײַן מאמעס א גלײַכװערטל וועגן אזעלכע געבראָטענע אק- שאָנים, וי דער פּעטראָגראדער כושימניק, כוץ לעדערעך האטעווע: ער װעט זיך גיכער לאָזן ברעכן, דער אָנגעפאָרענער הארבער פּארשוין, איידער בייגן... מיר דאכט, אז דער כאווער יא- קאָוו לייגט זיך גרינגע פייגעלעך אין בוזעם. אויב דער מאָלער װעט ווען-עס-איז ארוף אפן גלײַכן וועג, טראכט איך פאר זיך, איז נאָר מיטן אייגענעם סייכל-האיאָשער, מיט דער אייגענער איבערצײַגונג און מיטן אייגענעם גוטן ווילן. דאָס, װאָס ער האָט זיך אונטערגענומען מאָלן שווארצמאנס פּאָרטרעט, איז נאָך גאָר א קליינער סימען, אז ער האָט זיך א קער געטאָן מיטן פּאָנעם צו אונדזער צײַט, צו דער רעװאָליוציע. אײינצײַטיק מאָלט ער אויך קאָליהאמינים אָפּ- געטער, צווישן זײַנע פּעק געמעלן קאָן מען געפינען א האלב-שיקערן גלאָקןיקלינגער, אן אל- טע פרומע איהומענשע, אָדער א הײַפעלע ייִדן, װי זיי שטייען אין בעסמעדרעש-הויף און זײַנען מעכאדעש די לעװאָנע, צי גאָר א שווארצע כאסענע אין דער צײַט פון א מאגייפע.. צו דער רעװאָליוציע, זעט מען, איז ער נאָך מיט זײַן מאָלן ניט דערגאנגען. פאראן עפּעס יאָ ברעקלעך, שטיקלעך, צעװאָרפענע געמעל-שטריכן, שאָטן-בילדלעך, עסקיזן, װי ער אליין רופט עס אָן, פון כאָרעװע װאָקזאלן, פארטרונקענע אָקאָפּעס, גרױסשטאָטישע רויַנען, א בא- נאכטיקע ריי נאָך ברויט, א פּאכעד ווארפט אָן די אָנגעמאָלטע אויסגעהונגערטע גאס זײַנע.. דערבײי איז אָבער אויך פאראן בא אים אן אופגעהויבן פלאטערדיק פענדל, א ליכטיקער זון- פלעק...
-- א גאנץ לעבן יאָגן מיר זיך נאָך דער צײַט, -- קלאָגט זיך דער אלטער מאָלער, -- און קאָנען זי בעשום-אויפן ניט אָניאָגן. מיר, קינסטלער, בלײַבן שטענדיק הינטערשטעליק, שלעפּן זיך ערגעץ"וווּ אין עק, באם סאמע סאָף. יעטװידער קינסטלער שילדערט דאָס געשע- ענע, דאָס, װאָס האָט שוין אין לעבן פּאסירט. הייסט עס בעמיילע, אז ער װערט א שטיק היסטאָריקער... דער שעפער שטעקט ערגעץ אינעם נעכטן נאָר ער איז טאָמיד מעסוגל אָנ- צינדן מענטשלעכע הערצער צו בעסערס און שענערס אין דער צוקונפט.
כאָמעלע זאָגט, אז זי פארשטייט זייער גוט, װאָס דער אלטער מאָלער מיינט מיט דעם געזאָגטן, װאָס פאר א טיפקײַט עס שטעקט אין זײַנע רייד. איך בין זיך מיסוואדע פאר איר, אז מיר איז שווער צו באנעמען זײַנע געדאנקען. ענטפערט זי, די כאכאָמע, אז דאָס אין נא- טירלעך, דערצו בין איך נאָך ניט דערוואקסן,
-- װאָס פאר א כידעש? -- זאָגט זי. -- דער מויעך דײַנער איז נאָך גאנץ גענוג רוי..
בא איר אליין איז רוי דער מויעך... זי פארשטייט אים יאָ, און איך ניט.. גלאט, עס גלוסט זיך מיר ניט פארקריגן מיט איר אף טויט... איך װאָלט איר געקאָנט אָפּשפּילן א פריילעכן ווי- וואט. װוי געפעלט אײַך די האָזע! בא איר זײַנען די געדאנקען סײיכלדיק-רײַף, נאָר בא מיר זײַנען זיי נאָך רוי.
-- נאריש קעלבל װאָס דו ביסט, -- לאָזט זי מיך לאנג ניט שטיין מיט אן אראָפּגעלאָזטער נאָז, -- קינד איינער... פאר דיר עפנט זיך ערשט די גרויסע ליכטיקע וועלט. װעסט נאָך אין
47
דײַן לאנג לעבן גענוג זען, הערן און פארשטיין קלוגע זאכן. אין א יאָר צװייידרײַ ארום, קאָן איך דיר קאווירן, װעט דער זעלבער מאָלער, אָניסי מארקאָװיטש, זײַן פאר דיר גאָר אן אנ" דערער, און די אָנגעמאָלטע בילדער זײַנע װועסטו זען אנדעדש און פילן אנדערש..
דאָס גראדע פארשטיי איך צו גוט. כאָמעלע רעדט ניט פון וועג. די מאמע מײַנע זאָגט מיר אויך צו לעהאבע גאָלדענע גליקן, אז איך װעל נאָך באװײַזן פארזוכן אין מײַן לעבן פונעם אייץיהאדאס... די װועלט װועט מיר נאָך גענוג נימעס װערן.. מיר דאכט, פארקערט, איך האָף צו געניסן פון דער וועלט, דערזען פיל װוּנדערלעכס, דערווארט ניסים-וועניפלאָעס, כידושימ- דיקײַט, ניט זי זאָל מיך אנטוישן, נימעס-אומאָעס װוערן. זאָל מיך גאָט אויסהיטן צו װערן אָפּי גענארט פון איר... וועגן דעם האָט מיר אנומלטן דערקלערט זייער שיין דער לערער ארל סקליאר: די וועלט אליין, זאָגט ער, דערווארט אויך פון מיר עפּעס נוצלעכס, גוטס. מע קומט ניט צו דער וועלט זיך אוועקזעצן צו איר טיש אף קעסט. פּונקט אזוי, װי דו ווילסט פון איר געניסן, האָבן פארגעניגן, שעפּן נאכעס, אזוי װויל די וועלט, דו זאָלסט איר צאָלן מיטן זעלבן סכאר... לײַדאקעס, פּוסטעפּאסניקעס, באטלאָנים און לאָוועלאסן האלט זי אפן סמיטניק.
-- נאָר א לאָדער, א פוילע זאך, -- זאָגט דער לערער, -- שלאָפּט זיצנדיק און ארבעט ליגנדיק. -- ער גיט נאָך דערבלי פילדײַטיק צו, זשמורענדיק די קליינע כיטרע אייגעלעך, -- װאָס פאר א זריע, אזא טװוּע.. אף ניסים, קינדערלעך, איז ניטאָ װאָס זיך צו פארלאָזן.
פאר זיך זעלבסט מאך איך קלאָר און קורץ דעם אויספיר: ניט נאָר איך קוק ארויס אף דער וועלט, נאָר די וועלט אליין קוקט אויך ארויס אף מיר. ביידע ווארטן מיר אומגעדולדיק אף צו שעפּן פולע ברינעמער נאכעס איינער פונעם אנדערן, איך פון דער װעלט, און די וועלט פון מיר... דעריקער איז קעגנזײַטיק געפעלן װערן, נויסע-כיין זײַן איינער באם אנדערן...
שפּעטער, שפּעטער... װאָס שפּעטער וװועט זײַן, װעלן מיר זען דערנאָך. דערװײַל ווילט זיך טראכטן וועגן דער שיינער ליכטיקער װעלט, כאָלעמען וועגן איר די שענסטע כאלויי מעס -- דער עמעסער גאניידן זאָל זײַן דאָ, אף דער-וועלט, ניט אף יענער-וועלט.
בעסער פריער
כוץ כאָמעלען און דעם כאווער יאקאָוו, װוייסט נאָך קיינער ניט, אז דער פּעטראָגראדער מאָלער טוט בעפיירעש א גוטע נוצלעכע זאך. פאר דער שול-היים װעט עס זײַן אן אומדער" ווארטע טײַערע מאטאָנע. אוואדע װעלן מיר זיך גרויסן, איבערנעמען און אפילע שטאָלצירן מיט אזא ווערטפולן געשאנק. זאָל אונדז געגעבן ווערן כאָטש איין מאָל אין לעבן זיך פילן אזוי גוט און צופרידן, װוי, לעמאָשל... די קינדער פון קינדערהויז.
מיט אומגעדולד קוק איך ארויס, אז דער שווארצמאן-פּאָרטרעט זאָל פארענדיקט װערן. כאָמעלע האָט בעשליטע צוגעזוכט א שיינע געשניצטע ראם און איניינוועגס אָפּגערעדט מיטן שטונדיסט (זײַן נאָמען ווייס איך ניט), ער זאָל זיך מאטרלעך זײַן קומען צו אָניסי מארקאָ- וויטשן אהיים אָנגלאָזן דעם פּאָרטרעט. דער אלטער מאָלער האָט נאָך גענוג ארבעט ארום שווארצמאנען. אז סע װעט שוױן האלטן בא אָנגלאָזן, דעמלט װעט מען זען, צי עס לױנט פארבעטן אזא טונקעלן פּארשוין צום מאָלער. דערװײַל איז ניט נייטיק אָנקומען צום פאר" דעכטיקן שטונדיסט. דעם אויסגעדארטן נעפעש האָב איך ניט ליב געהאט איבער א סאך טײַמים. קױידעמקאָל דערפאר, װאָס אין שטאָט רעכנט מען אים פון די , פּאָטײַנע הינט"... ועגן שטונדיסט רעדט מען גאנץ אָפן, אז ער בײַסט אינדערשטיל. סיא פארקויפטע פעל, פון וועמען מע קאָן אומגעריכט געמאזיקט וערן... זע נאָר, כאָמעלע, דער אלטער מאָלער זאָל ניט ארײַנ- פאלן אין זײַן װוערעמדיק מויל... א מאָסער איז ערגער פון א גאנעוו. א דײַגע, װעט דער פּאָרטרעט זײַן ניט אָנגעגלאָזט, א קליינער אומגליק. שווארצמאנס בילד, מעגסטו מיר גלייבן, וועלן מיר ארומצירן און ארומפּוצן מיט לעבעדיקע בלומעןיקרענץ -- גרינע יעלן-צװײַגלעך, פילקאָלירטע פּאפּיריאויסשניטן, עס װועט זײַן פּאָטעט אף כידושים קוקן אפן דיכטער. האלע- װײַ דערלעב איך אים שוין זען, דעם פּאָרטרעט.
ווער וויל עס לײַדן קרומע בייזלעכע בליקן, אויסהערן טארומעס, פּרעטענזיעס פאר גאָלע גאָרניט? מײַנע לערער זײַנען װינציק-װאָס צופרידן מיט מיר. זיי ווארפן מיר פאָר, אז באטאָג װוער איך טייקעף, מיט דער מינוט, אנטרונען.. װאָס איז די מײַסע! דער קאָלעקטיװו, האלטן זיי מיר אין איין מוסער-זאָגן, איז מיר ניט ליב, ניט טײַער. איך מײַד אים אויס, װער ביס" לעכװײַז אָפּגעפרעמדט פון אים, אנטלויף פונעם אקטיוון לעבן, האלט זיך בא א זײַט, פונדער" װײַטנס. פונוואנען, ווילן זיי וויסן, די לערער, האָט זיך צו מיר גענומען אָט די טויטע פּא"
3--1 18
סיװווקײַט?.. פריער האָב איך זיך באטייליקט ענערגיש אין אלע איניאָנים, אפילע געווען אן אקטיווער אָנטײלנעמער אין אלע רײַסערײַען, אמפּערנישן, גערעכטע און אומגערעכטע... מײַן קאָל האָט זיך אומעטום געלאָזט הערן. פארװאָס זשע הערט מען איצט ניט פון מיר קיין קלאנג? זיי, די לערער, ווילן שטארק וויסן, װאָס איז מיט מיר לעצטנס געשען? דאָרט, אין קלייניטשקן לערער-צימער, דערמאָנט מען מײַן נאָמען װײַט ניט צו גוטנס... ניט איין מאָל רופט מען מיך אהין, אין ענגן כיידערל, און מע וויל זיך אלץ דערגרונטעווען, װאָס אזעלעכס האָט פאָרט פּאסירט... עפשער איז די מאמע מײַנע ניט געזונט, עפשער פיל איך זיך אליין ניט מיט אלעמען?.. עפשער און עפשער... אומזיסט ברעכט מען די קעפּ, אומזיסט זייער גריבלעניש, דאָס נאָכפאָרשן און ראָיען זיך. דאָס ארומפרעגן און איבערפרעגן, דעם ,ריינעם עמעס" איז נאָך פרי צו דערציילן, דאָס, װאָס מיר קומט אויס פריער אװעקגיין פון שול-היים, אף דעם איז בא מיר פאראן זייער א גוטער אויסגעטראכטער טערעץ פאר די לערער -- מיר האָבן א גאסט... דער מאמעס אן עלטערמומע איז געקומען, נעבעך א קאליקע, ניט דאָ געדאכט... עמע- צער מוז זײַן מיט איר... מײַן מאמע קומט שפּעט פון דער ארבעט, דעריבער לויף איך פרי אהיים... דער צוגעטראכטער טערעץ מײַנער, פיל איך, לייגט זיך אפן סייכל. אזויארום בין איך פּאָטער געװאָרן פון אן אומזיסטן כשאד...
טאָג נאָך טאָג, עס מעג דונערן און בליצן, זיץ איך אָפּ מײַנע צװיי-דרײַ שאָ לעבן אלטן מאָלער, מיט דעם, װאָס איך װײַז זיך אָפּטער פאר זײַנע אויגן, װוילט זיך מיר גלייבן, װועט זײַן מאָלערישע ארבעט איבערן פּאָרטרעט גיין א ביסעלע שנעלער. װעהאָרײַע, יעדעס מאָל לאָזט ער מיך הערן האלב אין שפּאס און האלב ערנסט, מיט א לײַכטן שמייכעלע: דײַן בא- שטעלט שווארצמאן-בילד לאָזט מיך, פּאָשעט גערעדט, ניט צורו, ער מאָנט װי א לעבעדיק וועזן, װאָס גיכער אים ארויספירן אף דער ליכטיקער שײַן... דעם מאָלערס פארשמאָלטע אויגן מיט זייערע טיף דורכדרינגלעכע בליקן, קלוגיטשקע, דורכגעטריבענע, שטויסן זיך אָן אין מײַנע פארטײעטע געדאנקען: מיינסט, זאָגט ער, איך פארשטיי ניט, נאָך װאָס דו קומסט אהער?.. האָב קיין יעסורים ניט, באָכערילעבן, אלץ, מײַן טײַערער, װעט זײַן אין דער פולער אָרדענונג, פריַער אָדער שפּעטער -- מײַן כויוו ועט זײַן געדעקט.
..בעסער פריער!
מײַן קומען אהער צו די טײַך-שטיינער איז ניט קיין אומזיסטס. דאָס אָפּזיצן די עטלעכע שאָ מאָנט פון אים ניט ווינציק,
-- א צוגעזאָגט װאָרט, זאָלסטו געדענקען, איז אזוי גוט און ראיעל, װי א געלייגטע כסימע, -- בארויקט ער מיך, -- זאָל דיר דאָס הארץ זײַן גאנץ! -- דערלאָזט ער מיך ניט פארלירן די גוטע האָפּענונג, מונטערט מיך בא יעדער געלעגנהײַט מיט א טרייסט-װאָרט. -- זאָל דײַן שלאָף אין די נעכט זײַן רויַקער,
צײַטנװײַז קאָן איך זיך קיין אָרט ניט געפינען. ביז די אויגן מײַנע װעלן ניט זען דאָס שווארצמאן-בילד, גלייב איך קיינעם ניט. אײַ, כאָמעלע זאָגט, כאָמעלע דערציילט, כאָמעלע באווונדערט... מאלע װאָס די מויד פּלאפּלט דאָרט... איך וויל זיך ניט פארלאָזן אף אירע היס- פּײַלעס, די געשניצטע ראם, װאָס זי האָט שוין צוגעזוכט פארן שווארצמאך-פּאָרטרעט, איז נאָך פאר מיר קיין רײַע ניט. ס'א קליינער באװײיז, גלייבן גלייב איך נאָר אין דעם, װאָס איך װועל אליין זען מיט מײַנע אויגן.
...לאנג האָט זיך געצויגן מײַן אומגעדולדיק ווארטן, גאָר לאנג. ערשט אין א װאָכן דרײי און עפשער אין א כוידעש ארום האָב איך קוים דערלעבט זען דאָס באגערטע און געגארטע. איבערן לײַב לויפט דורך א פראָסטיקע קעלט, עס ווארפט מיך, װי אין א קאדאָכעס.. דער דאָזיקער אומגעוויינלעכער נערוון-אָנפאל דויערט ניט לאנג. ביסלעכװײַז קום איך צו-זיך, נאָר ערגעץ"וווּ פרירט נאָך אן אייווער... כאָמעלע האָט זיך ארום מיר געבאָרבלט, געװוישט דעם שטערן, געשפּריצט וואסער און דערנאָך, ווען איך האָב זיך אָנגעהױבן פילן בעסער, האָט זי גוטמוטיק געשמייכלט, געפרייט זיך מיט מײַן געזונט װערן, װי אן אייגענע שוועסטער.
-- האָסט דאָך מיך דערשראָקן אף טויט, -- האלט זי מיך אין איין גלעטן און קושן. -- כ'האָב שוין בעדייע געהאט דיך פירן אין שפּיטאָל... נו, ויאזוי פילסטו זיך איצט? בעסער. א דאנק גאָט, אבי בעסער... מיסטאמע איז עס געווען בא דיר א מין כאלאָשעס.. דער מאָלער ווייסט אפילע ניט, װאָס מיט דיר איז געשען אין די לעצטע עטלעכע מינוט. אזוי ווי ער ווייסט ניט, אזוי װעט אים ניט שאטן,
-- סע גאָלע גאָרנישט.. -- און איך האָב זיך װידער מיט גרויס אימפּעט א צי געטאָן צום בילד, דער שווארצמא"פּאָרטרעט איז שוין ארום-און-ארום געװוען פארענדיקט, אפילע אײַנגערעמלט אין דער שיין געשניצטער ראם, װאָס כאָמעלע האָט מיט אזויפיל ליבשאפט צוגעזוכט פארן געמעל. דאָס קליינע פאָטאָ-בילדל פונעם זשורנאל האָט װינציק-װאָס געשטימט
49
מיט דער ענלעכקײַט צום פּאָרטרעט. דאָ אפן פריש געמאָלטן שווארצמאןבילד איז אויסי דריקלעכער דאָס פּאָנעם. עס ציט צו מיט אָריגינעלע צייכענונגסישטריכן. כ'האָב דערזען (צו מײַן גרויסן װוּנדער) א פּאָר ברייט צעעפנטע אויגן, װאָס קוקן שטארק פארכידעשט, באהויכט מיט עפּעס א מין אומעט, אן אינערלעכן געקלעמטן וויי... כוואליעסװײַז שטײַגן די צעווינ- טיקטע האָר, װי פאר א שטורעם. איך בין געװען איבערגליקלעך, װאָס איך זע ניט קײן דורכגעשאָסענע אויגן באם ייִדישן דיכטער... די געזיכטישטריכן זײַנען געצייכנט אי ווינקלדיק פארשארפט, אי רונדיק געבראָכן, װאָס מער מע קוקט זיך אײַן אינעם מערקווירדיקן שווארצ- מאן-בילד, אלץ טיפער דערשפּירט מען די ערלעכע פּאשטעס און זעלטענע טמימעס פון גאָר א גרויסער נעשאָמע.
-- נישקאָשע, ניט מעסוקן, אויב עס פעלט דאָ די פאָטאָגראפישע ענלעכקײַט, -- פּרוּװט דער מאָלער אף זײַן אויפן מיך אײַנעמען און בארויקן. -- איך האָב קײינמאָל ניט ארונטערי גענומען קיין קאָפּיע... דאָ וויל איך, זאָלסטו זען, אז אין א געפערלעכער צײַט, ווען עס שלאָגט אן אליארעם, האלט דער שטורעם-דיכטער די װאָגשאָלן פון שװוערד און פּען. זײַן נײַ, פריש לאָשן, נאָך אזא גוואלדיקער וועלט-איבערקערעניש, באשטייט פון װאָרט און פּולװער... בלו- מען און שרויט...
כאָטש איך פארשטיי דעם אלטן מאָלער גאָר ווינציקלעך, נאָר איין זאך, דאכט מיר, האָב איך דאפקע יאָ באנומען, װאָרעם עס פאלט צונויף מיט אונדזער לערער ארל סקליארס געדאנק. אָשער שווארצמאן קומט צום פאָלק מיט װאָרט און שװערד -- ס'א גרויסער עמעס! אין גע" פאר װוערט דער שטיל-פארכאָלעמטער טרוימער א וואכזאמער שלאכט-קאָמאנדיר, א כאיל- פירער.
װעהאָרײַע:
אפגיך צום פערז,
די האנט שטאָל אָף,
סיאיז איצט די שװוערדז, זפ -י אפאָ--
-- דער סוינע בא די טויערף
דער שאלנדיקער רוף צום װאָפן אין מילכאָמעיצושטאנד װעקט די באשיצער צו שלאכט- גרײיטקײַט, צו אקטיווער פארטיידיקונג קעגן סוינע... דער דיכטער און שלאכט-קאָמאנדיר רופט שטעלן א ווידערשטאנד די פײַנטלעכע קויכעס, די מערדערישע באפאלער... קוקנדיק אזוי אפן פּאָרטרעט, װי דער גרויסער מײַסטער האָט אים געשאפן, זעט מען, אז דאָס דארף טאקע ניט זײַן בלויז אן אָפּבילד פון א געוויסן מענטשן, נאָר א מין צוזאמענגוס פון רוכניעס, אוילעם- האדימיען מיט אן ערדישן פרײַהײַטסיקעמפער. איך זע אין שווארצמאנען אויך פּראָסטע סאָל- דאטישקײַט, פראָנט, פּאָזיציע, טאָגטעגלעכע זאָרג פארן גוירל פון דער מעדינע און פארן פאָלק. וויפל אינערלעך פּײַער, דיכטערישער שװוּנג ליגט אין דעם דאָזיקן אָקאָרשט ארויסגעענדיקטן שווארצמאן-פּאָרטרעט! דאָס עמעסע דיכטער-געשטאלט טראָגט אין זיך נײַע, נאָך ניט קיין אנטפּלעקטע סוידעסדיקע וועלטן, אין וועלכע מע דארף טיף-טיף ארײַנדרינגען, פארשטיין און באנעמען דאָס מענטשלעךילעבעדיקע אין דעם דיכטערס ברױזנדיקן הארץ, אדורכגענוי מען װערן מיט זײַנע פּלאָגן, שווערן אומעט, געדריקט געמיט פאר מענטשײפּײַן, פאר אומזיסט געפאלענע קאָרבאָנעס. אין דער זעלבער צײַט דארף מען זיך אויך קאָנען דערהייבן צו זײַנע ליכטיקע האָפענונגען, גלייבן מיטן גאנצן וועזן, אז אינעם אָרעמען פאָלק װעט אומבאדינגט אויך ארײַנשטראלן די זון. אך, װי נייטיק עס איז האָבן א ליכטיקן אויסקוק אף דער שפּעי טערדיקער צײַט, אף דער צוקונפט!
אין מײַן הארצן איז דער װוּנדערלעכער העלדישער דיכטער נאָך העכער געשטיגן, בריי- טער און טיפער ארײַנגעוואקסן אין מײַן נעשאָמע. מיר איז שטענדיק ליב צו טראכטן ועגן אָשער שווארצמאנען, געדענקען זײַנע זאפטיק-געװאָרצלטע שורעס.
(סאָף קומט)
דאַװיד בראַמבערג
קלאָרקײַט
נאָך יענעם מענטשן כ'וועל ניט בענקען
נאָך יענעם מענטשן כוועל ניט בענקען, פאר מיר, און ניט פארזײַנעטוועגן. דעם וועג אים געבן -- זאָל ער פאָרן, נאָך יענעם מענטשן כ'ועל ניט קלאָגן. אים אויסמעקן פון מײַן זיקאָרן
(געווען אזא, און ניט געװאָרן) --
נאָך יענעם מענטשן כ'וועל ניט בענקען,
ס'האָט דאָ דער מענטש ניט װאָס צו בלײַבן. עס פרילינגט. טיפער ווערט און ווייכער
נאָך יענעם מענטשן כ'וועל ניט קלאָגן. דער הימל.
אָט װעט אראָפּ א פרישער רעגן פון דער קעלט -- קיין זייכער.
און אויסוואשן די גאס, די וועגן -- אינגיכן פרוכט מיר װעלן קלײַבן. האַריזאַנט
האָריזאָנט מײַנער, מײַן האָריזאָנט, כ'וויל דיך זען ניט פון דער װײַט, נאָר פון דער נאָנט,
דיך בארירן מיט אן אויסגעשטרעקטער האנט, דיך א גלעט טאָן, זײַן מיט דיר באקאנט.
ס'גאנצע לעבן מײַנס צו דיר איך לויף, נאָר קיינמאָל קומען מיר זיך ניט צונויף.
עס דאכט אמאָל: דערגרייכן בלויז אָט יענעם בארג... דערגרייכט דעם בארג, און ס'װוײַזט ארויס זיך -- עס איז קארג.
און װידער כ'לויף, ביזוואנען ס'קלעקט נאָר קוייך, איך האָב שוין קינדער, און זיי לויפן צו דיר אויך.
זיי לויפן הינטער מיר געשווינד און פלינק. איך קוק אף זיי, און ס'ווערט מיר עפּעס גרינג,
א גרויסע פרייד מײַן הארץ פילט דעמלט אָן, איך בין פאר זיי אליין דער האָריזאָנט...
די . שטוב
עס שטייען פעסט די ווענט, און עס איז דאָ דער דאך, פון וואנט צו וואנט דער דיל -- כאָטש גיי א האָנע.
א שטוב שוין, װוי א שטוב, א שטוב א פּראכט.
עס איז שוין דאָ די שטוב, און ס'איז די שטוב ניטאָ נאָך.
מע האָט ארײַנגעפירט אהערצו װאָס איר ווילט: א טיש, א בעט, א לאָמפּ און אלץ צעשטעלט דאָ.
א שטוב שוין, װי א שטוב, א שטוב -- א בילד, א נאכלע, קיין אײַנהאָרע. עפּעס פעלט דאָך...
זי איז נאָך קאלט, די שטוב, וי ווינטער אין א שניי, צו װײַטע ווינקעלעך די שטילקײַט קוים טוט גרייכן, און פעלן פעלט דער שטוב דאָס קינדערשע געשריי, דער העל-צעבליטער קינדערישער שמייכל.
שאָדן
װאָס רײַסט איר עס ארויס, דאָס ביימל, פון דער ערד, האָט קיין ראכמאָנעס ניט -- טוט אזא שאָדן?
עס איז דאָך צוגעוווינט צו אָט דעם באָדן,
צו אָט דעם סאָד, װוּ זײַן ס'איז דעם באשערט.
װאָס רײַסט איר עס ארויס, דאָס ביימל, פון דער ערד? װאָס האקט איר אָפּ די װאָרצלען, וועלכע טויגן
בלויז דאָ, ניט ערגעץ אנדערש, אף צו זויגן
דעם זאפט, װאָס אלע ביימער שפּײַזט און נערט.
װאָס רײַסט איר עס ארויס, דאָס ביימל, פון דער ערד? ס'וועט דאָך ניט גרינען מער, עס װועט פארוועלקן און זײַן װעט עס א קאָרבן דאן, פאר וועלכן מע װועט פארשעלטן אײַך, און זײַן מע װעט גערעכט. װאָס רײַסט איר עס ארויס, דאָס ביימל, פון דער ערד!
פאָלק סימאַ טיװ
אליין געבעטן אים --- ניט קלאפּ מער אין מײַן פענצטער. פארשוווירן אים -- פארגעסן זאָלסט מײַן טיר.
און זאָל אן אנדערע שוין זײַן דײַן שענסטע,
אן אנדערע שוין זײַן זאָל אָנשטאָט מיר...
א גאנצע נאכט איך גיי ארום, װוי א געשפּענסטער,
געפין זיך ניט קיין אָרט, דאָס הארץ פארשמארצט.
א גאזלען! האָב געבעטן אים -- ניט קלאפּ מער אין מײַן פענצטער, -- קלאפּט ער אפצולאָכעס אין מײַן הארץ...
דײַן ערשטער ווינטער
דער ערשטער שניי, דער ערשטער ווינטער. צי װעט די קלאָרקײַט איבערבלײַבן
דײַן סאמע ערשטער יאָרן-קרײַז. אף דײַן געדרייטן, לאנגן וועג,
ס'איז װײַס אינדר'הייך, און װײַס אהינטער, צי אין דעם שניי װעט זיך פארקלײַבן ארום איז װײַס ---די וועלט איז װײַס... געדיכטער טונקל פון א פלעק!
צי װעט די ריײינקלַט װײַט זיך שפּרײטן פון אויג דײַן שליטעלע פארשווינדט שוין, און ציִען לאנג איר װײַס געשפּין? באם האָריזאָנט זײַן שפּור צערינט.
די גאנצע צײַט דיך, קינד, באגלייטן, ס'איז װײַס אינדר'הייך און װײַס אהינטער, זיך ניט צעשיידן מיט דיר, קינד? א גוטן שליטוועגס דיר, מײַן קינד!
92
דאָס װאַלקנדל
פון גאנצפרי א װאָלקן, גרינג, װוי רויך, האָט געצויגן שנעל זיך אינדערהויך.
העכער, העכער! -- האָט דאָס װאָלקנדל געקלערט, װײַל װאָס העכער -- גרעסער איז די ווערט.
און די ערד, צעטריקנט און פארדארט, ווארט אף רעגן, ווארט -- זיך ניט דערווארט..
און צו אָװונט -- גרוי שוין איצט און שווער --
שווימט צוריק דער װאָלקן צו דער ערד.
וי א קינד, װאָס ערשט מע האָט אנטוויינט, האָט דער װאָלקן, דאכט זיך, גאָר צעוויינט.
זיפּט זיך שוין א רעגנדל אף דר'ערד, און עס ווייסט אליין גאָרניט זײַן ווערט...
פריס
טראָטוארן רוישיקע און לאנגע!
צי הערט איר טריט! -- דער מענטש איז דאָ געגאנגען!
געגאנגען אָרכים דאָ און באלעבאטים,
דערנאָך געגאנגען מוירדים און סאָלדאטן,
געגאנגען שפּעטער טאקע זיי -- די זעלבע,
נאָר שוין פון רישטאָוואניעס די זעלנער.
טראָטוארן רוישיקע און לאנגע!
זאָגט, וועלכע טריט עס האָבן אײַך געפאנגען!
די טריט פון מענטשן יונגע און פון אלטע,
פון די, װאָס גייען פאָרזיכטיק, באהאלטן,
און פון די פּאָשעט גייענדיקע גייער,
און פון די גײיער, װאָס דעם שפּור פארדרייען,
די טריט פון צניִעס ריינע און פון זוינעס..
א ש
ליגט א שטיין אינמיטן וועג איין-אליין,
כ'פרעג:
ס'איז אים גוט, דעם שטיין? און פון אים א שפּאן, ניט מער, ליגן שטיינער, פּונקט וי ער. גרייט זיך אָפּגעבן די הענט,
זיך פארקנעטן אין צעמענט, ווערן ווענט,
ס'ליגט א שטיין אינמיטן וועג איין-אליין,
מישטיינסגעזאָגט, זײַן גאנץ פארמעג:
דאַס
ס'איז שטיל ארום, קיין מינדסטער שאָרך, מע הערט א פליג ניט זשומען.
איך זוך א װאָרט, מיר פעלט א װאָרט, עס ליגט מיר אפן גומען.
און איך דערזע דאָ אפן אָרט (איך רוף זיי ניט, כ'קאָן שװוערן) --
ווען איר געקאָנט װאָלט אָנשרײַבן זיכרוינעס, מיר װאָלטן לייענען טאקע אפאנעמעס פון טריט ראָמאנען גאנצע און פּאָעמעס. ס'װאָלט עמעץ, בלעטערנדיק אײַערע מעמוארן, געטאָן א ציטער, װײַל עס װאָלט אים ארן, ער װאָלט געהאט כאראָטע פאר א טראָט א שלעכטן, פאר א ניט באטראכטן, ניט גערעכט..
און אנדערע -- אזויפיל גוטע מענטשן -- וועלן זייערע טריט מיסטאמע בענטשן.
טראָטוארן רוישיקע און לאנגע! צי הערט איר טריט! -- דער מענטש איז דאָ געגאנגען!
טײן
א ביסל זאמד אונטערן זײַט,
און מאָך -- אן איידעס פון דער צײַט! מיט שארפע שפּיצן קליינלעך-בייז עס װעט א װאָרף טאָן אים צערייצט די שלעכטע האנט, װאָס וויל באגיין א שווער פארברעכן מיטן שטיין. ווען דאָ ניט װײַט,
א שפּאן, ניט מער,
עס ליגן שטיינער
פּונקט וי ער.
זי גיבן אָפּ זיך צו די הענט,
װאָס בויען ווענט.
װאַרט
אָט די, װאָס האָבן מיט א װאָרט געהאָלפן, מיך געלערנט.
זיי קומען גלײַך צום טיש, פארשפּאָרט
צו בעטן זיי, װי שטענדיק, --
און ס'קומט דאָס װאָרט! דאָס נייטיק װאָרט! דאָס װאָרט, װאָס איז פארשטענדלעך!
ד. זילמאנאַװיטש
אף דער אָרביטע פון א גרויס לעבן
ראַקישקיס --- זײַן הײימשטאָט. די ערשטע , אוניווערסיטעטן?
אָקישקיס איז ניט קיין גרויסע שטאָט אין דער ליטע. װי עס באהױיפּטן די היסטאָריקער, האָבן די ערשטע אײַנװױנער זיך דאָ באזעצט אריבער פיר הונדערט יאָר צוריק. אמאָל
האָבן דאָ געהערשט די פירשטן קראשינסקיס, שפּעטער -- די באראָנעןידינאסטיע טוזענהאו" זענס און אין אָנהײיב פון אונדזער יאָרהונדערט --- דער גראף פּשעזדזעצקי.
ייִדן לעבן אין ראָקישקיס פון קאדמוינים. זיי האָבן געארבעט אף די פּריצישע פולווארקן, זײַנען געווען וואלדהעקער, פורמאנעס, שוסטערס און שנײַדערס. געװען אויך הענדלער. ייִדישע נעגידים איז אין ראָקישקיס געװוען א הײַפעלע, אָבער קיין אָרעמעלײַט האָבן ניט אויסגעפעלט.
די נויט האָט א סאך ראָקישקיסער ייַדן געטריבן אין פרעמדע מעקוימעס. די, װאָס האָבן ניט געקענט און ניט געװאָלט זיך שיידן מיט דער ערד פון זייערע טאטעס און זיידעס, האָבן גענוג אָנגעפּלאָגט זיך, ביז מ'האָט געשטעלט די קינדער אף די פיס. מע האָט געלעבט מיט דער האָפענונג: עפשער װעלן כאָטש זיי, די קינדער, זען עפּעס בעסערס.
װאָלף סמושקעוויטש איז געווען א מין ואנדערערישנײַדער, ער פלעגט גיין פון איין כוטאָר צום צווייטן, נייען פאר די פּוערים פון זייער היימישן געוואנט וועמען א סערמענגע, וועמען א רעקל, א פּאָר הויזן.
ניט זעלטן, זוכנדיק א שטיקל ארבעט, פלעגט װאָלף ,פארבלאָנדזען" אין א בײַגרענעץ- דערפל פונעם שכיינעסדיקן לעטלאנד. אין איינעם אזא דאָרף באָראָווקי, ניט װײַט פון דווינסק, האָט ער זיך באקאנט מיט באשעווען --אן אָרעם מיידל פון זײַן שטאנד. מ'איז זיך געפעלן, און אינגיכן האָט מען געשטעלט א כופּע.
דעם פערצנטן אפּרעל 1902 האָט באשעווע געהאט א זון. מ'האָט דעם ערשטלינג א נאָמען געגעבן יאשע.
וי אלע ייַנגלעך אין ראָקישקיס, איז יאשע מער געוואקסן אף דער גאס צװישן דער כאָפּטע װײַסכעװרעניקעס. זומערצײַט האָט ער גאנצע טעג פארבראכט הינטער דער שטאָט בא דעם טײַכל לאוקוף. צו זיבן יאָר איז ער שוין געװוען א גוטער שוימער. די שכיינים האָבן מיט א לײַכטן געמיט אָפּגעלאָזט זייערע קינדער מיט יאשען, זיי זײַנען געווען זיכער, אז דאָס דאָזיקע קרעפטיק און באדאכט באָכערל װעט זען, מ'זאָל זיך ניט צעמאזיקן און װועט אין א נויט קעסיידער קומען צו הילף.
אָבער ניט לאנג האָט געדויערט יאשעס קינדהײַט. דאָס לעבן איז געװאָרן אלץ שווערער. דאָס ארומוואנדערן איבער די דערפער האָט דעם טאטן שוין ניט געגעבן אפילע יענע שפּאָט- קליינע פּארנאָסע, װאָס ער האָט פריִער געהאט. װאָלף דינגט זיך אָן אין דעם גראף פּשע- זדזעצקיס גוט, װערט א טרעגער און א פורמאן גלײַכצײַטיק. ס'איז געווען א שווערע האָרע- וואניע. קאיאָר לאָדט ער אָן דעם װאָגן מיט פולע בידאָנען מילך און פירט זיי אָפּ אף דעם פּוטער-זאװאָד. דערנאָך פארנעמט ער פון די פיישטאלן, ארום דער שטאָט, דעם פרישן גע- מעלק און פירט אים אָפּ אין דעם גראפס הויף און פון דאָרט, װוידער מיט אָנגעלאָדענע בידאָנען, קיין אביאלײַ און אין אנדערע גיטער. אָט אזוי פון באגינען ביז שפּעט אין דער נאכט, וי א וועווערקע אין דער ראָד.
4
צו יענער צײַט האָט װאָלף שוין גע- האט פיר זין. באשעווע האָט געשוואנ- גערט מיטן פינפטן קינד. האָט דער על- טערער, יאשע, אלץ מער געמוזט זיך אײַנשפּאנען און ווערן דער ברויטגעבער אין שטוב, מיטהעלפן דעם טאטן.
לערנען זיך האָט דאָס ייַנגל רעכט ניט באוויזן. דעם אלעפבייס האָט אים אויסגעלערנט די מאמע. א פּאָר זמאנים איז ער געגאנגען אין כיידער, וועלכן ער האָט, װי א סאך אנדערע ייַנגעלעך, ניט איבעריקס ליב געהאט. ווען דער טאטע פלעגט אים זאָגן: ,,מיילע, װעסט הײַנט אין כיידער ניט גיין, װעסט פאָרן מיט מיר..."-- איז יאשע געווען אפן זיבעטן הימל...
די ביטערע בסורע, אז ס'איז אויס- געבראָכן א מילכאָמע, האָט אין ראָקיש- קיס זיך פארשפּרייט איניינעם מיטן שאָ- װיניסטישן טשאד, מיט די מאניפעסטא- ציעס פון דער היגער בורזשואזיע. אינ- גיכן איז די שטאָט געװאָרן א בײַפראָנט- ליניע. ייִדן זײַנען געצװוּנגען צו פאר- לאָזן זייער היים, אװעקפאָרן אין די טיפע רוסישע גובערניעס. עס האָבן זיך גע- יא. װ לאָזט אין וועג אויך װאָלף מיט זײַן געזינד. געמיינט האָבן זיי זיך אָפּשטעלן אין דווינסק בא באשעוועס קרויווים, נאָר זיי האָבן דאָרט קיינעם שוין ניט געטראָפן.
..-לאנגזאם שלעפּן זיך אף מיזרעך איבערפולטע עשעלאָנען מיט מילכאָמע-פּלײטים. יאשען האָט זיך געדוכט, אז ס'וועט גאָר קיין סאָף ניט זײַן צום פאָרן. אין דרײַל װאָכן ארום זײַנען זי אָנגעקומען קיין װאָלאָגדע. די אלטערטימלעכע רוסישע שטאָט איז געװאָרן אן אָרעמיקלעט פאר טויזנטער פּלייטים פון ליטע און לעטלאנד-- אלטע לײַט, פרויען און קינדער.
די סמושקעוויטשעס האָבן געקראָגן א ווינקל אין א הילצערנעם באראק. גאנצע טעג האָט װאָלף מיטן עלטערן זון ארומגעבלאָנקעט איבער דער שטאָט, זוכנדיק וועלכע-ניט-איז ארבעט. ערשט אין א פּאָר װאָכן ארום האָט װאָלף פון עמעצן געהערט זאָגן, אז אף דער סטאנציע ניאדאמע, ניט װײַט פון ארכאנגעלסק, נייטיקט מען זיך אין ארבעטער. קיין אנדער בריירע איז ניט געווען. איבערגעלאָזט באשעווען מיט די פיר קינדער אין װאָלאָגדע, האָט װאָלף זיך אװועקגעלאָזט מיט יאשען קיין ניאדאמע.
פון אלע זײַטן איז די סטאנציע געווען ארומגערינגלט מיט געדיכטע וועלדער. מע האָט דאָ פארגרייט געהילץ. װאָלף מיטן זון האָבן זיך אָנגעדונגען צום פּאָדריאדטשיק גודאָווסקין אין א בעקערלי, וועלכע האָט באזאָרגט מיט ברויט די וואלדהעקער. װאָלף-- פאר א פורמאן, און יאשע -- פאר א געהילף בא דעם בעקער.
די בעקערײ האָט זיך געפונען אין א נידעריקן האלבטונקעלן באראק. די קליינינקע, מיט מעל-שטויב פארפּאָראָשעטע שויבן האָבן ניט דורכגעלאָזט די זון. יאשע האָט גיך זיך אויס- געלערנט מאכן א ראָשטשינע, און ווען מ'האָט איינעם פון די, װאָס קנעטן דאָס טייג, צוגע- נומען אף דער מילכאָמע, האָט ער זיך אוועקגעשטעלט אף זײַן אָרט.
צו דרײַצן יאָר איז יאשע -- יאקאָוו, װי מע האָט אים גערופן אין דער בעקערלי, -- געווען א הױכװוּקסיקער, קרעפטיקער יונג. אין א כוידעש ארום איז ער אין דער ארבעט שוין ניט אָפּגעשטאנען פון די דערוואקסענע.
אָפּגײענדיק מיט שווייס, האָט ער גאנצע טעג געקנאָטן דאָס געדיכטע טייג. דער טאטע האָט שווער געהאָרעװעט בא די פערד. גודאָווסקי האָט געצאָלט פאר דער ארבעט שפּאָט- װייניק. נאָר װאָס זאָל מען געווען טאָן? אין װאָלאָגדע האָבן פינף הונגעריקע מײַלער ארויס-
גענעראל-לייטענאנט פון אוויאציע
. סמושקעוויטש
פס
געקוקט אף א שטיקל ברויט! און דאָך, װען דער פרעכער פּאָדריאדטשיק האָט אזוי פאר- קלענערט דעם לוין, אז ס'האָט אפילע ניט געקלעקט אף דורכשפּײַזן זיך, האָבן זיי באשלאָסן אומקערן זיך קיין װאָלאָגדע.
ס'האָט זיך געשטעלט דער הארבסט פון 1916. פּונקט וי פאראיאָרן, איז די שטאָט געווען פולגעפּאקט מיט פּלייטים. דער הונגער און דער פלעקטיפוס האָט געקאָסיעט ניט ערגער, וי די מילכאָמע.
יאקאָוו מיטן פאָטער האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אף ארבעט אלס טרעגער. דער פּאָדריאדטשיק, איינער א קראסילניקאָוו, איז צוגעגאן צו װאָלפן, א זעץ געטאָן אין זײַן פעסטער פּלײצע, צופרידן א שמייכל געטאָן, װי איינער רעדט: ,אָט אזעלכע דארף איך"". יאקאָװון האָט ער באשלאָסן מאכן אן ,עקזאמען". דער עלטסטער פון דעם טרעגער-ארטעל, ארקאדי, א מענטש א ריז, מיט א ברייטער געדיכטער באָרד, האָט אָפּגעקליבן די שװערסטע צוויי זעק מיט טװווּע, איין זאק האָט ער, װי מע נעמט א שפּילעכל, ארופגעװאָרפן צו זיך אפן אקסל, דעם צווייטן זאק האָט ער געהייסן נעמען יאקאָוון.
יאקאָוו האָט אָנגעשטרענגט אלע זײַנע קויכעס און ארופגעוואלגערט דעם זאק טװוּע אף די אקסל. די שווערע מאסע האָט אים געבויגן צו דער ערד. יאשע האָט געפילט, אז אָט באלד װעלן זיך בא אים אונטערהאקן די פיס, און דעמלט.. סארא ביזאָיען ס'וועט זײַן.. נאָר אָט טוט ער א שפּאן, א צווייטן, א דריטן... אָט איז ער שוין אף די טרעפּלעך, װאָס זײַנען צוגע- שטעלט צו דער בארזשע.
אויסגעשאָטן די טװוּע, האָט יאקאָוו זיך אומגעקערט אפן ברעג. ארקאדי איז צוגעגאנגען צו אים, אראָפּגעלאָזט זײַן שווערע האנט אֹף יאקאָווס אקסל, פארכידעשט געקוקט אף אים און מיט טײַנעג א זאָג געטאָן:
-- מאָלאָדיעץ, יאשקע! ס'וועט זײַן פון דיר א טרעגער!
דעם ערשטן עקזאמען האָט דער ייונגער סמושקעוויטש אויסגעהאלטן. איצט איז אים געבליבן אויסהאלטן א צווייטן עקזאמען -- אף פרײַנטשאפט און כאווערשאפט. מ'האָט באדארפט זיך צוגעװווינען צו א געפעפערטן שפּאס, א שארפן װאָרט פון זײַנע נײַע כאוויירים.
-- אונדזער עלטסטער, -- האָבן געטײַנעט די טרעגער, --איז װי צוגעזאָטן געװאָרן צו יאשקען.
ארקאדי האָט ליב געקראָגן דאָס ייַנגל פאר זײַן גוט הארץ און פאר זײַן אָרנטלעכקײַט. ווען דער בריגאדיר איז איינמאָל קראנק געװאָרן, איז יאשע ניט אָפּגעטראָטן פון זײַן בעט, אויסדערציילט אים די װוּנדערלעכע מײַסעס, װאָס ער האָט קינדװײַז געהערט פון דער מאמען.
מע האָט זיי אָפט געזען איניינעם --דעם פּערציקיאָריקן גוואר און דאָס פופצניאָריקע יאטל מיט די פּעכיקע געקרויזלטע האָר. וועגן װאָס האָבן זיי געשמועסט? װער קאָן עס איצט וויסן! מע קאָן זיך בלויז פאָרשטעלן, אז דער דאָזיקער ארקאדי --א מענטש מיט א פאר- שטאנד, װאָס האָט א ביסל בעסער פון אנדערע געזען, װאָס עס טוט זיך ארום, האָט מינאסטאמע ניט איין מאָל, בייס די שפּאצירן מיט יאשען, גערעדט וועגן דעם, װוי אומיוישערדיק עס איז, װאָס אייניקע האָרעװען און ווערן פארשווארצט, און די אנדערע פּוסטעפּאסעװען און לעבן אין װווילטיק.
ס'איז אויך קיין סאָפעק ניט, אז אין יענער אָנגעשטרענגטער צײַט, ערעוו דער רעװאָ- ליוציע, האָבן א גרויסע האשפּאָע אף די טרעגער געהאט די װאָלאָגאָדסקער רעװאָליוציאָ- נערן -- די פּאָליטישע פארשיקטע און די אָרטיקע אײַזנבאנער, צװוישן וועלכע עס זײַנען געווען א סאך ארבעטער פון מאָסקװע, פּעטראָגראד, יאראָסלאװל און אנדערע גרויסע אינדוסטריעלע שטעט.
אין אָנהײב 1917 האָבן די טרעגער, צװישן זיי אויך יאקאָוו סמושקעוויטש, אָנגעהױבן באזוכן די פארזאמלונגען און מיטינגען פון די אײַזנבאנער. עס האָט זיך אים פארקריצט אין זיקאָרן איינער א יאנוואר-טאָג פון 1917. אומדערווארט האָבן דעם סקלאד, װוּ עס האָבן געארבעט די טרעגער, ארומגערינגלט זשאנדארמען. דער זשאנדארם-אָפיצער האָט געפאָדערט, אז ארקאדי זאָל אָנרופן די, װאָס האָבן זיך באטייליקט אינעם באָלשעװיסטישן מיטינג. דער בריגאדיר האָט געענטפערט, אז באטייליקט האָבן זיך אלע.
-- אויב אזוי, רוף אָן די אונטערהעצער! -- איז ניט אָפּגנעשטאנען דער זשאנדארם. מיטאמאָל האָט זיך דערהערט א סװישטשערײַ, אז מע האָט געקאָנט טויב װערן, און אויסרופן: ,דאָלאָי!". די טרעגער האָבן ארומגערינגלט די זשאנדארמען. אן איבערגעשראָקענער, האָט דער פּאָדריאדטשיק קראסילניקאָוו אָנגעהויבן בעטן, מ'זאָל צוטרעטן צו דער ארבעט.
-- אײַער װוילגעבורט, איך בעט אײַך, װי גאָט איז ליב, גייט אוועק פונדאנען. עס קאָן געשען אן אומגליק. איר האָט דאָך צו טאָן מיט גאזלאַנים, אײַער וווילגעבורט..
6
די זשאנדארמען האָבן זיך אָפּגעטראָגן.
דעם דאָזיקן עפּיזאָד האָט יאשע פארגעדענקט אף לאנג. די אלמעכטיקע זשאנדארמען, װי ער האָט פריַער געקלערט, האָבן זיך דערשראָקן פאר אומבאװאָפנטע ארבעטער. הייסט עס, די ארבעטער זײַנען א קויעך.
דעם 28 פעווראל 1917 איז קיין װאָלאָגדע דערגאנגען די יעדיע וועגן דעם, אז מע האָט אראָפּגעװאָרפן דעם קייסער. די ארבעטער פון דער שטאָט האָבן זיך א לאָז געטאָן צו דער טורמע און האָבן באפרײַט אלע פּאָליטיארעסטירטע. אף דעם סענאַײיפּלאץ, װוּ עס האָבן זיך פארזאמלט טויזנטער מענטשן, האָט יאקאָוו סמושקעוויטש הייס באגריסט די אויסגעצערטע, אין קייטן פארשמידטע מענטשן. זייערע פּענעמער האָבן איצט געלויכטן. יאקאָוו האָט מיט- געהאָלפן אראָפּנעמען פון די באפרײַטע די קייטן,
סמושקעוויטש באטייליקט זיך אקטיוו אינעם פאָרמירן רויטגווארדיילשע אָטריאדן, אינעם אנטװאָפּענען די מיליטער-טיילן פון דער צארישער ארמיי, וועלכע זײַנען פארבליבן אף דער זײַט פון דער קאָנטררעװאָליוציע.
אין סענטיאבער 1918 האָט מען אין װאָלאָגדע געבראכט צו קװוּרע דעם העלד פון דער רעװאָליוציע פּאוולין װינאָגראדאָוון. יאקאָווּ סמושקעוויטש טרעט ארויס באם אָפענעם קייווער
און שווערט אין נאָמען פון די ארבעטער ניט שוינען דאָס לעבן פאר דער באפרליונג פון דער מענטשהײַט.
די סמושקעוויטשעס האָבן זיך אומגעקערט קיין ראָקישקיס אין סאמע ברען פונעם קאמף קעגן דער היגער בורזשואזיע און קעגן די דײַטשישע אָקופּאנטן. יאקאָוו שטעלט אײַן א קאָנטאקט מיט דעם פּארטיזאנישן אָטריאד בעראָש מיט פּיאטראס קירסטיקאס, וועלכער האָט אָפּערירט אין דער אומגעגנט פון ראָקישקיס. אָבער אומדערווארט האָט ער אינגיכן געמוזט פארלאָזן ליטע.
,איך דערמאָן זיך, -- דערציילט די אלטע לערערקע פון ראָקישקיס רייזע זאלמענאָוונע דייטש, -- ס'איז געווען אין א מארק"טאָג. צוויי דײַטשישע סאָלדאטן זײַנען געגאנגען איבער דער קאמאיו-גאס. אנטקעגן איז זיי אָנגעקומען א מיידל. די דײַטשן האָבן פארצוימט איר דעם וועג און גענומען פרעך צושטיין צו איר. יאקאָוו מיט זײַנע כאוויירים איז גראָד פאר- בײַגעגאן די גאס און האָט דערזען, װי איינער פון די סאָלדאטן כאפּט אָן דאָס מיידל פאר די צעפּ און נעמט זי שלעפּן. דאָס מיידל האָט אָנגעהױבן שרײַען. יאקאָוו האָט אזוי א זעץ געטאָן דעם פרעכן אָקופּאנט איבערן קאָפּ, אז יענער האָט א פּראל געטאָן צו דער ערד. דער צווייטער סאָלדאט האָט געמאכט פּלײטע,
אינגיכן האָבן צו די סמושקעוויטשעס אין שטוב זיך געיאװועט עטלעכע דײַטשישע סאָל- דאטן בעראָש מיט אן אָפיצער. יאקאָוון האָבן זיי שוין אָבער ניט געטראָפן. ער האָט זיך אויסבאהאלטן בא מייער לעווינען דעם פורמאן, וועלכן אלע האָבן אין ראָקישקיס גערופן ,דער דווינסקער".
אין א כאשכעסדיקער דעקאבערינאכט האָט יאקאָוו סמושקעוויטש אף לאנגע יאָרן פאר- לאָזט זײַן הײימשטאָט.
אין דער לוקישקער טפיסע. ווידער אין שלאכט
קיין מינסק איז ער אָנגעקומען אינגיכן נאָך דעם, װי די רויטע ארמיי האָט באפרײַט די שטאָט. עס האָבן זיך דאָ דעמלט פאָרמירט עטלעכע קאָמוניסטישע באטאליאָנען און אָטריאדן. סמושקעוויטש פארשרבט זיך אין דעם 1-טן מינסקער קאָמוניסטישן באטאליאָן, וועלכער איז ארײַן אין באשטאנד פון דער מײַרעװדיקער ארמיי (אינגיכן האָט מען איר א נאָמען געגעבן ,די װײַסרוסיש-ליטװישע ארמיי", און שפּעטער--די 16-טע ארמיי).
אין א שטיקל צײַט ארום װערט יאקאָוו סמושקעוויטש באשטימט אלס קאָמיסאר פונעם באטאליאָן. אין אָנהײב פעווראל 1919 האָבן די פּולישע לעג;אָנערן קאָנצענטרירט אין דער אומגעגנט פון באראנאָוויטש היפּשע קויכעס און פּאָרגענומען א פארביסענע אטאקע קעגן דער שוץ-ליניע פונעם 1-טן מינסקער קאָמוניסטישן באטאליאָן.
די שלאכט איז געווען א שווערע. די רויטארמייער האָבן זיך העלדיש געשלאָגן. סמוש- קעוויטש װערט שװער קאָנטוזיעט און פארלירט דעם באװוּסטזײַן. אין אזא מאצעוו פאלט ער ארײַן אין געפאנגענשאפט.
97
די אכזאָריעסדיקע פּײַניקונגען אין דער באראנאָוויטשער טפיסע, אין וועלכער מע האָט צוערשט אופגעהאלטן די געפאנגענע, האָבן יאקאָוון ניט אײַנגעבראָכן. די אָפיצערן פון דער פּוילישער קאָנטר-אויסשפּירונג האָבן גאָרנישט ניט געקאָנט זיך דערשלאָגן בא אים.
אינגיכן פירט מען סמושקעוויטשן אריבער קיין וילנע --אין דער לוקישקער טפיסע. זײַן לײַב איז אין דורכויסיקע װוּנדן. די כאוויירים אין דער קאמערע האָבן לוט א ריי אים געהאָדעװעט און איבערגעבונדן די װוּנדן. וועגן יאקאָווס צושטאנד און װי העלדיש ער האָט זיך געהאלטן אף די פארהערן, האָט שפּעטער דערציילט איינער פון די ערשטע וילנער קאָמיוגיסטן יאקאָוו לװאָװיטש קראָניק.
אין אָנהייב 8 האָט דער נײַנצניאָריקער יאשע קראָניק זיך ארויסגעריסן פון ווילנע, וועלכע די דײַטשן האָבן אָקופּירט, זיך דערקליבן קיין סמאָלענסק און געװאָרן א רויטארמייער. אין דעם זעלבן יאָר פארענדיקט ער אין מאָסקװע קורסן פון ארטילעריע-קאָמאנדירן, ווערט א מיטגליד פון דער קאָמוניסטישער פּארטי.
ס'איז אוועק עפּעס מער פון א יאָר צײַט. קראָניק באקומט אורלויב און לאָזט זיך קיין ווילנע. נאָך אין וועג װערט ער קראנק אף טיפוס און פאלט ארײַן אין דעם ווילנער גארני- זאָנען-שפּיטאָל.
ווען קיין ווילנע האָט אין איינעם א טאָג זיך ארײַנגעריסן אן אָטריאד פּוילישע לעגיאָ- נערן, האָט א גרופּע פארװוּנדעטע און קראנקע, צװישן זיי אויך יאשע קראָניק, דרײַ טעג נאָכאנאנד זיך געשלאָגן מיט זיי אף די גאסן פון דער שטאָט. א שװער-פארװוּנדעטן האָבן די לעגיאָנערן פארכאפּט קראָניקן אין געפאנגענשאפט און אים ארײַנגעװאָרפן אין דער לו- קישקער טפיסע. דאָרט האָט ער זיך געטראָפן מיט יאקאָוו סמושקעוויטשן.
,איניינעם איז אונדז שוין געווען פיל לײַכטער, -- האָט קראָניק שפּעטער דערציילט דעם ברודער זײַנעם אלעקסאנדערן!. -- סמושקעוויטש האָט מיר דערציילט װעגן די אומשטענדן, בא וועלכע ער איז ארײַנגעפאלן אין געפאנגענשאפט. אונדז האָט באהערשט איין לײַדנשאפט- לעכער באגער -- װאָס גיכער ארױיסרײַסן זיך פון דער טפיסע. מיר האָבן געמאכט פארשיידענע פּלענער, ויאזוי צו אנטלויפן. פרילינג 1920 איז סמושקעוויטשן געלונגען איינעם אזא פּלאן צו פארווירקלעכן...?פ,
געווען איז עס אזוי. אין דער װעשערײַ פון דער טפיסע האָט מען די ארעסטירטע גע- צװוּנגען וואשן דאָס גרעט פאר די פּולישע סאָלדאטן. אין איינעם אן אפדערנאכט, פארענדיקט די ארבעט, האָט יאקאָוו סמושקעוויטש זיך באהאלטן צװוישן די באליעס מיט גרעט. די וועכ- טער האָבן אים ניט באמערקט. די פרויען, װאָס זײַנען אינדערפרי געקומען נאָכן ריינעם גרעט, האָבן דערזען דעם באָכער, געהאָלפן אים אײַנמאָסטען זיך אין א קויש, ארופגעוואל- גערט אף אים פּעקלעך װעש און ארויסגעפירט פון דער טורמע.
ווען ס'איז צוגעפאלן די נאכט, האָט סמושקעוויטש זיך געלאָזט דורך די װעלדער אף מיזרעך. אפן דריטן טאָג האָט ער אָנגעטראָפן אף א רויטארמייישן פּאטרול. מ'האָט אים געבראכט צו פירן אין דער פעלד-קאָמענדאטור פון דער 15-טער ארמיי. סמושקעוויטש האָט אויספירלעך דערציילט, װאָס ס'האָט מיט אים פּאסירט, ויאזוי ער איז אנטלאָפן פון דער לוקישקער טפיסע.
דער שעף פון דער קאָמענדאטור האָט, נאטירלעך, ניט געקאָנט און ניט געטאָרט גלייבן אף נעמאָנעס. מיט דער ווערסיע, אז מ'איז אנטלאָפּן פון געפאנגענשאפט, פלעגן זיך דורכ- שמוגלען שפּיאָנען און דיווערסאנטן.
סמושקעוויטשן האָט מען דערװײַל פארעכנט אלס א געוויינלעכן סאָלדאט פון דעם 14-טן שיסער"פּאָלק אין באשטאנד פון דער 48-טער בריגאדע, מיט װעלכער עס האָט אָנגעפירט דער לעגענדארער פאבריציוס.
אינגיכן זײַנען פונעם פּראָנט-שטאב אָנגעקומען די דאָקומענטן, וועלכע האָבן פולשטענדיק באשטעטיקט אלץ, װאָס יאקאָוו סמושקעוויטש האָט דערציילט, און ער ווערט באשטימט אלס פּאָליטרוק פון א ראָטע.
אין יענע טעג האָט די בריגאדע זיך געגרייט דורכצורײַסן דעם פראָנט פון די פּולישע לעגיאָנערן הינטער סמאָרגאָן. דער סוינע האָט דאָ געהאט גוט צוגעגרייטע שוץיליניעס:
1 אלעקסאנדער לװאָוויטש קראָניק. גענעראל-מאיאָר, אָנטײילנעמער פון דעם בירגערקריג און פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע. קאנדידאט פון היסטאָרישע וויסנשאפטן. לעבט אין קיִעו.
? יאקאָוו קראָניק האָט זיך געראטעװועט פון דער לוקישקער טפיסע, אקטיוו זיך באטייליקט אין די שלאכטן פונעם בירגערקריג און איז שפּעטער געװאָרן איינער פון די בארימטע סאָוועטישע פּילאָטן- אױספּרוּוולער.
98
די אָקאָפּעס, וועלכע עס האָבן נאָך געמאכט די דײַטשן בייס דעם וועלט-קריג, זײַנען געווען פארייניקט צװישן זיך מיט דורכגאנגען און האָבן פארמאָגט א סאך בעטאָנירטע באהעלטענישן און קוילנווארפערינעסטן.
די 15-טע ארמיי, אין וועמענס באשטאנד עס האָט זיך געפונען יאן פאבריציוסעס ברי- גאדע, האָט דורכגעריסן די פארפעסטיקטע שוץ-ליניע סמאָרגאָן -- שילאָװיטש -- מאָלאָדעטשנע און זיך א לאָז געטאָן אף ווארשע.
אָבער אינמיטן אווגוסט האָט די פּוױלישע ארמיי פאָרגענומען א קאָנטר-אָנגריף אפן גאנצן פראָנט. אונדזער מיליטער איז געווען געצװונגען אָפּטרעטן,
..דאָס איז פאָרגעקומען בא דעם טײַך נארעוו. די 48יטע בריגאדע, וועלכע האָט פאר- צאמט דעם סוינע דעם וועג, איז פארבליבן אף דעם מײַרעװדיקן ברעג פונעם טײַך. די בריק איבערן טײַך איז געווען צעשטערט.
פאבריציוס האָט באפוילן אָפּזוכן אן אנדער אָרט אף אריבערצוגיין דעם טײַך. סמושקע- װיטש מיט נאָך עטלעכע קאָמוניסטן האָט זיך געפונען אין עק פון דער קאָלאָנע, קעדיי מיטהעלפן די רויטארמייער, וועלכע האָבן זיך אינגאנצן ארױיסגעשלאָגן פון די קויכעס.
מ'האַט דאפקע אָפּגעזוכט א צווייטע בריק, אַבער דעם סוינעס ארטילעריע האָט זי שטארק באשאָסן. אין דעם מאָמענט, ווען די קאָלאָנעס רויטארמייער זײַנען דאָך ארופגעטראָטן אף דער בריק, האָבן זיך פּלוצעם באוויזן פּוױלישע אעראָפּלאנען און געעפנט א פּײַער. א טייל סאָלדאטן האָט זיך א לאָז געטאָן אף צוריק, נאָר דאָ האָבן אלע דערזען, װי יאן פאבריצלוס איז צוגעפאלן צו א קוילנווארפער און גענומען באשיסן דעם סוינעס אעראָפּלאנען. די רויט- ארמייער האָבן נאָכגעפאָלגט זײַן בײַשפּיל. איין פּױלישן אעראָפּלאן האָט מען אונטערגעשאָסן, א פלאקערנדיקער איז ער אראָפּגעפאלן באם ברעג טײַך.
-- וי פליגלען זאָלן געווען אויסוואקסן בא אונדז, -- האָט שפּעטער דערציילט יאקאָװו סמושקעוויטש. -- מיר האָבן זיך א װאָרף געטאָן דורך דער פײַער-וואנט פאָרויס אף אונדזער ברעג. דער לעצטער איז די בריק אריבערגעגאנגען דער קאָמבריג יאן פאבריציוס.
ס'איז געקומען דער זומער פון 1921. סמושקעוויטשעס געזונט האָט זיך שטארק פארער- גערט. ס'האָבן זיך געלאָזט פילן די אומופהערלעכע אָנגעשטרענגטע שלאכטן און די ביטערע כאדאָשים פון געפאנגענשאפט. אין יול כוידעש שיקט מען אים אָפּ אין א שפּיטאָל. די דאָק- טוירים קומען צום אויספיר, אז ער נייטיקט זיך אין דרינגענדיקער היילונג און אין אָפּרו יאקאָוו באקומט א צווייכאדאָשימדיקן אורלויב. פאָרן האָט ער ניט װוּהין, אלע זײַנע אייגענע געפינען זיך פון יענער זײַט גרענעץ, אין דער בורזשואזער ליטע. פארבלײַבט ער זיך היילן אין דער װײַסרוסישער שטאָט קלינצי.
גלײַך פונעם שפּיטאָל איז יאקאָוו אוועק אין דעם אויעזדנעם פּארטיי-קאָמיטעט און גע- בעטן אוועלכע-עס-איז ארבעט אף דער צײַט פון זײַן אורלויב. ער װערט באשטימט אלס געהילף פונעם אויעזדנעם באפולמעכטיקטן פון דער ,וועטשעקא" (אלרוסלענדישע אויסער- אָרדנטלעכע קאָמיסיע).
אין יענער צײַט האָבן אין דער האָמליער אומגעגנט שטארק אָרודעװעט קאָלערלײ קאָנטררעװאָליצי;אָנערע אָרגאניזאציעס. זיי האָבן טעראָריזירט די היגע באפעלקערונג און געפירט א באװאָפּנטן קאמף קעגן דער סאָוועטנמאכט.
סמושקעוויטש האָט שוין געהאט א געוויסע דערפארונג פון קאמף קעגן דעם באנדיטיזם. איצט איז די דאָזיקע דערפארונג גוט צוניץ געקומען. ער באטיליקט זיך אקטיוו אין די אָפּעראטיווע אָטריאדן, קלײַבט אָפּ פאר זיי אױסגעפּרוּווטע שלאכטלײיט. אונטער זײַן אָנפירונג ווערט פארווירקלעכט א ריי אקציעס, װאָס ברענגען צו דער פולשטענדיקער פארניכטונג פונעם באנדיטיזם אין דעם דאָזיקן ראיאָן.
ווען דער אורלויב האָט זיך פארענדיקט, האָט דער אױיעזדנער פּארטיי-קאָמיטעט זיך מישטאדל געווען פאר דער מיליטערישער קאָמאנדשאפט, מזאָל סמושקעוויטשן איבערלאָזן אין די אָרגאנען פון טשעקא נאָך אף א האלב יאָר.
ס'איז אוועק אויך דאָס דאָזיקע האלב יאָר, און סמושקעוויטש קערט זיך װוידער אום אין דער רויטער ארמיי. ער װערט באשטימט אלס געהילף פונעם קאָמיסאר פון דעם 36-טן פּאָלק פון דער 4-טער סמאָלענסקער שיסער-דיוויזיע.
דער פּאָלק, װוּ סמושקעוויטש האָט געדינט, האָט זיך אָפּגעשטעלט אינעם שטעטל פּוכאָ- וויטשי און אין די ארומיקע דערפער. אין שטעטל איז מיטאמאָל געװאָרן לעבעדיק. סמוש- קעוויטש אָרגאניזירט א קלוב, שאפט א ביבל;אָטעק, פארשיידענע קרײַזלעך, שאבעס און זונטיק אפדערנאכט װערן אין קלוב אײַנגעאָרדנט טענץ. יאקאָוו גופע האָט אויך ליב געהאט
59
כאפּן א טענצל. די היגע קראסאוויצעס האָבן פון אים דאָס אויג ניט אראָפּגעלאָזט. װאָס איז דער כידעש? דער שלאנקער שיינער קאָמיסאר איז קוים צוואנציק יאָר אלט.
טיילמאָל פלעגט יאקאָוו נאָך די טענץ זיך אומקערן אף דער פּערעװאָזנעיגאס, װוּ ער איז געשטאנען אף קווארטיר, איניינעם מיט באסיע געלפאנד, וועלכע האָט געלעבט בישכיינעס. די גאס, װוּ מע װוינט, מײַדט מען אויס. מע לאָזט זיך אראָפּ צום טײַך סװיסלאָטש און מע שפּאצירט ביז שפּעט...
אָבער אזעלכע שפּאצירן זײַנען אויסגעפאלן ניט אָפט, דער פּאָלק האָט דאָך געהאט שלאכט-אופגאבעס.
אין דעם איגומענסקער אױיעזד, װוּ דער פּאָלק האָט זיך דיסלאָצירט, האָבן אָפּערירט פארשיידענע באנדעס בעראָש מיטן װײַסגװארדײיַשן פּאָלקאָװניק פּאװולאָווסקי. עס האָבן אים געהיים מיטגעהאָלפן דער אויעזדנער קריגס-קאָמיסאר זשילינסקי און דער מיליטער-אינסט- רוקטאָר קאָנאָפּאדסקי. וועגן אלע מאָסמיטלען, װאָס האָבן זיך געגרייט קעגן די באנדיטן, האָבן די דאָזיקע פארעטער טייקעף אינפאָרמירט פּאװלאָווסקין. דאָס איז געװען די סיבע, פארװאָס דער פּאָלק האָט א לאנגע צײַט ניט געהאט דעם געװוּנטשענעם דערפאָלג אין קאמף קעגן די באנדעס.
אױסמײַדנדיק אָפּענע צוזאמענשטויסן מיט די רויטארמייישע טיילן, פלעגן די באנדיטן איבערטאָן זיך אין רויטארמייישע קליידער און אָנפאלן אף די מעלוכישע אנשטאלטן, אף די פאָרשטייער פון דער סאָוועטנמאכט, אף קאָמוניסטן, רויטארמייער, אקטיווע פּוערים, פלעגן ראבעווען די באפעלקערונג.
אין איינעם א יון-טאָג, אין דעם מאָמענט, ווען דער אָטריאד, װאָס איז געשטאנען אין פּוכאָװויטשי, איז אוועק אויספילן א פארגעבונג, איז א באנדע אָנגעפאלן אפן שטעטל און אוועקגעפירט צוואנציק אָרװעסניקעס. די באנדיטן האָבן געפאָדערט, דאָס שטעטל זאָל צו- שטעלן אין וואלד לעבן דעם דאָרף ליפּניקי אויסקויףיגעלט און צירונג.
ווען דאָס איז באװוּסט געװאָרן, האָט סמושקעוויטש באשלאָסן מיט א גרופּע שלאכטלײַט נאָכשפּירן, װוּ און וועמען מע װעט איבערגעבן דאָס אויסקויף-געלט.
אף אזא אויפן האָט מען פעסטגעשטעלט, װוּ עס געפינט זיך די באנדע. מע האָט זי באלא- גערט אוֹן פארניכטעט. און אינגיכן נאָך דעם האָבן די טשעקיסטן דעמאסקירט די פארעטער זשילינסקין און קאָנאָפּאדסקין. צו דעם אָרגאניזירטן באנדיטיזם אינעם אוּיעזד איז געקומען א סאָף.
אויסגעפילט זײַנע שליכעס, האָט דער פּאָלק פארלאָזט פּוכאָװיטשי. סמושקעוויטש איז אוועקגעפאָרן פון דאָרט מיט א שװער הארץ --אין שטעטל איז פארבליבן באסיע געלפאנד. ווער ווייסט, װוּהין עס װעט אים פארווארפן דער מיליטערישער גוירל און צי װעט ער זי נאָך זען אמאָל...
דער ערשטער ארויספלי, װאָס האָט שיר דאָס לעבן ניט געקאָסט. ,עס װעט זיך באקומען"
אין יענער צײַט איז דאָס לאנד אָקאָרשט צוגעטראָטן אופבויען אן אייגענעם לופט-פלאָט. עס האָט זיך פאנאנדערגעוויקלט א גרויסע בווּנג פון דער אװיאציע-אינדוסטריע. עס װערן פארווירקלעכט מאָסמיטלען אף צו פארבעסערן די ארבעט פון די וויסנשאפט-אינסטיטוציעס, װאָס באשעפטיקן זיך מיט די פּראָבלעמען פון דער אװלאציע-טעכניק. פון צעדרויבלטע אוויאציע-אָטריאדן און גרופּעס זײַנען געשאפן געװאָרן מער קאָמפּאקטע איינהלײיטן.
דעם 17 סענטיאבער 1922 װוערט יאקאָוו סמושקעוויטש באשטימט אלס פאראנטװאָרט- לעכער פּארטיי-אָרגאניזאטאָר אין דער 4-טער באזונדערער פארניכטלער-עסקאדריליע, וועלכע האָט זיך באזירט אין מינסק. זינט דעמלט הייבט זיך אָן זײַן פיליאָריקע טעטיקײַט אין דער סאָוועטישער אװיָאציע.
סמושקעוויטש האָט געטראָפן אין דער עסקאדריליע דערפארענע פּילאָטן, וועלכע זײַנען דורכגעגאנגען דעם גרויסן אױספּרוּוו פונעם בירגערקריג. אייניקע פון זיי זײַנען געװוען פליִער נאָך פאר דער רעװאָליוציע, האָבן פארענדיקט אװיאציע-שולן אין רוסלאנד, ענגלאנד און פראנקרײַך. אין 1922 זײַנען אין דער עסקאדריליע געקומען פּילאָטן, װעלכע האָבן שוין פארענדיקט סאָוועטישע אװיאציע-שולן.
00
דער קאָמאנדיר פון דער עסקאדריליע, דער שעף פונעם שטאב, די שעפן פון דעם אָפּערא- טיוון+ און פארבינדונג-אָפּטײלן און צוויי פון די דרײַ אָטריאד-קאָמאנדירן זײַנען געווען גע- וועזענע אָפיצערן פון דער צארישער ארמיי.
דער באשטאנד פון דער עסקאדריליע איז געווען א פילנאציאָנאלער. איניינעם מיט די רוסן, אוקראינער, װײַסרוסן האָבן דאָ געדינט ייִדן, לעטן, ליטווינער. עס זײַנען אפילע געווען א גריך און א מאָנגאָל. קאָמיסאר פון דער עס- קאדריליע איז געווען באָריס יאקאָװלעװיטש מאשענדזשינאָוו, אויך פון דער ליטע. דאָס איז טאקע ער געווען יאקאָווס ערשטער לערער אין דער אװיאציע.
-- ס'איז געווען שווער זיך מוידע זײין, אז דו ביסט א בלינדער מענטש אין דער אוולאציע- טעכניק, -- האָט דערציילט סמושקעוויטש, -- נאָר אֹיך האָב דאָס באדארפט טאָן. איך האָב אָפנהארציק געזאָגט װעגן דעם אף דער ער- שטער פארזאמלונג פון דעם פּארטיי-קעמערל.
סמושקעוויטש האָט באזונדערס זיך צוגע- קוקט צו די קאָמאנדירן פון די אָטריאדן-- 6 וולאדימיראָװיטש 4 12 5 יא. וו. סמושקעוויטש -- דער פארטאָרג פון וואלענטין מיכײַלאָװיטש זערנאָװן. דער 4'טער באזונדערער פארניכטלער-
זערנאָוו האָט געשטאמט פון דעם אדלטום, עסקאדריליע איז געווען דער סאמע געבילדעטער פּילאָט אין דער עסקאדריליע. אין 1912 האָט ער פארענדיקט אין פּעטערבורג די גימנאזיע און אין דרײַ יאָר ארום --א טעאטראלע שול. ווען ס'איז אױסגעבראָכן דער וועלט-קריג, האָט מען אים פארעכנט אין דער ערשטער אויאציע-ראָטע. שפּעטער האָט זערנאָוו פארענדיקט די אָפיצערישע אויאציע-שול בא דעם פּעטערבורגער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, און אלס זייער א באגאבטן אוויאטאָר האָט מען אים געשיקט קיין ענגלאנד, װוּ ער האָט פארענדיקט א שול פון העכסטן פּילאָטאזש. שוין אין די ערשטע טעג פון דעם אָקטיאבער-אופשטאנד האָט זער- נאָוו אנטשיידן זיך געשטעלט אף דער זײַט פון דער רעװאָליוציע, געקעמפט אף פארשיידענע פראָנטן פונעם בירגערקריג אלס קאָמאנדיר פון די רויטע אװיַאציע-אָטריאדן. די רעגירונג האָט אים באלוינט מיטן אָרדען פון דער רויטער פאָן און מיט א גאָלדענעם זייגער.
יאקאָוו סמושקעוויטש האָט שאָענלאנג געשמועסט מיט זערנאָוון און זשירקאָװיטשן, באזוכט זייערע לימודים מיט די פּילאָטן, דאָרשטיק אײַנגעזאפּט זייער דערפארונג.
-- טאקע אין יענער צײַט --האָט דערציילט סמושקעוויטש, -- איז אופגעקומען בא מיר דער גרויסער פארלאנג זיך אויסלערנען פל;ען. נאָר דערװײַל איז דאָס געווען בלויז א שיינער טרוים, וועלכן כ'האָב אפילע ניט געוואגט עמעצן צו פארטרויען.
צוביסלעך האָט יאקאָוו וולאדימיראָוויטש אלץ טיפער גענומען ארײַנדרינגען אין דער ספּעציפיק פונעם אוויאציע-וועזן, דורכגעשטודירט א מאסע ביכער, גאנצע טעג פארבראכט אפן אעראָדראָם, צו אלץ זיך צוגעקוקט, איניינעם מיט די טעכניקער געהאלטן אין דער האנט יעדעס שרײַפעלע פונעם אעראָפּלאן.
איינמאָל האָט מאשענדזשינאָוו א זאָג געטאָן:
-- יאקאָוו װוערט בא אונדז אן עכטער אװיאטאָר.
סמושקעוויטש האָט דערוף געענטפערט:
-- װאָס פאר אן אװיאטאָר בין איך, אויב כ'בין נאָך אינדערלופטן ניט געווען.
עמעצער פון די פּילאָטן, װאָס איז געשטאנען דערבײַ, האָט אין א שפּאס זיך אָנגערופן:
-- אן אוויאטאָר איז נאָך װײַט ניט דער, װאָס איז געווען אינדערלופטן, נאָר דער, װאָס איז שוין מיטן אעראָפּלאן אראָפּגעפאלן אף דער ערד און פונדעסטוועגן רײַסט ער זיך ווידער אין הימל ארלין..
דער דאָזיקער שמועס איז פאר סמושקעוויטשן, װי מיר װעלן דאָס זען, געווען א נע- װיָיִשער,
1
די עסקאדריליע האָט זיך געגרייט צום ערשטן מײַ. זי האָט באדארפט זיך באטייליקן אינעם לופט-פּאראד, פאנאנדערווארפן איבער די שטעט און דערפער פלוגבלעטלעך פון דער אָקאָרשט געשאפענער געזעלשאפט ,פרײַנט פונעם לופט-פלאָט", אראָפּברענגען און איבער" געבן רויטע פאָנען די בעסטע אָרגאניזאציעס פון דער דאָזיקער געזעלשאפט.
אין דער עסקאדריליע איז פאר קיינעם ניט געווען קיין סאָד, אז דער פּארטיי-אָרגאניי זאטאָר װײַזט ארויס א באזונדערן אינטערעס צו דעם שטעטעלע פּוכאָװיטשי, װוּ ער האָט פריַער געדינט. האָט מען באשטימט, אז אהין װעלן פליען דער פּילאָט וולאדימיר שעסטאקאָוו און יאקאָוו סמושקעוויטש. זיי װעלן ברענגען אהין די נייטיקע ליטעראטור און א רויטע פאָן.
וועגן אָט דעם ערשטן פלוג זײַנעם האָט סמושקעוויטש שפּעטער דערציילט:
-- פון דעם אָנגעשטרענגטן ווארטן אף דעם אויסטערלישן, װאָס דארף באלד פאָרקומען, בין איך געווען אזוי צעטומלט, אז כ'האָב ניט באמערקט, װי דער אעראָפּלאן האָט זיך א הייב געטאָן אינדערלופטן. עס זײַנען דורכגעשװוּמען אונטער אונדז הײַזער, סעדער און פעלדער... און די מענטשן---אזעלכע ברעקעלעך... אפן הארצן איז געווען יאָמטעװדיק.
דער פינאל פון אָט דעם פלוג איז אָבער געווען װײַט ניט קיין פריילעכער. אָט װאָס מיר דערוויסן זיך פון א באפעל נומ. 121 פארן 2 מײַ 1923:
,דעם ערשטן מײַ איז דער קריגסיפּילאָט פונעם דריטן אָטריאד פון דער עסקאדריליע וולאדימיר שעסטאקאָוו מיטן פאראנטװאָרטלעכן פּארטיי-אָרגאניזאטאָר יאקאָוו סמושקעוויטשן ארויסגעפלויגן אפן אעראָפּלאן ,ניו-19? לויטן מארשרוט מינסק --סטאנציע דובאָוואיא-- רױּװונאָפּאָל--- בלאני -- פּוכאָװיטשי, קעדיי, לוט דער באקאָשע פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון װײַסרוסלאנד, ברענגען אהין ליטעראטור צום ערשטן מײ. צוויי קילאָמעטער פאר פּוכאָװויטשי איז דער אעראָפּלאן ארײַנגעפאלן אין געדיכטע װאָלקנס און האָט געליטן אן אוואריע. דער פּילאָט און דער פּארטאָרג זײַנען געבליבן לעבן".
ווען סמושקעוויטש האָט נאָך דער אוואריע זיך אומגעקערט אין דער עסקאדריליע, האָט מען אים דאָרט באגעגנט מיט א געוויסער נײַגעריקײַט: צי װעט ער, נאָך דעם, װאָס האָט פּאסירט, נאָכאמאָל פּליָען, צי װעט ער ניט ארױיסװײַזן קיין פּאכדאָנעס?
קיין פּאכדאָנעס האָט יאקאָוו ניט ארויסגעויזן. פארקערט, ער האָט פעסט באשלאָסן ,איך װעל פּליִען, און פליען אזוי, אז עס זאָל זיך ניט איבערכאזערן דאָס, װאָס האָט פּאסירט אין פּוכאָװיטשי?
דערװײַל איז אין דער עסקאדריליע אָנגעקומען א גרופּע יונגע פּילאָטן, דערין סערגיי וואניושין,. אלעקסאנדער טורזשאנסקי, וויאטשעסלאוו באָקון, אלעקסאנדער ראפאלאָוויטש און אנדערע. סמושקעוויטש, זײַענדיק שוין דעמלט פּאָליטרוק פונעם 2-טן אָטריאד, האָט זיך גוס באקאנט מיט זיי אלעמען.
אלעקסאנדער טורזשאנסקי און זײַן ברודער באָריס (ער האָט געדינט אין אן אנדער אװיאציע-אײינהײַט) זײַנען אף לאנגע יאָרן געװאָרן סמושקעוויטשעס פרײַנט און מיטקעמפער. די ברידער זײַנען אויסגעוואקסן אין סמאָלענסק, האָבן פרי אָנגעװױירן דעם טאטן, געלעבט אין דאכקעס און... געטרוימט צו װערן פּילאָטן. זיי האָבן געװוּסט אלע טיפּן אעראָפּלאנען, אליין געמײַסטרעװעט אוולא-מאָדעלן און דאָרשטיק נאָכגעשפּירט נאָך אלץ, װאָס עס קומט פאָר אין דער אװיַאציע.
אין 1918 זײַנען די ברידער פרײַװויליק אוועק אפן פראָנט אלס טעלעפאָניסטן פון אן אוויאציע-אָטריאד. זיי פארענדיקן מיט אן אויסצייכענונג די טעאָרעטישע אוולאציע-שול אין יעגאָריעװסק, דערנאָך -- די זארײַסקער מיליטערישע פּילאָטן-שול און שפּעטער -- די מאָסקװער הויכשול פון קריגס-פּילאָטן.
דער אװיאציע-גענעראל אלעקסאנדער אלעקסאנדראָװיטש טורזשאנסקי דערמאָנט מיט באזונדער ווארעמקײַט יענע טעג, ווען ער, א פריש-אויסגעבאקענער פּילאָט, איז אָנגעקומען אין דער 4-טער פארניכטלער-עסקאדריליע, דעם צוויי-און-צוואנציקיאָריקן פּאָליטרוק פונעם אָטריאד יאקאָוו סמושקעוויטשן:
,מע האָט אונדז, די יונגע פּילאָטן, באגעגנט גאסטפרײַנטלעך. ס'האָט גלײַך אונדז זיך געװאָרפן אין די אויגן דער יונגער, ענערגישער פּאָליטרוק סמושקעוויטש. ער האָט צו דעם יונגווארג זיך באצויגן זייער הארציק און זאָרגזאם. ער איז דעמלט נאָך ניט געװען קיין פּילאָט, און איך פארשטיי, אז ער האָט באדארפט פארמאָגן א סאך טאקט און אויסגעהאלטנ- קײַט, קעדיי צו דעראָבערן בא אונדז אוטאָריטעט.
די יונגע פּילאָטן האָבן דרייסט אָפּגעװאָרפן די פאָרורטיילן פון די, װאָס זײַנען אין דער אוואציע געקומען אין א צײַט, ווען אף יעדן פלוג האָט מען געקוקט, װי אף א העלדנטאט, און ווען אופהייבנדיק זיך אינדערלופטן, איז דער פּילאָט ניט געווען זיכער, צי ער װעט א
4* 62
גאנצער זיך אומקערן צוריק אף דער ערד. די ,זקיינימלעך" האָבן, לעמאָשל, געגלייבט אין ,מאזל" און ,,שלימאזל". זעלטן װער פון זי פלעגט בא זיך פּויעלן ארויספליען דעם דרײַצנטן אָדער מאָנטיק. און נאָך זעלטענער פלעגן די דאָזיקע פּילאָטן דערלויבן, מע זאָל זיי פארן פלוג פאָטאָגראפירן.
איינמאָל, פארן ארויספליען, שוין זיצנדיק אין דער פּילאָטן-קאבינע פונעם פארניכטלער ,ניופּאָר", האָב איך געבעטן אונדזער פאָטאָגראף, ער זאָל מאכן עטלעכע פאָטאָגראפיעס. יענער האָט גערן אָנגעצילט אף מיר זײַן גרויסן פאָטאָאפּאראט. פּלוצעם לויפט צו מיר צו דער קאָמאנדיר פונעם אָטריאד זערנאָו: ,װאָס טוסטו? װעסט זיך צעמאזיקן!".
דער פאָטאָגראף האָט שוין געװאָלט אװעקנעמען דעם אפּאראט, נאָר לעבן אונדז איז געשטאנען דער פּאָליטרוק סמושקעוויטש, האָב איך אים געבעטן, ער זאָל דערליבן דעם פאָטאָגראף טאָן זײַנס, װײַל איך האלט ניט פון די דאָזיקע פאָרורטיילן. יאקאָוו וולאדימיראָ- וויטש האָט זיך צעלאכט און געזאָגט צום פאָטאָגראף: ,פּאָטאָגראפיר". א צעטומלטער האָט זערנאָוו א זאָג געטאָן צו סמושקעוויטשן: ,ער װעט זיך צעמאזיקן, און איר װעט זײַן דער שולדיקער. איר זײַט דאָך ניט קיין פּילאָט און קענט עס ניט באגרײיפן.."
ווען איך האָב זיך אומגעקערט אפן אעראָדראָם, האָט סמושקעוויטש מיך אָפּגערופן אָן א זײַט און געזאָגט:
-- איר האָט גוט געטאָן. אן איבעריק מאָל דערוויזן, אז די פאָרורטיילן זײַנען אן אבסורד. דאָס איז זייער גוט. אין דער עסקאדריליע איז דאָך געקומען א סאך יוגנט!"
עס איז דורכגעגאן א יאָר, זינט סמושקעוויטש איז געקומען אין דער אװיאציע. ער איז געווען איבערגעלאָדן מיט ארבעט, פונדעסטוועגן קומט ער אָן זיך לערנען אינעם װײַסרוסישן מעלוכע-אוניווערסיטעט אף דעם פאקולטעט פון הומאניטארע ויסנשאפטן און כאָטש די מיליטער-דינסט האָט געפאָדערט, ער זאָל די גאנצע צײַט זיך געפינען אין דער עסקאדריליע, פלעגט סמושקעוויטש, װוּ נאָר ס'האָט זיך געלאָזט, אָפּרײַסן צײַט פאר דער לער.
צו יענער צײַט איז פאָרגעקומען א וויכטיקע געשעעניש אין סמושקעוויטשעס פּערזענ- לעכן לעבן. װי נאָר ער האָט באקומען א באזונדערן צימער, פליט אועק קיין פּוכאָװיטשי א בריוועלע צו באסיע געלפאנד, זי זאָל קומען צו אים.
-- איך האָב טייקעף צונויפגעקליבן זיך אין וועג ארײַן, --האָט דערציילט באסיע סאָ- לאָמאָנאָוונע. -- פאָרן איינע אליין איז געװוען ניט באקוועם. האָב איך געבעטן מײַנע א כא- ווערטע, זי זאָל פאָרן איניינעם מיט מיר. געקומען. אָפּגעזוכט דעם שטאב, װוּ סמושקעוויטש האָט געדינט, און געבעטן דעם וואכמאן ארויסרופן יאקאָוון. אין א װײַלע ארום איז ער ארויסגעגאן, מיך אוועקגעפירט אין זײַנע ,אפּארטאמענטן". דאָס איז געווען א ברעקל צימערל, אכט קוואדראטע מעטער. אין איין װוינקל איז געשטאנען א סאָלדאטיש בעטל, באדעקט מיט א גרויער קאָלדרע, אין א צווייט ווינקל--א טישל מיט צוויי טאבורעטקעס.
דעם אכצנטן סענטיאבער 1924, אין דער אָנװעזנהײַט פון א סאך כאויירים, צװישן וועלכע עס איז