06 צס 2118016ש8 ש/0110טק 806נת 85טט 161121המח פום 1
000021100? 210166019 16886ז116
פיט 0
נעסס. 16ט1ס-04100158)ס1מו 1ו14016.00ס-װ10015ץ//:פ1ח
03008608 16049סעק 116110896 106 0
זסן ע1061ז51 סמזוחס 1466טסזט 18 101זס1סחז 1015 זס 010ז60066 , 101ס'זסחזווזסס זסי1 צוחס 56ט 30001זסקן 0חושס11סן 406 01 פו 0001006 16096ט ,196 זס}ס עחם
6409 011חזס
נעסס. 16ט?1ס-04100158)ס1מו
מ700002110 01016019 116111296 06 1 0
פיט 08
אַרגאן פון שרײַבעריפארבאנד פון פססר
דערשײַנט פון 1961
פארלאג , סאַװעטסקי פּיסאטעל"
מאָסקוװרע
דיי :יב
= אט
יימ
ליטערארישקינסטלער'שעף כוידעשזשורּנאר
אנד
טי יע קיש ישי סטעייע =
אל יי זי אע 5 הוישר יל שיק רקי :ער = יי גי
= הלע קערש מאמענאלה. :=
== יוויענ וכו
אינהאלט.
117 ווו ווו
ארן װערגעליס. דאָס גאָלדענע פינגערל (פּאָע- מע) ב"ע שי י.י יע -. שש א = כאיַם מעלאמוד. צװישן דניעסטער און פּרוט (ראָמאן. סאָף). צייכענונגען פון ה. אינגער . . . 9 אווראָם רייזענס לידער (צום הונדערטסטן געבורטסטאָג פנעם שוײַבעףר) + *+ + . +}. + + . 6.. 5256 שמועל גאָרדאָן. ליכט (דערציילונג) . . . . /5 דאָװיד בראָמבערג. פונעם בוך ,עלטער אף א ארי (הירער) + + + +יג + ,יע אע יי יעכיַעל פאליקמאן פײַער און אש (ראָמאן. סאָף). צײכענונגען פון ה. אינגער . + *+ * * * װערק פון אונדזערע לייענער. לידער פון י. עלקיס, ש. זינגער, ש. ראפּאָפּאָרט: דערציילונגען פון ב. צי-יששט. :"3 שי אי טל . יו 6 - 22 פון דעם שרײַבערס נאָטיץ-ביכל. בער הא לפּערן איך לעב אין װילנע . . . . + + + 6 . . . 14 זיכרױנעס. דװוירע כאָראָל. לירישע העפטן . . 150
ליטעראטור-קריטיק. ביבל;אָגראפיע. פראגן פון קונסט
הערש רעמעניק. דער דיכטער פון זיג (צום 5טן געבױירנטאָג פון איציק פעפער) . . . . 156 בריוו פון לייב קװיטקאָ . . . אצי 163 אונדזערע מיטיילונגען. ליב װילסקעה אומבאר װוּסטע ,אויסדערוויילטע אפאָריזמען פון פילאָסאָפן" 169 בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען. אוזי בור" ש טיין (,דער וועג"). פון אידיייַשער אויסלאָדונג ביז אָרגאניזאציאָנעלער צעפאלונג;: נאטאן יע- לין מאָר (,נײַע פּרעסע"). פארװאָס איך רוף צו א ייִסראָעליאראבישן שאָלעם פאר דער פּרײַן פון צוריקגעבן די דעראָבערטע טעריטאָריעס אין 1967 175 פארשיידגם + + + ייר אע ןארט +
פון אונדזער פאָטאָ-ארכיוו. װייניק-באװוּסטע פאָטאָג- ראפיעס פון איציק פעפער . . . . . . . . . 180
קאָמענטארן פון רעדאקציע. ,אן אבסורד, װאָס פאלט שוין א ביסל ארײַן אין כויזעק".. . . . . . . 182
מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָ- וועטישער ליטעראטור' . . . . . 6 . . . 2 185
דאָס איז טשיקאוע. װ. איװ אנאָװא. א רעטעניש
פון דער פּסיכיק .+ . . + יע 2 א די ליד וועגן אונטערוואסער-שיפל. .מאליוטקע". ווער-
טער --י. פיסאנאָוויטש (איבערגעזעצט פון א. װערי
געלים), מוזיק--יע. זשארקאָװסקי . + . . 188 נישיט =) + + + + ר וועגן דער אבאָנירונג אפן זשורגאל ,סאָװועטיש היימ-
{ 6 א ריע יי ר יע א אנ עליע פאלקאָװיטש. שמועסן װעגן ייִדישער
שיאה . יץ. } 4 + * + 6 6 . . 24
הויפּטירעדאקטאָר א. ווערגעליס.
רעדקאָלעגיע:
כ. ביידער, א. גאָנטאר, ש. גאָרדאָן, ט. גע,
י. טשיטשעלניצקי, נאָטע לוריע, מ. לעוו, ב. מילער, כ. מעלאמוד, ה. פּאַליאנקער, ס. פרט.
פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר י. שוסטער
פאישישישישישאיששישישאש פאט
ארן װערגעליס
דאָס גאָלדענגע פינגערל
ערשטער ארײַנפיר צו דער פּאָעמע
אָ;הײב אין אונדזער וועלט -- נאָך פרי מעסוקן. די זון מיר טראָגן אפן רוקן, פון הארבסט פארבליבן איז דאָס היי, די אויגן זעען זי ניט אָפט.
די ערד אין פרילינג איז נאָך טרוקן,
די יונגע קווייטן = ערשט פֿון שני, קומט שפּעטער, אויב איר וילט באקוקן
דעם זאטן הויף, דאָס רײַפע פעלד. אין אונדזער וועלט -- נאָך פרי מעסוקן, אין אונדזער װעלט --נאָך פרי מעסוקן, פון רײַפקײַט---בלויז אן אדעראָף. אָ, זײַט ניט שטרענג צוֹ אונדזער וועלט.
צווייטער ארײַנפיר
מוויק
געװאָרן איך בין ניט קיין שטומער באוויינער
נאָך אלע טרעבלינקעס, . עס האָט ניט פארטריבן האָרסט וועסעל פון מיר ניט דעם טילים, ניט גלינקאן, דאָס פידעלע -- גאנץ מיט זײַן קאָל,
מיט זײַן גלאנץ,
מיט זײַן אָנבליק.
די שטאָט פון מײַן הארצן --
ניט אונטערגעגעבן זי האָט זיך דעם אומגליק,
געװאָרן איך בין ניט
קיין וויסטער באלגײַווע נאָך אלע סאליוטן, ;הורא!" -- ניט פארקלאפּט ,זאָג ניט קיינמאָל? אין מײַנע צערודערטע בלוטן. ,הורא!* איז פארבליבן דער שטארקער רעפרען אין געזאנג פון מײַן וועזן. די שטאָט פון מײַן הארצן --
עס האלט אין די הענט זי דאָס בעסטע פון בעסטן.
סע ראשט און סע ריזלט --- פון אויבן, פון אונטן, אין אלע אין מײַנע פיר ווינקלען. אין שטאָט פון מײַן הארצן עס קלינגען די גלעקער, זיי קלינגעף /
דריטער ארײַנפיר
ט ר יי שׂ א פ טס פּרוּװוט אין קעלער מיך פארשליסן, עס איז מעגלעך אנטי-וועלטן, פּרוּווט מיך האלטן אין א צוים. ס'איז ניט מעגלעך אנטי-היים. עס איז מעגלעך אנטי-וויסן, ס'איז ניט מעגלעך אנטי-טרוים. כ'וועל זיך לאָזן קאָסטן טײַער --
בלויז די היים זאָל זײַן געבענטשט. מיט אן אומוועג, דורך א שפּעלטל עס איז מעגלעך אנטי-כײַע, כ'וועל צום קוואל אוועק געהיים. ס'איז ניט מעגלעך אנטי-מענטש. פערטער ארײַנפיר בע
קאָן זײַן, ביסט ניט קיין מענטשן-קינד, װײַזט אויס, פון דיר עס הייבט זיך אָן פאר מיר איז עס ניט וויכטיק -- דער בראָך פון אלטן סיידער. א זילבעריקלאנג, א מעשן-קלונג, ניט דער יעסאָד איז אױיבנאָן, א װאָלקנדל, װאָס ליכטיקט. נאָר אונדזער סאָד קעסיידער.
דו ביסט פאר מיר קיין מענטשן-פרוי.
די באָבע זאָגט: ,זי בענטשט ניט ליכט", לעם דיר איז פרײי מײַן לעבן,
דער זיידע קרעכצט: ,אָן נאדן",
דאָ נעבן דיר כ'קאָן בענטשן פרײַ די מאמע וויינט: , מײַן זון פארלירט און שעלטן פרײַ דאָינעבן. דעם פאָדעם פון זײַן טאטן",
דער שאָכן שרײַט: , א-סיימי-לירט! קאָן זײַן, דו ביסט פון מיר אליין דעם קלאל עס װעט פארשאטן!" ארויסגעבראכט געװאָרן -- און איך -- פארליבט! פון מײַן געדעך, פון מײַן געביין, פארליבט אין דיר... פון מײַנע אלע יאָרן. די גלוסטונג איז דער אף-צוריק קאָן זײַן, ביסט ניט קיין מענטשן-קינד, פאר דיר, פאר מיר, פאר ביידן, פאר מיר איז עס ניט וויכטיק. דער סאמע אױסגעפּרוּווטער בריק אָט בין איך שוין אינגאנצן בלינד, אף מער זיך שוין ניט שיידן. און דאָך --- אין הארץ איז ליכטיק.
פינפטער ארײַנפיר
ה"ט די ליד פון טאָג, די ליד פון הײַנט-- מיט אײַער רײַכקײַט בין איך רײַך מײַן לונגען-אָטעם. ניט אף קאטאָוועס. איך מײַד ניט אויס, איך האָב ניט פײַנט פון צײַט די פּראָטים. נאָר אָרעם בין איך, און עס װוערט מײַן לאסט א יאָך שוין, איך בין מיט אײַך, איך בין פאר אײַך, ווען ס'האָט מײַן הײַנטיקס ליד קיין װערט
געשעצטע אָװעס. פאר מײַנע יאָרשים.
זעקסטער ארײַנכיך
ער ש טע
קיינער קומט ניט, קיינער, טונקל װוערן שײַבלעך,
דו -- דער לעצטער לייענער? איך -- דער לעצטער שרײַבער?
כ'שענק דיר װוערטער פּראָסטע, װאָס געטאָקט מיט בראָכע
האָט אין אונדזער פּראָזע עלייאָהו באָכער.
כ'טראָג צו דיר דאָס ליכטל, וועלכעס אָנגעצונדן
האָט אין אונדזער דיכטונג נאָך עליאָקום צונזער.
פון א מאכנע -- איינער... אזא פּלאָג צו בללײַבן..
דו-- דער לעצטער לייענער, איך -- דער לעצטער שרײַבער.
עפשער אָפּטאָן גראדע
דאָס, װאָס מ'טוט ניט שטענדיק: פּונקט וי אין מאסאדע,
איינס דעם צווייטן ענדיקן?
ניין! ס'איז אונדזער פעסטונג אין אן אנדער לאגע--
ניט מיט נויט באלעסטיקט, ניט פון פײַנט באלאגערט.
דאָך -- מע מוז שוין בליטן דאָס פאראָסטעט װאָפן. זע: פון אלע זײַטן --
ערד און הימל אָפן,
פון די פרישע ווינטן ווערט דער אָסיען ליבער, ניט אף צו פארשווינדן אנדערשט מען זיך איבער,
גאָרנישט ניט באהאלטן איז די פּראָסטע רליע, אז אָנשטאָט די אלטע קומען ווערטער נײַע.
נײַע מינים ווערטער -- זעט נאָר, סארא כידעש! נײַע מינים וועכטער בא דער קאלע ייָדישׁ..
סײַ די מענעסטרעלן, סײַ שאָלעםיאלייכעם װעלן דאָרט ניט פעלן, אין באנײַטן הייכל.
נײַע וועגן איצטער
אף דער אלטער ראכוועס -- בערגעלסאָן און ניסטער װאָלטן קלײַבן נאכעס.
מיט דעם כויוו אין העסקעם שפּאנען מיר -- פאראקשנטע. מארקיש -- נאָך ווינטשעווסקין, מיר מיט דיר -- נאָך מארקישן,
אנדערע געזעצן
וועלן אונדז באהערשן; ער עס קומט צולעצטן, דער װועט זײַן אן ערשטער.
זיבעטער ארײַנפיר
אויסדויער
היי, אײַלט זיך ניט, ייִדן, ס'האָט קיינער ביז אײַך ניט פארשפּעטיקט צו דעם,
אן איידעס -- די אוראלטע שטיינער,
פון אנדערע שװאָטים דער שעם.
א וועג איז אי בארגיק, אי טאָליק, ער הייבט זיך ניט אָן פון א מיט,
אף אים דארף מען גיין מיט א טאָלק; ווו שפּאנען געוואגט, װוּ--- געהיט.
װאָס דארפט איר זיך שטופּן מיט קויעך צו דעם, װאָס אלציינס װעט עס זײַן?
אין איינעם א מיטװאָך א גרויען ועט פאלן אף אײַך אויך די שײין,
און ס'וועט אײַער ריי דעמלט קומען, פאר עמעצן גאָר אומדערווארט,
און דאן װעט איר קריגן מעזומען
דאָס אלץ, װאָס די צײַט האָט געבראכט.
און אויב צו דעם ציל דארף מען גיין נאָך, מע גייט --ניט געזאמט, ניט פארשעמט. היי, אײַלט זיך ניט, ייִדן, ס'האָט קיינער ביז אײַך ניט פארשפּעטיקט צו דעם.
אכטער ארײַנפיר
צ עצווײט קײַט
(אין א שפּאס)
ס'טרעפט, אז מיטאמאָל איך זע: כ'בין איך, און אויך א צווייטער מענטש גאָר.
איך מיט זיך האָב, מאָלט אײַך אויס, געביטן זיך מיט אָט דער קלײניקײַט, דער הענטשקע. קום איך זיך צונויף מיט זיך, ווען אף צוריק דעם בײַט כ'וויל מאכן:
,קער מיר אום די הענטשקע מײַנע. נא דיר דײַנע"..
=
נעם איך לאכן
(איך -- דער אלטער),
און דעם נײַעם איך, װאָס אים דער בײַט איז ניט געפעלן, כ'ווארף די הענטשקע צו די פיס, וי אין די צײַטן פון דועלן.
נײַנטער ארײַנפיר
קאָ ס מאָ ס
פארן אָפּפּליִען צו דער לעװאָנע
האָב איך געדארפט אדורכגיין אף דער ערד דאָס גערשטן-פעלד, פארקערעווען צום וואלד,
און דאָרט איז שוין ניט װײַט דער קאָסמאָדראָם.
מע האָט נאָך וועגן אָפּפלי מײַנעם ניט געװוּסט אין ייַשעװו. געשיקט זיך, האָט מען אָנגעזאָגט די נײַס אנטיפּאָװן
נאָך איידער מ'האָט דורך ראדיאָ געמאָלדן?
(פון פאָריקן, פון צוואנציקסטן יאָרהונדערט איז פארבליבן די מאָדע -- מעלדן אין עפיר וועגן לעװאָנעירעיסן,
גלײַך ס'װאָלט אויך איצט געווען א נאָװוינע...).
אנטיפּאָוו האָט מיך אָנגעיאָגט (דאָס קאָסמיש שיפל האָט געגעבן מיר סיגנאלן), און כ'בין, קאָן זײַן, געווען ניט זייער איידל --
געזאָגט: ,עס ברענט ניט, כאווער. כ'וועל זיך אומקערן פון דער לעװאָנע, דאן קומט ארײַן, און מירן האלטן זיך אן אייצע"...
אנטיפּאָוו האָט דערװוידערט: ,ס'בלאָזן דאָרט אצינד די הייסע ווינטן, וועט, מעגלעך, אויסקומען אין וועג זיך איבערקלײַבן אפן ספּוטניק
און אָפּזיצן אין אים א טאָג צי צוולי...*
נאָר איך באשטאנען בין אף מײַנס, און דאָס, ווארשלינלעך, איז די סיבע, װאָס בא אנטיפּאָװון אין צעך, ווען ס'האָט זיך מיטאמאָל
אוועקגעשטעלט די פראגע: יאָ צי ניט פארפּראָגראמירן
אן אָפּרוישאָ פאר דעם מעכאנישן טעכנאָלאָג, -- האָט מען ניט געװוּסט די מיינונג מײַנע אלס דירעקטאָר, און דער גוילעם --
דער מעכאנישער טעכנאָלאָג.--
איז פאר די טעג, װאָס כ'בין געווען אין קאָסמאָס,
דערפירט געװאָרן צו אזא מין גראד פון מידקײַט,
אז אים געבליבן איז איין בריירע: אױיסשײַנען אף דעם טאבלאָ
די ווערטער: ,אָפּרו! גיט א שאָ מיר אָפּרן!"
פון דעם געזאָגטן דרינגט ארויס, אז ניט אנטיפּאָוו שולדיק איז, נאָר איך, . און כ'בעט אליך, פאָרזיצער פון דער פארזאמלונג, ס'זאָל פארצייכנט װערן דער עמעס אינעם פּראָטאָקאָל...
צענטער ארײַנפיר
הײימלאנד
גיכער! לויפט! ס'איז נאָך ניט שפּעט...
צי איר ווייסט נאָך ניט? צום ריבוינעשעלוילעם
צי ס'איז אײַך װינציק!
איז דערגאן
אײַער געבעט,
האָט ער אויסגעטיילט פאר אײַך דאָס שווימענדיקע אינדזל. שוין גענוג צו אומוואנדלען מיט די אייגענע פיס,
זיך ארומשלעפּן --
דאָס קיין בעלגיע, דאָס קיין עסטרײַך. אפן שווימענדיקן אינדזל
זיצט אײַך, טרינקט אײַך,
שווימט מען דאָך אומזיסט --
עסט אײַך...
דאָרט איר לעבט
ניט צװישן קלאל --
מיט
זיך אליין
(ס'הייסט: איר לעבט שוין ניט אין סאָציַאליזם),
דאָרט איז אויך ניט
טעל-אוויוו, ווו אלע אויגן איר האָט אויסגעוויינט (טײַכן מילכיקע ניט פליסן...) אפן שווימענדיקן אינדזל ---ניט געזאָרגט!-- מיט די שינדנדיקע ווינטעלעך אין איינקלאנג,
נעמט אײַך
װאָס עס גלוסט דאָס הארץ
אף באָרג,
בלויז איין קלײיניקײַט מע קריגט אף באָרג דאָרט ניט.--
מײַן שאָכן זאָגט ---
,דאָס לעבן האָט אָפּגעטאָן א קונץ: אונדז אלע רעכט געגעבן, געמאכט אויס פאָלק פון אונדז. די צײַט, זי איז א גאנעוול, װאָס גאנווענען פארשפּאָרט. ניטאָ קיין אפן-גאנעקל,
מע נוצט הײַנט ניט דאָס װאָרט.
אן אנדער היימלאנד...
עלפטער ארײַנפיר
העמשעך
עס ברענט ניט אפן פּריפּעטשיק, ווען ס'ברענט אין גאס דער פראָסט, דאָס אָרט שוין יאָרן היפּשע פארוואקסן איז מיט גראָז.
דאָס שטעטעלע -- דאָס קוועלעכל ניטאָ.
װוּ נעמט מען איצט
די גאנעקלעך, אף וועלכע מישפּאָכעסװײַז מע זיצט..."
נו, יאָ, עס פעלט נאָך עמעצן דאָס שטעטל מיטן טכום. --- זאָל זײַן, ס'איז הוילע עמעסן, דער פּשאט איז אָבער קרום.
מיט בענקשאפטן באשטעטיקטע, דאָך פירן זיי אין קלעם,
(אויך מיר איז ליב דאָס שטעטעלע, געווען א טאָלק אין דעם).
עס טרעפט, אז אף א נאָװוינע א מענטש מײַדט אויס דעם קלאל, נאָר פעלקער -- לאמעדװאָװוניקעס ניטאָ שוין איבעראל, מײַן שאָכן!
ס'לעבן עפשער באװײַזט אן אנדער קונץ: פון אונדזער פאָלק דער העמשעך-- געווענדט ער איז אין אונדז.
צוועלפטער ארײַנפיר צו דער פּאָעמע
דאָס גאָלדענע פינגערל
פארטיפט אין א טרוים, אינעם לעבן פארטאָן, נאָך יונג אין די יאָרן, קימאט נאָך א ייַנגל, ער האָט לעבן פינגער געהאלטן שוין נאָעט דאָס גאָלדענע רינגל, דאָס גאָלדענע רינגל,
די קאלע געוװוען טויזנט יאָר אין שוין אלט,
און ער אין זײַן צווייטן יאָרצענדליק צעפינקלט.
אף ווארעמער דלאָניע מיט זון האָט געשטראלט
דאָס גאָלדענע רינגל,
דאָס גאָלדענע רינגל,
פונעם אװוטאַר
דערנאָך האָט פארקנאסט זיי די ביטערע צײַט,
פאר אים -- זייער לאנגזאם, פאר איר -- זייער דרינגנד,
און אָנגעטאָן האָט ער דער קאלע פארשײַט
דאָס גאָלדענע רינגל,
דאָס גאָלדענע רינגל.
איצט גייען זיי ביידע וועג-אויס און וועג-אײַן,
ארוף אף א שװעל און ארויס פון א וינקל, און ס'בינדט זיי צונויף מיט א אײיביקער שײַן
דאָס גאָלדענע רינגל,
דאָס גאָלדענע רינגל.
אין אָנהײב פון דער ארבעט איבער דער פּאָעמע דאָס גאָלדענע פינגערל" האָב איך אין געדאנק
געזאכט א מין איבערזיכט פון די אידייען, וועלכע באהערשן מיך, און כ'האָב דערפילט, אז אין מײַן אינערלעכער װעלט פולסירן איצט גאנץ קאָנקרעטע אקטועלקײַטן אין דער פאָרם פון שארפע, ניט צו- געפוצטע פראגן, אף װעלכע אנדערע מענטשן גיבן, קאָן זײַן, אן ענטפער, װאָס באפרידיקט מיך ניט, און זי, די אינערלעכע װעלט מײַנע, האָט איר אייגענע טשוּװע אף זײ.
די פען האָט זיך צוגערירט צו איינער פון אָט די פראגן, און --- ס'איז גרייט אן ארײַנפיר'ליך. יי טער האָט זיך ארויסגעויזן, אז אין מײַן אינערלעכער װעלט זײַנען אין אָט דעם מאָמענט פאראן אויך אנדערע ,פארגרייטע" פאר דער פּאָעמע פראגן. װען אפן שרײַבטיש זײַנען שױן געלעגן צװעלף ארײַני פירן, האָב איך זיך אָפּגעשטעלט און געפרעגט בא זיך אליין: , עפשער שױן צײַט צו שרײַבן די פּאָעמע?"
גלײיבט מיר, טײַערע לײענער, אז איך האָב זיך דאָ פארכידעשט ניט ווייניקער, איידער איר וועט זיך פארכידעשן, בייס איר װעט דערזען, אז די פאָעמע דאָס גאָלדענע פינגערל" באשטײט פון איינע ארײַנפירן. פארװאָס איז אזוי געשען? װײַל איך האָב זיך געכאפט, אז די אידייען, געדאנקען, אײַנדרוקן, וועלכע כ'האָב זיך געקליבן איבערפראזירן (איבערדיכטן) אין דער פּאָעמע, זײַנען שוין געװאָרן טעמעס פון די ארײַנפירן צו איר.
עמעצער װעט צוייפלען, צי אָט די באזונדערע לידער זײַנען צװישן זיך גענוג פארבונדן און צִי ס'איז בארעכטיקט אװעקצושטעלן זײ װי אן ארכיטעקטאָנישע גאנצקײַט. ענטפער איך: יאָ, אזוי איז עס. עס נעמט זיי צונויף אין איין גאנצקײַט דאָס ,גאָלדענע פינגערל".
ישאר ר אבא יט
ראָמאן
שי האָט געזאָגט, אז מע דארף. די מעכוטענעסטע בליומע האָט אויך געזאָגט דאָס זעלבע. מיכל האָט געשוויגן.
ער האָט געקוקט אפן טאטן און געווארט, װאָס יענער װעט זאָגן. פאר די צויי יאָר, זינט די מאמע איז געשטאָרבן, איז בא זיי אין שטוב קיין סימכעס ניט געווען. דאָװיד האָט אויך געשוויגן. נאָר בליומע האָט אף אלץ געהאט א טערעץ. ערשטנס, אין דאָס ניט קיין סימכע. ס'איז ניט קיין כאסענע, ניט קיין בריס און ניט אפילע קיין פּאָשעטער לעקעך-און- בראנפן. צווייטנס, פארװאָס טאקע ניט? אויב ציפּעלע הֵאָט אזוי גוט אָפּגעגעבן אלע עקזא- מענעס, זאָל זײַן אפילע אָן א מעדאל, איז פארװאָס זאָל זיך ניט צונויפנעמען די גאנצע מישפּאָכע בא איין טיש? זי האָט געהאט נאָך א דריטנס, נאָר דאָס האָט זי געהאלטן אף אן אנדערשמאַל.
דאָװיד האָט לאנג געטראכט. אים איז שוער געווען פאָרשטעלן זיך, װי קאָן מען עס פּראווען א סימכע אָן מאלקען? נאָר אויב בא מענטשן איז א סימכע, װי מעג ער זי פאר- שטערן? און װײַל טאקע ציפּעלע... האָט ער שוין אויך געזאָגט -- מע דארף,
מערער האָט די מעכוטענעסטע ניט געדארפט. דאָס איבעריקע נעמט זי אף זיך. זי קלײַבט זיך אריבער אף די צוויי אָפּרויטעג צו שיינדלען. זי האָט שוין עטלעכע מאָל איבער- גערעכנט אין קאָפּ אלע געסט, אױסגעפּלאנירט. פריַער האָט מען געקלערט פּראװען די סימכע שאבעס, נאָר די מומע אָריסיע מיט דמיטרין װעלן שאבעס ניט קאָנען קומען. און װאָס איז דאָס פאר א סימכע אָן זיי?
די מומע אָריסיע איז געקומען מיט צוויי פולע קוישן. די גרינע אוגערקעס, די רויטע פּאָמידאַרן און די ציבעלעס מיט די רעטעכלעך האָבן נאָך געגלאנצט מיט באגינענדיקן טוי,
סאָף. אָנהײיב זע , סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 7, 8, 1975.
(=ט
װײַל זי האָט זיי נאָרװאָס, מיט א פּאָר שאָ צוריק אָנגעריסן. אירע אויגן האָבן אויך געגלאנצט מיט א פײַכטן גלאנץ, װײַל די טרערן זײַנען געווען נאָך פרישער. ווען זי איז אריבערגע- טראָטן די שװועל און דערזען אין קיך דאָס גרינס פונעם מארק, איז זי געװאָרן בארויגעז:
-- אזא אויסברענגערײַ! און װאָס פאר א טאם האָבן די אוגערקעס מיט די פּאָמידאָרן פונעם מארק?
זי נעמט ארויס פון די קוישן אלץ, װאָס זי האָט געבראכט, לייגט דאָס אויס אזוי, אז בליומע זאָל זען און דערפילן, װי עס שמעקט אלץ מיט אלע רייכעס פון די בערג, און די סטרולקעס פון די גרינע ציבעלעס טרישטשען אין די הענט, װי עפּעס לעבעדיקס. דערנאָך נעמט זי ארויס א קעסעלע נאָך ווארעמע מאמאליגע, מיכאסעס באליבט מײַכל. דערנאָך ערשט ציט זי ארויס איר פארטעכל, טוט עס אָן און רופט זיך אָן צו בליומען און צו שיינד- לען:
-- אנו, װײַזט, װאָס מע דארף טאָן.
פאר איין שיינדלען איז דאָס קיכל געװוען, װי אָנגעמאָסטן, יעדער זאך האָט געהאט איר אָרט. דאָס בלויע שאפקעלע מיט די װײַסע פּאַליטשקעלעך, גרינע שופלעדעלעך און גליטשיקע הענטלעך ווייסט זי אף אױיסװייניק. זי קאָן מיט פארמאכטע אויגן ארויסבאקומען א גאָפּל צי א לעפל, טרעפן צו דער זאלץ אָדער צום פעפער. פאר פיר פרויען איז דאָס קיכל געווען א ביסל ענגלעך.
וועגן נאָך איין סארווערן, װאָס װאָלט הײַנט אוואדע אויך געדארפט שטיין אין קיך, האָבן אלע דאָ געטראכט. נאָר סײַװי האָט זי פארנומען א גרויס שטיק פּלאץ אינעם קליינעם קיכל און געמאכט דאָס נאָך ענגער... מאלקע!
און ניט נאָר אין קיך.. פון די צוויי צימערן איז געװאָרן איינער, װײַל אין דער צע- פּראלטער טיר האָט זיך ארײַנגערוקט א לאנגער טיש, א צונויפגעשטוקעוועטער פון צְוויי טישן. ס'האָט אוואדע געדארפט ווערן געראמער, נאָר ס'איז װוידער ענג. װײַל -- מאלקע! דאָװיד שפּאנט ארום איבער דעם ברייטן, צונויפגעפּאָרטן צימער, דרייט זיך ארום דעם לאנגן, צונויפגעשטו- קעוועטן טיש, מע דארף דאָך העלפן דער מעכוטענעסטע און אָריסיען אריבערטראָגן אלץ פון דער קיך אהער און מע דארף דערצו וויסן, װיאזוי די מעכוטענעסטע האָט אױיסגעפּלאנירט באזעצן די געסט. און װוּהין ער זאָל ניט גיין, װוּ ער זאָל ניט שטיין, -- מאלקע!
סײַװי האָט ער זיך געמוזט נעמען פאר אן איניען, מיט וועלכן ער האָט א לאנגע צײַט ניט געהאט צו טאָן. באלד װעלן די געסט אָנהייבן צונויפקומען זיך, און מע דארף באצײַטנס אָנטאָן דעם גרויען, יאָמטעװדיקן אָנצוג, א װײַס העמדל און צוטשעפּען דעם האלדזטוך. ער געדענקט שוין ניט, ווען ער האָט זיך אמאָל אזוי פארפּוצט. איז ער לאנג געשטאנען לעבן שפּיגל און אליין זיך ניט דערקענט. דאָס העמדל איז געווען אף אים צו גרויס, און דער קאָל- נער האָט ניט אופגעהערט דרייען זיך ארום דעם ביינערדיקן האלדז.
דער אוילעם איז געווען אן אָרגאניזירטער, ראבאָטשי קלאס, װי שוליע זאָגט, און אויב מע איז אײַנגעלאדן אף פיר אזייגער, איז ניטאָ װאָס צו פּראווען קיין אינטעליגענטישע שטיק, קומען אף א שאָ שפּעטער און מאכן א מינע, אז דאָס אלץ, װאָס עס שטייט אפן טיש, גייט דיר ניט אָן. פארקערט, מע דארף קומען אף עטלעכע מינוט פריִער, פּונקט וי מע איז געוווינט צו קומען אף דער ארבעט, רויַק באטראכטן דעם ארבעט-פּלאץ, א קוק טאָן, װאָס דו האָסט צו טאָן, זאָלסט דערנאָך ניט מישן קאשע מיט באָרשטש און מילכיקס מיט פליישיקס.
שוליע איז ארײַנגעקומען גאנץ ראשיק, שוין טאקע גאָר א ביסל צו פרי, א טאפּ געטאָן מיט דער האנט די נידעריקע סטעליע, אפילע א בייג געטאַן דעם קאָפּ, װי פאר שרעק, אָפּגע- שטעקט אלעמען זײַן סימכעדיק שמייכעלע און ארײַנגעשריגן אין קיך ארײַן;
-- װײַבער, אויב איר װוילט, איך זאָל הײַנט ניט שטארבן פון הונגער!.
ערשט דערנאָך געכאפּט זיך,. אז בא אים איז געבליבן ליגן דער סאמע גרעסטער מאזל- טאָוו און דאָס סאמע פעטסטע שמייכעלע מיט א קוש איניינעם.
-- זע נאָר, און װוּ איז די אימעניניצע?
ניקיטא איז ארײַנגעקומען גלײַך נאָך אים, א ביסל א פארסאָפּעטער, גלײַך ער האָט טאקע מוירע געהאט פארשפּעטיקן. דערזען שוליען, איז ער געװאָרן מאַלע-גדולע, גלײַך ער האָט זיך שטארק פארבענקט נאָך אים. ער איז מײַסעיבאלעבאָס ארומגעגאנגען דעם לאנגן טיש, אף איין אָרט א שמעק געטאָן, אף א צווייטן א סמאַצקע געטאָן מיט די ליפּן, אפן דריטן פּאַשעט פארִזשמורעט די אויגן פאר טײַנעג און ערשט נאָך אלעמען א זאָג געטאָן אין קיך ארלין;
-- בליומא, און יענץ װועט אויך זײַן?
-- עס וועט זײַן, -- האָט אים בליומע בארויַקט. --- אלץ וועט זײַן!
10
קיריל פּעטראָװיטש האָט א ביסל פארשפּעטיקט. טאקע גאָר אף א ביסעלע, װײַל ס'האָט נאָך ניט געהאלטן באם זעצן זיך צום טיש.
-- ס'איז איבער מײַן מאריִען, -- האָט ער זיך פארענטפערט. -- איך האָב איר געזאָגט: ווארט צו א ביסעלע, װעלן מיר גיין איניינעם, זאָגט זי --- די פיש. נו, און איך...
מערער פון אלעמען האָט זיך פארהאלטן ציפּעלע אליין. זי האָט געװאָלט, אז אפן מיי טיק זאָל זײַן איר באליבטע לערערקע וואלענטינא יערמאָלײַעװנא. און, פארשטייט זיך, אין דער ערשטער ריי, טאָליק. וועגן טאָליקן איז געווען פעסט אָפּגערעדט מיט דער מאמען און מיטן זיידן. דער מאמען איז טאָליק ביכלאל ארײַן אין הארצן ארײַן און זי איז שוין גרייט געווען פּראװען א קנאסמאָל. דער זיידע האָט זיך געהאט זײַנע כעזשבוינעס. נאָר מיט טאָליקן אליין איז ציפּעלע ניט געווען זיכער, עפּעס האָט ער זיך געקווענקלט. איז זי ארומגעלאָפן, ביז זי האָט זיי צונויפגענומען אלע איניינעם: די לערערקע, טאָליקן און אירע ביידע כאווער- טעס סוועטען מיט גאלינען.
קיריל פּעטראָװיטש האָט געדארפט אָפּטאָן א שטיקל ארבעט, ביז מע װעט זיך זעצן צום טיש. ער האָט געמוזט א שמועס טאָן מיט דאָװידן וועגן זייער א וויכטיקן איניען. ער האָט דאפקע געקלערט, אז דאָס זאָל אָפּטאָן מיכל אליין, נאָר יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט.
-- דו ווייסט שוין, מיסטאמע, װי ס'האלט מיט אונדזער אװטאָמאט און װאָס דער פּאר- טיייקאָמיטעט האָט באשטימט...
-- איך ווייס, איך ווייס, -- האָט דאַָװיד אָפּגעענטפערט, -- איך האָב דאָרטן מײַנעם א מענטשן, און ער דערציילט מיר אלץ.
--- נו, מיילע, מיסטאמע ניט אלץ, --- האָט פּעטראָװיטש געפּרוּווט אים צערייצן א ביסל.
-- אָט דאָס זאָג איך דאָך. ס'װואָלט ניט געשאט, איר זאָלט מיך אויך געװען אײַנלאדן אף דער זיצונג. פונדעסטוועגן, האָב איך אויך א שטיקל כיילעק אינעם אװוטאָמאט.
קיריל פּעטראָװיטש האָט זיך ניט געריכט אף אזא פאָרװוּרף.
-- פארקערט, פארקערט... וועגן דעם טאקע וויל איך מיט דיר א שמועס טאָן.
יאָ, טאקע וועגן דעם האָט ער זיך געקליבן א שמוּעס טאָן. נאָר, א קוק געטאָן אף דאָ- ווידן, װאָס האָט אויסגעזען אפאנעמעסן באליידיקט, האָט ער א טראכט געטאָן: ,טאקע נאָר דו האָסט מיר געפעלט אף דער זיצונג. זאָלסט זיצן און צוקוקן, װי עס פלאמט מיר דאַס פּאָנעם".
גאנץ מעגלעך, אז דאָס האָט זיך קירילן אויסגעװויזן מערער, װי דאָס איז, נאָר אים האָט זיך געדוכט, אז אויב די זיצונג װעט דויערן נאָך א האלבע שאָ, װעט ער ניט אויסהאלטן פרעגט אים פארװאָס, ווייסט ער אליין ניט. ס'איז גאָר ניט געזאָגט געװאָרן אזוינס, עס זאָל אים מיט עפּעס באליידיקן, נאָר. דאָס, װאָס יעדערער האָט געטראכט! נו, גיי דערװײַז, אז דו שטויסט זיך אָן, וועגן װאָס יעדערער האָט געטראכט...
די זיצונג איז טאקע געווען אן אומגעוויינלעכע. פון יענע זיצונגען, װאָס מע רופט אָן פארברייטערטע. װי ס'איז געווען אָפּנערעדט, זײַנען אף איר אײַנגעלאדן געװאָרן אלע נא- טשאלניקעס פון די צעכן, אלע אָנפירער פון די אָפּטײלן און די סעקרעטארן פון די צעכאַװע פּארטיי-אָרגאניזאציעס. די פראגע איז אויך געווען ניט קיין געוויינלעכע. לאָזט זיך אויס, אז דער הענטשקעס-אװטאָמאט, װאָס איז געװען עקספּאַָנירט אף דער אלפארבאנדישער אויסשטעלונג, האָט שטארק אויסגענומען בא אלע הענטשקעמאכער, סײַ אונדזערע, סַלַ אויסלענדישע, און ס'איז געווען ניט װײיניק באלאָנים קריגן אזעלכע אװטאָמאטן. אזוי האָט דערציילט פּיאָדאָר קאלוגין פון דער הענטשקעס-פאבריק. ס'האָט געקאָנט זײַן א שטיקעלע בארימערײַ אויך. נאָר אין א װאָך ארום, נאָך דעם, װוי פיאָדאָר האָט זיך אומגעקערט פון דער אויסשטעלונג, האָט דער זאװאָד באקומען א באשטעלונג: ביזן סאָף יאָר ארױיסלאָזץ זעקס הונדערט אװטאָמאטן.
זעקס הונדערט!
קיריל פּעטראָװיטש האָט גלײַך פארשטאנען, מיט װאָס דאָס שמעקט, -- מע דארף פאר א פּאָר װאָכן איבערקערן, איבערבויען, איבערשטעלן אפן זאװאָד אלץ אזוי, אן עס זאָל גע- שאפן וװערן גאָר אן אנדער זאװאָד, מיט א נײַעם טעכנאָלאָגישן פּראָצעס. איצט װעט ניט זײַן, ווען צו שפּילן זיך. און דער אינסטרומענטאלער צעך װעט דארפן װערן גאָר אן אנדע- רער, װײַל דאָס איז דאָך די נעשאָמע פונעם זאװאָד און ער דארף װוערן די נעשאָמע פונעם נײַעם טעכנאָלאָגישן פּראָצעס. און דאָס װויכטיקסטע איז עפשער שאפן א נײַעם ריטם אין דער ארבעט פון אלע צעכן און אָפּטײלן. א פארגיכערטן, אן אָנגעשטרענגטן, מיט געהעכערטער
11
0
פאראנטװאָרטלעכקײַט און מיט געהעכערטער אָרװעס, א קײַלעכדיקע אָרװעס פון אלעמען און יעדערן באזונדער פארן גאנצן פּראָצעס -- פונעם אָנהייב ביזן סאָף. ער פארשטייט גאנץ גוט, קיריל פּעטראָװיטש, אז מע װעט זיך שוין ניט קאָנען באגיין אָן א ביסל שטורמאָוושטשינע, אז א סאך זאכן װעלן געטאָן ווערן בעכיפּאָזנדיק. סײַ דאָס מאכן די אװטאָמאטן, סײַ דאָס אײינ- שטעלן זיי אף די הענטשקעס-פאבריקן, דאָס אויסרעגולירן זיי און דעריקער -- אויסלערנען די הונדערטער מיידלעך באדינען די דאָזיקע אװטאָמאטן אזוי, אז די ארבעט-פּראָדוקטיװוקײַט, דער אויסגערעכנטער עקאָנאָמישער עפעקט און די קוואליטעט זאָל זײַן אזא, װי ס'איז פאר- שריבן אינעם פּאספּאָרט פונעם אװטאָמאט. װײַל איין זאך איז אויסרעכענען אלץ טעאָרעטיש, און א צווייטע זאך איז -- פארווירקלעכן דאָס אין דער פּראקטיק, אין דער ארבעט פון הונ- דערטער אוטאָמאטן,
קיריל פּעטראָװיטש איז געווען זייער בייז אף זיך דערפאר, װאָס ער האָט ניט פאָרויס- געזען אזא וואריאנט, און נאָך מערער בייז געווען אף זײַן הויפּט-אינזשעניער, אף מיכאיל דאװוידאָװיטשן, װאָס יענער איז געבליבן גערעכט. און װידער, נאָך מערער געווען בייז אף זיך דערפאר, װאָס ער איז בייז אף מיכאיל דאװידאָװויטשן. און װוידער, נאָך מערער, געווען בייז אף מיכאיל דאװידאָװיטשן, װאָס יענער האָט אזוי גרינג אים נאָכגעגעבן. װײַל ווען אָט דער מיכל איז א ביסל מערער געראָטן אין טאטן און הייבט גלײַך אָן אן עמעסן געשלעג, װאָלטן זיי זיך, עמעס, א ביסל צעפּאטשט, נאָר זיי װאָלטן שוין איצט געהאלטן א סאך װײַטער. װאָס זשע װעט ער איצטער זאָגן? װאָס װעט ער איצט עפּעס צוטראכטן? צי עפשער האָט איבער סערגיי איװואנאָװויטשן בא מיכלען זיך אראָפּגעלאָזט די הענט? און דאָס הייסט א קאָמוניסט, אן אָנפירער פון א זאװאָד! א טיפּעש צי א מענוּוול האָט א בורטשע געטאָן, און ער איז שוין גרייט... אויב זיך צוהערן צו אלע אזעלכע בורטשענישן! אוי, נאָך גאָר א גרינער אָט דער מיכל!
קיריל פּעטראָװיטש האָט גוט פארשטאנען, װאָס אים שטייט פאָר. ער האָט פּאָשעט ניט געװוּסט, פאר װאָס פריִער זיך נעמען.
דער קאבינעט פונעם סעקרעטאר פונעם פּארטקאָם איז געװען א ביסל קלענער פונעם דירעקטאָרישן. די לענג עפשער די זעלבע, נאָר א סאך שמעלער. קיריל פּעטראָװיטש האָט דאפקע פאָרגעלייגט דורכפירן די זיצונג בא אים אין קאבינעט, נאָר װיקטאָר זאכאראָוויטש, דאפקע אָט דער פרישגעבאקענער סעקרעטאר, אָט דער דארלעכער יונגערמאן מיטן גאנג פון א ספּאָרטסמען, האָט געזאָגט, אז אזוי טויג ניט. די זיצונג איז זייער אן ערנסטע, אן אנט- שיידנדיקע, און ס'איז זייער וויכטיק, אז אלע אײַנגעלאדענע זאָלן פילן, אז דאָס איז ניט קיין געוויינלעכע אָפּעראטיוקע.
דער גאנצער אוילעם, װאָס האָט זיך צונויפגעקליבן, סײַ די מיטגלידער פון קאָמיטעט, סײַ די שעפן פון די צעכן און אָנפירער פון די אָפּטײלן זײַנען געווען אין טאָך גענומען יונ- גע לײַט, --אזעלכע, װאָס האָבן שוין באוויזן אריבערשפּרינגען די דרײַסיק, און אויך אזעלכע, װאָס האלטן ערשט אין דער סאמע מיט פון דריטן צענדליק. אזעלכע, בא װועמען סהאָבן זיך שוין באוויזן די ערשטע גראָװוע האָר אין די שלייפן, און אויך אזעלכע, בא ועמען די געדיכטע שעוועליורעס האָבן ערשט אָנגעהויבן פאנאנדערבליען--בא וועמען מיט דריבנע קוטשערלעך, בא וועמען מיט צערטלעך-אויסגעקנייטשטע לאָקאָנעס.
דער פאָרטראָג האָט זיך באקומען אזא, װי מע דארף. ער האָט ניט געשוינט אין אים קיינעם, מערער פון אלעמען זיך אליין, אזוי, אז ס'זאָל אלעמען א נעם טאָן פאר דער לעבער און זיי זאָלן דערפילן, אין װאָס דאָ גייט. און זאָלן זיי אים אויך ארײַנזאָגן. װײַל דאָס, װאָס דער זאװאָד האָט דורכגעלאָזט קימאט צוויי כאדאָשים און די באשטעלונג האָט אים געטראָפן ניט צוגעגרייט, איז אין דער ערשטער ריי זײַן שולד אלס דירעקטאָר,
אלץ איז געגאנגען אזוי, װי ער האָט געװאָלט. אלע זײַנען געווען אין דער נייטיקער מאָס אופגערודערט, און אלע האָבן זיך גאנץ קלאָר פאָרגעשטעלט, װאָס זיי שטייט פאָר. און כאָטש דער אספאלט אף דער גאס האָט שוין באוויזן אָפּקילן זיך, איז אין קאבינעט געװאָרן װאָס אמאָל הייסער און דושנער. קיריל פּעטראָװיטש געדענקט שוין ניט אזא הייסע זיצונג. נאָר וועגן אים אליין, וועגן דעם, אז דער דירעקטאָר איז שולדיק, האָט קיינער מיט קיין װאָרט ניט דערמאָנט. דאָס האָט אים געערגערט מערער פון אלץ, און דערפאר האָט די גאנצע צײַט אזוי געפלאמט בא אים דאָס פּאָנעם. דאָס פארשװײַגן, דאָס פארבייגן, דאָס ארומגיין אין א זײַט דאָס, װאָס האָט געדארפט געזאָגט װערן און װאָס יעדערער האָט געוויס געטראכט, האָט ער אױיסגעטײַטשט פאר זיך אפן סאמע ערגסטן אויפן: מיר ווייסן, הייסט עס, גאנץ גוט, פארװאָס ס'האָט זיך אזוי באקומען, נאָר מע דארף וועגן דעם ניט רעדן, מע דארף אים שאנע- ווען.
12
ערשט צום סאָף, ווען קיריל פּעטראָװיטשן האָט זיך געדוכט, אז אויב די זיצונג װעט זיך ציען נאָך א האלבע שאָ, װעט ער ניט אויסהאלטן, האָט גענומען א װאָרט דער סעקרעטאר פון פּארטקאָם. דאָס. װאָס ער האָט געזאָגט, און דאָס, װאָס איז מיט קורצע רעפּליקעס ארויסגעשאָסן געװאָרן נאָך זײַן ארויסטרעטונג, האָט א ביסל בארויקט און א ביסל אונטערגע- מונטערט דעם דירעקטאָר. ס'איז אפילע גרינגער געװאָרן צו עטעמען. דאָס, װאָס ס'האָט גע- זאָגט דער סעקרעטאר פון פּארטקאָם, אָט דער דארלעכער װיקטאָר זאכאראָוויטש, וועלכער איז געבוירן געװאָרן װינטער צוויי-און-פערציקסטן אין א דאָרף הינטער װאָראָניעזש, אין יענע מעקוימעס און אין יענער צײַט, ווען ער, דער קאָמאנדיר פון סאפּיאָרן-װזװאָד, האָט ארומגע- פּויזעט איבער די פארשנייטע, פארזאווערוכעטע מינען-פעלדער, האָט ניט געקאָנט ניט ארויסרופן יענע צופרידענע שטוינונג און ניט שטילן א ביסל דעם צערודערטן געמיט.
-- איך האָב א פאָרשלאָג, --האָט אָנגעהױבן דער סעקרעטאר פון פּארטקאָם. --זיך ווענדן צו די ארבעטער מיט אן אופרוף.
-- וי ערעוו א שלאכט!--- האָט עמעצער א פרעג געטאָן האלב-ערנסט, האלב-איראָניש.
װיקטאָר זאכאראָוויטש האָט געענטפערט גאנץ שטרענג;
-- יאָ, וי ערעוו א שלאכט.
-- און וועגן װאָס שרײַבן אינעם אופרוף?
-- דעם גאנצן עמעס.
-- ארויסרופן דאָס פּײַער אף זיך?
-- יאָ, אָט דאָס מיין איך טאקע.
דאָס ערשטע מאָל האָט קיריל פּעטראָװיטש געזען דעם יונגן סעקרעטאר פון פּארטקאָם אזא פּײַערלעך-ערנסטן, אזא אָנגעשטרענגטן. און ער, קיריל פּעטראָװיטש, האָט געמיינט, נאָר א פוטבאָל-מאטש קאָן ברענגען װיקטאָרן אין אזא צושטאנד.
-- יאָ, אָט דאָס מיין איך טאקע. ארויסרופן דאָס פײַער אף זיך. אפן פּארטקאָם, אף דער דירעקציע, אף אונדז אלעמען. לאָמיר זאָגן אָפן, װוּ מיר האלטן, װאָס אונדז שטייט פּאָר, און זאָל יעדער ארבעטער א טראכט טאָן, אן אייצע געבן, ויאזוי אופהייבן אָט דעם בארג. אָן דעם, אָן אן אלגעמיינער הויכער מאָביליזירטקײַט, אָן א העכסטער טעכנאָלאָגישער דיסציפּלין, אָן אן אידעאלער ריטמישקײַט אין דער ארבעט פון אלע צעכן און באצירקן, ניט שטורמאָוו- שטשינע, נאָר ריטמישקײיט, װעלן מיר גאָרנישט ניט קאָנען אופּטאָן.
אָ, אזא געפעלט ער אים, דער יונגער סעקרעטאר פון פּארטקאָם! און דעריקער מיט דעם, װאָס ער, כאָטש אויך א ביסל פון דער זײַט, האָט אים דאָך ארײַנגעזאָגט. פאראן אין אים עפּעס אזוינס... עפּעס פון דאוויד מיכײַלאָװיטשן. מעג ער אפילע נאָך דער זיצונג, װי אלע יונגעלײַט, אוועק אויסטרינקען א קוכל ביר. דערפאר טאקע האָט קיריל פּעטראָװיטש, גאָר ניט לוט זײַן טעווע, ווויליונגעריש אויסגעשריגן:
-- איך בין מיט ביידע הענט פאר. דאָס פּײַער אף זיך!
געוויס װעט ער אמאָל דערציילן דאָװידן װעגן אָט דער זיצונג, װועגן אלץ, װאָס ער
האָט איבערגעטראכט, איבערגעפלאטערט. נאָר אז דאָװיד זאָל אים זען אף אזא זיצונג, האָט ער ניט געװאָלט.
-- פארקערט, פארקערט, -- האָט קיריל פּעטראָװיטש װי פארענטפערט זיך. -- ועגן דעם טאקע וויל איך מיט דיר א שמועס טאָן. וועגן דער זיצונג, וועגן אװוטאָמאט, און ביכלאל.. דו שטעלסט זיך פאָר, װאָס פאר א בארג מיר דארפן אופהייבן?
-- נו?
-- איז עפשער װעסטו אויך אונטערשטעלן א פּלײצע?
-- לעמאָשל?
-- קלײַב דיר אויס, וועלכע ארבעט דו ווילסט. װאָס דיר איז מער צום הארצן. כאָטש אף א פּאָר כאדאָשים. בא אונדז איז איצט יעדער מענטש מיט גאָלד גלײַך.
דאָס ערשטע מאָל פאר הײַנטיקן טאָג האָט דאָװיד א שמייכל געטאָן:
-- גוט, כ'וועל א טראכט טאָן. איך װעל שוין צוטראכטן פאר זיך א ווארעם ערטעלע
-- אָט דאָס פארשטיי איך! בא מיר האָט אפילע דער אפּעטיט זיך צעברענט.
און א רײַב געטאָן די הענט, װי גאָר אמאָל, אין זייערע װײַטע סאָלדאטישע יאָרן נאָך א גוט שטיקל סאפּיאָרישער ארבעט.
-- ס'ווילט זיך שוין טאקע נעמען א קויסע.
13
צו יענער מינוט, װען מע האָט פארנומען די ערטער ארום לאנגן טיש, איז געקומען דער, אף וועמען ציפּעלע האָט אזוי ארויסגעקוקט, -- שטעפאן מאָלדאוואן מיט זײַן לוקעריען.
זײַנע אמאָליקע געדיכטע און שווארצע באקנבארדן זײַנען שוין ניט געדיכט און ניט שווארץ. לאָזט זיך אוֹיס, אז ער איז דאָ אלעמען באקאנט, און ציפּעלע פארשטייט ניט, פארװאָס זי האָט ביז ניט לאנג אפילע ניט געהערט וועגן אים. ער האָט איר אויסגעזען גאנץ געוויינלעך, װי אלע מענטשן פון זײַן עלטער, פון זײַן גראד, פּונקט װי איר זיידע, װאָס אלע מיינען, אז ער איז א געוויינלעכער זיידע. און דאָס, װאָס שטעפאן איז איצט דירעקטאָר פון דער מעבל-פאבריק און אלע רופן אים סטעפּאן איוואנאָוויטש, איז דאָך אויך א גאנץ געויינ" לעכע זאך. האָט זי אלץ געקוקט אף אים, געװאָלט געפינען סימאָנים פון יענעם שוסטער, װאָס אין באטאָג געזעסן לעבן דער שוועל פון זײַן שטוב און געלאטעט שקראבעס און באנאכט געדרוקט פלוגבלעטלעך בא זיך אין קעלער.
לוקעריע זעט דאפקע אויס פּינקטלעך, װי דער זיידע האָט זי אויסגעמאָלט. זי סטארעט זיך מיט אלע קויכעס װײַזן, אז זי איז ייַנגער פון איר מאן. זאָל זײַן, אז דאָס פּאָנעם איז א ביסל צו פולבלעך, נאָר ס'איז גלאט און ברוין װי געווען. די קוטשערלעך האלטן זיך אויך, וי אמאָל, אָפּגעשײדט איינס פונעם אנדערן, יעדער קוטשערל באזונדער, יעדער קוטשערל מיט זײַנע דריידעלעך, קוטשערלעך. װי גלעקעלעך. ערשט איצט נעמט זי נעקאָמע פון איר מאן פאר אלע זײַנע ,טענדע-ווערענדעס", װאָס זײַנען איר געלעגן אין די ביינער. עס טוט איר, אפּאָנעם, האנאָע דאָס אָפּשפּעטן פון איר מאן, אפילע פאר אזא אוילעם.
-- טוט נאָר א קוק אף אים, -- האָט זי געזאָגט, דרייענדיק אים פארן שפּיגל, כאָטש דעם שפּיגל האָט זי געדארפט מער פאר זיך אליין. -- בא א דירעקטאָר פון א פאבריק זאָל דער שניפּס זיך אזוי טעלעבענדען.
-- נישקאָשע, -- האָט ער געשמייכלט האלב צו איר און האלב צום איבעריקן אוילעם, -- פאר אזעלכע ,טענדע-ווערענדעס" נעמט מען ניט אראָפּ פון דער ארבעט. א דירעקטאָר האָט שטענדיק ערגערע אוויירעס.
ווען אלע האָבן אויסגעטרונקען דעם ערשטן קאָס, איז דאָס בא ניקיטען געװען שין דער צווייטער צי עפשער שוין דער דריטער. דעם עמעס געזאָגט, איז בא שוליען דער כעזשבן אויך געווען אן אנדערער, װײַל װוען ער האָט געגעבן ניקיטען פארזוכן, האָט ער אויך עפּעס גענאשט. האָבן אלע זיך געװוּנדערט, װאָס פון די ערשטע גלעזלעך האָבן בא ביידע אָנגעהױבן גלאנצן די אויגן. נאָר דאָס, װאָס ניקיטא האָט פּלוצלינג זיך אזוי צערעדט, האָט איבעראשט אפילע שוליען.
-- קיבערנעטיקא! -- האָט ניקיטא א קנאק געטאָן מיט די פינגער, װײַזנדיק אפן טיש, װאָס איז געווען פול מיט געשמאקע זאכן.
דאָס, װאָס ניקיטא האָט ארויסגעכאפּט בא שוליען זײַן װערטל, האָט זיך געלייגט אפן סייכל. װאָס נאָך פאר א װאָרט האָט מען געקאָנט צוטראכטן אף אָפּשאצן אלץ, װאָס קוקט ארויס פון אלע ווינקעלעך און בעט זיך מאמעש, מע זאָל דאָס נעמען אין מויל ארײַן. נאָר, ווידער גענומען א קויסע, האָט ער אָנגעהױבן צו שיטן מיט שוליעס טעזיסן און געצװוּנגען יענעם דערװוידערן אים מיט זײַנע, ניקיטעס, װוערטער. אלץ האָט זיך געדרייט ארום זייערע לאנגאָניקע שפּארענישן, אז די מאשין איז געגליכן צו א מענטשן אָדער פארקערט, דער מענטש איז געגליכן צו א מאשין, און אז װי די מאשין זאָל ניט זײַן קלוג, װעט זי דעם מענטשן ניט איבערשפּיצן.
דאָװיד איז געווען װײַט פון דעם אלעמען.. פון דער סודע, פון די קויסעס, פון דער שפּארעניש צװישן שוליען און ניקיטען און אפילע פון דעם, װאָס ער האָט אָקאָרשט גערעדט מיט קיריל פּעטראָװיטשן. קעגן אים איז געזעסן שטעפאן מאָלדאװאן מיט זײַן ,טענדע- ווערענדע", און כאָטש די באקנבארדן זײַנען געווען ניט די, דאָס פּאָנעם שוין אויך ניט פון דֶעם קאָליר, נאָר ער, דאָװיד, האָט געזען פאר זיך גראָד דעם אמאָליקן שטעפאן, די אמאָליקע לוקעריע און דאָס גאנצע אמאָליקע.. יענע אומרויַקע נעכט אין דעם שוואך-באלויכטענעם געסל, יענע ניט וייניקער אומרויַקע, עפּעס דורכויס הארבסטיקע טעג מיט זייערע שניען רעגן און בלאָטעס. און ווידער... יענעם הארבסטיקן טאָג אונטער דער בריק, און װידערײ. אוי, מאלקע, מאלקע!.. ער האָט ניט באמערקט, װי דער שמועס ארום טיש, דער א ביסל צו ראשיקער, סימכעסדיקער שמועס, איבער וועלכן עס לויערט שטענדיק עפּעס אזוינס אומדער- דוארטס, װײַל די צונגען זײַנען בא אלעמען אָן א צוים, ויאזוי אָט דער בעגילופנדיקער שמועס האָט װי פארטשעפּעט זיך בא עפּעס און אוועק א ביסל אין א זײַט. מיסטאמע האָט די מעכוטענעסטע בליומע אליין אים פארדרייט, מיסטאמע האָט זי איניינעם מיט אירע פרישע
144 *ן
קנישעקלעך פון לעבער דערלאנגט צום טיש עפּעס פון אירע לעצטע נײַס, און דאפקע די אוקראינישע לערערקע וואלענטינא יערמאָלײַעװנא האָט א פרעג געטאָן:
-- װאָס זשע, ס'איז טאקע דאָרטן אזוי שלעכט! אָט האָב איך באקומען א בריוו פון מײַנער א געוועזענער שילערן...
דאָװיד האָט געפּרוּװוט אָפּטרײסלען זיך פון דער פראגע. אים האָט זיך זייער ניט געװאָלט אָפּרײַסן זיך פון דער בריק, פון זײַנע װײַטע, װײַטע זעונגען. האָט ער אָפּנעענטפערט א ביסל צו טרוקן. מעגלעך, אפילע בייזלעך:
-- ניט אין דעם גייט עס, -- גערעדט מערסטנטייל צו זיך אליין. -- די זאך באשטייט אין דעם, װאָס מע יל מיר אײַנרעדן. ייַסראָעל װעט קיינמאָל ניט װוערן דער גוירל פון אלע ייִדן, און דער צעניסטישער שווינדל ארום דעם ברענגט אונדז פיל שאָדן. עס גייט אויך אין דעם, װאָס מע וויל פון מיר מאכן, ריכטיקער, אינגאנצן איבערמאכן.
דאָװיד האָט ניט געווארט, אז זײַנע װוערטער זאָלן אזוי צערודערן דעם אוילעם.
-- ריכטיק, ריכטיק, איך זאָג אויך אזוי! -- שוליע האָט זיך א בייג געטאָן איבערן טיש און גענומען אײַנטײַנען מיט וואלענטינא יערמאָלײַעװנען, גלײַך זי איז געווען הײַנט זייער אלעמענס אָפּאָנענט. --אָט נעמט מיך, איך בין, װי מע זאָגט, א פּאָשעטער כײַװעקײַעם, א ראבאָטשע מענטש. און איך וויל זײַן אזא, װי איך בין, אזא ייד און אזא ראבאָטשע. וויל איך, גלייב איך יאָ אין גאָט, יל איך ניט, גלייב איך ניט. זאָגן זיי מיר, אז אוב דו װעסט זײַן אזא, װי דײַן טאטע איז געווען, ביסטו א ייֵּד, און אויב ניט, ביסטו קיין ייד ניט. און איך וויל זײַן א הײַנטיקער, ניט קיין אמאָליקער.
-- װאָסי, האָסט מוירע, װעסט װידער דארפן שרײַבן דײַן נאָמען מיט א קלעקע-מעם?
שוליעס קוק אף זײַן בליומען האָט געדארפט הייסן, אז אירע שטעכווערטלעך האָט זי הײַנט געמעגט האלטן בא זיך.
-- יאָ, יאָ, איך וויל ניט פאָרן צוריק! װאָס קומט מיר דערפאר?
שיינדל, די שטענדיק ערנסטע און שטרענגע שיינדל, װאָס האָט הײַנט געשלעפּט נאכעס פון איר ציפּעלען, פון אלע, װאָס זײַנען געזעסן ארום טיש, האָט זיך אויך דערלויבט א שפּאס טאָן;
-- טאטע, בא דיר איז ניטאָ קיין שום נאצלאָנאלער געפיל!
שוליע האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט, א װיש געטאָן די פארטרערטע אויגן און זיך צוגעזעצט אף זײַן אָרט.
-- האָסט געהערט, ניקיטא, װאָס מײַן טאָכטער האָט געזאָגט! עס פעלט מיר, זאָגט זי, א קלעפּקע. װי געפעלט עס דיר? זאָג אליין, ניקיטא, איך האָב זיך דען ניט געשפּארט מיט דיר, פון וועלכער נאציע אין אונדזער אווטאָמאט? -- נו, שא, -- האָט ניקיטא אים בארויקט. -- איך האָב דיר שוין ניט איין מאָל געזאָגט.
און דאפקע שוליעס שנור, די עקאָנאָמיסטקע, אָט די ראָכעלע, װעגן װעמען בליומע זאָגט, אז זי איז שטיל, וי א טויב, האָט א זאָג געטאָן א ביסל ארויסרופעריש:
-- דאָס אלץ איז ריכטיק, נאָר איך װויל וויסן איין זאך: שוין זשע אין אין ייַסראָעל אלץ שלעכט! עס קאָן דאָך ניט זײַן א לאנד אָן לײַטישע מענטשן.
האָט שוֹין דאָװיד געמוזט אינגאנצן זיך אָפּזעגענען מיט זײַן בריק:
-- װער זאָגט דען? קיינער צוינגט מיך ניט רעדן צי טראכטן װעגן ייַסראָעל בלױין שלעכטס. ווען עמעצער סטארעט זיך פלאנצן סינע צו ייִסראָעל, װי צו א לאנד, װי צו א פאָלק, האָב איך א גרונט אים כוישעד זײַן אין סאמע ערגסטן. און קיינער ווינטשט ניט ייִסראָעל קיין שלעכטס. איך וויל נאָר, אז מיר זאָלן קוקן אף אלץ מיט די אױגן פון א סאָװועטישן בירגער. נאָר װען אין א הײַנטצײַטיקער מעלוכע װערן די קלעריקאלן און רעליגיעזע פאנאטיקער די גלאוונע רעדלפירער, ווען א רעגירונג הייבט אָן מאכן גוואלדן וועגן ראטעווען אונדז, די סאָװועטישע ייַדן, און מאכט פונעם אנטיסאָוועטיזם א ביזנעס, קאָן איך וועגן אזא רעגירונג און אזא מעלוכע קיין גוטס ניט זאָגן..
ביכלאל איז דאָװיד געװוינט געווען, אז שטעפאן מאָלדאוואן, בא װעמען ער האָט זיך געלערנט און ניט אויסגעלערנט שוסטערײ, זאָל אים בא יעדער געלעגנהײַט שטעלן קלאָץי קאשעס. נאָר אז גראָד סטעפּאן איוואנאָװויטש זאָל אזוינס פרעגן?
-- און די ייַדישקײַט! װוּהין וועסטו אהינטאָן דאָס ייַדישקײַט?
נאָר דאָװיד איז ניט געווען גענייגט צו שפּאסן:
-- פארשטייסט, סטעפּאן, ווען איך דארף זיך אױיסטײַנען ניט מיט דיר, נאָר מיט עמעצן פון יעניקע, װאָלט איך זיי דערװויזן, אז איך בין מערער ייִד, װי יענע, װאָס יאָגן זיך אהין.
15
װײַל זיי גייט דער איניען ייִדשקײַט אינגאנצן ניט אָן. זי זוכן דאָרטן גאָר עפּעס אנדערש. איינעם דוכט זיך, אז אין אים װוערט פארפאלן א טאלאנט פון א באנקיר, א צווייטן כאָלעמט זיך דאָס מאזל פון א פאבריקאנט, פון עפּעס א באלעבעסל, און אין א דריטן יוירט מאמעש די ספּריטנעקײַט פון א בירזשע-מעקלער. עס טרעפט אויך, אז א ייִדישער אקטיאָר מיינט, אז גראָד דאָרטן..
בליומע, װאָס איז שטארק פארנומען מיט די געסט, געפינט צײַט אויך אף זאָגן עפּעס א װאָרט: -- טוט אָבער א שמועס מיט זיי, װעלן זיי אײַך זאָגן, אז דאָס איינציקע, װאָס זיי וילן, איז בלײַבן ייַדן. גלײַך דאָ לאָזט מען זי ניט.
-- נו, יאָ, כ'האָב ניט לאנג זיך דורכגעווערטלט מיט מײַן שװאָגער, מיט לייזערן, ער האָט אויך געטײַנעט וועגן ייִדישער קולטור. ער ווייסט אפילע ניט, מיט װאָס מע עסט דאָס. נאָר אייניקע דוכט זיך, אז מיט דעם דעקן זיי א ביסל צו זייער נאקעטקײַט און זעען אויס בא זיך אליין א ביסל פּײַנער.
שטעפאן איז ניט פון די, װאָס װערן אזוי גיך שיקער. װאָס זעען זיך אָן בא אים א פּאָר קויסעלעך? נאָר אלע זײַנען געווען זיכער, אז ער האָט א ביסל איבערגעכאפּט די מאָס.
-- דאָװיד, לאָמיך דיך א קוש טאָ?--האָט ער אויסגעשריגן און טאקע זיך א ריס געטאָן צו אים. א ריס געטאָן, אים ארומגענומען און ראשיק א צמאָקע געטאָן. דערנאָך ערשט א װיש געגעבן די אויגן פון עפּעס א ניט אומיסטנדיקער טרער און א שמאָרגע געטאָן מיט דער נאָז. -- אוי, דאָװיד, װאָלט איך דיך געדארפט האָבן אף א פּאָר טעג בא זיך אף דער פאבריק! קום מאָרגן ארײַן, הא! בא מיר קלײַבן זיך אויך אייניקע אװעקפאָרן װאָס פעלט זיי דאָ? אָט נעם מיך, נו, איך, אשטייגער, אלע יאָרן...
עפּעס האָט ער געװאָלט זאָגן װעגן אלע יאָרן, נאָר דער געדאנק האָט בא אים ניט באוויזן אױיסשלײַפן זיך, האָט ער גאָר אינמיטנדערינען אָנגעהױיבן זינגען. און דאָס האָט אלעמען וי געפעלט. סײַ דאָס לידעלע אליין, װאָס מע האָט דאַ לאנג שוין ניט געהערט, סײַ דאָס, װאָס ער האָט עס אזוי פײַן אויסגעזונגען אף ייַדיש:
אָ, גוטע פרײַנט, אז איך װעל שטארבן, טראַגט צו מײַן קייווער אונדזער פאָן, די פרײַע פאָן פון רויטע פארבן, באשפּריצט מיט בלוט פון ארבעטסמאן...
ער האָט געװאָלט אויסזינגען די ליד ביזן סאָף, נאָר פארגעסן די װערטער, האָט ער א טאָרע געטאָן דאָװידן:
-- נו, זאָג אונטער. דו געדענקסט דאָך, אין טורמע... דו האָסט אונדז אויסגעלערנט עדעלשטאטס ,צאװאָע" און מיר דיך שעווטשענקעס ,זאפּאָװיט" און די ,ווארשאוויאנקע".
-- איך געדענק, איך געדענק, -- האָט דאָװיד א שמייכל געטאָן.
-- איין זאך איז מיר ניט קלאָר!.
דאָס האָט געזאָגט קיריל פּעטראָװיטש, װאָס איז געזעסן צעשיידט מיט דאָװידן, װײַל צווישן זיי איז געזעסן מאריא סערגייעוונא. זי האָט פריִער געדארפט פארזוכן יעדער מײַכל, א פּרוּוו טאָן, צי איז דאָס ניט געפעפערט, אָדער שטארק איבערגעזאלצן, צי מעג דאָס ביכ- לאל איר קיריל נעמען אין מויל ארײַן.
-- אָט, וויפל יאָר איך קען דיך, פארשטיי איך ניט, װי קאָן דאָס אזא מענטש, װי דוי זײַן אף פּענסיע?
-- טשעפּע ניט, קיריל, איך בעט דיך...
דאָװיד האָט דאָס ארויסגערעדט שטיל. ער האָט ניט געװאָלט קיינעם פארשטערן די סימכע מיט זײַנע ניט פריילעכע געדאנקען.. דאפקע שוליע, װאָס איז געזעסן א ביסל װײַטער פון אים, האָט פארשטאנען, אז מע דארף אים גלײַך קומען צוהילף:
-- ער איז דאָך גערעכט, דער מעכוטן מײַנער, אָט האָט מיר מײַן שיינדל נאָרװאָס פאָרגעװאָרפן, אז בא מיר זײַנען פארטעמפּט געװאָרן די נאציאָנאלע געפילן. נאָר ניט אין דעם גייט עס. אין ייַסראָעל האָבן מיר דאָך צו טאָן מיט גאָר אן אנדער נאציע. ס'איז גאָר ניט דאָס, װאָס מיר זײַנען, װאָס אונדזערע טאטעס זײַנען געווען.
-- ריכטיק, ריכטיק, -- האָט דאָװיד צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. -- זײער א ריכטיקער געדאנק, כאָטש ער קלינגט פּאראדאָקסאל. דער, װאָס פאָרט ארויס קיין ייִסראָעל, איז שוין בא מיר גאָר אן אנדער ייַד, ער װערט א מענטש פון אן אנדער נאציע, פון אן אנדער בירגערשאפט, ער ווערט ארײַנגעשלײַדערט אין גאָר אן אנדער קלימאטישער, פּסיכאָלאָגישער
1--46 16
און אידעאָלאָגישער סוויווע, װערט באווירקט מיט גאָר אנדערע זיטן. דאָס אלץ איז אונדו ביז גאָר פרעמד,
-- אָט דאָס זאָג איך דאָך, -- אז שוליע צערעדט זיך, איז אים שוין שווער אָפּשטעלן. -- מע װיל בא מיר ארויסנעמען מײַן אייגן הארץ, װאָס איז דורכויס סאָװועטיש, און ארײַנ- שטעלן א נײַס. און װי זאָגסטו, ניקיטע? א מענטש איז דאָך ניט קיין מאשין, און מיט א פרעמד הארץ קאָן ער לאנג ניט לעבן!
און גלײַך װי ניקיטען װאָלט געדראָעט דאָס געפאר אריבערפּעקלען זיך קיין ייַסראָעל, האָט שוליע אים ארומגענומען און אָנגעהויבן אויסזינגען פאר אים דאָס ייַדישע לידל, װאָס זינגט זיך אף אוקראיניש.
...6326 1666 3 1010 ,2עאע1! , 2דעאע1ן
-- פּסיכאָלאָגישע טראנספּלאנטאציע, -- האָט קיריל פּעטראָװיטש געפּרוּוט געפינען דערצו א וויסנשאפטלעכן טערמין. ער האָט אים אויסגעזען ניט אינגאנצן פּינקטלעך. האָט ער אים גלײַך פארביטן מיט אן אנדערן, -- אידעאָלאָגישע טראנספּלאנטאציע!
דערפילט, אז אים װעט זײַן שווער פארטיידיקן זײַן טעזיס, אויב עמעצער װעט דער- װוידערן, װײַל דאָס אלץ איז אים ערשט נאָרװאָס געקומען אפן געדאנק און ער האָט דאָס נאָך ניט באוויזן דורכטראכטן, האָט ער זיך א קערעווע געטאָן צום סאמע ברעג פונעם לאנגן טיש, װאָס האָט שוין געשטעקט אין צווייטן צימער:
--- און װאָס װעט די יוגנט זאָגן?
די יוגנט...
סוועטע האָט שטארק ליב געהאט טענץ, זי איז קוים אויסגעזעסן אף א לימוד ביזן סאָף. די פיס אליין האָבן בא איר אָנגעהויבן אונטערטאנצן, נאָך איידער ס'האָט א קלונג געטאָן דאָס גלעקל. גאליע איז געווען א זינגערן. זי האָט ניט געקאָנט זײַן קיין איין מינוט אָן עפּעס א ניגנדל, זי האָט אפילע אונטערגעבאָמקעט, ווען זי איז געשטאנען לעבן טאָװל מיטן שטיקל קרײַד אין דער האנט און ניט געװוּסט פון װאַס אָנהײבן. זי איז זיכער געווען, אז דאָס ניגנדל װעט איר שטענדיק אונטערזאָגן עפּעס גוטס. זיי האָבן ביידע געמיינט, אז בא ציפּעלען װעלן זיי זיך אָנטאנצן און אָנזינגען, נאָר דער שמועס, װאָס איז געגאנגען ארום דעם טיש, האָט זיי אויך פארכאפּט. זיי זײַנען געזעסן שטיל, בלויז איבערגעװוּנקען זיך אָדער שטיל עפּעס א שעפּטשע געטאָן. טאקע וועגן ציפּעלעס זיידע, וועגן שטעפאן מאָלדאוואן מיט זײַן טענדע-ווערענדע, וועגן דער מומע אָריסיע מיט איר דמיטריקן און וועגן ציפּעלעס טאטע, װאָס איז געבוירן געװאָרן אין דער היגער טורמע. טאָליק איז געזעסן מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ, גלײַך ער האָט מוירע געהאט א קוק טאָן עמעצן אין די אויגן, מוירע געהאט, עמעצער זאָל ניט איבערלייענען אין זײַן אויסזען דאָס, װאָס האָט אים אזוי צוגע- שמידט צום בענקל, צונויפגעשלאָסן די ליפּן און געצװוונגען אלעמאָל כאפּן א קוק אף עמעצן אנדערש, קעדיי פעסטשטעלן, װער איז ער, אָט דער, װאָס רעדט ארויס אזעלכע װערטער, אזעלכע נײַע געדאנקען, וועלכע ער האָט ביז איצט ניט געהערט און װאָלט זיי אוואדע אין לעבן ניט געהערט, ווען ניט אָט די צופעליקע סימכע בא ציפּעלען אין שטוב, װוּ עס האָבן זיך צונויפגענומען גאָר אנדערע מענטשן, אינגאנצן ניט ענלעך אף די, װאָס נעמען זיך צונויף בא זיי אין שטוב. זיי זײַנען דערשיטערנדיק-נײַ, סײַ ווען זיי זאָגט ארויס ציפּעלעס הויך-געבילדעטער זיידע דאָװויד, סײַ ציפּעלעס פּאָשעטער זידע שוליע און זײַן שוטעף ניקיטא. ער איז געזעסן מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ, געבלאָנדזעט מיטן גאָפּל איבערן טעלער און געטראכט בײסמײַסע -- װאָס װאָלט געװוען, ווען מע זעצט אװועק בא איין טיש ביידע צדאָדים: די, װאָס האָבן זיך הײַנט צונויפגעקליבן אהער, און די, װאָס קלײַבן זיך צונויף בא זיי. ער שטעלט זיך אפילע ניט פאָר, וועגן װאָס װאָלטן זי געקאָנט שמועסן, אז זיי לעבן מיט א ביז גאָר פארשיידענעם לעבן, רעדן אף ביז גאָר פארשיידענע שפּראכן. עפּעס װי פארשיידענע נאציעס. בא דעם טיש איין נאציע, בא זייער טיש -- אן אנדערע.
ער האָט אזש א ציטער געטאָן פון דעם געדאנק און נאָך נידעריקער אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. ס'האָט אפילע ניט געהאָלפן דאָס, װאָס שיינדל האָט די גאנצע צײַט געטאנצט ארום אים, ארויסגעוויזן פיל מערער אופמערקזאמקײַט, װי ציפּעלעס כאװערטעס, אלעמאָל אָנגעפילט זײַן טעלערל מיט עפּעס פרישס. שיינדל האָט זיך געהאט אירע כעזשבוינעס. װוער ווייסט, װאָס װעט שפּעטער זײַן.. נאָר אז אין שטוב אין דאָ א קאלע-מויד, טאָר מען זיך ניט ווארפן מיט קיין כאסאנים.
17
סוועטע איז זיך גלאט אזוי סװועטע. פארקירצט פון סוועטלאנע. לוט אירע ליכטיקע האָר און שנײי-װײַסן פּאָנעם, קומט איר אזא רוסישער נאָמען. גאליע -- איז איבערגעמאכט פון גאָלדע. מע זעט גלײַך, אז דאָס איז געווען אומזיסטע טירכע. דאָס גאָלדעלע קוקט ארויס פון אירע שווארצע אויגן און פון יענער ברױנקײַט, װאָס מע קאָן מיט גאָרניט איבערפארבן. דאפקע גאליע האָט די ערשטע געענטפערט אף קיריל פּעטראָװיטשעס פראגע:
-- װאָס איז אזוינס נאציע?! א סכום פארעלטערטע פאָרורטיילן. נעמט אראָפּ די דאָזיקע פאָרורטיילן...
-- מיידעלע, װווּ האָסטו אויסגעלייענט אזא נארישקײַט?
סײַ אין דער פראגע אליין, סײַ אין דעם, װי קיריל פּעטראָװיטש האָט זי ארויסגעזאָגט, איז געווען אזוינס, איבער װאָס גאליע און אלע איבעריקע ארום איר זײַנען רױט געװאָרן אפילע די לערערקע וואלענטינא יערמאָלײַיעװנא אויך. מעגלעך, אז קיריל פּעטראָװיטש האָט זיך פארגעסן און א ביסל איבערגעכאפּט די מאָס. נאָר אים רייצט שטענדיק אוף יעדער אויסדרוק פון נאצ;אָנאלן ניהיליזם, אונטער וועלכן ער פילט שטענדיק גאָר עפּעס אנדערש. עס װאָלט זיך געוויס בא אים ארויסגעכאפּט נאָך עפּעס שטארקערס. גוט, װאָס דערבײַ איז געזעסן דאָװיד. האָט ער פארכאפּט:
-- ע, ווען די זאך זאָל גיין בלויז אין דעם... ווען דאָס זאָל זײַן אזוי פּראָסט... און װאָס וװועט דערוף זאָגן אונדזער מאטעמאטיקער?
אלע האָבן פארשטאנען, וועמען מע מיינט, טאָליק אין דער ערשטער ריי. נאָר ער האָט מוירע געהאט ארויסברענגען א װאָרט. ער האָט זיך דאָ געפילט ביכלאל װי דער צאד שעקענעגעד, װי איינער פון יענע, װאָס קלײַבן זיך צונויף בא זיי אין שטוב. ער שטעלט זיך אפילע ניט פאָר, װי װאָלט א קלונג געטאָן בא אָט דעם טיש דאָס, װאָס יענע רעדן און דאָס, װאָס ער אליין טראכט.
-- מיר איז שװער עפּעס צו זאָגן װעגן דעם, -- האָט ער ארויסגעשטאמלט. -- עס לייגט זיך ניט ארײַן אין קיין מאטעמאטישע פאָרמולעס.
ס'איז טאקע שװוער אמאָל צו פארשטיין, ויַאזוי איין געדאנק רופט ארויס א צוייטן, עפּעס גאָר אן אנדערן, אזא, װאָס האָט ניט קיין שום שײַכעס צום ערשטן געדאנק. עס װײַזט זיך אויס, אז ער פירט אװעק אין א זײַט. נאָר ער דרייט זיך, דרייט זיך און קומט ווידער ארוף אף דעם זעלביקן. באָריס איז די גאנצע צײַט שטארק געװען פארנומען מיט דער אכילע. דערצו נאָך האָט בליומע שטארק נאָכגעקוקט, ער זאָל, כאָלילע, ניט בלײַבן קיין הונגעריקער, װײַל זי איז אװעק פון דער היים און זי וייסט ניט, װאָס ער האָט הײַנט געגעסן. האָט מען געמיינט, אז ער האָט בלויז צו טאָן מיט די גאָפּלען און מיט די לעפלען. האָט ער זיך פּלוצלינג אופגעהויבן און א פיר געטאָן מיט דער האנט איבערן פארשװיצטן שטערן.
-- צוערשט דארף איך מאכן אן אָפיציִעלע מעלדונג! -- דאָס איז אויך געווען געזאָגט א ביסעלע צו ערנסט, ניט אזוי, װי עס פּאסט בא אזא טיש. -- קיין ייַסראָעל קלײַב איך זיך ניט און װעל אהין קיינמאָל ניט פאָרן. קיין אנדער היימלאנד, װי אונדזער איצטיקס, שטעל איך זיך ניט פאָר...
-- נו? -- האָט דמיטרי אים איבערגעשלאָגן, געמיינט, אז ער איז א ביסל אונטערן גלעזל.
-- בא מיר איז ניט קיין ,נו". בא מיר איז א ,נאָך"... מע גיט דיר אמאָל אזוי א זאָג ארײַן, איז מיילע איך, צי עמעצער אנדערש. נאָר אייניקע גיבן זיך א טראכט...
-- נו, און מיר זאָגט קיינער ניט ארײַן? מיינסט, אז בא מיר צי בא אונדז ביכלאל איז אלץ אויסגעטאנצט און אויסגעזונגען! אָט...
קיריל פּעטראָװיטש איז, אפּאָנעם, נאָך אלץ געווען אופגערעגט, און באָריס האָט אים נאָך מערער צערייצט. ער האָט געהאלטן סאמע אינמיטן, נאָר װידער א קוק געטאָן אף דאָװידן, און שוין גאָר איבער אנדערע סיבעס אראָפּגעשלונגען צוריק דעם ,אָט* און אנשוויגן געװאָרן.
סײַ שוליע, סײַ בליומע און אואדע מיכל מיט שינדלען האָבן זיך אָנגעשטױסן פארװאָס קיריל פּעטראָװיטש האָט אראָפּנעשלונגען דעם אָט". ניקיטען האָט שוליע אויך געװאָרנט, ער זאָל זיך ניט ארויסכאפּן מיט קיין װאָרט פאר דאָװידן.
-- מיילע, װאָס עמעצער טוט א זאָג. נו, אז אָט דער סערגיי האָט אזוינס א זאָג געַטאָן מיכלען, איז װאָס?
די שטילקײַט, װאָס איז מיטאמאָל געבליבן הענגען איבערן לאנגן טיש, האָט אלעמען אויסגעזען מוירעדיק געדיכט. יענע פארװאָלקנטע שטילקײַט, פון װעלכער עס מוז באלד
18
אָנהייבן דונערן און בליצן. דאָס איבערװוּנקען אליין איז געווען פול מיט פּולװער. ניקיטא, געכאפּט אף זיך שוליעס דראָענדיקן בליק, האָט גלײַך װי אויסגעניכטערט זיך. פארשטאנען, אז ער האָט געזאָגט ניט דאָס, װאָס מע דארף, האָט ער זיך פארהוסט, גלײַך ס'האָט אים עפּעס זיך געשטעלט אין האלדז.
דאָװיד האָט באקוקט דעם איבערגעשראָקענעם אוילעם, באקוקט לאנג, װי ביז גאָר דערשטוינט, א ביסל טאקע וי מעװוּלוול, באקוקט און געטישעט זיך מיט זייער פארלוירנ- קײַט, מיט דעם, װי עס האָט בא אלעמען מיטאמאָל אָפּגענומען דאָס לאָשן. דערנאָך האָט ער זיך צעלאכט אזוי, װי ער האָט שוין לאנג ניט געלאכט, און מיט דעם נאָך מערער איבער- געשראָקן אלעמען.
-- נו, גענוג, -- האָט דאָװויד אויסגעשריגן, װוי באפוילן זיך אליין אײַנשטילן דעם געלעכטער. -- ערשטנס, א גרויסן דאנק אײַך אלעמען, װאָס איר שאנעװועט מיך אזוי. נאָר וועגן דעם האָב איך זיך דערװוּסט דעם זעלבן טאָג. איך האָב דאָך כוץ אײַך ניט װײיניק אייגענע מענטשן אפן זאװאָד... צווייטנס, מיך װועסטו מיט אזעלכע שטיק ניט אָנשרעקן. איך ווייס גוט, פונוואנען זיי שטעקן. נאָר איך ווייס אויך עפּעס אנדערש. וי מיינסטו, אָריסיא איוואנאָוונא?
אָריסיע, װי שטענדיק אין אזא פאל. דאָס פּאָנעם שמייכלט און פון די אויגן גלאנצן ארויס פרישע טרערן.
-- װאָס דארף מען גאָר רעדן דערפון? מיכאסן װעל איך סײַװי אין ערגעץ ניט לאָז
גלײַך ס'האָט טאקע געהאלטן דערבײַ, אז מיכל זאָל ערגעץ אװעקפאָרן, האָט אָריסיע אופגעהויבן צו אים אירע אָנגעטרערטע אויגן.
-- צוליב דעם האָב איך זיך אזוי געמוטשעט מיט דיר?
-- איז אלץ אין אָרדענונג! -- דאָװיד האָט דערפילט, אז די סימכע אין אין א געפאר און ער מוז זי נעמען אין זײַנע הענט. -- לאָמיר בעסער רעדן וועגן פריילעכערע זאכן.. מעכוטענעסטע, װאָס האַט איר עפּעס נאָך געשמאקס?..
ס'איז שווער געווען צו זאָגן, צי ס'איז שפּעטער אָװנט, צי שוין טיפע נאכט. פּונקט װי ס'איז שװוער געוװוען פעסטשטעלן, צי האלט מען נאָך באם סאָף פרילינג, צי מע איז שוין ארײַן אין אָנהײב זומער. אפן טונקעלן הימל האָבן ארומגעבלאַנדזעט פארשלאָפענע װאָל- קנדלעך און אף דער ערד האָבן שיקערלעך זיך געשאָקלט לאנגע שאָטנס. און ס'האָט שטארק געשמעקט מיט אקאציע-צוויט. די ראשיקע כאָפּטעס, די, װאָס לאָזן די טראנזיסטאָרס זינגען און רעדן פאר זיך אליין, האָבן שוין באפרײַט די איבערגעהאָרעװעטע גאסן, איצט האָבן איבער זיי שפּאצירט שטילע פּאָרלעך, װאָס האָבן גערעדט שושקענדיק אָדער אינגאנצן געשוויגן, געשפּאנט פּאמעלעך, װוי אײַנגעהערט זיך אין די אייגענע טריט. אלץ איז שין געווען איבערגעשושקעט, אלץ איז שוין געװען איבערגעשויגן, נאָר שיידן האָט זיך ניט געװאָלט. דער גאנצער ארום, א ביסל א צוגעלאָשענער, א שטארק פארטונקלטער, האָט שטיל אונטערגעגענעצט, װי געגעבן אָנצוהערן די שפּאצירנדיקע, אז זי, די גאס אליין, איז אויך א לעבעדיקע באשעפעניש און דארף אויך כאפּן א דרעמל.
וי מוירע געהאט אופוועקן די אײַנגעשלאָפענע גאס, זײַנען זיי אויך געגאנגען שטיל און פּאמעלעך. ס'איז אוואדע געווען גוט צו פילן, װי דאָס קילע ווינטעלע לעשטשעט דאָס צעפלאמטע פּאָנעם, װוי איבערן גאנצן לײַב גייט דורך אן אָפּפרישנדיקער, א מעכײַעדיקער ציטער און װי דער אקאציע-צוויט, װוער ווייסט פונוואנען, גייט זיי נאָך פוסטריט און צווינגט זיי אלעמאָל א צי טאָן מיט דער נאָז.. נאָר ניט דערפאר האָבן זיי אזוי לאנג געשויגן יעדערער האָט געטראָגן אין זיך זײַן פּעקל געדאנקען, װאָס האָט געקאָנט זײַן ענלעך אָדער אינגאנצן ניט ענלעך אפן פּעקעלע פון דער כאווערטע. און גראָד אָט די ענלעכקײַט אָדער פארשײידנקײַט האָט זיי װוי צוגעשלאָסן די מײַלער. גראָד טאָליק, װעמעס געדאנקען זײַנען געווען װײַט אָפּגעשײדט פון אלע איבעריקע, האָט אָנגעהױיבן דער ערשטער:
-- ווען מע זאָל דאָס אלץ געווען װײַזן דורכן טעלעוויזאָר...
-- װאָס זשע װאָלט געווען? -- האָט געפרעגט סוועטע.
-- אונדזערע װאָלטן געזאָגט, אז דאָס איז א צוגעגרייטע, א גוט-אױסגערעפּעטירטע פּרעסע-קאָנפערענץ, און אז דאָס אלץ איז פּראָפּאגאנדע...
ער האָט דאָס ארױיסגעזאָגט, גיכער פון אלץ, פאר זיך אליין, וי געפּרוּוט אױסקלאָרן כאָטש איינע פון די פיל פראגן, װאָס האָבן זיך געדרייט אין קאָפּ און געשאפן א מעשונעדיקן פּלאָנטער, אָדער אײַנשטילן א ביסל די גרימענישן, װאָס האָבן אים א נעם געטאָן, װי נאָר
19
דער שמועס ארום טיש האָט זיך אָנגעהױבן, און לאָזט אים ניט אָפּ ביז איצט. אלץ האָט זיך בא אים איבערגעפּלאָנטערט, און ער האָט ניט געקאָנט געפינען עפּעס א ברעג, בא װאָס אָנכאפּן זיך. לויט די רייד איז אויסגעקומען... יאָ, זי האָבן גערעדט אזוי, אז מע האָט געקאָנט מיינען, אז סײַ שטעפאן מאָלדאוואן, סײַ קיריל פּעטראָװיטש, סײַ ניקיטא זײַנען ייַדן. און שוליע, בליומע, דער בארימטער זיידע ציפּעלעס, דאָװיד, זיי זײַנען גאָר... נו, יאָ, ייִדן און ניט ייִדן. און עפשער... טאקע אינגאנצן אנדערע ייִדן, גאָר אנדערע. גיי דערצייל עס זײַניקע.
ציפּעלע האָט גוט פארשטאנען, װאָס מיט טאָליקן קומט פאָר, האָט זי אים א צי געטאָן פאר דער האנט און זיך אָנגערופן:
-- נו, מיילע...
טאָליק האָט נישט פארשטאנען ניט דעם צי בא דער האנט און ניט דעם , מיילע", װײַל אויב זי מיינט דערמיט, אז ס'איז איצט ניט די צײַט צו רעדן וועגן אזעלכע זאכן, האָט אים דאפקע זייער געװאָלט זיך אויסרעדן. גוט, װאָס סוועטע האָט זיך אָנגערופן:
-- װאָס ביסטו אזוי איבעראשט? בא אונדז, אז מע קומט זיך צונויף, אַ!
-- אײַך איז גוט.. -- ס'איז אויסגעקומען, װי טאָליק װאָלט זיי געזאָגט א ביסעלע מוסער. -- איר לעבט אין גאָר אן אנדער וועלט.
גאליע מיט איר שארף צינגעלע:
-- און דיך פארפאָלגט אומעטום דײַן מאטעמאטיק?
-- ניט אין דער מאטעטאטיק גייט עס.
-- אין װאָס זשע דען?
טאָליק האָט קימאט אויסגעשריגן:
-- אז איר וייסט גאָרנישט ניט, גאָרנישט ניט! דאָס זײַנען דאָך צוויי פארשיידענע װעלטן!
פארװאָס האָט ציפּעלע ניט געװאָלט, ער זאָל איצט רעדן װעגן די דאָזיקע װעלטן? זי האָט דאָך אזוי געווארט אף דעם, געווארט מיט אומגעדולד, מיט שרעק און מיט א ביסעלע האָפענונג! עפשער האָט זי דאָס געהאלטן פאר א סאָד, װאָס האָט א שײַכעס בלויז צו זי ביידע און ניט געװאָלט, אז נאָך עמעצער זאָל וויסן דערפון? פארשטאנען, אז מיטן ציִען פארן ארבל וװעט זי זיך גאָרנישט ניט דערשלאָגן, האָט זי געמוזט צוטראכטן מערער װאָגיקס:
-- און דאָס הייסט כאווערטעס, פרײַנט? אָפּגעזעסן א טאָג מיט א נאכט, און כאָטש איין לידל, איין טאנץ.
-- װאָס רעדסטו, ציפּעלע! -- האָט גאליע זיך פארענטפערט. -- ס'איז געווען אזוי אינטע- רעסאנט!
-- נו, יאָ, אוואדע, באזונדערס, ווען דו האָסט זיך פארפּלאָנטערט אין סכום פון נאציאָנאלע פאָרורטיילן. װער האָט דיך געשלעפּט פאר דער צונג? מיר אליין האָט געפלאמט דאָס פּאָנעם.
-- נו איז װאָס? -- האָט סוועטע גענומען פארטיידיקן גאליען. -- דערוף איז א דיסקוסיע, יעדערער זאָל ארויסזאָגן זײַן מיינונג.
-- נו, גוט, לאָמיר כאָטש איצט א זונג טאָן אונדזער ליד,
און טאקע גלײַך א פּרוּוו געטאָן די שטים. טאקע גאנץ הויך.
-- ביסט שיקער, צי װאָס! -- האָט סװועטע זי געװאָרנט. -- אינמיטן דער נאכט! אָט גייט א מיליציאָנער!
ניין, ציפּעלע איז ניט געווען שיקער. זי ווייסט אפילע ניט, װי דאָס זעט אויס. כאָטש, די לעצטע צײַט איז זי טאקע א ביסל שיקערלעך. נאָר הײַנט איז זי גראָד געווען ניכטער. און ווען זיי זײַנען געבליבן אינצווייען מיט טאָליקן, איז זי שוין געווען אפילע צו ניכטער. טאָליק האָט איצט שוין געקאָנט רעדן װאָס ער ויל. נאָר גראָד איצט האָט ער געשויגן. זיי זײַנען געווען קימאט די איינציקע איבער די אײַנגעשלאָפענע גאסן. די שײַן איז שוין געווען אומעטום אױיסגעלאָשן, און אפילע די לאנגע שאָטנס, װאָס האָבן זיך אויסגעצויגן איבער דער ברייטער גאס, זײַנען אויך געלעגן אומבאוועגלעך, װי אײַנגעשלאָפן. זײַנען זי געגאנגען, געהאלטן זיך בא די הענט ביז גאָר קינדעריש און געשויגן. מעגלעך, אז ביידע האָבן געפילט, אז הײַנטיקע נאכט איז די איינציקע אין זייער לעבן. און מע טאָר זי ניט צעשטערן, מע טאָר זי ניט אָנשרעקן, אָט די שאָ, מיט צופעליקע ווערטער. און עפשער.. איז דאָס געווען איבערן ניט קלאָרן פאָרגעפיל... איבער דער געפאר, װאָס האָט געלױערט איבער זיי און געקאָנט יעדע מינוט ברענגען עפּעס זייער אומדערווארטס, זייער שרעקלעכס. מעגלעך, אפילע צעשיידונג... זײַנען זיי געגאנגען, קינדעריש זיך געהאלטן בא די הענט, געשאָקלט מיט זיי, וי אין א שפּיל, דערנאָך, װי אין זיי װאָלט עפּעס א ציטער געטאָן
20
באפרײַט די הענט און צוגעטוליעט זיך איינער צום אנדערן, אקסל צו אקסל, װי געװאָלט דערמיט דעקן די אייגענע אומבאשיצטקײַט סײַ קעגן די געפילן, קעגן וועלכע זיי זײַנען געווען אָנמעכטיק, סײַ קעגן די געפארן, קעגן דעם אומבאשטימטן מאָרגן, װאָס וויל זיך אויך מיט גאָרנישט ניט רעכענען.. רעדן װעגן דעם האָט מען ניט געטאָרט. ועגן װאָס זשע דען האָבן זי געזאָלט רעדן? האָט ווידער טאָליק אָנגעהױבן:
-- פארשטייסט, ציפּעלע...
ער האָט מוירע געהאט, אז ציפּעלע װעט אים װידער א צי טאָן פארן ארבל, איז ער איר פארלאָפן דעם וועג:
-- הער מיך אויס. ווער ווייסט, צי װעלן מיר נאָך האָבן אזא נאכט. צי װעלן מיר ביכ- לאל... דו שטעלסט זיך ניט פאָר, וי דאָס אלץ איז ערנסט.
-- רעד, טאָליק, רעד,
-- פארשטייסט, די גאנצע צײַט האָב איך געמיינט, אז די װעלט באשטייט פון צויי פארשיידענע טײילן: די וועלט פון דער שול, קאָמיוג און פּיאָנערן -- א מין שפּיל אין שװוּעס, ראפּאָרטן און פארזאמלונגען -- און די װעלט פון דערוואקסענע, די װעלט פון אונדזערע עלטערן, װאָס איז גאָר אן אנדער װעלט, לעבט מיט אירע, גאָר אנדערע געזעצן, אנדערע זיטן, װאָס האָבן ניט קיין שום שײַכעס מיט דער שול, מיטן קאָמיוג און מיט דעם, װאָס מע רעדט אף פארשיידענע פארזאמלונגען. איז אלץ געווען פאר מיר א דערעסענער לימוד, װאָס מע דארף אויסכאזערן אף אױיסװײיניק. די ארויסטרעטונגען, די לידער... װײַל אלץ, האָט זיך מיר געדוכט, איז געמאכט. די עמעסע װעלט איז גאָר אן אנדערע. זאָל זײַן עפשער אן ערגערע. טאקע זײער א מיעסע, נאָר דאָך די עמעסע. די װעלט פון דערוואקסענע, אין וועלכער מיר מוזן ארײַנקומען און מוזן אין איר לעבן. דו... זײַ מיר מויכל, ציפּעלע..
-- פארװאָס?
-- דערפאר, װאָס איך בין דאן אף דיר אָנגעפאלן. איך האָב געמיינט, אז דאָס איז אויך צוגעטראכט. נו, ניט צוגעטראכט, נאָר צוגעפּאסט. אף אונטערהאלטן די שפּיל.
-- האָסט איצט כאראָטע?
-- ניט אין כאראָטע גייט עס. איך האָב זיך הײַנט דערװוּסט, אז זי איז טאקע דאָ, די ביז גאָר אנדערע ועלט, די וועלט, װאָס ציט זיך טאקע פון דער קינדהײַט און װערט ניט איבערגעריסן. מע נעמט דאָס מיט מיט זיך אפן גאנצן לעבן -- די שול, דעם קאָמיוג -- און מע גיט דאָס דערנאָך איבער די קינדער.
-- און דו האָסט זיך געקליבן דאָס אלץ ארויסווארפן?
-- ניט אלץ. מאטעמאטיק איז אזא זאך... מאטעמאטיק איז אומעטום א זאך, דאָס איבע- ריקע איז געווען בא מיר אזוי זיך. טאקע אף ארויסצוּווארפן. װײַל דאָרטן דארף מען דאָס ניט האָבן.
ציפּעלע האָט זיך אָפּגעשטעלט, א נעם געטאָן טאָליקן פאר די אקסלען און א דריי געטאָן אים צו זיך. זי האָט געמוזט זען זײַן פּאָנעם, געמוזט א קוק טאָן אים אין די אויגן.
-- אזוי האָסטו געדענקט די גאנצע צײַט?
-- ביז הײַנט. איך ווייס נאָך דערװײַל גאָרנישט ניט. איך ווייס נאָך ניט, מיט װאָס קאָן איך מאסקים זײַן און מיט װאָס ניט. געוויס ניט מיט אלץ, נאַר ניט אין דעם גייט עס. דאָס וויכטיקסטע איז דאָס, װאָס זי איז דאָ, יענע ועלט, ניט קיין געמאכטע, ניט קיין אויסגע- טראכטע וועלט. מענטשן, פאר װעמען קאָמוניזם איז ניט קיין װאָרט פאר פארזאמלונגען. אָט האָט אײַער קיריל פּעטראָװיטש א זאָג געטאָן: , פּסיכאָלאָגישע טראנספּלאנטאציע"... בא מיר איז איצט אזא צושטאנד, גלײַך מע האָט מיך מיטאמאָל אינגאנצן אױסגעלײידיקט. בא מיר איז דאָרטן א שרעקלעכע פּוסטקײַט, און איך ווייס ניט..
-- מיט װאָס אָנפילן?
-- ניין, ניט דאָס. איך ווייס ניט, צי ס'וועט זיך קאָנען האלטן אין מיר. אָט אזוי, מיטא- מאָל. עפּעס צופיל, װי דײַן זיידע האָט געזאָגט. יאָ, פארװאָס האָסטו גאָרנישט ניט געשריבן וועגן דײַן צווייטן זיידן?
-- וועגן װאָס שרײַבן? א געויינלעכע ביאָגראפיע פון א געויינלעכן ארבעטער.
-- נו, יאָ, א געוויינלעכער ארבעטער! מיר איז שווער דאָס אלץ באנעמען, בא אונדז אין שטוב רעדט מען די גאנצע צײַט פּונקט פארקערט.. ועגן קיעם און נאָך אזעלכע זאכן. נאָר דאָס האָט דאָך דײַן פּאָטעטער זיידע געבראכט דעם בײַשפּיל ועגן ארויסנעמען דאָס אייגענע הארץ און ארײַנשטעלן א פרעמדס. ער איז גערעכט, דײַן זיידע. װאָס זשע זאָל איך טאָן?
-- װאָס דארפסטו דען טאָן?
21
-- נו, װי פארשטייסטו ניט? מיר איז אלץ דערעסן. מיר איז דערעסן די פארשטעלט- קײַט, די צװײיפּענעמדיקײַט.
-- צוליב װאָס דערציילסטו דאָס מיר?
-- איך ווייס אליין ניט. איך האָב געמיינט, אז אלע לעבן אזוי, אז אנדערש קאָן ניט זײַן, און דערפאר מוז מען... נאָר הײַנטיקער אָװנט... דו... זײַ מיר מויכל. בא מיר איז אזא צושטאנד, גלײַך איך האָב מיטאמאָל אױסגעבראָכן אלץ, מיט װאָס מע האָט מיך געשטאָפּט אלע יאָרן, און ס'איז מיר עפּעס זייער ניט גוט. און איך ווייס ניט, װאָס װעט זײַן מיט מיר. איך װאָלט איצט אנטלאָפן אין עק וועלט. נאָר װוּהין לויפן?
גייען זיי שוין װוידער וי פריַער. און מע האלט זיך קינדעריש בא די הענט.
-- נארעלע, -- זאָגט ציפּעלע, -- מע דארף אין ערגעץ ניט לויפן. מע דארף פּאָשעט בלײַבן דאָ.
--- וווּ?
-- אין אונדזער אייגענער וועלט. אויב דו ביסט זיכער, אז זי קאָן װערן דײַנע.
-- און דו ביסט זיכער?
-- איך האָב קיינמאָל ניט געטראכט וועגן דעם. ניין, ניט אזוי. נו, יאָ, טאקע. קײינמאָל ניט געטראכט, װײַל איך האָב קיינמאָל ניט געצווייפלט אין דעם, קיין אנדער װעלט שטעל איך זיך אפילע ניט פאָר. ס'הייסט, איך שטעל זי זיך יאָ פאָר, נאָר זיך אין איר קאָן איך זיך ניט פאָרשטעלן.
-- איר בין דיר מעקאנע.
-- און װוער לאָזט דיך ניט?
-- װער, ווער... פּסיכאַלאָגישע טראנספּלאנטאציע.. װען מע קאָן געפינען דערצו א מאטעמאטישע פאָרמולע!
מעגלעך, זיי װאָלטן קיינמאָל ניט געזאָגט איינער דעם אנדערן דאָס, װאָס זיי האָבן זיך געקליבן איצט זאָגן, באזונדערס ציפּעלע. נאָר דער הימל האָט אָנגעהויבן גרוי װערן און די שטערן האָבן אויך ביסלעכװײַז ניט געסטײַעט. די קורצע זומערדיקע נאכט האָט שטילערהייט זיך אָפּנערוקט אין א זײַט, נאָר דער שווערער פאָרגעפיל האָט ניט געװאָלט אוועק. און די ניט קלאָרע געפארן האָבן אָנגעהױיבן אױיסמאָלן זיך פיל קלאָרער. האָט ציפּעלע זיך אָנגערופן:
-- טאָליק, דו קענסט מיר ענטפערן אף איין פראגע?! נאָר אזוי, ניט פארשטעלט.
22
-- ביטע. איך בין גרייט,
-- זאָג, טאָליק, האָסט מיך ליב?
אײַ ציפּעלע, זי האָט טאקע געיארשנט פון דער באָבע מאלקע עפּעס אזוינס, װאָס קאָן דערשיטערן, קאָן אפילע פּלעטן. בא טאָליקן האָט עס װי אָפּגענומען דאָס לאָשן. ציפּעלע האָט זיך דערשראָקן פאר זײַן שװײַגן, זי האָט אים געמוזט אונטעריאָגן.
-- װאָס טראכסטו אזוי לאנג? װילסט דערצו אָפּװכן א מאטעמאטישע פאָרמולע?
טאָליק האָט דערװײַל געקאָנט ארויסברענגען נאָר איין װאָרט:
-- ציפּעלע...
-- װאָס ציפּעלע?
-- וי פארשטייסטו ניט? ווען ניט דאָס, װאָלט איך דיר וועגן אלץ אויסדערציילט! טאקע דערפאר, װײַל זייער! און איך קאָן זיך ניט פאָרשטעלן... אָן דיר!
-- פארװאָס אָן מיר?
-- ועסט פאָרן מיט מיר?
-- פארװאָס דארף איך עפּעס פאָרן! פארקערט!
-- װאָס הייסט פארקערט?
-- דו װעסט בלײַבן דאָ!
-- וויָאזוי?
-- װעסט זיך אויסבאהאלטן,
--- וווּ?
-- אפילע בא אונדז. מײַן זיידע, ער איז אן אלטער קאָנספּיראטאָר!
-- רעדסט נארישקליטן.
-- איז פאָר גלײַך אוועק.
-- װוּהין?
-- װווּהין דו ווילסט. אזוי, אז זאָלסט אליין ניט װיסן דעם אדרעס. ניין, ניין, אזוי טוג ניט, אזוי װועל איך ניט אויסהאלטן. דעם אדרעס זאָלן װיסן נאָר צוויי מענטשן. איך און דו.
-- איך ווייס ניט... איך ווייס ניט, צי װעל איך קאָנען.
-- האָסטו מיך פּאָשעט ניט ליב!
-- ניין, ניין, ציפּעלע, װאָס רעדסטו?
-- ביסטו א פּאכדן.
-- ניין, ניין, ציפּעלע!
-- ביסטו פּאָשעט א לעמעשקע.
-- ניין, ניין!
-- װאָס זשע דען ביסטו?
-- איך ווייס אליין ניט. נאָר איך װעל א טראכט טאָן. גוט, גוט, איך װעל א טראכט טאָן.
די שײַן איז געװען אױסגעלאָשן אומעטום. סײַ פון אינװייניק, סלי פון דרויסן בלויז ערגעץ-ווּ האָט א לאמטערנדל זיך געשפּילט מיט זײַן איגענעם שאָטן. דער מיזרעכדיקער הימל-ראנד, װאָס פון יענער זײַט טײַך, איז געװאָרן װאָס אמאָל בלייכער, פון די בערג האָט זיך אראָפּגעלאָזט דאָס אופגעוואכטע ווינטעלע און א וייע געטאָן איבער דער שטאָט מיט באגינענדיקער פרישקײַט.
נאָר װוער פון זיי ביידע האָט דאָס איצט געקאָנט באמערקן?!
13
דאָװידן האָט זיך געדוכט, אז קיין שום איבערײַס איז ניט געווען. אלץ אפן זאװאָד אין אזוי, װי ער װאָלט אים ערשט נעכטן פארלאָזט. אינדערעמעסן אָבער האָט זיך דאָ אלץ געענדערט אף ניט צו דערקענען. עמעס, דער נײַער גרויסער קאָרפּוס, װאָס נעמט ארײין אין זיך דרײַ צעכן און װוּ מע האָט איצט געמאכט אן אָרט אויך פארן זאמליצעך, איז שוין דאן געווען נאָר ער איז נאָך ניט געװען אויסגעשטאט מיט די הונדערטער װערקשטעלן, אװוטאָמאטן און האלב-אװוטאָמאטן, װאָס פארפולן דעם גאנצן ארום מיט א דורכויסיקער ציטערניש און מיט אזא שטילן געזאנג.
װאָס זשע איז דאָ געװוען און װאָס איז ניט געװען? ניט געווען איז דער דרײַגאָרנדיקער מויער פון דער זאװאָד-פארוואלטונג, װאָס האָט ארײַנגענומען אין זיך אלע אָפּטײילן, קוקט
23
ארויס אף דער גאס א ביסל גאדלעסדיק און פארשטעלט מיט זײַנע הויכע װענט אלץ, װאָס אונטער אים: די צעכן און סקלאדן, דעם גאנצן זאװאָדישן הויף מיט זײַנע אספאלטירטע וועגן און סטעזשקעלעך, מיט זײַנע הויכע טאָפּאָלן און נידעריקע קלומבעס און אויך זײַן אייגענעם פאָרגייער, דאָס קליינע מױיערל מיטן װײַסן, שפּיציקן דאך, װאָס האָט אָפּגעלעבט א ראשיק און אומרויק לעבן אריבער צוואנציק יאָר. דאָװידן דוכט זיך, אז נאָך איצט דארפן די צימערלעך פון אָט דעם מויערל האלטן אין זיך די אָפּהילכן פון יענע נעכט, װען דאָס מויערל איז אפאנעמעסן געווען דאָס אומרויקע הארץ פונעם אופקומענדיקן און וואקסנדיקן זאװאָד.
האָט ער געמוזט צוקומען צום מויערל, װי ער קומט אָפט צו צום שטיבל אפן ייִדישן געסל. צוגעקומען, א קוק געטאָן אף דעם פון דרויסן, װי עס באגעגענען זיך אמאָל צװיי אלטע באקאנטע, נאָר ארײַנקומען אינװײיניק ניט געװאָלט, ניט געקאָנט. פּונקט װי ער קומט קיינמאָל ניט ארײַן אין זייער אמאָליקער דירע.
אלץ, װי געװען, און אלץ קימאט ניט צו דערקענען. דער שמועס מיטן דירעקטאָר איז אויך געווען אן אומגעוויינלעכער.
-- פארװאָס עפּעס פאר א קלאדאָװשטשיק? -- האָט קיריל פּעטראָװיטש זיך געבייי זערט. -- דאָס טוסטו מיר אף צולאָכעס? װאָס װועט דער אוילעם זאָגן?
-- װאָס דארפן זיי דען זאָגן?
-- געווען סעקרעטאר פון פּארטקאָם און איצט קלאדאָוושטשיק?! פאר װעלכע זינד?
-- װאָס זשע, א סעקרעטאר איז דען אן אביקע שטעלע? דו װעסט אויך ניט אײביק זײַן דירעקטאָר.
-- עפשער קאָן מען אָן שטעכווערטלעך?
-- נו, װי פארשטייסטו ניט? נעם איך איבער די אינסטרומענטאלקע, באפרײַ איך א גוטן שלאָסער, כאָטש שוין אויך אין די יאָרן.
-- האָסט שוין דאָס אויך אויסגעפאָרשט! און אלץ באשטימט?
-- װאָס זשע, עפּעס בין איך א נעכטיקער?
-- דײַן זאך. איך ווייס דאָך, דיך װעל איך ניט איבערשפּארן. נאָר געדענק.
די געוויינלעכע אינסטרומענטאלקע אליין איז געװאָרן פאר פיל ביז גאָר אומגעוייני לעך. יעדן גאנצפרי, װי נאָר דאָװיד האָט געעפנט דאָס פענצטערל, האָט גלײַך זיך אויסגע- שטעלט א ריי. איינער דארף דרינגענדיק א שליסל, א צווייטער עפּעס א שרײַפל, א דריטער מוז בײַטן א דעטאל, װאָס ער האָט באקומען נעכטן, און א פערטער... ערשט דערנאָך האָט דאָװיד פארשטאנען, אז די זאך איז ניט אין די שליסלען און אין די שרײַפלעך. יעדערער וויל פּאָשעט א קוק טאָן אף אים, װי זעט ער איצט אויס, דאוויד מיכײַלאָװיטש, װי פילט ער זיך ניט אינעם קאבינעט מיטן לאנגן טיש, נאָר באם פענצטערל פון דער אינסטרומענטאלקע אין א געוויינלעכער ספּעצאָװוקע, מיט הענט פול מיט זשאווער-שטויב, אזא געוויינלעכער, וי זיי אלע, א פּאַשעטער זאָקן, װאָס פארהוסט זיך גאנץ אָפט, װערט דערבײַ רוט און בלייך און עס שטעלן זיך אים טרערן אין די אויגן.
נאָך אלע ראשיקע פארזאמלונגען, אף וועלכע מע האָט באהאנדלט דעם אופרוף פון דער דירעקציע און פּארטקאָם, פארזאמלונגען, אף וועלכע דאָס פײַער איז געווען א סאך שטאר" קער, װי מע האָט זיך געריכט, איז דאָװידס קומען אפן זאװאָד אופגענומען געװאָרן װי א זאך, װאָס איז פארבונדן מיט יענע פארזאמלונגען.
דער געפיל, אז קיין שום איבערײַס איז ניט געווען, איז געוואקסן בא אים פון טאָג צו טאָג, באזונדערס נאָך דעם, װי מ'האָט אָנגעהױבן קומען שוין ניט נאָך קיין שליסלען און ניט נאָך קיין שרײַפעלעך, נאָר גלאט אזוי, מיט עפּעס א שמועס, מיט עפּעס א דערמאָנונג, פּאָעט דערפאר, װאָס פריַער האָט יעדערער זיך געפילט בא אים אין קאבינעט א ביסל אומהיימלעך און דאָס ארײַנקומען אליין איז אויך געווען ניט קיין װאָכעדיקע זאך, און איצט איז ער אזוי נאָענט, אזוי צוטריטלעך און אזוי פּאָשעט, דער געװעזענער סעקרעטאר פון פּארטקאָם.
-- איר געדענקט, ווען מײַן סטעפע האָט מיך פארשלעפּט צו אײַך? אוי, האָט איר מיר דאן ארײַנגעזאָגט!
שמייכלען זיי ביידע. דער אלטער שלאָסער לוקין פּאװולאָװיטש און דאָװיד.
-- איך געדענק, איך געדענק, -- ענטפערט ער. -- נו, און ס'האָט געהאָלפן?
לוקין פירט מיטן פינגער אף רעכטס און אף לינקס.
-- ני, ני. קיין טראָפּנדל! סײַדן אין א יאָמטעו.
דער מײַסטער פון אינסטרומענטאלן צעך איליא ניקאָלײַעװיטש, א יונגערמאן מיט די
244
ערשטע גראַװע האָר אין די שלייפן, מוז וויסן, צי דאָװיד געדענקט, ויַאזוי ער האָט אים געשלעפּט אין דער אָװנט-שול פון איין קלאס צום צוייטן און ויַאזוי יענער איז אלעמאָל אנטלאָפן.
-- מיר איז געווען א ביזאָיען, איר פארשטייט! איך, א טאטע פון קינדער, צװוישן יונגע כעוורעניקעס. און די לערערקע, אליין נאָך גאָר א קינד. אלע מאָל, ווען איך האָב געדארפט ארויסגיין צום טאָװל, האָב איך זיך געפילט, גלײַך מע פירט מיך אויסשמײיַסן.
-- אָבער מיט אזא קאָפּ! -- טײַנעט צו אים דאָװיד, וי אמאָל.
-- א דאנק אײַך. איצט בין איך שוין אפן צווייטן קורס. קומט, װעל איך אײַך װײַזן, װאָס איך האָב צוגעטראכט.
און דאָס איז שוין געווען אינגאנצן אומדערלאָזבאר. אלנפאלס, אזוי האָט דאָס אָפּגע- שאצט דאָװיד אליין. עס קומט צו גיין א מענטש, װאָס ער קען אים אפילע ניט. דאָװיד האָט אפילע זיך געמוסערט דערפאר. װײַל ער איז געווען זיכער, אז ער קען אלע ארבעטער ביז איינעם. ער האָט ניט געװוּסט, אז יענער איז אָנגעקומען אפן זאװאָד ערשט ניט לאנג. קומט צו גיין אזא מענטש, קוקט זיך דערבײַ ארום, צי קיינער שטייט ניט, און רעדט ארויס שטיל, וי א גרויסן סאָד:
-- כאווער סעקרעטאר, איר מוזט מיר געבן אן אייצע.
-- איך בין איצט ניט סעקרעטאר, -- פארענטפערט זיך דאָװיד.
-- איך ווייס, איך ווייס. נאָר מע האָט מיר דאָ דערציילט וועגן אײַך.. איך האָב אפילע געװאָלט גיין צו אײַך אהיים.
װיקטאָר זאכאראָװויטש, דער יונגער סעקרעטאר פון פּארטקאָם, האָט אפילע אָנגעהויבן אייפערן א ביסל:
-- מע גייט צו אײַך מערער, וי צו מיר!
-- יונגערמאן, -- האָט דאָװיד געשפּאסט, -- אז איר װעט זײַן אין מײַנע יאָרן.. מיר האָבן װאָס צו דערמאָנען!
מערער פון אלץ האָט אלעמען געװוּנדערט דאָס, װאָס דער דירעקטאָר אליין איז אויך געװאָרן אן אָפּטער גאסט אין דער אינסטרומענטאלקע, גלײַך אים אליין פעלט אויך עפּעס א שליסל צי א שרײַפל.
-- איך וויל זיך א ביסל אָפּרוען בא דיר, --- שמייכלט ער צו דאָװידן און זעצט זיך צו אפן בענקל, דעם נײַעם שטיקל אינווענטאר, װאָס האָט זיך באוויזן אין דער אינסטרומענ- טאלקע. טאקע פאר די באזוכער. -- א ביסל אויסבאהאלטן זיך פון די טעלעפאָנעןף
ער זיצט א װײַלע שװײַגנדיק, טאקע גלײַך ער איז געקומען א ביסל אָפּרוען זיך, דערנאָך הייבט ער אָן א ביסל ארויסרעדן דאָס הארץ:
--- ווייסט, פאר וועמען איך האָב איצט מוירע מערער, װי פארן מיניסטער? פאר דער דירעקטאָרשע פון דער הענטשקעס-פאבריק. איך האָב גאָר ניט געװוּסט, אז ראיסא גריגאָי ריעוונא איז אזא פארביסענע.
פארשטענדלעך, אז ניט נאָר אָפּרוען זיך א ביסל און ניט נאָר בארעדן די דירעקטאָרשע פון דע הענטשקעס-פאבריק קומט ארײַן אין דער אינסטרומענטאלקע קיריל פּעטראָװיטש. ער האָט אלעמאָל וועגן װאָס זיך דורכשמועסן, וועגן װאָס דערמאַנען זיך און װאָס באטראכטן. ריכטיקער, טראכטן פאר זיך אליין אין דער הייך וועגן די זאװאָדישע איניאָנים אזוי, אז דאָװיד זאָל זיי הערן. און זאָל זאָגן דערבײַ עפּעס אזוינס... װעלן זיי זיך שוין דורכשמועסן, אפילע א קריג טאָן זיך, און דערנאָך װעט קיריל פּעטראָװיטש א זיפץ טאָן אין זיך און א זאָג טאָן:
-- יאָ, פארקאָכט א קאשע...
פון דעם, וי קיריל פּעטראָװיטש רעדט דאָס ארויס, איז צו זען, אז די קאשע איז אים דאפקע געפעלן, אז ער פילט זיך גאָר בעסער, אפילע װי ייַנגער אין אָט דער יאָגעניש, אין אָט דעם טומל און ראש, אין אָט דעם אליארעם, װאָס ברענגט אלע טאָג אין די צעכן פאָר- שטייער פון שטאָטקאָם און געגנטקאָם.
בא אלעמען באקומט זיך, אז אין אלץ אין שולדיק ער, קיריל פּעטראָװיטש. ראיסא גריגאָריעװנא איז שטענדיק פול מיט טײַנעס צו אים, און ער מוז זיך אויסבאהאלטן פון איר בא דאָװידן אין דער אינסטרומענטאלקע.
און אינמיטנדערינען -- וואסער.
-- וואסער, וואסער, וואסער!
מאמעש וי אף א סרייפע.
-- וואסער, וואסער!
29
אלע הונדערטער װערקשטעלן מוזן האָבן וואסער. דער שטאָלגוס-צעך מוז אוואדע האָבן וואסער, די מאליארקע דארף אויך וואסער, און אפילע די לאבאָראטאָריע קאָן זיך אויך אָן וואסער ניט באגיין.
נאָר דאָס איז שוין גאָר אן אנדער איניען. כאָטש ער האָט א שײַכעס צום זאװאָד, צו יעדער שרײַפעלע, נאָר פונעם זאװאָד איז דאָס ניט אָפּהענגיק, װײַל ער איז ניט איינער אזא מעיוכעס. וואסער דארף האָבן אויך די הענטשקעס-פאבריק, װאָס בויט זיך נאָך אלץ, וואסער דארפן האָבן אלע בויער און אלע אופקומענדיקע פילגאָרנדיקע מויערן, װאָס ארום דעם זאװאָד און ארום דער פאבריק, אלע נײַע גאסן, דער גאנצער נײַער מיקראַָ-ראיאָן.
-- וואסער, וואסער!
װאָס זשע האָט ראיסא גריגאָריעװונא טײַנעס בליז צו אים, צו קיריל פּעטראָװיטשן?
ער אליין האָט אויך טײַנעס. װײַל אָן וואסער זײַנען אומפארמײַדלעך איבערשלאָגן און ס'איז אומפארמײַדלעך בראק. נאָר גי האָב טײַנעס...
קומט אויס, אז קיריל פּעטראָװיטש האָט טײַנעס צו דאָװידן.
-- פארשטייסט, -- קומט שוין טאקע אויס, אז דאָװיד פארענטפערט זיך. -- יעדערער דארף זיך פילן אזוי, גלײַך אף אים האלט זיך דער גאנצער פינפיאָר.
-- נו, און אויב עמעצער מיינט, אז עפּעס א פעטער װועט פאר אים אלץ אָפּטאָן?
-- צום באדויערן, פאראן אויך אזעלכע.
דעם זאמל-צעך האָט דאָװיד גענומען אף זיך. ווען װיקטאָר זאכאראָװויטש האָט געפרעגט בא אים, װאָס פאר א פּארטײיַשן אופטראָג װאָלט ער גענומען אף זיך, װײַל יעדער קאָמו- ניסט מוז דאָך האָבן א באזונדערן אופּטראָג, האָט דאָװיד אפילע ניט פארטראכט זיך.
-- איך נעם דעם זאמל-צעך.
גראָד שוליען איז ניט אָנגעשטאנען, װאָס זײַן געהויבענער מעכוטן איז פּלוצלינג געװאָרן א פּאָשעטער קלאדאָוושטשיק. כײַ װאָלט ער שוין בעסער געבליבן אזא, װי געווען, א געווע- זענער סעקרעטאר. און אויב אים האָט זיך אזוי געװאָלט, װי אלע זאָגן, אונטערשטעלן א פּלײצע, האָט ער געקאָנט נעמען אף זיך א פּארטײיַשן אופטראָג און שוין. נאָר אָפּשטײן עטלעכע שאָ אין דער אינסטרומענטאלקע און האָבן צו טאָן מיט שליסלען און שרײַפעלעך? דאָס איז ניט פאר אים. בליומען אליין איז דאָס אויך ניט געפעלן געװאָרן. און אלע גאנצפרי, ווען זי האָט איבערגעגעבן מיט שוליען עפּעס א צובײַסעכץ פארן מעכוטן, האָט זי אים צוגעגעבן אויך א שטיקל הריזעניש:
-- קאָנסט אים ניט זאָגן? ס'איז דען פאר זײַן געזונט?
אָט, טאקע איבערן געזונט האָט שוליע זיך געקריגט מיט ניקיטען, װײַל ניקיטא האָט געטײַנעט, אז מע קאָן קיינמאָל ניט וויסן, װאָס פארן געזונט איז בעסער. און עס קאָן זייער שיין זײַן, אז גראָד אין אָט דעם ראש, אין אָט דער הודעניש און יאָגעניש פילט ער זיך בעסער. ניקיטא האָט דאָס אליין געהערט פון איינעם א דאַקטער.
-- א מאָשל, -- קרימט זיך שוליע, -- פּריטשאָם דאָ א דאָקטער? דאָ איז גאָר אן אנדער איניען.
איז שוין שוליע בייז אף זיך אליין. אים איז דערװידער, װאָס ער מון אלע גאנצפרי צוטראכטן עפּעס א מײַסע פאר די קנישעקלעך, װײַל אָן עפּעס א מײַסע, װאָס איז דאָס פאר א צוטראָגן יעדן גאנצפרי קנישעקלעך! אים איז אויך דערװידער דאָס אונטערכאנפענען ניקיטען און בעטן אים, אז יענער זאָל אװעקטראָגן דאָס צובײַסעכץ, װײַל ער האָט א דרינגענדיק שטיקל ארבעט, כאָטש ניקיטא ווייסט גאנץ גוט, אז דאָס איז צוגעטראכט. האָבן זיי זיך געשפּארט א טאָג צוויי, ביז זיי האָבן זיך אױיסגעגלײַכט. איין טאָג גיט דאָס איבער שוליע, א צווייטן טאָג ניקיטא.
-- און װאָס זאָל איך אים זאָגן? -- איז בא ניקיטען אלע מאָל די זעלבע פראגע.
-- זאָג אים, דו ביסט געקומען נאָך עפּעס אן אייצע.
-- זע נאָר, זע נאָר, -- שמייכלט שוין ניקיטא.---כ'האָב גאָר ניט געװוּסט, אז דו ביסט אזא כאָכעם!
איז דאָװויד שוין געװווינט דערצו, אז אלע טאָג זאָל עמעצער אנדערש קומען צו אים נאָך עפּעס אן אייצע. נאָר אז די מעכוטענעסטע זאָל פארשלעפּן אהער נאָך אן אייצע שיפרע די קישעפמאכערן?..
26
..ווען ס'איז געגאנגען די דינגעניש פארן נאָמען און די שטילע, די געראָטענע שנור האָט בײיסמײַסע א זאָג געטאָן, אז דערװײַל פאָרט זי נאָך אין ערגעץ ניט, איז דאָס לייזערן אין איין אויער ארײַן און אין דעם אנדערן ארויס. מאלע װאָס זי האָט דאָרטן א בורטשע געטאָן. ערשטנס -- א קימפּעטאָרן, זי ווייסט אליין ניט, װאָס זי רעדט. צווייטנס, האָט זי בא אים א קליינע דייע. עס װעט קומען די צײַט, װעט מען זי אײַנפּאקעװען, װי מע פארפּאקעװועט די קאסטנס. זי װעט אפילע ניט באװײַזן זיך ארומקוקן. און מיטן נאָמען? כאפּט דער רועך דעם נאָמען, פאר געלט װעט ער קריגן עטלעכע נעמען און פון א שענערן ייַכעס, װי שיפרע די קישעפמאכערן. נאָר אף אזוינס האָט לייזער זיך ניט געריכט. ווען מע האָט געדארפט אוועק- טראָגן די פּאספּאָרטן, האָט כאנעלע אזוי, קאלטבלוטיק, גלײַך עס גייט א רייד װעגן עפּעס גאָר א קלײיניקײַט, א זאָג געטאָן:
-- מײַן פּאספּאָרט גיב איך ניט.
-- װאָס הייסט?
-- איך האָב נאָך צײַט. איך װעל זיך נאָך מעיאשעוו זײַן.
א שיינע מײַסע. װער האָט עס צײַט און מיט װעמען דארף מען זיך עס מעיאשעו זײַן! שוין עטלעכע כאדאָשים, אז זיי שלאָפן ניט דורך די נעכט און קוקן ארויס אף דער דערלויבעניש, וי אף מאָשלעכן, ועט זי זיך ערשט מעיאשעוו זײַן.
פּייסיע, דער מאן אירער, װאָס אין שטענדיק א ביסל שיקערלעך, האָט טייקעף זיך אויסגעניכטערט. פארשטאנען, אז ער אליין װעט גאָרנישט ניט אופּטאָן מיט זײַן אקשנטע, איז ער גלײַך אוועק נאָך הילף. זאָל דער טאטע אליין זיך דורכשמועסן מיט איר. דערהערט, אז די שנור, די כוצפּעניצע, האָט אזוינס געזאָגט, זײַנען זיי אװעק אהין אינדרײַען אין לייזערן האָט אלץ געקאָכט, און זײַנע ציטערנדיקע פויסטן זײַנען גרייט געװען אף אלץ. דאָבע האָט געגראבלט מיט די נעגל דאָס פּאָנעם און געפּרוּװוט צונויפשארן די צעשויבערטע האָר. סאבינע, װי שטענדיק אן איסגעפּוצטע, האָט ניט פארגעסן א שפּיגל טאָן זיך אין יעדער ערשטשטאָקיק פענצטער. ארײַנגעריסן זיך אין שטוב, װוי א ויכער, צעפּראלט די טירן, זײַנען זי גרייט געװען טאקע גלײַך א כאפּ טאָן כאנעלען מיטן קינד, פארפּאקעווען זי און אװעקטראָגן. נאָר אין שטוב לעבן דעם וויגעלע איז געזעסן די מעכוטענעסטע שיפרע. זי האָבן גוט געװוּסט, אז שיפרע קאָן באשטיין פאר צען, און גלײַך א ביסל אָפּגעקילט גע- װאָרן. דעם ,גוטמאָרגן? האָבן זיי אלע דרײַ געלאָזט אין דרויסן, און װײַל זיי האָבן ערשט געדארפט א טראכט טאָן, װי צוטרעטן צום איניען, האָט שיפרע אָנגעהויבן די ערשטע:
-- הערט זשע מיך אויס, מײַנע ליבע מעכוטאָנים, װען מיר האָבן א שידעך געטאָן, איז ניט געווען קיין טנײַ, אז איך גיב אוועק מײַן טאָכטער אף ארויסצופירן.
דאָבע האָט זיך געמאכט, גלײַך זי האָט ניט געהערט, װאָס די מעכוטענעסטע האָט געזאָגט. איר פארקרימען האָט בלויז געדארפט װײַזן, אז די ווערטער פון דער קישעפמאכערן זײַנען פאר איר בלאָטע. א שטעל געטאָן זיך קעגן כאנעלען און אײַנגעקלעמערט די הענט אין די קליבעס, האָט זי אויסגערופן;
-- איך וויל הערן, װאָס מײַן שנור װועט זאָגף
דאָס האָט געדארפט הייסן, אז כאנעלע איז ניט נאָר שיפרעס טאָכטער, נאָר אויך איר, דאָבעס, שנור. און זי האָט איבער איר אויך א שטיקל דייע. כאנעלע האָט א זיפץ געטאָן און אָנגעבױגן דעם קאָפּ איבערן וויגעלע:
-- איך האָב מײַנס שוין אָפּגעזאָגט.
סאבינע האָט, אפּאָנעם, לאנג געווארט אף אזא מינוט, זי זאָל קאָנען װײַזן, װער פון זי איז די געראָטענע שנור.
-- דו ווייסט, װאָס דו רעדסט?! מיר האָבן אלע זיך שוין אראָפּגענומען פון דער ארבעט!
-- דו אויך אפילע?
סאבינע האָט, פּונקט װי פריִער די שוויגער אירע, געמאכט זיך, אז זי האָט ניט באמערקט כאנעלעס שמייכעלע.
-- מיר האָבן זיך שוין פארפּאקעוועט!
-- נו, איז פאָרט געזונטערהייט!
-- לייזער, -- האָט דאָבע אויסגעשריגן און זיך א כאפּ געטאָן פאר די צעשיבערטע האָר, -- לייזער, דו הערסט, װאָס זי זאָגט? איך װעל דאָס ניט אויסהאלטף זי איז פון זינען אראָפּ, די שנור אונדזערע.
לייזער האָט די גאנצע צײַט געשוויגן, ער האָט בלויז עטלעכע מאָל זיך צוגעזעצט אפן בענקל, אָפּגעזעסן א מינוט, ראשיק זיך א הייב געטאָן, דורכגעשפּאנט איבער ביידע צימערן, ווידער זיך צוגעזעצט און הויך געסאָפּעט. ער האָט ניט געקאָנט פארשטיין, װוי איז אזוינס
27
מעגלעך? די שנור, װאָס האָט, דוכט זיך, געדארפט טויזנט מאַל אין טאָג בעטן גאָט פאר אים,. פאר דעם כעסעד, פאר דעם גוטס, װאָס ער האָט געטאָן אין איר, אָט די שטילע און וווילע שנור זאָל פּלוצעם אָנהייבן בריקעווען זיך אין אזא מינוט, װען אלץ איז געשטעלט אין קאָן!
ער האָט ארױיסגעסיפּעט בייז און שטיל:
-- מע האָט זיך צוגעוווינט צום ביסל דאלעס, און מע מיינט...
האָט שוין שיפרע, װאָס האָט די גאנצע צײַט געשוויגן, ניט געקאָנט אויסהאלטן:
-- איך װעל ניט פארבײַטן מײַן ביסל דאלעס אף אלע אײַערע קאסטנס.
אלע טירן און פענצטער זײַנען געװען צעעפנט, נאָר דאָבען איז מיטאמאָל געװאָרן דושנע אף צו כאלעשןן. זי האָט געפאָכעט מיט ביידע הענט אף איר צונטער-רויט פּאָנעם און געקוקט אף איר לייזערן דראָענדיק און פארדעכטיק. זי האָט ניט געקאָנט פארשטין, פארװאָס ער, לייזער, שװײַגט.
יאָ, אף אזוינס האָט ער זיך ניט געריכט. און אויב אלץ װועט װײַטער גיין אזוי, קאָן זיך אלץ צעפאלן באם סאמע ברעג. פארפירן א קריג איז אויך ניט קיין אייסעק. האָט ער שטיל ארויסגעברומט:
-- לאנג זיך מעיאשעוו זײַן איז ניטאָ ווען, הײַנט אין אָװנט...
דאָס איבעריקע האָט ער געלאָזט אין זיך, װײַל ער האָט אליין ניט געװוּסט, װאָס װעט זײַן הײַנט אין אָװנט און װאָס װעט ער צוטראכטן צו יענער צײַט.
װוּהין זשע האָט שיפרע געזאָלט לויפן זיך אן אייצע האלטן, אויב ניט צו בליומען? אויסגעהערט די געשיכטע פונעם אָנהייב ביזן סאָף, איז בא בליומען אויסגעקומען, אז סאמע דאָס שרעקלעכסטע איז דאָס, װאָס לייזער האָט געזאָגט , הײַנט אין אָװנט". וען ער לייגט דאָס אָפּ אף מאָרגן, װאָלט דער אָװנט געווען זייערער, װאָלטן זיי אוועק צו דאָװידן, און ער װאָלט אן אייצע געגעבן. נאָר אפן זאװאָד האלט מען איצט אין איין שטורמעווען און אלע קומען אהיים שפּעט אין אָװנט. איז ניטאָ װאָס צו ווארטן. אויסגעלאָשן דאָס אייוועלע, אראָפּ- געװאָרפן פון זיך דעם פארטעך און א קאָמאנדעווע געטאָן:
-- נעם כאנעלען מיטן קינד און קום.
-- װוּהין?
-- מירן צופאָרן אפן זאװאָד, צו מײַן מעכוטן.
--- צו דאָװידן?
-- יאָ, יאָ, צו. דאָװידן,. ער איז א מעסוקענער פּארטיינע. ער איז דאָרט אלע יאָרן געווען דער גלאוונע. און אפילע איצט..
ווען מע האָט דאָװידן איבערגעגעבן, אז באם ארײַנגאנג, אינעם צימער פונעם קאדרען- אָפּטײל, ווארט אף אים זײַן מעכוטענעסטע, האָט ער געמיינט, ער וייסט װאָס ס'האָט געטראָפן. עפשער עפּעס מיט שיינדלען, צי עפשער גאָר עפּעס מיט ציפּעלען. דערזען באנאנד מיט דער מעכוטענעסטע שיפרען, וועמען ער האָט שוין ניט געזען אריבער א יאָר, און אן אומבאקאנט יונג װײַבל מיט א קינד אף די הענט, האָט ער זיך גאָר װי פארלאָרן. דערנאָך, אויסגעהערט דאָס, װאָס די מעכוטענעסטע בליומע האָט דערציילט, איז אים שוין אליין געווען שווער באשטימען זײַן צושטאנד. שיפרע אליין האָט געשויגן. זי האָט בלויז צוגע- שאָקלט מיטן קאָפּ, געבנדיק צו פארשטיין, אז אלץ, װאָס בליומע דערציילט, סײַ דאָס, װאָס איז געװוען, סײַ װאָס בליומע פּוצט א ביסל צו, איז ריינער עמעס, און אלץ איז פּונקט אזוי, גלײַך בליומע אליין װאָלט געווען דערבײַ.
-- איז װאָס זשע װוילט איר פון מיר? -- האָט דאָװיד געפרעגט.
-- גיט אונדז אן אייצע, -- האָבן אין איין קאָל ארויסגערעדט בליומע מיט שיפרען
דאָס װײַבל מיטן קינד אף די הענט האָט געשוויגן.
דאָװיד האָט אויך געשוויגן. די אלע טעג איז ער געווען אזוי װײַט פון דעם אלעמען, אז די דאָזיקע געשיכטע האָט זיך ארײַנגעריסן אהער, וי יענער פארדומפּענער קלאנג פון דער היליאָטינע, װאָס פּאסעוועט די בויגנס שטאָל. ער האָט פּונקט, װוי זײַן מיכל, עפּעס ניט ליב די דאָזיקע מאשין מיטן ניט גאָר פײַנעם נאָמען. און די יוגנט-בריגאדע, איבער וועלכער ער האלט שעפטום, געפינט זיך מיט יענער מאשין אין סאמע נאָענטער שכיינעס. גוט, װאָס ניט שטענדיק ארבעט זי, די מאשין. זי האָט איצט מיטאמאָל א גרילץ געטאָן אין די אויערן מיט דער גאנצעֶר העסלעכקײַט פון איר ברומענדיקער שטים.
ער האָט געקוקט פון דער זײַט אפן יונגן װײַבל, װאָס איז געווען איצט זײַנע א װײַטע קרויווע און אף אזא אומדערווארטן אויפן אים וידער צונויפגעשטויסן מיט לייזערן. ניין דער דאָזיקער געדאנק איז געקומען שפּעטער. פריַער האָט ער פּאָשעט באקוקט איר ציגײַנע-
28
ריש-טונקל און לענגלעך פּאָנעם און די קליינינקע אוירינגלעך, װאָס האָבן װי אונטערגע- שפּארט די לעפּלעך פון אירע װײַסלעכע אויערן. ער האָט אפילע א שמייכל געטאָן. דער שמייכל איז געקומען דערפון, װאָס ער האָט זיך דערמאָנט, װי מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען ער האָט געוווינט אפן ייִדישן געסל, פלעגט ער יעדן אָװנט, גײיענדיק פון דער ארבעט אהיים, טרעפן עפּעס א שנעקל, װאָס איז אנשלאָפן געװאָרן בא דער וואנט. ער האָט שטענדיק געװוּסט, װועמעס דאָס איז, װײַל צו יענער מינוט האָט שיפרע די קישעפמאכערן באויזן איבערציילן איר ביסל דרויב, געכאפּט זיך, אז איינס פעלט, און געשריגן איבער דער גאנצער גאס:
-- מאניעלע, װוּ ביסטו?
-- כאנעלע, װוּ ביסטו?
טאקע איבער אָט די געשרייען און זוכענישן האָט ער פארגעדענקט אלע נעמען פון שיפרעס קינדער. ניט איין מאָל האָט ער אליין אופגעהויבן דאָס שנעקל פון דער ערד און א שלאָפנדיקס אָפּגעפירט אהיים. זײַנען זײ שוין אויסגעוואקסן, הייסט עס, אייניקע אפילע שוין כאסענע געהאט, און איינע פון זיי איז געװאָרן זײַנע א קרויווע.
-- דאָס איז מאניעלע? -- האָט ער גלאט אזוי געפרעגט.
-- ניין, דאָס איזן כאנעלע, -- האָט שיפרע געענטפערט מיט שטאָלץ. -- זי האָט געענדיקט א טעכניקע!
דאָס האָט געדארפט דערקלערן און פארענטפערן אלץ. און אויך דאָס, װאָס זיי זײַנען געקומען גראָד צו אים.
דאָװיד האָט דערנאָך אליין ניט געקאָנט פארשטיין, פארװאָס איז ער געװאָרן אזוי ביין און מיט װאָס זײַנען געווען שולדיק די, װאָס זײַנען געקומען צו אים נאָך אן אייצע. נאָר טאקע איבער דער אייצע.. װײַל אזעלכע שוערע אייצעס האָט ער רעכט געהאט געבן בלויז זיך אליין, אזוינס װאָלט ער געקאָנט אייצענען זײַן מאלקען. און װען די שאָ זאָל ניט זײַן, װאָלט ער מיט דער זעלבער שטרענגקײַט און אומראכמאָנעסדיקײַט געקאָנט אזוינס זאָגן זײַן ציפּעלען. נאָר װי זאָגט מען אזוינס א יונג װײַבל מיט א קליין קינד אף די הענט שיפרעס א קינד, װאָס איז אויסגעוואקסן אפן מיסט און שטויב פונעם ייִדישן געסל!
כאנעלע האָט אלץ געוויגט דאָס קינד און אלעמאָל געכאפּט א קוק אף דאָװידן. געקוקט אף אים מיט שרעק, מיט געבעט און מיט אזוינס, װאָס נאָר זי אליין האָט געװוּסט. און גראָד דאָס, װאָס איז געווען פארבאָרגן פון דאָװידס אויג, פון דאָװידס פארשטאנד, האָט אים נאָך מערער געבייזערט. גראָד דאָס טיף פארבאָרגענע האָט אים װידער געדארפט צונויפשטויסן מיט לייזערן.
-- זאָג דעם עמעס, האָסט אים ליב, אָט דעם פּייסיען!
כאנעלע האָט אופגעהויבן אירע פארטרערטע אויגן אף דער מאמען, און אין איר בליק, א קינדעריש-אומבאהאָלפענער, װי בא א שילערן, װאָס בעט, מע זאָל איר אונטערזאָגן, איז געווען יענץ פארבאָרגנס, װאָס דאָװידן איז שװער געווען פארשטיין. כאנעלע האָט א קוק געטאָן אף דער מאמען, שיפרע האָט א קוק געטאָן אף בליומען, און אלע דרלי איניינעם האָבן א קוק געטאָן אף דאָװידן. און אָס דער שוטפעסדיקער בליק האָט געדארפט הײיסן: װאָס זשע, איר קענט ניט אָט דעם פּייסיען?
און דאָך, אפילע נאָך אָט דעם שטומען ענטפער צי אָט דער שטומער פראגע, האָט
דאָװיד ניט געקאָנט ארויסטראָגן זײַן פּסאק. האָט ער ווידער בלויז געפרעגט: -- און אויב א געט?
געענטפערט האָט שיפר א גרויס געווינס.
-- נו, װאָס האָב איך געזאָגט! אז איך האָב אוסגעהאָדעװעט צען קינדער, קיין אײַני האָרע, װעל איך ניט אויסהאָדעװען נאָך א פּאָר אייניקלעך?
ע, געענטפערט אזוי, גלײַך זי האָט נאָרװאָס ארײַנגעכאפּט עפּעס
4
--זאָלט איר וויסן זײַן אזוי. פון א קליין כאזערל וואקסט אויס א גרויסער כאזערינע,
פון א קליין כאפּוגעלע א גרויסער גאנעוו. און נאָך זאָלט איר װויסן: אז מע זאָגט מעשוגע, זאָל מען גלייבן..
בליומע שיסט דאָס ארויס אין איין אָטעם, און ערשט דערנאָך לייגט זי צו די האנט צום הארצן. מאכט אזא מינע, גלײַך ס'האָט זי דאָרטן א שטאָך געטאָן. אָפּנעדעכעט און ארײַנגע-
29
צויגן צוריק דעם אָטעם מיט א שטיקל , אוי", הייבט זי אָן באקוקן זיך אליין פון קאָפּ ביז די פיס. צי זעט זי ניט אויס א ביסעלע צו, װי זאָגט מען דאָס... װײַל װי נעמט עס א ייִדענע און לויפט אוועק אָט אזוייאָ, ניט קיין צוגעקעמטע, אינעם פארפלעקטן פארטעך, אין די אָפּי געריבענע שטעקשיך?
-- הערט מיך, מעכוטן, -- דאָס פארענטפערט זי זיך פאר איר הוילעך. -- איך האָב געפילט, אז אויב איך לויף גלײַך ניט אוועק צו אײַך און דערצייל דאָס ניט, װעל איך פּאָשעט צעזעצט װערן. האָב איך ארויסגעשטעלט די װעטשערע אפן טיש, װײַל זינט ס'האָט זיך אָנגעהױבן די יאָגעניש מיט די אװטאָמאטן, ווייס איך קײינמאָל ניט, װען זיי װעלן קומען אהיים. שוליע שטורמעװועט בא זיך, און באָריס שוין אָפּגערעדט. מיכלען זע איך דערװײַל אויך ניט. אף שיינדלען פרעג איך שוין ניט.
ער איז טאקע געווען מיד. נאָר וויבאלד די מעכוטענעסטע איז געקומען, װעט אים שוין אומעטיק ניט זײַן. און בליומע, כאָטש דאָס, װאָס זי האָט געהאט צו דערציילן, האָט מאמעש ארויסגעשפּארט פון איר, האָט אָנגעהױיבן גאָר פונדערװײַטנס:
-- איך זעט? איך בין אזוי געלאָפן צו אײַך, אז איך בין צו װײַט פארלאָפן. די מײַסע איז גאָר אן אנדערע. כאצקעלע שאמעס קענט איר דאָך. א קוק טאָן אף אים -- טוג ער זיך אויס פאר א שאמעס, װי מייערל קאבאנטשיק פאר א מעשוגענעם. נאָר -- זעט איר דאָך. ער מאכט ניט קיין שלעכטע געשעפטן. זײך אויסגעלערנט מאכן א קאָלעקטיוון קאדעש און ארײַנכאפּן פאר איין טאָג עטלעכע פינפערלעך. נו, מיילע, אז נאראָנים גיבן, פארװאָס זאָל ער ניט נעמען! זאָלט איר אָבער זען, װי ער שפּאנט איצט ארום איבערן געסל און טײַנעט זיך אויס מיט יעדערן אזוי, אז מע קאָן מיינען, אז די סאָוועטסקע וולאסט האָט אים פּאָשעט אָפּגעקױלעט. דאָס ברויט איז בא אונדז קיין ברויט ניט, די הינער זײַנען קיין הינער ניט, די עפּל קיין עפּל ניט. נו, און וועגן מאראנצן... אויך מיר א מעלוכע, װאָס האָט ניט קיין אייגענע מאראנצן. אָט, דאָרטן.. נו, אף מיר מעגט איר זיך פארלאָזן. איך האָב אים הײַנט אזוי אָפּנעכרענזלט, אז ער װעט האָבן צו געדענקען. דו, אזינער און אזוינער, זאָג איך אים, װער האָט דיך ארױסגעשלעפּט פון דער געטאָ, װער האָט דײַנע קינדער געשטעלט אף די פיס, פאר אינזשעניערן געמאכט? ווילסט פאָרן אהין, פאָר דיר צו אלדי רוכעס, זאָג איך, נאָר גיי ניט ארום און טרײַב ניט קיין רעכילעס, פּאטשקע ניט אונדזער ערד און אונדז אליין, שפּײַ ניט, זאָג איך אים, אין דער קרענעצע, װײַל ,שע פּרעידע קאָזא דאָ װאָזא", זאָג איך. און מיר װעלן נאָך הונדערט מאָל א טראכט טאָן, צי ארײַנלאָזן דיך צוריק, צי ניין. מיינסט, זאָג איך אים, איך ווייס ניט, װער ס'האָט דיך געדונגען זאָגן אָט דעם קאדעש? דער זעלבער, װאָס האָט דיר אנטליען געלט אף הױצאָעס און וועמענס שװערע קאסטנס דו װעסט ארויספירן אף דײַן נאָמען. און סײַװי װעסטו דערנאָך דארפן אלע דײַנע יאָרן ארבעטן אף אים אף אױסצאָלן די כויוועס. ווייסט איר, װאָס ער האָט מיר געענטפערט: ,דאָרטן זאָגט ער, װעל איך װערן א ליטשנאָסט!? יאָ, זאָג איך אים, װעסט דאָרט װערן אזא ליטשנאָסט, וי זאלמען שויכעט!..
דאָװיד איז טאקע געווען שטארק מיד. אזוי מיד, אז כאָטש נעם און לייג זיך גלײַך אוועק אין בעט ארײַן. נאָר ער טאָר ניט. ער טאָר ניט װײַזן די מידקײַט, מע טאָר אים ניט טרעפן אין בעט.
-- װער האָט עס אים אָנגעדונגען און װער גיט אים געלט אף הויצאַעס?
-- װאָס הייסט װער?! טאקע אײַער ליזער! דאָס גאנצע געסל װייסט װעגן דעם. נאָר ניט צוליב כאצקעלען בין איך עס אזוי געלאָפן צו אײַך, איך מוז אײַך דערציילן װעגן זאלמען שויכעט.
פארשטאנען, אז די מײַסע וועגן זאלמען שויכעט װעט זײַן אויך ניט קיין קורצע, האָט דאָװיד א פרעג געטאָן:
-- עפשער וועט איר דערװײַל אויסטרינקען א גלאָז טיי?
-- פארװאָס טאקע ניט? איך שטארב א טרונק. אז מע שטייט אָפּ א גאנצן טאָג לעבן אייוועלע...
נאָר לאָזן דאָװידן אליין צוטראָגן טיי איז ניט אין איר טעווע.
-- זיצט, זיצט, כ'וועל אליין. און איך װעל שוין איניינוועגס צושטעלן אָנווארעמען דעם מיטיק. זיי װעלן דאָך באלד אלע קומען. לאָמיך נאָר כאפּן א קוק, װאָס טוט זיך בא אײַך אין כאָלאָדילניק. נו, יאָ, כ'האָב טאקע געװוּסט.
װאָס, אייגנטלעך, האָט זי געװוּסט, האָט זי ניט געזאָגט, װײַל ארויסבאקומענדיק פונעם אײַזקאסטן אלץ, װאָס זי האָט געדארפט, האָט זי געהאלטן אין קאָפּ די געשיכטע וועגן זאלמען שויכעט, זי זאַל, כאַלילע, ניט פארגעסן עפּעס זייער וויכטיקס.
30 *פ
-- די שויכעטקע האָט איר דאָך געקענט? נו, פרומע די שויכעטקע. ווען איר איז ארײַן אין קאָפּ דאָס ארױיספאָרן, האָט זי געװאָלט, אז די גאנצע גאס זאָל פאָרן מיט איר איניינעם. באגעגנט זי מיך אײינמאָל און פרעגט בא מיר;
-- איר האָט שוין אײַנגעגעבן?
-- דערװײַל נאָך ניט, -- ענטפער איך.
-- גייט שוין גייט, -- האָט זי זיך אזש פארקרימט.-- איר זײַנט אלע אזוי פארטומאנע- װעט, אז מע קאָן מיט אײַך אפילע ניט רעדן. מײַן זאלמען, אז ער װעט נאָר קומען אהין.. ער האָט דאָרטן נײַן ברידער! און דער פּרעזידענט אליין הייסט אויך זאלמען.
איך געדענק שוין ניט פּינקטלעך, װען זי זײַנען אװעקגעפאָרן, מיט א יאָר צוריק, צי מיט אָנדערהאלבן. און עפשער איז נאָך אפילע קיין יאָר ניטאָ. נעכטן איז אָנגעקומען פון פרומען א בריוו צו איר שכיינע. ס'איז טאקע מײַנע א שכיינע אויך. אָט איז ער, דער בריוו, נעמט אומיסטן לייענט איבער.
אייגנטלעך, איז דאָס אלץ פאר דאָווידן ניט געווען קיין נײַס. ער האָט זיך אָנגעהערט גענוג פארשיידענע געשיכטעס וועגן אויסגעטראכטע קרויווים און פאלשע ארויסרופן, װי אויך וועגן עמעסדיקע קרויווים, װאַס װײַזן זיך דערנאָך ארויס פאר פאלשע, װײַל װער זי זאָלן ניט זײַן, אפילע אייגענע ברידער און שוועסטער, זײַנען דאָס אין טאָך פרעמדע מענטשן, מיט א ביז גאָר פארשיידענעם וועלט-באנעם, פארשיידענע זיטן, מענטשן, װאָס האָבן אָפּגע- לעבט זייער לעבן אין גאָר פארשיידענע װועלטן!
ער האָט אים גוט געקענט, זאלמען שויכעט, באזונדערס אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מילכאָמע, ווען זײַן קוטשעראווע בערדל איז נאָך געװוען שווארץ און זײַנע גרויסע, א ביסל פארכאָלעמטע אויגן זײַנען אויך געװען פון דעם זעלבן קאָליר. ער איז געװוען ניט קיין איבעריק פרומער און האָט אָפטמאָל מיטן כאלעף אין דער האנט געקאָנט זאָגן א כאָכמע, װאָס האָט געקלונגען ביז גאָר אפּיקאָרסיש. פרומע איז געװען אף א קאָפּ העכער פון איר מאן, צוויי מאָל גרעבער פון אים. און אין איר גאנג, אין איר שמייכלענדיקן קוק און אין איר באלעקן די ליפּן איז געווען עפּעס טײַװלדיקס, אזוינס, װאָס פּאסט אינגאנצן ניט פאר קיין שויכעטקע. דערצו נאָך פאר אזא, װאָס הייסט אליין פרומע. דאַװיד האָט ניט געװוּסט, אז ער איז אװעקגעפאָרן. און אָט, זאלמען, װאָס האָט אזוי שטאָלצירט מיט דעם, װאָס ער הייסט אזוי װוי דער פּרעזידענט, איז שוין ניטאָ. און די שויכעטקע... ער װאָלט קיינמאָל ניט געגלייבט, אז אָט די פרומע מיט איר טײַװעדיק שמייכעלע זאָל קאָנען אָנשרײַבן אזא בריוו. אף גאנצע צען זײַטלעך! וויאזוי זיי זײַנען געפלויגן אהין, ויאזוי זיי זײַנען געזעסן אין אעראָפּלאן און געמאָלט זיך די סימכע, ווען אלע נײַן ברידער מיט זייערע מישפּאָכעס װעלן ארויס זיי באגעגענען און ס'וועט זיך גלײַך אָנהײבן א שלעפּעניש מיט א שפּארעניש. איין ברודער שלעפּט אים צו זיך, דער צוייטער צו זיך, און דער דריטער זאָגט, אז ער איז סאמע דער עלטסטער און דערפאר איז ער באלמעצער, און ס'וועט זיך אָנהײיבן א לעבן פון סאמע ארומגיין צו געסט, פון סאמע שאבאָסים און סאמע יאָמטויװים, איין װאָך בא איין ברודער, די צווייטע װאָך בא א צווייטן ברודער, די דריטע װאָך בא א דריטן ברודער, און נאָך די נײַן װאַכן װעט דער ערשטער ברודער זיך אזוי פארבענקען, אז סוועט זיך גלײַך אָנהײבן א צווייטע האקאָפע. און װידער דאָס זעלבע. און אלץ איז יאָמטעװדיק, און אלץ איז סאָסןיוועסימכעדיק, און אלץ איז אזוי, װאָס איז נאָך אין קיין שום האגאָדע ניט פארשריבן געװאָרן. װײַל -- נײַן ברידער!
זיי ביידע, זאלמען און פרומע, זײַנען ביז דאן אפילע נאָענט לעבן אן אעראָפּלאן ניט געשטאנען, דאָס פליען איז זי אָנגעקומען ניט גרינג, אלעמאָל זײַנען זיי געװאָרן אָט רויט, אָט בלאס, און ס'האָט אלעמאָל געהאלטן באם ברעכן. האָבן זי ניט אופגעהערט טרייסטן איינער דעם אנדערן, אז ס'איז אלץ קעדײַ, װײַל, אז מע גיט נאָר א טראכט, װאָס ס'וועט זיך אָנהײבן דאָרטן, מעג מען שוין אפילע אויסברעכן אלץ.
-- אָט װעסטו זען, פרומע, וי נאָר מיר לאָזן זיך אראָפּ אף דער ערד..
אין אָט דעם װאָרט, אין אָט דער ,ערד", האָט זאלמען ארײַנגעלייגט אלץ, װאָס זײַן קויעך-האדימיען האָט אים געקאָנט מאָלן. די אייגענע ערד, די הייליקע ערד, די ערד פון די אַװעס און די ערד, װוּ עס װוינען זײַנע נײַן ברידער, װאָס װעלן באלד קומען צו לויפן אין אעראָפּאָרט, די נײַן ברידער מיט זיערע װײַבער און קינדער, איידעמס און שנורן, אייניקלעך און אורייניקלעך, און ס'וועט זיך באלד אָנהײבן א שלעפּעניש און א שפּארעניש. איין ברודער שלעפּט אים צו זיך, דער צווייטער צו זיך. זאָלן זי נאָר זיך אראָפּלאָזן אף דער ערד.
און ווען זיי האָבן זיך אראָפּגעלאָזט...
1
פון די נײַן ברידער איז געקומען נאָר איינער. איינער אליין, אָנעם װײַב, אָן די קינדער און אָן די אייניקלעך.
-- דאָס איז גאָרניט, פרומע, אָט װעסטו זען. מיסטאמע איז בא זיי אנדערע מינהאָגים. אוואדע איז דאָ גאָר אנדערע מינהאָגים, װײַל װי איז דאָס מעגלעך, אז דאָ אין לאנד זאָלן זײַן די זעלבע מינהאָגים, װי אין כוץילעאָרעץ? װײַל װען דאָ זײַנען די זעלבע מינהאָגים, װאָס דאָרטן, װאָס זשע װאָלט געווען דער כילעק!
און זאלמען שויכעט, װאָס האָט געהייסן פּונקט אזוי, װי דער פּרעזידענט, האָט זיך געסטארעט מיט אלע מעגלעכקײַטן טרײיסטן זײַן פרומען, װאָס האָט אין דער ערשטער מינוט גלײַך אָנגעװױרן איר רייצנדיק שמייכעלע.
-- אָט װעסטו זען, פרומע, מע דארף נאָר א ביסל צוטערפּען, ביז מירן אויסכאזערן און זיך צוגעוווינען צו די היגע מינהאָגים. אָט, זעסט דאָך. טו אומיסטן א קוק, זע נאָר, זע נאָר, דיר האָט אפילע אזוינס זיך ניט געכאָלעמט. עפּעס גאָר, װי כאמישעאָסער מיט פּורים איניינעם.
דאָס האָט זאלמען געזאָגט, באקוקנדיק דאָס, װאָס ס'האָט זיך א װײַז געטאָן אפן טיש, וי נאָר זיי זײַנען ארײַנגעקומען צום ברודער אין שטוב ארײַן. עפּעס טאקע נאָר װי אין א כאָלעם. אזעלכע פעטע יויכן, געבראָטענע הינדלעך מיט לימענעס.
-- זעסט, פרומע, געבראָטענע הינדלעך מיט לימענעס. האָסט אמאָל געזען אזוינס? מע דארף נאָר זיך צוגעוווינען צו די היגע מינהאָגים. מיט די היגע מײַכאָלים.
וויי, װאָס אפן טיש האָט זיך געטאָן!. אזעלכע באָקסערן, אזעלכע פײַגן און אזעלכע מאראנצן! הײַנט די ראָזשינקעס אליין, ראָזשינקעס מיט מאנדלען. און אזעלכע פּיירעס, װאָס מע זעט זיי ביכלאל ניט, סײַדן אין גאניידן. זי ווייסט אפילע ניט, װי מע רופט זיי. איז פרומע געווען זיכער, אז זיי האָבן געטראָפן אין עמעסן גאניידן. איין זאך איז איר געווען קאָשע. װאָס טוט ער, דער גוטער קאָרעװ, אלעמאָל א קוק אפן זייגער? נאָר מאלע װאָס... אז אלץ איז דאָ אזוי קעיאדיהאמעלעך, װאָס זשע דארף זי קימערן, װאָס ער קוקט אלעמאָל אפן זייגער? מיסטאמע האָט דאָס אויך א שײַכעס צו די היגע מינהאָגים. זאלמען זאָגט דאָך... נאָר פארװאָס אזוי אָפט! קימאט אלע מינוט! האָט זי שוין ניט אויסגעהאלטן, פרומע:
-- װאָס קוקט איר אלעמאָל אפן זייגער? איר אײַלט זיך ערגעץ?
-- ניין, ניין, איך אײַל זיך אין ערגעץ ניט, -- האָט זי בארויקט דער שװאָגער, -- נאָר איר דארפט זיך א ביסל אונטערײַלן. אין א האלבער שאָ ארום װעט צופאָרן א מאשין און װועט אײַך אוועקפירן אין אײַער װווינונג.
און טאקע... פּינקטלעך אין א האלבער שא ארום... דער גאנצער גאניידן איז געבליבן אפן טיש, און זיי זײַנען אװעקגעפאָרן. געפאָרְן לאנג, עפּעס זייער און זייער לאנג, װײַל זייער װוינונג איז געווען ניט אין דער שטאָט, װוּ איינער פון די נײַן ברידער האָט געװוינט, און אפילע ניט אין דער שכיינעסדיקער שטאָט, װוּ ס'האָבן, מעגלעך, געװוינט א פּאָר אנדערע ברידער, און אפילע ניט בישכיינעס מיט דער שכיינעסדיקער שטאָט. ביכלאל אין קיין שום שטאָט ניט, ערגעץ אין אױסרײַסעניש, אף א פּוסט אָרט, װוּ עס זײַנען געשטאנען עטלעכע הײַזער און ארום-און-ארום, וי אויך צװישן די הײַזער אליין, איז געװען הוילער מידבער. אָבער טאקע עמעסדיקער, מיט גאָר ניט קיין באפּוצטער, מיט גאָר ניט קיין פארהאנגענער, מיט גאָר ניט קיין צוגעדעקטער מידבער. די ערשטע פּאָר נעכט האָבן זײ געציטערט פון שרעק און אפילע קיין אויג ניט צוגעמאכט. און זאלמען... וי דאן, ווען זי זײַנען געזעסן אין אעראָפּלאן, וי דאן, ווען זיי זײַנען נאָרװאָס אראָפּ אף דער ערד.
-- אָט װועסטו זען, פרומע. מע דארף נאָר גוט צעקײַען די היגע מינהאָגים. עס קאָן דאָך ניט זײַן, נײַן ברידער!
דערנאָך האָבן זיי שוין אופגעהערט מוירע האָבן פאר דעם מידבער. זי האָבן זיך שוין אויסגעלערנט שלאָפן באנאכט. נאָר די היגע מינהאָגיס! זיי האָבן זי ניט געקאָנט צעקײען. זי האָבן זי ניט געקאָנט פארשטיין. צי דען דארף דאָס טאקע זײַן אזוי? נײַן ברידער! און פאר א האלב יאָר האָט אפילע קיין איינער פון זיי זיך ניט אראָפּגעיאװעט אהער. אפילע דער, װאָס האָט זיי באגעגנט אפן אעראָפּאָרט. גלײַך קיין שום ברידער אף דער ועלט װאָלטן ניט געווען.
זאלמען האָט געווארט. א האלב יאָר האָט ער געווארט! די ערשטע צײַט האָט ער נאָך גערעדט צו איר, צו פרומען. זי געטרייסט, געפּרוּװט איר אײַנרעדן, אז מע דארף א ביסל צוטערפּעַן, צוּווארטן, צעקײַען, זיך צוגעוווינען, דערנאָך האָט ער זי אופגעהערט טרייסטן בלויז גלאט אזוי זיך אויסגערעדט דאָס הארץ, ארויסגערעדט זײַן פארדראָס, דערנאָך האָט ער אינגאנצן אופגעהערט רעדן. גאנצע שאָען איז ער אָפּגעזעסן באם אָפענעם פענצטער און ארויסגעקוקט אפן מידבער. אָפּטמאָל אפילע אין עסן פארגעסן, אָפּטמאָל אפילע אינעם דאוונען.
2--246 32
פרומע האָט מוירע געהאט, זי האָט זייער מוירע געהאט, אז ער װעט אראָפּ פון זינען. װײַל װי גייט עס א מענטש ארום איבער דער שטוב שאָענװײַז און האלט אין איין זינגען א ניגנדל? גלאט אזוי א ניגנדל, אָן ווערטער. נאָר זי, פרומע, האָט גוט פארשטאנען, װאָס איר
זאלמען מיינט מיט דעם ניגנדל. ס'איז דאָך געווען דאָס ניגנדל פונעם לידעלע וועגן צען ברידער:
צען ברידער זײַנען מיר געווען...
האָט פרומע פארשטאנען, װאָס ער מיינט מיטן ניגנדל. דאָרטן, אין דער היים, איז ער. הייסט עס, געווען זיכער, אז זיי זײַנען צען ברידער. האָט ער געגלייבט און געהאָפט. ער וועט קומען אהין, אין זײַן אייגן לאנד, צו זײַנע אייגענע ברידער. און דאָס איז געווען ניט מע- רער, וי א כאַלעם. ס'איז גאָר ניט דאָס לאנד, װאָס איז אין כומעש באשריבן. און די ברידער... צען ברידער זײַנען זיי געווען, און איצט איז ער געבליבן איינער אליין, עלנט, װי א שטיין.
א האלב יאָר האָט זאלמען געווארט און מערער ווארטן ניט געקאָנט. ער איז ניט אראָפּ פון זינען, ער איז פּאָשעט געשטאָרבן. ניין, ניט פּאָשעט געשטאָרבן. ער האָט טאָג נאָך טאָג געצאנקט, װי א ליכט. פון פארדראָס, פון עלנטקײַט, פון דער ארומיקער מידבאָרישער פּוסט- קײַט און פון דעם, װאָס בא אים אינװייניק איז אויך געווען אינגאנצן פּוסט.
,..אזוי האָט זיך געענדיקט אונדזער כאָלעם. וויי, װי מיר האָבן עס געטרוימט לעבן אין אונדזער אייגן לאנד, צװישן אונדזערע אייגענע ברידער! איצט איז בא מיר געבליבן בלויז איין טרוים. מיר זאָל באשערט זײַן זיך אומקערן צוריק און שטארבן אף מײַן אייגן געסל, צוישן מײַנע אלטע און גוטע פרײַנט... "
פרומע די שויכעטקעו. גײ ריכט זיך, אז פרומע די שויכעטקע זאָל אָנשרײַבן אזא בריוו.
בליומע האָט ניט פארשטאנען, פארװאָס איז ער געװאָרן אזוי בייז, איר מעכוטן, בייז און זייער אופגעבראכט. זי האָט ניט פארשטאנען פארװאָס און האָט ניט געװוּסט אף וועמען. ווען זי זאָל געווען וויסן, אז דאָס װעט אים אזוי אופרודערן, װאָלט זי געווען אזוי געיאָגט אהער? זי האָט דאָך געמיינט פארקערט.
דאָװיד אליין האָט אויך ניט געװוּסט. נאָר דאָס הארצקלאפּעניש און דער פארדראָס... ניט זײַן, דאָװידס, פארדראָס, נאָר זאלמענס. ער האָט זיך פאָרגעשטעלט, וי א מענטש גייט אויס, וי א ליכט, פון דעם, װאָס ער האָט פארלוירן אלץ, אין װאָס ער האָט געגלייבט, אף װאָס ער האָט געהאָפּט א סאך יאָרן. פארװאָס לאָזן מענטשן זיך אײַנרעדן? פארװאָס פאָרט מען? דערנאָך האָט ער זיך צוגעזעצט אינעם צוייטן צימער אף א בענקל לעבן פענצטער און שטארק פארקוקט זיך אפן פארנאכטיקן דרויסן. ער האָט אפילע ניט באמערקט, װי פריַער איז שטיל ארײַנגעקומען שיינדל און געבליבן אין קיך מיט איר מאמען, װי דערנאָך איז פּונקט אי שטיל ארײינגעקומען מיכל, ניט דערפילט אפילע דאָס װינטעלע, װאָס ציפּעלע האָט גאנץ ראשיק ארײַנגעבראכט מיט זיך, ניט געהערט, װי ס'האָבן זיך צעקלונגען אין קיך די לעפל מיט די גאָפּלען. ער איז געקומען צויזיך ערשט דאן, װען מע האָט אים א רוף געטאָן צום טיש און ווען בליומע האָט א זאָג געטאָן צו זיך אליין;
-- ווען איך זאָל געווען וויסן...
-- וועגן װאָס! -- האָט שיינדל ניט פארשטאנען.
די פראגע איז געבליבן אָן אן ענטפער, װײַל מיכל האָט געהאט זײַן בינטל נײַס און געמוזט זיי גלײַך ארויסלייגן, דעם טאטן זאָל ווערן א ביסל פריילעכער. אז ערשטנס, איז מיט וואסער געװאָרן אלץ אין אָרדענונג, די אוואריע האָט מען אינגיכן ליקווידירט, און מיט קיין ציסטערנעס האָט מען מערער ניט געדארפט פירן. צווייטנס, אז זײַן בריגאדע, דאָס הייסט טימאָכעס כעוורע, איבער וועלכע ער האלט שעפטום, איז הײַנט ארויס אפן ערשטן אָרט. און לויט אלע סימאָנים איז צו זען, אז זי װעט די ערשטקײַט האלטן פעסט.
-- שוין? אפן ערשטן אָרט? -- איז דאָװיד געװאָרן דערשטוינט.
דעם עמעס געזאָגט, האָט ער געווארט אף דעם אלע טעג, געווארט און געגארט און יעדן טאָג אײַנגעטײַנעט מיט דער קוטשעראווער בריגאדע, אז זיי מוזן זײַן די ערשטע. ער האָט אָבער אויך פארשטאנען, אז צו זייער יונגקײַט און אימפּעטפולקײַט פעלט זיי נאָך א זאך-- מײַסטערשאפט, אז אין אלע איבעריקע דרײַ בריגאדעס פונעם זאמל-צעך ארבעטן עלטערע, נאָר א סאך געניטערע פאכלײַט, און זיי, די קוטשעראווע, װעט זײַן ניט גרינג זיי אריבעריאָגן. דאָס, װאָס זיי האָבן שוין באוויזן ארויס אפן ערשטן אָרט, האָט אים דערפרייט און א ביסל דער- שראָקן. ער האָט -מוירע געהאט, אז דאָס איז א ריינער צופאל. זאלמען, דער אלטער שויכעט, האָט זיך אָפּגערוקט אין א זײַט. מיט אלע זײַנע כושים איז שוין דאָװיד געװוען צװישן זײַנע קוטשעראווע, גלײַך ער אליין װאָלט אויך געווען איינער פון זיי, זייער געוינס איז זײַן
33
געווינס, און זייער פארלוסט װעט אים וי טאָן, װי דאָס װאָלט געווען זײַן אייגענער פאר- לוסט. אים איז טאקע געװאָרן א ביסל פריילעכער אפן הארצן. ער האָט באקוקט די אָנגעגאָ- סענע טעלער זופּ, פון וועלכע ס'איז געגאנגען א ווארעמע פּארע, װאָס האָט געשמעקט מיט יונגער פּעטרישקע. א ריב געטאָן די הענט, אפילע א שמייכל געטאָן און זיך אָנגערופן:
-- אוך, אן אפּעטיט בא מיר!
נאָר ס'איז הײַנט אלעמען געווען באשערט א פארשטערטע וועטשערע.
מע איז שוין אלע געזעסן באם טיש. דאָװיד, בא װועמען דער אפּעטיט האָט הײַנט זיך מוירעדיק צעשפּילט, האָט שוין באוויזן נעמען אין מויל ארײַן דעם ערשטן לעפל, א קויק טאָן זיך גאנץ הויך, װאָס האָט געדארפט הייסן, אז דער זופּ איז הײַנט מאָלעיטאם, נאָר דאָ איז געשען אזוינס, איבער װאָס אלע לעפלען מיט זופּ זײַנען געבליבן הענגען אינדערלופטן. געהאנגען א װײַלע, דערנאָך צוריק זיך אראָפּגעלאָזט אין די טעלער, װײַל ביז איצט האָט לייזער קיינמאָל ניט אריבערגעטראָטן די שװועל פון אָט דער שטוב.
ער איז ניט ארײַנגעקומען, נאָר ארײַנגעריסן זיך, א פארפּאליעטער, א צעכראסטעטער, און די קורצע ארבל פון זײַן צעשפּיליעטער טעניסקע האָבן אויסגעזען אומיסטן פארקאטשעט, װי ערעוו א געשלעג. סײַ די הענט, סײַ דאָס פּאָנעם האָבן געגלאנצט פון שוייס, געװען קאצאָװיש-אָנגעבלאָזן, און די אָקסישע אויגן זײַנען געװען װי אָנגעגאָסן מיט ריצכע. ער האָט דורכגעשפּאנט דורכן שמאָלן קאָרידאָרטשיקל, זיך ארײַנגעריסן אין קיכל, און װײַל ס'איז דאָרטן ניט געווען װוּ ארומשפּאנען, האָט ער אָנגעהױבן ארומדרייען זיך אף איין אָרט, װי א דריידל, און בא יעדן דריי א קוק געטאָן אין פּאָנעם עמעצן אנדערש, װי באטיילנדיק יעדערן מיט דער ריצכע, װאָס האָט געשפּריצט פון זײַנע אויגן:
-- נו, יאָ, ביסט טאקע א גאנצער קנאקער!
אפּאָנעם, אז מיטן וועג האָט ער באוויזן ניט װײיניק אָנרעדן זיך און אָנשילטן זיך, געווען שוין א ביסל אױסגעליידיקט, מעגלעך, אז אים האָט זיך געדוכט, אז ער האָט דאָס אלץ ארוױיסגעזאָגט אין דער הייך, האָט ער אָנגעהױבן פון דער מיט:
-- נו, יאָ, ביסט טאקע א גאנצער קנאקער, נאָר אין מײַנע איניאָנים מיש זיך ניט. מײַן מישפּאָכע איז ניט דײַן מישפּאָכע.
בליומע האָט גלײַך פארשטאנען, אין װאָס דאָ גייט. ווען ס'איז אף דער גאס, װאָלט זי אים שוין ארײַנגעזאָגט אזוינס, ער זאָל דאָס פארגעדענקען אף שטענדיק, זי װאָלט אים אָפּגעכרענזלט נאָך ערגער, װי כאצקעלען. װײַל װאָס איז כאצקעלע? כאצקעלע איז ניט מערער, וי זײַנער א מעשאָרעס. װאָס לייזער שטאָפּט אין אים ארײַן, דאָס שלוקערצט ער ארויס. אָבער לייזער אליין! די װערטער האָבן זי מאמעש געבראָטן דאָס מויל, געציפּעט פאר דער צונג, נאָר וויבאלד דער מעכוטן זיצט דערבי!. האָט זי געווארט, װאָס דער מעכוטן װעט זאָגן און דאָװיד, דאפקע גאנץ רויַק:
-- ביסט טאקע גערעכט. דײַן מישפּאָכע איז ניט מײַן מישפּאָכע. דאָס זײַנען ביז גאָר פארשיידענע מישפּאָכעס. נאָר פונדעסטוועגן, אז מע קומט ארײַן פארנאכט אין א שטוב, דארף מען זאָגן א גוטן אָװנט. און אז מע טרעפט מענטשן באם טיש, קומט אויך עפּעס צו זאָגן...
איז לייזער געבליבן שטיין, געדרייט האָט זיך בלויז דער קאָפּ אליין. דער קאָפּ און די אויגן. דאָס, װאָס דאָװיד האָט אים געזאָגט, דעריקער, ויַאזוי געזאָגט, עפּעס גאָר, װי מע זאָגט מוסער א כיידער-יינגל, האָט בא אים אָפּגענומען דאָס לאָשן און פארקלאפּט דעם קאָפּ. אזוי פעסט פארקלאפּט, אז ס'איז שװער געווען באקומען פון דאָרטן עפּעס א שטיקעלע געדאנק, כאָטש אן אָפּשניצל פון די, װאָס האָבן אזוי געקאָכט אין אים, ווען ער איז געגאנגען אהער. איז ער געבליבן עפּעס װי צעמישט. דערנאָך איז ער געװאָרן שטארק אופגעבראכט אף דאָװידן, װאָס האָט אים אזוי צוגעפּלעטשט, און נאָך מערער אופגעקאָכט אף זיך, װאָס האָט זיך געלאָזט אזוי צופּלעטשן. האָט ער בלויז איבערגעכאזערט דאָס, װאָס ער האָט שוין פריַער געזאָגט. נאָר ניט מיט יענער ברומענדיקער שטים, נאָר מיט א קויטשיקל:
-- דו הערסט, אין מײַנע איניאָנים זאָלסטו זיך ניט מישן, ס'איז ניט דײַן אייסעק!
-- וער דארף האָבן דײַנע איניאָנים? איך האָב גענוג מײַנע אייגענע. נאָר אז א מענטש קומט צו מיר נאָך אן אייצע...
אָט, אָט, וועגן דעם טאקע האָט לייזער געװאָלט רעדן.
-- מיינסט, איך ווייס ניט, וועמעס ארבעט דאָס איז! ס'איז איר ארבעט! אומעטום מישט זי זיך! מע קאָן מיינען, אז אף איר שטייט די וועלט.
בליומען האָט מערער פאר אלץ פארדראָסן, װאָס לייזער רעדט וועגן איר אזוי, גלײַך זי װאָלט ניט געווען דערבײַ. האָט זי שוין ניט געקאָנט שװײַגן:
4
-- און אז איך, איז װאָס! עס שטייט ניט אָן דעם טאטן דײַנעם? מיינסט, אז קיינער ווייסט ניט װעגן דײַנע טיאָמנע געשעפטן? נו, פאָר, פאָר דיר אהין! װעט בא אונדז װוערן מיט איין שווינדלער װײיניקער!
דער דריי און דער קער, װאָס לייזער האָט געמאכט, איז געווען ענלעך אף דעם, װוי א מענטש זיצט אף א בענקל און עס הייבט אים אָן אונטערטראָגן צי אונטערווארפן. בליומע איז א מייוון אף אזעלכע זאכן, האָט זי אים דערלאנגט א בענקל און זיך אָנגערופן;
-- נו, יאָ. אז איינער פארגעסט זאָגן א גוטן אָװנט, פארגעסט דער צווייטער דערלאנגען א בענקל.
אָט דאָס טאקע האָט לייזער געדארפט. ער זאָל האָבן װוּ צוזעצן זיך. א װיש געטאָן מיטן הוילן, פארשוויצטן עלנבויגן דעם פארשוויצטן שטערן און גלײַך אופגעשפּרונגען:
-- יאָ, ניט אײַער אייסעק. מע קאָן מיינען, אז איר זײַנט דאָ די גאנצע וולאסט. איך שפּײַ אף אײַער וולאסט!
האָט שוין דאָװיד אויך זיך אופגעהויבן פונעם בענקל. אופגעהויבן זיך רויק און צוגעקו- מען צו לייזערן אויך גאנץ רויַק. נאָר אין דער רויַקײַט איז געווען אזוינס, איבער װאָס לייזער האָט אָנגעהויבן פּינטלען מיט די אויגן און געפּרוּװוט מאכן א טראָט צוריק. אָפּטרעטן איז ניט געווען װוּהין. זײַנען זיי געבליבן שטיין איינער קעגן אנדערן געפּערלעך-נאָענט, דראָענדיק- נאָענט... קימאט אָנרירנדיק איינער דעם אנדערן.
-- אָט װאָס, -- דאָװיד האָט מיט אלע קויכעס געפּרוּװוט אײַנהאלטן אין זיך אָט די שטעכיקע רויַקײַט. -- מעגסט דיר רעדן, װאָס דו װילסט, איך זע שוין, האָסט זיך שוין אויסגעשפּאנט פון אלץ און מיינסט, ביסט שוין פון יענער זײַט. נאָר די וולאסט טשעפּע ניט. איך האָב זייער א סאך באצאָלט פאר איר. און איך קאָן נאָך הײַנט... איך האָב נאָך הײַנט אויך מיט װאָס צו צאָלן..
װאָס זשע האָט לייזער זיך אזוי דערשראָקן פאר זײַן רויַקײַט! װאָס האָט ער אזוינס דערפילט אין זײַנע װערטער! צי דען האָט ער א טראכט געטאָן, אז אָט דער דאָװיד קאָן אין דער לעצטער מינוט אָפּטאָן עפּעס אזוינס און אָפּרײַסן זײַן נעסיע! אין איין אויגנבליק האָט לייזער זיך געענדערט. ער איז אינגאנצן בלייך געװאָרן, און דאָס פּאָנעם, די קאצאָװויש- אָנגעבלאָזענע באקן האָבן אָנגעהױבן קנייטשן זיך, געװאָרן װאָס אמאָל אײַנגעשרומפּענער, וי עפּעס א דורכגעשטאָכן מיאטשיקל, פון װועלכן עס גייט ביסלעכװײַז ארויס די לופט.
39
דאָװיד האָט געקוקט אף לייזערן, וועמען ער זעט איצט געוויס צום לעצטן מאָל און מיט וועמען ער רעדט הײַנט אוואדע צום לעצטן מאָל. און עפשער װעט אָט דער לייזער אמאָל נאָך לאָזן הערן וועגן זיך. און אוואדע ניט מיט קיין גוטס. ער װעט אװעק אין דער װעלט, װאָס איז אים, דאָװידן, אינגאנצן פרעמד און פּײַנטלעך. גאנץ מעגלעך, אז גראָד ער, לייזער, װעט זיך דאָרטן פילן, װי א פיש אין וואסער. ער איז דאָך פון די, װאָס קאָנען צעטרעטן מיט די פיס אן אייגענעם ברודער. װעט ער דאָרטן גיך געפינען דאָס, װאָס ער זוכט. ער פאָרט דאָך אהין ניט זוכן קיין שפּורן פון עפּעס א כומעש-מײַסעלע. ער זוכט עפּעס מערער מאמאָ- שעסדיקס. ער װעט דאָרטן האָבן זײַנע אייגענע מאָסערס, זײַנע אייגענע שלעגער און זײַנע אייגענע פּאָליצײער.
די גאנצע צײַט, זינט דאָװיד איז געװען בא לייזערן אין שטוב, האָט אים ניט אופגעי הערט הריזען דאָס, װאָס ער איז אוועק אהין ניט אינגאנצן קיין צוגעגרייטער. איצט קען ער זיי שוין א ביסל בעסער און ער װאָלט שוין געװוּסט, װאָס צו ענטפערן נאָר גראָד איצט האָט ער מערער ניט געװאָלט רעדן מיט לייזערן. ער האָט פּאָשעט קיין קויעך ניט געהאט דערצו. ער האָט מיטאמאָל זיך דערפילט שרעקלעך מיד. ניט אזוי פון די באטאָגיקע יאָגענישן, וי פון דער איצטיקער באגעגעניש, אזוי מיד, אז אים האָט זיך געדוכט, אז אָט פאלט ער באלד אום. האָט ער בלויז שטיל ארויסגערעדט:
-- זאָג מיר נאָר, װוּהין װעסטו לויפן, ווען דער סאָציאליזם װועט זיך אָנהײבן דאָרטן?!
-- איך װעל צו דיר נאָך קיין אייצע ניט קומעף -- האָט ליזער אויסגעשריגן
דאָװוידס צושטאנד האָט זיך שוין געלאָזט מערק. אלע האָבן געקוקט אף אים מיט אומרו. נאָר מערער פון אלע האָט זיך דערשראָקן ציפּעלע:
-- זיידע, װאָס איז מיט דיר, זיידע?
האָט שיינדל א כאפּ געטאָן דעם שווער פאר דער האנט און אוועקגעפירט צום בעט. און מיכל... מיכל איז צו צו לייזערן און אזוי, מיט עפּעס א שטומער אקשאָנעס, טריט נאָך טריט, גערוקט אים אלץ װײַטער און װײַטער. און אָט אזוי, אָן איין װאָרט, האָט ער צוגערוקט דעם איבערגעשראָקענעם און דערשטוינטן לייזערן צו דער טיר. געעפנט זי, ארויסגערוקט לייזערן אף יענער זײַט און גלײַך זי צוריק צוגעמאכט.
בליומע איז געשטאנען צוגעשפּארט מיט די פּלײצעס צו דער וואנט, געבראָכן, געקנאקט די פינגער, גלײַך זי איז מערער פון אלע שולדיק אין דעם אלעמען, און גערעדט צו זיך אליין;
-- ווען איך זאָל געווען וויסן...
פו
ווען ניט טאָליק אליין, װאָלט מען זיך געקאָנט באגיין אָן זײַן טאטן. פאר אונדזער געשיכטע איז גענוג איין לייזער. און אז מע קען לייזער מוטשניק, מעג מען שוין ניט קענען סימכע גוראלניק. ס'איז קימאט איינס און דאָס זעלבע, פון איין נאסיניע, װי בליומע זאָגט. זי זײַנען טאקע אמאָל געווען שטיקלעך שוטפים. גלײַך נאָך דער מילכאָמע האָבן זיי װער ווייסט ויאזוי געקראָגן א פּּאָר װעבערײַיװוערקשטעלן, געשאפן װער וייסט ויאזוי א מין וועבער-ארטעל, און געמאכט, װידער װער ווייסט ויַאזוי, ניט קיין שלעכטע געשעפטן. דער- נאָך האָבן זיי מיט עפּעס זיך געפּאקט. ס'האָט געהאלטן שלעכט. סימכע איז טאקע א ביסל געזעסן, און ויאזוי ער איז אָפּגעקומען מיט דעם ביסל, וייסט אויך נאָר איין גאָט. נאָר טאקע איבער דעם ביסל זיצן און איבער דעם ניט ביסל, װאָס ס'האָט זיי ביידע אָפּגעקאָסט, האָבן זיי פריִער זיך צעקריגט און דערנאָך טאקע צעפּאטשט. ערשט דאן האָט מען זיך דער- װוּסט, אז צו אלע זײַנע מײַלעס איז סימכע אן עמעסדיקער שלעגער, אז ער קאָן גרינג אָפּשלאָגן די לונגען אָדער איבערברעכן א ריפּ. פארװאָס זיי האָבן זיך צעפּאטשט, וייסן אויך נאָר זיי ביידע. נאָר בליומע דערציילט, אז טאקע איבער די כאלאָקים, װאָס זיי האָט געדארפט קאָסטן. און שולדיק זײַנען געווען ניט זיי אליין, נאָר זייערע װײַבער. דאָבע די גראָבע האָט געזאָגט, אז זי װעט קיין קאָפּעקע ניט געבן. סימכע האָט זיך געפּאקט, זאָל ער זיך אליין ארויסדרייען. האָט זאָסיע געזאָגט, אז אויב זי, דאָבע, װעט זיך לאנג שפּארן קאָן זי מאכן אזוי, אז מע זאָל איר לייזערן אויך ארײַנדרײען. האָבן פריִער די װײַבער זיך צעקריגט, דערנאָך האָבן די מענער זיך צעפּאטשט. האָט לייזער זיך גענומען פאר זײַנע
26
שמויסלעך און מאכט די גאנצע צײַט װידער ניט שלעכט. סימכע איז אינגיכן געװאָרן זייער א וואזשנע קלאדאָוושטשיק פון זייער א וואזשנע באזע, א שלעפּער איז ער אויך ניט קיין קליינער, פון יענע שלעפּערס, וועגן װעמען מע זאָגט, אז א שלעפּער זאָל מען זײַן אין א גרויסער שטאָט. האָבן זיי שוין געמוזט איבערבעטן זיך. סימכע האָט געמוזט האָבן לייזערן, װײַל װעמען נאָך האָט מען געקאָנט פארטרויען די , לינקע" שמויסלעך פון דער באזע, אז אלץ זאָל זײַן ראיעל? און לייזער האָט געדארפט האָבן סײַ די שמויסלעך, סײַ סימכען אליין, טאקע איבער די הייסע פּעטש, װאָס ער, לייזער, האָט ארײַנגעכאפּט. ער האָט ליב אזעלכע שלעגער, וי סימכע. האָט שוין דאָבע זיך געמוזט איבערבעטן מיט זאָסיען װײַל די גלאוונע טרעגערן און ארויסטרעגערן פון דער באזע איז געװוען טאקע זי, דאָבע.
נו, יאָ, איז טאקע אונדז סימכע אינגאנצן איבעריק. ס'איז דאָס זעלבע, װאָס לייזער. ניט מערער, סימכע איז א ביסל ייִנגער, רירעוודיקער און קרעפטיקער. מע קאָן זאָגן א גיבער.
וועגן סימכעס װײַב, זאָסיען, װעסטו אויך קיין ראָמאן ניט אָנשרײַבן. א װײַב -- אזי זיך. ניט מילביק, ניט פליישיק. דאָס, װאָס זי בײַט יעדן טאָג דעם פּאריק, איז אויך א קליי- נער כאריפעס: דאָס, װאָס זי פרישט אָפּ דרײַ מאָל אין װאָך דעם מאניקיור, -- אוואדע ניט. און דאָס שוכווארג? װאָס איז זי שולדיק, אז אלעמאָל בײַט זיך די מאָדע? הײַנט איז א מאָדע אף הויכע אָפּצאסן מיט שמאָלע נעז און מאָרגן פארקערט -- נידעריקע אָפּצאסן מיט ברייטע נעז. ערשט נעכטן האָט מען געטראָגן דינינקע פּאָדעשװעלעך פון קאפּראָן, און הײַנט מוז די פּאָדעשװע זײַן דרײַ פינגער די גרעב. טאקע צוליב דעם האָט זי א ביסל אונטערגעהאקט איר נאָמען אויך. װײַל דער עמעסער נאָמען אירער איז זיסל, נאָר װי קאָן זי טראָגן אזא אלטמאָדישן נאָמען?
איין זאך מוז פונדעסטוועגן דערציילט װערן וועגן זאָסיען. אינמיטן ווינטער האָט זי זיך פארשריבן אף שאָפער-קורסן און געלערנט זיך אזוי פלײַסיק און אײַנגעשפּארט, װי זי האָט קיינמאָל אין איר לעבן זיך ניט געלערנט. דער כעזשבן איז דאָך אזא: װי נאָר זיי קומען אהין, קויפט זי גלײַך א מאשין. װיל זי אליין זײַן די באלעבאָסטע איבער דער מאשין און אליין פירן זי. איר פאנטאזיע מאָלט איר אָן א בילד, װי זי גיט א קום צו צו דער מאשין אין א נײַעם קאָמבינעזאָן, טוט אן עפן דאָס טירל, טוט א דריי מיטן שליסל, און די מאשין הייבט אָן הודען. די מאשין הודעט, און זי גיט זיך א נעם מיט די הענט פארן רודער. דער רודער גלאנצט, אירע נעגל גלאנצן, דאָס פּאָנעם אליין גלאנצט אויך. און די אויגן! פון די אויגן איז שוין אָפּגערעדט.
סימכען, װעמען עס האָט זיך אויסגעוויזן, אז ער ווייסט א ביסל איוורע, האָט געגעבן אָנצוהערן זײַן זאָסיען, אז זי װאָלט געמעגט זיך אויסלערנען א ביסל איווריט, נאָר זאָסיע האָט געזאָגט, אז ערשטנס, װעט זי מיטן איווריט באװײַזן, צווייטנס, װעט זי סײַװי דעם איווריט קיינמאָל זיך ניט אויסלערנען, דריטנס, קאָן זי זיך באגיין אָן אים. נאָר פירן די מאשין מוז זי קענען. אלע באלעבאטישע פרויען, זאָגט מען, פאָרן דאָרטן אליין ארום אף די מאשינעס, וויל זי ניט זײַן ערגער פון זיי. איין זאך האָט זי יאָ צוגעזאָגט סימכען. וי נאָר זי קומען אהין, ווערט זי צוריק זיסל. װײַל נאָר דאָ איז יעדן אלציינס, װי דו רופסט זיך. דאָרטן װעט קיינער ניט װעלן פּאָרן סימכען מיט עפּעס א זאָסיען. מע קאָן נאָך מיינען, אז זי איז א רוסישע צי א פּוילישע.
דאָס אלץ איז א שטיקל ארײַנפיר צו דעם, װאָס איזן געשען יענעם אָװנט. גאנצפרי איז געשען גאָר עפּעס אנדערש.
דער גאנצפרי אליין איז געווען א גאנץ געוויינלעכער. א געוויינלעכער, שוין זומערדי- קער באגינען, ווען איבער דער שטאָט גיט א יאָג דורך א שיטערער נעפּל און סטײַעט גלײַך ניט. דאָס ייַדישע געסל, װאָס האָט נאָך ניט באוויזן זיך אויסשלאָפן פאר דער קורצער זומער- דיקער נאכט, מוז שוין אָנהייבן רײַבן די אויגן, װײַל הענעך קאָװעל האָט זיך צעקלונגען, צעליארעמט מיט זײַן האמער און סטארעט זיך אופוועקן די גאנצע וועלט. און אז שוליע איז אוועק אפן זאװאָד, באָריס אף דער פאבריק און ראָכעלע אין איר קאָנטאָר, איז שוין בליומע אויך אופגעשטאנען, אָנגעהױבן איבערקלײַבן אירע טאָרבעלעך, קאָשעקלעך און , אװאָסקעלעך" זי זאָל אוועק אפן מארק אין פולער אָרדענונג. און דאָ איז צו איר ארײַנגעלאָפן שיפרע די קישעפמאכערן,
-- אוי, וויי איז מיר, װאָס טוט מען, דער סאמאָוואר האָט אָנגעהױבן רינעף
שיפרעס סאמאָוואר איז ניט פון די הײַנטצײַטיקע עלעקטרישע סאמאָווארן, װאָס זײַנען גאָר קיין סאמאָווארן ניט, זײַנען ניט מערער, וי נאָכגעמאכט. שיפרעס סאמאָוואר איז אָן שום קונצן. ער איז װוּקסיק און בײַכיק און נעמט ארײַן א גאנצן עמער וואסער. און אז מע
87
שיט ארײַן אין אים דאָס ביסל קוילן, און אז מע בלאָזט זיך טאקע גוט אָן אין אים, און אז די קוילן צעגליען זיך, און אז דער סאמאָוואר הייבט אָן פריַער אונטערזשומען, װי א מייע בינען, דערנאָך צעפיפט זיך, װי א מייע פײַפעלעך, דערנאָך, אינמיטנדערינען, זיך צעוויינען, װי א קינד, לעהאוודל, --האָט טאקע דערנאָך די טיי גאָר אן אנדער טאם. עמעס, דער סאמאָוואר איז שוין אין די יאָרן, מיט שטארק אײַנגעפאלענע זײַטן און מיט אָן א שיר דריבנע קנייטשעלעך און גריבעלעך, אין וועלכע ס'האָט זיך ארײַנגעכאפּט עפּעס א גרינס, א צוויל אזא, װאָס מע קען ניט ארױיסרײַבן ניט מיט קיין ציגל, ניט מיט קיין זאמד און אפילע ניט מיט יענע שמירעכצן מיט גאנץ פײַנע עטיקעטלעך. מיט די דריבנע און גרינע קנייטשע- לעך און גריבלעך זעט דער סאמאָוואר אויס, װוי א געשטופּלטער.
נאָר דאָס מאכט ניט אויס. דערפאר אין דאָס אָבער א יערושע-סאמאָוואר, װאָס איז איבערגעגאנגען צו שיפרען פון דאָר צו דאָר. פון אים האָבן געטרונקען טיי אזויפיל עלטער- עלטעריעלטערזיידעס און אזויפיל עלטעריעלטער-עלטערבאָבעס, אז ווען שיפרע אליין פּרוּווט אויסרעכענען דעם ייַכעס פונעם סאמאָוואר, פארלירט זי דעם כעזשבן. איין סאמאָוואר-י געשיכטע, װאָס איז פארבונדן מיט איינעם עפּעס אן עלטער-עלטערזיידן און מיט איינעם עפּעס א פּאָרעץ, געדענקט זי דאפקע יאָ. נאָר די מײַסע איז עפּעס זייער ניט קיין שיינע. דער אָנהייב איז דאפקע גאנץ פײַן: ויָאזוי עפּעס א פּאָרעץ איז געקומען צום זיידן, געהייסן שטעלן דעם סאמאָוואר, װיָאזוי דער פּאָרעץ האָט אויסגעטרונקען א פולן סאמאָוואר טי און געהייסן שטעלן א צווייטן... מיטן ערשטן סאמאָוואר גייט די געשיכטע גאנץ פײַן, נאָר אז עס קומט צום צווייטן, הייבט שיפרע אָן ארומקוקן זיך, צי די קינדער שטייען ניט דער- בײַ. איז דאָס שוין ניט קעדײַ איבערדערציילן, דערפאר דערציילט זי ניסים-װועניפלאָעס, וויאזוי דער סאמאָוואר האָט בייס דער עוואקואציע זיי געראטעװעט פון הונגער און פון קעלט, זיי פּאַשעט דערהאלטן בא דער נעשאָמע. דער סאמאָוואר איז אויך איצט שיפרעס זייער א וואזשנע אונטערהאלטונג.. די, װאָס נעכטיקן איבער בא איר ערעוו דעם מארק צי נאָכן מארק, האָבן זייער ליב א גלעזל טיי פון איר סאמאָוואר. פאלט איר דערפון אויך ארײַן א פרישע קאָפּעקע.
נעמט אזא אײַזערנער סאמאָוואר און הייבט אינמיטנדערינען אָן צו רינען. צו וװעמען זשע לויפט מען נאָך אן אייצע? צו בליומען.
-- ווייסט איר װאָס, --האָט זי בליומע בארויַקט.--לאָמיר נעמען אײַער סאמאָוואר און אװעקטראָגן צו הענעך קאָװעל.
גייען זיי ביידע און טראָגן דעם אלטן סאמאָוואר, װאָס איז שווער מיט רוכעס. ניט אזוי פונעם דרויסנדיקן מעש, װי פון דעם פילדוירעסדיקן אינעװײיניקסטן אָנזידעכץ. שיפרע גייט פון איין זײַט, בליומע פון דער צווייטער זײַט, און דער סאמאָוואר אליין באקומט זיך א ביסל פון פאָרנט. זיי טראָגן אים א שטיקל בארג-אראָפּ, דערנאָך א שטיקל בארג-ארוף, דערנאָך וויי דער טאקע א שטיקל בארג-אראָפּ, אלעמאָל שטעלט זיי אָפּ אן אנדערער, און יעדערן מוז שיפרע דערציילן די געשיכטע פונעם סאמאָוואר, וויפל איז ער שוין אלט, וויפל דוירעס האָבן פון אים געטרונקען טיי און װאָס פארא שיינע מײַסעס ס'האָבן זיך מיט אים געטראָפן. נעמט אזא אײַזערנער סאמאָוואר און הייבט אימיטנדערינען אָן רינען. שיפרע דערציילט די געשיכטע וועגן סאמאָוואר, און בליומע די מײַסע מיט די אװוטאָמאטן,
גייען זיי אזוי אינדרײַען. שיפרע פון דער רעכטער זײַט, בליומע פון דער לינקער, און דער אלטער פּעמפּיקעװואטע סאמאָוואר א ביסל פאָרויס. זיי האָבן שוין געהאלטן באם פאר- קערווען צו דער קוזניע, האָט זיי אָפּנעשטעלט דער אלטער לאריאָן:
-- א, מומע בליומע! א גוטמאָרגן! איך קוק טאקע ארויס אף אײַך.
ער נעמט ארויס פון דער קעשענע א גרויסן עפּל און רופט זיך אָן:
-- טוט אומיסטן א קוק, איר זעט דעם עפּל?
קוקן איז ניט געווען װאָס. מע האָט גלײַך געזען, אז דער עפּל איז א פאראיאָריקער, נאָר בליומע האָט אים צוליב געטאָן:
-- איך זע, איך זע. זייער א פײַנער עפּל,
-- זאָגט הענעך, דער אלטער אפּיקױרעס, אז קיין גאָט איז ניטאָ. און אז אלץ איז געקו- מען פון זיך אליין. אפילע דער מענטש. נו, גוט, זאָל זײַן דער מענטש. אָבער אזא עפּל!
שמייכלט שוין בליומע מיט איר פארשוויצט שמייכעלע:
-- װאָס זשע ווילט איר פון מיר?
-- וויל איך, איר זאָלט מיר זאָגן: ס'איז טאקע אינגאנצן ניטאָ קיין גאָט?
-- ערן-װאָרט, איך ווייס ניט, -- ענטפערט בליומע מיט דעם זעלבן שמייכעלע און טוט א װוּנק שיפרען, זי זאָל זיך נעמען פארן סאמאָוואר. לאריאָן לאָזט זיי אָבער נאָך ניט אָפּ
38
-- ווארט צו א ביסל. איך וויל, איר זאָלט מיר פּױיסער-כאָלעם זײַן.
דעם כאָלעם דערציילט ער פאר זיי ביידע, װײַל ער האָט געװאָלט, זיי זאָלן אים אויס- טײַטשן יעדערער אף זײַן אויפן: בליומע מיט איר כאָכמע און שיפרע מיט איר קישעף.
געענדיקט דערציילן דעם כאָלעם, דרייט ער נאָך אלץ אין דער האנט דעם פאראיאָריקן עפּל און קאָן בא זיך ניט פּױעלן, צי זאָל ער אים אוועקשענקען, צי ניין. ער זאָל קיין כאראָטע ניט האָבן, טוט ער אים א ברעך איבער אפצוייען, דערלאנגט איין כיילעק בליומען, דעם צווייטן שיפרען:
-- נעמט, פארזוכט אומיסטן, וי נאָרװאָס פונעם בוים. איז װאָס זשע װעט איר זאָגן אף מײַן כאָלעם?
בליומע איז אים פּױיסער גאנץ סייכלדיק.
-- איר האָט ניט װאָס איבערטראכטן, װײַל דער כאָלעם איז א פארעלטערטער.
שיפרע האָט קיין רעכט ניט פארלאָזן זיך אף איר אייגענעם סייכל, טוט זי א זאָג:
-- איר װעט ארײַנקומען צו מיר, װעל איך א ווארף טאָן אף די קאָרטן
נו, און דער סאמאָוואר! ווען הענעך קאָװעל האָט געפּרוּװוט פעסטשטעלן, װוּ ער רינט, און אים אָנגעגאָסן מיט וואסער, האָט זיך אױיסגעלאָזט, אז ער רינט אינגאנצן ניט, א געזונט אים אין די ביינער. פּאָשעט, עמעצער פון אירע כעװרעניקעס האָט א דריי געטאָן דאָס קרענטל, און די גאנצע וואסער האָט אויסגערונען איבערן טיש און אונטערן טיש.
גייען זיי שוין מיטן סאמאָוואר צוריק מיט אלע בארג-אראָפּן און מיט אלע בארג-ארופן, אלעמאָל שטעלט זיי אָפּ אן אנדערער, און שיפרע, א פריילעכע, א גליקלעכע, עפּעס גאָר װי בעגילופנדיק, מיט יענעם שיקערלעכן גלאנץ אין די אויגן, כאָטש זי האָט נאָך הײַנט אין איר מויל ניט געהאט, בארימט זיך פאר אלעמען:
-- נו, װי געפעלט אײַך מײַן סאמאָוואר, קיין אײַנהאָרע! א געזונט אים אין די ביינער.
און פּלוצעם...
-- אוי, עפּעס לעבן מײַן כאנעלען... צוויי מאשינעס שטייען!
ווען זיי זײַנען צוגעקומען נעענטער, זײַנען די מאשינעס שוין אָפּגעפאָרן און בא כא- נעלען אין שטוב איז געװען פּוסט. ניט קיין בעטן, ניט קיין טישן, ניט קיין בענקלעך, ניט קיין פאָרהענגלעך. כאנעלע איז געזעסן מיטן קינד אף עפּעס א טאבורעטל, א בלייכע, אן איבערגעשראָקענע, און האָט אפילע ניט געקאָנט ארויסרעדן קיין װאָרט.
-- צוגעפאָרן... ער, פּייסיע, מיט צוויי שאָפּערס און אלץ ארױיסגעטראָגן.
-- א שיינע ריינע קאפּאָרע, פאר אונדז, פאר אלע אונדזערע קינדער און אייניקלעך, -- האָט שיפרע א זאָג געטאָן און א נעם געגעבן דאָס אייניקל אף די הענט. דאָס אייניקל, ווע- מען זי האָט טאקע א נאָמען געגעבן נאָך איר מאמען.
ווען בליומע האָט דערנאָך ניט איין מאָל איבערדערציילט די געשיכטע, האָט זי געטײַ- נעט, אז שולדיק אין אלעמען איז דער סאמאָוואר. ווען שיפרע קומט ניט אונטער מיטן סא- מאָוואר און זיי גייען ניט אװועק, װאָלט צו אזוינס ניט געקומען, װײַל איין שיפרע קאָן בא- שטיין פאר צען, זי װאָלט ניט דערלאָזט צו אזא גאזלעװאָיסטװע. שיפרע האָט געזאָגט, אז דער סאמאָוואר איז דאָ גאָרנישט ניט שולדיק. שולדיק איז דער אלטער לאריאָן מיט זײַן נארישן כאָלעם. ווען ער שטעלט זיי ניט אָפּ, װאָלטן זיי געטראָפן פּינקטלעך צו דער צײַט.
װיָאזוי עס האָבן די געשעענישן פונעם ייִדישן געסל דעם זעלבן אָװנט זיך אריבערגע- טראָגן צו סימכען אין שטוב, װאָס װװוינט אפן צווייטן ברעג פון דער שטאָט, אינעם נײַעם ראיאָן, איז שווער צו זאָגן. עפשער איז דאָס געשען דערפאר, װאָס סימכע איז געקומען אהיים זייער אן אָנגעכמורעטער, עפּעס שטארק אן אָנגעברויגעזטער, און נאָך פאר דער וועטשערע איז געווען צו זען, װי די הענט זײַנע ציטערן, װי פאר א געשלעג. עפּעס האָט מען דאָך געדארפט אלע טאָג צוטראכטן, אז בא די, װאָס גרייטן זיך אין וועג ארײַן, זאָל ניט אופהערן גרימען אינעװײיניק. ס'זאָל בא זיי זידן און קאָכן, און סזאָל זיך בא זיי פון אלץ איבער- קערן די גאל. װײַל אויב עס גייט, כאָלילע, איבער די גרימעניש, אויב עס הערט אוף זידן און קאָכן, קאָן נאָך עמעצער איבערטראכטן. און אויב איינער װעט איבערטראכטן, קאָן נאָך אים איבערטראכטן א צווייטער, נאָך אים א דריטער, און עס קאָן אינגאנצן ווערן אויס. איז גוט, װאָס הײַנט איז דאָס ברויט געווען רוילעך, װאָס מיט א װאָך צוריק איז געווען א גוסרעגן. ס'האָט פארטרונקען א סאך פעלדער און ס'איז עטלעכע טעג אפן מארק קיין אוגערקעס ניט געווען, און װאָס עמעצער האָט עמעצן געזאָגט אפן מארק עפּעס ניט קיין גוט װאָרט און מע האָט עס גלײַך צעטראָגן איבער די הײַזער.
אז סימכע האָט ביז א האלבן טאָג ניט געזען לייזערן און ניט באקומען דאָס ביסל נײַס, עס זאָל אין אים אונטערהאלטן דאָס קאָכעניש, איז ער אליין אוועק צו לייזערן.
39
קאָכעניש און זידעניש האָט בא לייזערן געקאַָנט סטײַען אף צען און ביטערע גאל-- אף טויזנט. באזונדערס נאָך דעם, וי ער האָט אזוי ניט באטראכט זיך ארײַנגעריסן צו דאָ- ווידן אין שטוב און נאָך דעם, װאָס מע האָט אים אזוי אקשאָנעסדיק, גראָבלעך ארויסגע- שטעלט פון יענער זײַט. און אָט דער געט, װאָס האָט זיך ארײַנגעמישט אינמיטנדערינען, און זײַן רעפאָעל אליין, װאָס איז ניט אהין און ניט אהער. לייזערס ריצכע װאָלט געסטײַעט ניט בלויז אף אזא קליין פּאָגראָמעלע, װאָס ער האָט געמאכט בא דער נאָך ניט אָפּגעגעטער שנור.
איז מיילע, דער געט איז א פארפאלענע זאך. דאָבע לויפט שוין ארום איבער דער שטאָט אָפּזוכן עפּעס א נײַעם שידעך פאר פּייסיען. און אז דאָבע זוכט, װעט זי געפינען. ערגער איז מיט רעפאָעלן.
-- עפּעס געפעלט מיר ניט מײַן רעפאָעל, -- האָט ער זיך געקלאָגט פאר סימכען. -- מיט אזא-אָ איז ניטאָ װאָס צו פאָרן אהין.
-- מײַן טאָליק געפעלט מיר אויך ניט, --האָט אָפּגעענטפערט. סימכע.
-- נו, מיילע, מיט אזא, װוי דײַן טאָליק, װאָלט איך זיך נאָך אן אייצע געגעבן.
--- וויָאזוי?
-- איך װאָלט פון אים ארויסגעשלאָגן דאָס מעשוגאס!
דעם גאנצן וועג אהיים האָט סימכע אלעמאָל אונטערגעװאָרפן זיך אליין א שפּענדעלע, דער צאָרן זאָל אין אים ניט אופהערן צו זידן, און גענומען אױסטײַטשן טאָליקס פארכושט- קײַט, טאָליקס שװײַגן גאָר אף אן אנדער אויפן. באזונדערס טאָליקס קוקן. עפּעס קוקט ער אזוי אף אים, גלײַך ער זעט אים ניט, אָדער קוקט גאָר דורך אים, גלײַך פאר אים װאָלט גע- שטאנען ניט זײַן טאטע, נאָר פּאָשעט א קלאָץ.
-- איך װעל אים װײַזן--האָט ער אלעמאָל זיך אונטערגערייצט.---איך װעל זיי אלע װײַזן!
מיט דעם האָט ער אויך געמיינט זײַן זאָסיע -- זיסלען. זינט זי האָט זיך ארײַנגעטאָן אין די שאָפער-קורסן, האָט זי פון גאָרנישט ניט געװאָלט וויסן און די שטוב איז געװאָרן אויס שטוב. אפילע דאָס געפעס איז געשטאנען װאָכנװײַז ניט קיין איבערגעוואשנס. איז אויס- געקומען, אז יעדערער האָט צו טאָן מיט זײַנס און איינער צום אנדערן האָט קיין שום שײַכעס ניט. סימכע מיט זײַנע לעצטע געשעפטן, זאָסיע מיט אירע קורסן און טאָליק מיט זײַן מא- טעמאטיק, מיט זײַנע עקזאמענעס און מיט אזוינס, װאָס סימכע וייסט אליין ניט. געהאלטן איניינעם האָט זיי בלויז די מיזינקע, שוראָטשקע, א װײַסהאָריקע שילערן פון פערטן קלאס, װאָס ווייסט נאָך ביכלאל זייער װײניק.
האָט סימכע באשטימט הײַנט מאכן א סאָף צו דעם אלעמען.
נאָך פאר דער וועטשערע האָט ער אָנגעהויבן טשעפּען זיך צו טאָליקן. ער שטייט ניט וי
עס דארף צו זײַן, ער זיצט ניט װי עס דארף צו זײַן און קוקט ניט אהין, װוּ מע דארף. און סאמע דער איקער:;
-- וועגן װאָס טראכסטו?
-- וועגן װאָס זאָל איך טראכטן? -- האָט טאָליק אָפּגעענטפערט, קוקנדיק װוי פריִער עפּעס אין א זײַט.
-- װאָס הייסט וועגן װאָס? מיר הייבן זיך שוין אָן פּאקעווען.
-- נו, איז װאָס?
-- װאָס זשע, עס פרייט דיך ניט?
-- װאָס דארף עס מיך פרייען, צי ניט פרייען? איך ווייס אליין ניט,
-- װאָס ווייסטו ניט? זאָג, װאָס ווייסטו ניט.
סימכע האָט געהאלטן, אז ער איז שוין גענוג צערייצט, ער זאָל דערלאנגען טאָליקן דעם ערשטן פּאטש. א פּאטש דערװײַל, אזוי זיך. א פּאָשעטן פּאטש, מיט דער האנט אין פּאָנעם. ער זאָל, הייסט עס, ניט זײַן אזוי כוצפּעדיק, און אויב דער טאטע פרעגט וועגן עפּעס, זאָל ער ענטפערן װוי א מענטש.
פאר טאָליקן איז דער פּאטש געווען אזוי אומדערווארט, אז ער האָט די ערשטע מינוט אליין ניט געגלייבט אין אים. ער געדענקט ניט, דער טאטע זאָל אים אמאָל שלאָגן. האָט ער בלויז א פיר געטאָן מיט דער האנט איבער דער רעכטער באק אף פעסטשטעלן, פון װאָס האָט זי אָנגעהויבן אזוי צו פלאמען, און א קוק געטאָן אפן טאטן פארכידעשט-געפּלעט, מיט יענער מוירדישעך פארביסנקײַט, װאָס האָט נאָך מערער צערייצט סימכען.
-- דו זאָג מיר איין זאך, -- האָט ער אויסגעשריגן. -- דו פאָרסט, צי דו פאָרסט ניט?
דאָס, װאָס דער טאטע האָט אזוי עפנטלעך געשטעלט אזא פראגע, דאָס, װאָס דער טאטע אליין האָט דערלאָזט א געדאנק, אז ס'איז מעגלעך אזוינס, אז ער, טאָליק, זאָל ניט פאָרן, האָט
40
אים גראָד א ביסל דערמונטערט. דערפאר האָט ער פעסט באשטימט בא זיך ניט ענטפערן אף
דער פראגע. די ריגזע אין סימכען האָט שוין אָנגעהױבן זידן, האָט ער נאָכאמאָל א פרעג געטאָן;
-- דו פאָרסט, צי דו פאָרסט ניט?
טאָליק האָט געשוויגן.
סימכעס פויסטן האָבן שוין לאנג געבעטן ארבעט, האָט ער וי אָפּגעלאָזט דאָס קייטל און זיי געלאָזט אין גאנג, און שוין ניט געקוקט, װוּהין זי טרעפן. בא די ערשטע קלעפּ האָט טאָליק זיך נאָך געהאלטן אף די פיס, דערנאָך איז ער אומגעפאלן. בא די ערשטע קלעפּ האָבן זאָסיע מיט שורעלען בלויז געקוויטשעט, דערנאָך האָבן זיי אָנגעהױבן בעטן זיך.
-- טאטע, טשעפּע אים ניט, -- האָט גערעוועט שורעלע.
-- סימכע, װאָס טוסטו?-- האָט זאָסיע אָנגעכאפּט אים פארן ארבל.
-- זיסל, שװײַג, ניט דײַן אייסעק! -- סימכע האָט געמיינט, אז ער איז שוין דאָרטן, און אָנגערופן זאָסיען מיט איר ריין-ייַדישן נאָמען.
און ווען פון טאָליקס צוגעשלאָסענע ליפּן האָט א רין געטאָן א פּאסיקל בלוט, איז זאָסיע צוגעפאלן צו אים און אָנגעהױיבן טרייסלען:
-- טאַליק, זאָג עפּעס, ער װעט דיך דערהארגענען. דו קענסט ניט דעם טאטן דײַנעם?
טאָליק האָט געשוויגן. דאָס איינציקע װאָרט, װאָס האָט זיך געריסן פון אים, א װאָרט, פול מיט שטוינונג, מיט פארדראָס און מיט נאָך ניט קיין באנומענעם, ניט קיין אָפּגעזעצטן האס, איז געווען -- טאטע. א װאָרט, װאָס האָט זיך געריסן פונעם מויל מיט אָן א שיר פרא- גע-צייכנס און אויסרוף-צייכנס. נאָר גראָד דאָס װאָרט האָט ער איצט ניט געקאָנט און ניט געװאָלט ארויסרעדן.
און סימכע... אף אלע שורעלעס קוויטשערליען און אף זאָסיעס גוואלדן און געבעטן האָט געענטפערט מיט איין װאָרט:
-- שװײַגט, ניט אײַער אייסעק! איך על אים... א טויטן װעל איך אים אהין אוועקפירן!
וועגן דעם, װאָס עס איז יענעם אָװנט זיך פארלאָפן בא סימכען אין שטוב, האָט מען זיך דערװוּסט א סאך שפּעטער. טאָליקן האָט מען עטלעכע טעג ניט ארויסגעלאָזט פון דער שטוב און זאָסיען מיט שורעלען איז געווען שטרענג אָנגעזאָגט, זיי זאָלן זיך ניט ארויסכאפּן מיט קיין װאָרט. אזוי, אז ווען די נײַס איז אָנגעקומען אין ייִדישן געסל, איז דאָס שוין קיין נײַס ניט געווען, נאָר דעם כאָלעם פון יענער נאכט האָט בליומע צעפּױקט איבערן געסל טאקע דעם זעלבן אינדערפרי:
-- הערט נאָר, װאָס א ייִדן קאָן זיך כאָלעמען אין א װאָכעדיקן ערעווישאבעס אינמיטן פרײַטיקצונאכטס!..
אזוי הייבט בליומע אָן איר געשיכטע. אירע ניט אױסגעשלאָפענע אויגן זײַנען הײַנט אויך א ביסעלע אײַנגעשרומפּן און א ביסעלע רויטלעך-צוגעבראָטן. אז מענטשן זאָלן זיך כאָלע- מען אװטאָמאטן, דאָס װוּנדערט זי ניט, װײַל וי נאָר שוליע קומט פונעם זאװאָד און באָריס פון דער פאבריק, הייבט זיך בא דער וועטשערע אָן א מײַסע: אװטאָמאטן אהין, אוטאָמאטן אהער. באָריס האָט טײַנעס צום טאטן, װאָס אייניקע אװטאָמאטן זײַנען שלעכט אויסרעגו- לירט, אלעמאָל פארטשעפּעט זיך עפּעס אנדערש און מע מוז אלץ איבערעגולירן. שוליע דער- װײַזט אים, אז דער זאװאָד איז ניט שולדיק. װײַל ביז מע לאָזט ארויס אן אװטאָמאט, קאָנט- ראָלירט מען אים פון קאָפּ ביז די פיס. זײַנען שולדיק ניט די אװטאָמאטן, נאָר די מיידלעך, װאָס זײַנען ערשט נעכטן געקומען פון דאָרף און ווייסן ניט, װי באגיין זיך מיט אים. דער- נאָך הייבן זיי ביידע אָן זידלען די בויער, װאָס זײַנען ארויס פונעם גראפיק און קאָנען צו- ריק ניט ארײַן. איז דער הױיפּט-קאָרפּוס פון דער הענטשקעס-פאבריק נאָך ניט פארענדיקט, די אװטאָמאטן זײַנען שלעכט אלינגעמויערט, און די ווענטיליאציע שטעלט זיך אלעמאָל אָפּ. איז קיין װוּנדער ניט, װאָס אפילע אין כאָלעם האָט מען צו טאָן מיטן אװטאָמאט. נאָר אז צוויי מענטשן אין פארשיידענע עקן פון שטאָט זאָל אין איין נאכּט זיך כאָלעמען איינער און דער זעלבער כאָלעם!
דאָס איז גאָר אן אנדער מײַסע מיט גאָר אן אנדער אװטאָמאט. עפּעס א צוועקעס-אוטאָ- מאט, װאָס מע האָט געבראכט אזש פון מאָסקװע מיט א האלב יאָר צוריק און ער האָט בע- שום-אויפן ניט געװאָלט ארבעטן. האָבן צענדליקער מענטשן זיך געדרייט דעם קאָפּ, דערנאָך א שפּײַ געטאָן און פארשטעלט אים אין עפּעס א פארװאָרפן װוינקעלע, ער זאָל אזוי ניט מאָזאָליען די אויגן. איצט האָט מען זיך װוידער דערמאָנט אין אים, װײַל יעדער מענטש איז
11
מיט גאָלד גלײַך און דער אװטאָמאט װאָלט געקאָנט פארבײַטן א מענטשן זעקס פונעם פורני- טור-צעך. האָט מען ארײַנגעשלעפּט דעם שלימאזלדיקן אװטאָמאט אין אינסטרומענטאלן צעך, און שוליע מיט ניקיטען האָבן זיך גלײַך צעקריגט איבער אים. ס'רעדט זיך אזוי, צעקריגט. נאָר געשפּארט האָבן זיי זיך זייער הייס און גאנץ הויך ארײַנגעשריגן איינער דעם אנדערן אין די אויערן עפּעס זייער ניט קיין לײַטישע ווערטער. דערנאָך האָבן זיי זיך שטארק אָנגע- ברויגעזט איינער אפן אנדערן און אָפּגעשװיגן א גאנצן טאָג. נאָר װער האָט געקאָנט וויסן, װאָס איז דאָס געווען פאר א שװײַגעניש! װײַל באנאכט...
ס'איז שוין געווען טאקע היפּש אין דער נאכט, די טראָלײבוסן זײַנען שוין ניט געגאנ- גען, און ניקיטא האָט געיאָגט איבער דער שטאָט צופוס, פון איין ברעג צום צווייטן. ער האָט מוירע געהאט, דער כאָלעם זאָל ניט צערינען װערן. האָט ער אלעמען שטארק אָנגעשראָקן, ווען ער האָט אזוי האסטיק אָנגעקלאפּט אין פענצטער. בליומע, בא װעמען דער שלאָף איז זייער א גרינגער, האָט דערהערט די ערשטע, אפגיך ארופגעװאָרפן אף זיך דאָס כאלאטל און איז אוועק עפענען. :
-- בליומא, וועק גיכער אוף שוליען, מיר האָט זיך עפּעס געכאָלעמט.
-- אף מײַנע סאָנימס קעפּ! װאָס פארא בייזע כאלוימעס?
-- פרעג ניט, בליומא, --ניקיטא האָט נאָך אלץ ניט געקאָנט כאפּן דעם אָטעם.
ווען מע האָט אופגעוועקט שוליען און ער, נאָך שטארק א פארשלאָפענער, האָט אויסגע- הערט ניקיטען, איז ער געװאָרן אויסער-זיך:
-- װאָס דרייסטו מיר א מויעך? איך האָב נאָרװאָס געזען דעם זעלבן כאָלעם!.
-- דו אויך?-- האָט ניקיטא אים א כאפּ געטאָן פאר דער האנט. --נו, איז קום שוין.
--- װווּהין?
-- װאָס הייסט װוּהין! אפן זאװאָד!
גייען זיי שוין ביידע צופוס איבער דער באנאכטיקער שטאָט. זיי זײַנען ביידע פעסט בא זיך, אז זיי האלטן זייער שוטפעסדיקן כאָלעם, װי אף א צײַמל, און ער װעט אין ערגעץ ניט אנטלויפן. נאָר ניקיטען לאָזט עפּעס ניט רוען.
-- זאָג מיר נאָר, ויָאזוי האָט זיך דיר דאָס געכאָלעמט?--- פרעגט ער בא שוליען
-- װאָס הייסט וויָאזוי?
-- איד מיין, נו, אף ייִדיש צי אף רוסיש?
-- א מאַשל, -- איז שוליע װי באליידיקט. -- כאלוימעס זע איך שטענדיק אף ייַדיש.
-- אָ, אָט דאָס טאקע האָב איך געװאָלט וויסן. װי זשע הייסט בא דיר יענץ, װאָס האָט זיך דיר געכאָלעמט?
-- װאָס יענץ?
ווערט שוין ניקיטא בארויגעז:
-- װאָס, דו שלאָפסט, צי דו מאכסט זיך? איך מיין, די דעטאל.
-- אָך, די דעטאל מיינסטו? א קלעפּקע. עס פעלט דאָרטן א קלעפּקע.
-- א קלעפּקע?---װוערט ניקיטא א ביסל אנטוישט און א ביסל דערשראָקן. --עפּעס ניט דאָס, ניט דער כאָלעם.
איז שוין שוליע אויך אומרויָק:
-- און װוי הייסט עס בא דיר?
-- א זאטיטשקע.
-- א זאטיטשקע? א זאקליאָפּקע! -- שרײַט אויס שוליע א דערפרייטער.-- איז דאָס דאָך אלציינס!
און ניקיטא, קעדיי אויסבאהאלטן די אייגענע פרייד, טוט א צי שוליען:
-- שא, שרײַ ניט, װעסט אופוועקן די גאנצע שטאָט!
געקומען אפן זאװאָד, האָבן זיי ווידער אין אײַלעניש פאנאנדערגענומען דעם אװטאָמאט, אין אײַלעניש, ציטערניש און פלאטערניש, װײַל זיי האָבן מוירע געהאט, אז ס'זאָל זיך פון דעם אלעמען ניט אויסלאָזן קיין פּוסטער כאָלעם. זיך דערקליבן צו יענעם אױסגעכאָלעמטן ערטעלע, האָבן ביידע דאָס א כאפּ געטאָן אין די הענט, און בא ביידן האָט זיך אָנגעהויבן דרייען דער קאָפּ. זיי האָבן געמיינט, אז אָט װעלן זיי אומפאלן. װײַל זיי אליין איז שווער געווען צו גלייבן. אלץ איז טאקע װי אין כאָלעם, נאָר פּונקט קאפּויר. טאקע אף יענעם אָרט און טאקע א קלעפּקעלע, צי א קליאָפּקעלע, צי א שפּונקעלע. נאָר ניט ס'האָט געפעלט, נאָר פארקערט, געווען אן איבעריקס. עפּעס א שפּונקעלע האָט ביגנייווע זיך ארײַנגעכאפּט ניט אהין, װוּ מע דארף, ארויסגעשטעקט מיט עפּעס א מיִעס שפּיצעלע און פארהאקט דעם אװוטאָמאט דעם אָטעם. ביז זיי האָבן צוריק צונויפגענומען דעם אװטאָמאט, ביז זיי האָבן אים
42
אײַנגעשטעלט און ער האָט אָנגעהויבן צו הודען, האָבן זיי געמיינט, אז בא ביידן װעלן ארויס- שפּרינגען די הערצער. נאָר װען דער אװטאָמאט האָט זיך טאקע צעהודעט, איז שוין גע- ווען גאנצפרי און די ארבעטער האָבן אָנגעהױבן קומען אף דער ארבעט. אײַ, מע דארף ניט דערציילן, װאָס איז געווען, ווען דער אװטאָמאט האָט זיך צעהודעט. ס'איז זיי אליין געווען א ביזאָיען און זיי זײַנען שטארק רויט געװאָרן. װײַל װי נעמען עס צוויי אלטע לײַט אָט אזוי, אפן ניכטערן הארצן, און הייבן זיך אָן קושן?
נאָך אלעמען זײַנען זיי געקומען צוריק צו בליומען. דער נאטשאלניק פון צעך האָט זי באפרײַט פון דער ארבעט, זיי זאָלן זיך א ביסל אויסשלאָפן. ניקיטא, גלײַך אפן טיש װאָלט שוין עפּעס געשטאנען, האָט געריבן די הענט פאר טײַנעג און זיך אָנגערופן;
-- בליומא, שטעל מאָהאריטש. און זאָלסט וויסן זײַן, אז איך מיט דײַן שוליען זײַנען פון איין נאציע. מיר זעען אין איין צײַט איינע און די זעלבע כאלוימעס.
ווען בליומע דערציילט איבער אלץ, װי עס איז געווען, פּוצט עס דערבײַ נאָך א ביסעלע צו, דערלויבט זי זיך שוין פארענדיקן מיט א ווערטל:
-- ט'האָט איר אײַך א בײַשפּיל, ווען דער כאָלעם איז גרעסער פון דער נאכט.
16
און דער פּרוט פליסט זיך פּאמעלעך און שטיל, װי אן אלט און שיין מײַסעלע. די צע- בויטעטע וואסער זעט אויס מאטעווע-גרוילעך, װי דער נעפּל אין די בערג, װי דער פארנאכ- טיקער הימל, ווען די זון איז שוין פארגאנגען און קיין שטערן איז נאָך ניטאָ. עפּעס מורמלט ער, דער טײַך, שעפּטשעט צו זיד אליין, װי אן אלטע באָבעצי אָן ציין: אמאָל איז געווען א באָבעצי--א שקראבעצי. אן אלטער טײַך מיט א ביסל אָפּגעקראַכענע ברעגן און קויטיקלעכע וואסערן. אז דער זומער צעהיצט זיך מיט זײַנע גרויסע היצן, װערט די וואסער װי אויסגע- דאמפט און דער טײַך בלײַבט ליגן מיט זײַן זאמדיקער נאקעטקײַט, מיט אָן א שיר איבער- געפוילטע װאָרצלען פון אמאָליקע ווערבעס, מיט אָן א שיר צעשיידטע קאליוזשעס, אין וועלכע קינדער פּליוסקען זיך כוצפּעדיק און פארשײַט, גלײַך דאָס װאָלט ביכלאל קיין טײַך ניט געווען.
אין אזעלכע טעג טרייסט זיך דער טײַך דערמיט, װאָס ער איז ניט שטענדיק און ניט אומעטום אזא, װאָס א ביסל װײַטער איז ער פול ביזן ברעג און פון ביידע זײַטן הענגען איבער אים געדיכטע װעלדער, װאָס מאכן די וואסערן אינגאנצן גרין. און אז נאָך א ביסל װײַטער האָט ער גאָר רײַכע קרויווים. פון איין זײַט דער דניעסטער, װאָס פליסט אזוי גיך, אז מע דארף אים גאָר קאָנען נאָכיאָגן, און פון דער צווייטער זײַט דער פּינענדיקער טשער- מוש. אפילע נִיט קיין איינער, נאָר צוויי, דער שווארצער און דער װײַסער. ביידע אלציינס וילד צעיושעט, ביידע האלטן אין איין בושעווען, רוישן קײַלעכיקע מעסלעסן, װי שיקער- לעכע הוצולן אֹף א כראם.. און נאָך א ביסל װײַטער, שוין פון יענער זײַט קארפּאטן, דער בלויער דונלי,
2171:2/0 32 160328 1828 .../128עסקת -- ווועטמות 162328
זאָגט מען גאָר, אז דאָס לידל איז געבוירן געװאָרן דאָ, באם פּרוט..
ס'איז געװוען טאקע יענע צײַט, ווען די זון איז פארגאנגען און קיין שטערן זײַנען נאָך ניט געווען. און אלץ ארום איז געווען טונקל-גרוילעך -- דער װײַטער הימל, דער נעפּל אין די בערג, דער פּוסט-געװאָרענער פּליאזש און דער פּרוט אליין, װאָס איז געווען האלב-אויסגע- טריקנט, און פונעם צעקאלויטשעטן דנאָ, ערטערװײַז א גרײַפּלדיק-זאמדיקער און ערטערװײַז פון סאמע דריבנע גלאנציקע שטיינדעלעך, האָט געצויגן מיט יענער פײַכטקײַט, װאָס איז קילער פון דער וואסער אליין, מיט א קילקײַט, װאָס גייט פון דִי פארבאָרגענע טיפענישן און שמעקט אויך מיט זייער פארבאָרגנס און זייער סוידעסדיקס.
איז שוין אלץ ארום געווען ענלעך אף א מײַסעלע, מיט אָן א שיר סוידעס און אָן א שיר רעטענישן. װײַל װאָס פּלוצעם האָט טאָליק צוגעשיקט מיטן קלענערן שוועסטערל א צעטעלע, פארװאָס איז ער אַליין ניט געקומען? און פארװאָס דארף זי, ציפּעלע, זיך גאנווענען צום טײַך אזוי, אז קיינער זאָל ניט באמערקן, װוּהין זי גייט? פארװאָס שוין אין טיפן פארנאכט און פארװאָס ערשט נאָך אלעמען דארפן זיי זיך פארוקן אין א ווינקעלע אונטער דער אלטער ווערבע, אז קיינער זאָל זיי ניט זען?
43
פון דער ווערבע צו דער וואסער איז איצט זייער װײַט, און װי לאנג עס זאָלן ניט זײַן די פּאָר צװײַגלעך, װאָס זיי האָבן אָפּגעבראָכן, װעלן זיי צו דער וואסער ניט דערגרייכן. קאָ- נען זיי נאָר קאלופּען מיט זיי די זאמד, װאָס איז דאָ, באם ברעג, שוין אינגאנצן אויסגע- טריקנט. און דאָס, װאָס טאָליק דערציילט, און דאָס, וועגן װאָס טאָליק וויל ניט דערציילן, און דאָס, וויַאזוי טאָליק שװײַגט!..
געוויס האָט טאָליק אויסגעקליבן אזא צײַט און אזא פארטונקלט ערטעלע, זי זאָל ניט זען זײַן פארשװאָלן פּאָנעם, די נאָך ניט פארהיילטע סיניעקעס און באזונדערס דאָס שרעקעוודיקע, װאָס קוקט ארויס פון זײַנע קורצזיכטיקע אויגן. קוקן ניט צו איר, נאָר ערגעץ אנדערש, אף יענער זײַט טײַך, אף וועלכן עס שטייט, װי א שוימער, אן איינזאם שטיבעלע. נאָר זי זעט סײַװי אלץ, זעט א סאך מערער, װי ער קאָן זיך פאָרשטעלן. און אפילע ווען ער שװײַגט, טאָליק, קלינגען איר אין די אויערן זײַן טאטנס װוערטער, שנײַדן אין מויעך, װי מיט א מע- סער, נעמט דורך דאָס גאנצע לײַב מיט א פיבערדיקן גרויל:
-- א טויטן, א טויטן װעל איך אים אהין אוועקפירן!
נאָר דאָס קאָן זי ניט זען, דאָס זעט נאָר טאָליק, זעט פאר זיך די גאנצע צײַט, אויך איצט, ווען זיי זיצן אונטער דער ווערבע, -- דעם טאטנס פּאָנעם. און דאָס רופט בא אים אלעמאָל ארויס א נײַעם פיבער. װײַל ער קאָן זיך דאָס ניט פאָרשטעלן, צי איז מעגלעך אזוינס? ס'איז דעם טאטנס פּאָנעם און ניט דעם טאטנס, זייער א פרעמדס און זייער אן אכזאָריעסדיקס.. אן אָנגעגאָסנס מיט בלוט, מיט זייער בייז בלוט, איז דאָס פּאָנעם געװאָרן רויט, שטארק אָנגע- בלאָזן. צוויי מאָל גרעסער, װי געוויינלעך, און אף אָט דעם פרעמד געװאָרענעם, אָנגעבלאָזע- נעם פּאָנעם האָבן די אויגן אויסגעזען, װי צוויי קליינע פּינטעלעך, װאָס האָבן ארויסגעגלאנצט מיט שווארצקײַט. ניט קיין מענטשלעכע אויגן אף ניט קיין מענטשלעך פּאָנעם. טאקע דער- פאר, קלערט ער איצטער, האָט ער דאן גאָרנישט ניט געקאָנט ארויסרעדן. װײַל דאָס אייני ציקע װאָרט, װאָס האָט זיך געריסן פון אים, א װאָרט, װאָס האָט געדארפט אויסדריקן זײַן דערשטױנטקײַט, זײַן דערשיטערטקײַט, װאָס איז געווען שטארקער פונעם ווייטעק אליין, איז געווען -- טאטע! נאָר װי האָט ער געקאָנט אָנרופן אָט דאָס פרעמדע, אכזאָריעסדיקע פּאָנעם מיט אזא נאָמען?
-- א מאטעמאטישער פּאראדאָקס... ---נאָך א לאנגן שװײַגן, װאָס האָט ציפּעלען אויסגע- זען שרעקלעכער, וי זײַן דערציילונג אליין, האָט טאָליק װוידער זיך צערעדט. -- געדענקסט, מיר האָבן געלייענט וועגן איינשטיינס רעלאטיװיטעט-טעאָריע. ווען א שיף מיט קאָסמאָנאװטן זאָל זיך לאָזן צו דער פּלאנעטע ווענערע, פליִען א האלב יאָר אהין און א האלב יאָר צוריק, װאָלטן די קאָסמאָנאװטן, װאָס זײַנען געווען אויסער דער ערד ניט מערער, װי א יאָר, גע- טראָפן די איבערגעלאָזטע זויג-קינדער אלס אכציקיאָריקע זקיינים.. װײַל די צײַט איז רע- לאטיוו און אין אנדערע וועלטן איז זי גאָר אן אנדערע. מיט מיר איז געשען גאָר פארקערט. פאר די עטלעכע טעג, װאָס איך בין געוען ניט הי, גאָר אין אנדערע װעלטן, האָב איך זיך שטארק געעלטערט. עפשער אף צען יאָר, עפשער אף פופציק יאָר און עפשער אף אלע הונדערט. און איך הער ניט אוף װוּנדערן זיך: אלץ איז געבליבן וי געווען, וי איך האָב דאָס אמאָל איבערגעלאָזט. און דו אויך. דו ביסט אזוי יונג און שיין. מיר גלייבט זיך אפילע ניט.
-- װאָס רעדסטו, טאָליק?
ציפּעלע האָט צוערשט געמאכט א פּרוּוו אָפּרוקן זיך פון אים, װײַל זי האָט זיך פּאָשעט דערשראָקן, געמיינט, ער איז ניט בא די געדאנקען. דערנאָך א טאפּ געטאָן זײַן שטערן, אף וועלכן זי האָט אָנגעטאפּט א פּאָר אופגעלאָפּענע בערגעלעך. זי האָט געמיינט, אז ער רעדט פון היץ. נאָר ס'איז געווען ניט דאָס און ניט יענץ. און דערפון איז איר געװאָרן נאָך שרעק- לעכער.
-- ווען מײַן טאטע זאָל וויסן... ווען מײַן טאטע זאָל קאָנען פארשטיין, װאָס ער האָט פון
מיר ארויסגעשלאָגן און װאָס ער האָט ארײַנגעשלאָגן!
ציפּעלען דוכט זיך, אז טאָליק באמערקט זי אינגאנצן ניט, זעט זי ניט, פילט זיך טאקע, װוי גאָר ערגעץ אנדערש, און רעדט מערער צו זיך אליין. און ער דארף זי נאָר דערצו, עס זאָל זיך אים דוכטן, אז ער רעדט צו עמעצן.
--- וויי, וויי, װווּ בין איך ניט אויסגעװען פאר די עטלעכע טעג! איך בין געװען אין וויעטנאם, איך בין געווען אין טשילי, איך בין געװוען אין צאָפן-אמעריקע, איך בין געוען אין ייַסראָעל. און געזען אלץ, אלץ...
-- װאָס רעדסטו, טאָליק?
-- שלאָג מיך ניט איבער. פארשטייסט, אויב דו ווילסט וויסן, האָט מײַן טאטע מיך טאקע
41
געהארגעט. א סאך זאכן אין מיר אוועקגעהארגעט. און דאָס ערגסטע, װאָס ער האָט אוועק- געהארגעט, איז -- זײַן זון. איצט לעבט שוין אף דער וועלט גאָר אן אנדערער. איך ווייס נאָך אליין ניט װער, נאָר שוין ניט זײַן זון. און איצט, ווען איר בין אזויפיל מאָל ארומגעפלויגן די ערד...
ציפּעלע, געפּלעט פון זײַנע דערציילונגען, האָט געפרעגט גאנץ ערנסט:
-- וויַאזוי ביסטו עס ארומגעפלויגן?
-- װאָס הייסט, ויַאזוי! אף א קאָסמישער שיף! פונדערװײַטנס זעט די ערד אויס גאָר אנדערש. מע זעט זי מיטאמאָל אינגאנצן. און דאָס איז זײיער א פארכאפּנדיק, אן איבע- ראשנדיק בילד, מע זעט, וי איין שטיקל ערד איז פארגאָסן מיט זון און א צווייט שטיקל איז באדעקט מיט װאָלקנס. אף איין אָרט גיסט א רעגן און אף א צווייטן בושעווען זאווערוכעס. און מע זעט, װי די גאנצע ערד פיבערט. די ערד איז אזוי קליין, אלץ אף איר איז אזוי איבערגעפלאָכטן. איצט איז פאראן איין גרויסער גוירל פון דער גאנצער מענטשהײַט. אָדער זײַן, אָדער אומקומען אין איין אויגנבליק.
-- טאָליק, טאָליק! עפּעס רעדסטו אזוינס! איך האָב גאָר מוירע פאר דיר! דו רעדסט, וי א פּריידיקער, עפּעס גאָר, װוי א נאָװוי!
ציפּעלען האָט זיך געדוכט, אז טאָליק האָט א שמייכל געטאָן. דאָס ערשטע מאָל פאר דער גאנצער צײַט.
-- מע קאָן טאקע װערן א נאָװי. אז דײַן אייגענער טאטע! ער רעדט וועגן אכדעס פונעם ייִדישן פאָלק און איז גרייט הארגענען דעם אייגענעם זון.
יאָ, טאקע דאָס שמייכעלע, װאָס האָט אזוי דערפרייט ציפּעלען. צי דען קאָן א שמייכעלע ארויסרופן אזויפיל ווייטעקן, אז דאָס גאנצע פּאָנעם זאָל מיטאמאָל זיך פארקרימען, צונויפ- קאָרטשען און טאָליק זאָל דארפן א רײַב טאָן די באקן, זי זאָלן אזוי ניט אונטערשפּרינגען?
-- נארישקײַטן, פארשטייט זיך, -- האָט טאָליק ארויסגערעדט, רײַבנדיק די באקן. -- איך האָב פּאָשעט אָנגעהויבן בעסער זען. עס האָבן מיר זיך געעפנט די אויגן, און א סאך זאכן פארשטיי איך איצט גאָר אנדערש. געדענקסט, בא אײַך אין שטוב? דײַן זיידע האָט געזאָגט, אז אים איז װײיניק זײַן א ייד, אז ער וויל זײַן א שטיקל רוס, א שטיקל אוקראינער, אמאָל א וויעטנאמער און אמאָל א טשיליעץ. דאן האָט דאָס מיר אויסגעזען ווילד, אומנאטירלעך. איצט פארשטיי איך, װאָס ער האָט געמיינט. אָ, ווען איך דארף איצט אָפּגעבן עקזאמענעס אף גע- שיכטע, װאָלט איך אָפּגעבן אף א פינף.
צי דערפאר, װאָס טאָליק האָט דערמאָנט וועגן זיידן, צי דערפאר, װאָס אפן הימל האָט זיך באוויזן דער ערשטער שטערן, יענער שטערן, וועמעס פינקלענדיק פּײַערל גיט צו דעם הימל זײַן אָװנטיקע טונקלקײַט, עפשער ביכלאל אונטערן אײַנדרוק פון טאָליעס קאָסמישע רײַזעס, צי עפשער גאָר איבער די פארזאָטענע סיניעקעס אף טאָליקס פּאָנעם, האָט ציפּעלע פּלוצעם א זאָג געטאָן:
-- יאָ, אפּאָנעם, אז ס'איז טאקע אזוי: דער מענטש שטאמט פון שטערן.
-- װוער האָט דאָס דיר געזאָגט? -- טאָליק האָט אזש א ציטער געטאָן.
--- מײַן זיידע.
-- דײַן זיידע? און מיט װאָס קאָן ער דאָס דערװײַזן?
ווייסט זי ניט, ציפּעלע, צי עס לוינט דערציילן. װײַל זי װוייסט ניט, צי מע קאָן מיט דעם עפּעס דערװײַזן. נאָר פונדעסטוועגן... דאָס, װאָס דער זיידע האָט איר דערציילט, ניט יענעם גאנצפרי באם טײַכל, נאָר אין עטלעכע טעג ארום, ווען זי, װי טאָליק איצט, איז צוגעשטאנען צו אים, ער זאָל איר דערװײַזן זײַן היפּאָטעזע.
איצט, ווען ציפּעלע האָט געפּרוּװוט אלץ איבערדערציילן, האָט דאָס טאקע אויסגעזען, װי א מײַסעלע, איר אליין איז שװוער פאָרשטעלן זיך יענע װײַטע צײַט, איר איז שװער פאָר- שטעלן זיך די טורמע און דעם זיידן אין איר, איר איז שווער פאָרשטעלן זיך יענעם קאר- צער, אין וועלכן מע האָט אָפּגעהאלטן דעם זיידן א טעג צען, און װי ער איז ארויס פון אים קוים א לעבעדיקער, אינגאנצן א פארשװאָלענער, מיט א סאך פארזאָטענע סיניעקעס אפן פּאָנעם, אונטער די אויגן. ער האָט דאן אויסגעזען ביז גאָר דערשלאָגן, דער זיידע, און קעדיי דערמונטערן אים א ביסל, האָט איינער פון די עלטערע אסירים א זאָג געטאָן:
-- האלט זיך, דארפסט וויסן, אז דער מענטש שטאמט פון שטערן.
און װי ס'האָט אָפּט געטראָפן דאָס, װאָס האָט דאָװידן ניט אופגעהערט װוּנדערן, האָט דער ניט-ייַד אים פֿאָרגעלײענט א פּאָר שורעס פון א ייַדישער ליד:
איך קום, װי א שטאָלצער קאָמעט, וי די זון, ווען עס הייבט אָן צו טאָגן!..
45
ערשט אין פיל יאָרן ארום, טאקע גאָר ניט לאנג, האָט דער זיידע זיך אָנגעשטױסן אף אָט דער ליד און זיך דערװוּסט, אז דאָס איז א ליד פונעם באװוּסטן ייִדישן רעװאָליוצ;אָנערן דיכטער יויסעף באָושאָװער. דעם טאָג איז ער ארומגעגאנגען א יאָמטעװדיקער, אלץ אין אים האָט געזונגען, און פאר די אויגן זײַנען געשטאנען יענע טעג פון פארן קארצער און נאַכן קארצער און יענער ניט יונגער קאטאָרזשניק, װעמען מע האָט געקאָנט אָנעמען פאר א רומענער, אָדער פאר א טשעך, װאָס האָט אויסדעקלאמירט אף ייִדיש:
איך קום, וי א שטאָלצער קאָמעט!.
און ווידער טאקע ערשט ניט לאנג... ער ווייסט אליין ניט, פארװאָס דער דאָזיקער איניען האָט אים אלעמאָל אזוי פארכאפּט, גלײַך די אָדער יענע היפּאָטעזע װעגן דער אנטשטײיוּנג פון דער ערד אָדער וועגן דער אנטשטייוּנג פון לעבן קאָנען עפּעס ענדערן. פונדעסטוועגן האָט זיך זייער געװאָלט א שטיקל באשטעטיקונג פארן גרויסן ייַכעס פונעם מענטשן. עפּעס מערער, װוי די מאלפּע אליין. איז פאר אים אויך געווען א שטיקל יאָמטעװו, װען ער האָט איבערגעלייענט וועגן דער היפּאָטעזע פונעם ענגלישן אסטראָנאָםס דזשאָן דזשעמס, אז אלע פּלאנעטעס פון דער זוןיסיסטעם זײַנען אופגעקומען פון א צעגליטער שיטעריצע, װאָס א דורכגעפלויגענער שטערן האָט מיט זײַן צוצלונגיקראפט ארויסגעריסן פון דער זון. די דאָזיקע היפּאַטעזע איז אים צום הארצן א סאך מערער פון אנדערע. װי אויך פון דער, אז די ערד איז אופגעקומען פון קאלטן קאָסמישן שטויב. איין זאך איז קאלטער שטויב, און א צווייטע זאך איז א צעגליטע מאסע. און ניט אזוי די צעגליטע מאסע אליין, װי דער שטערן, דער גיגאנטיי שער סופּער-שטערן, װאָס האָט געקאָנט רײַסן שטיקער פון דער זון אליין. ארױיסרײַסן פון אירע געדערים אזא שטיק, עס זאָל סטײַען אף אויסקנעטן די ערד און אלע איבעריקע פּלאנע- טעס, איז אוואדע א סאך שענער. א סאך רעגעוודיקער איז פאָרשטעלן זיך די ערד און אלץ, װאָס איז אף איר דערנאָך אופגעקומען און דעם מענטש אליין אויך, װי א רעזולטאט פון א קאָלאָסאלער קאָסמישער דראמע, אין וועלכער ס'איז פארמישט א דורכגעפלויגענער סופּער- שטערן. קאָן דער מענטש אליין ציען זײַן ייַכעס פון אים. און קאָן דערקלערן דערמיט דאָס, װאָס זינט דער מענטש איז א מענטש, לאָזן אים ניט רוען אלץ נײַע און נײַע הויכע טרוימען. און עס האלטן אים אין איין ציִען יענע װײַטע הימלען צי די װײַטסטע שטערן.
איך קום, װוי א שטאָלצער קאָמעט!
דאָס האָט שוין א זאָג געטאָן טאָליק אליין, צוגעמאכט די אויגן, װי אײַנגעהערט זיך, אײַנזאפּנדיק אין זיך דעם הייסן גלי פון אָט די הויכע ווערטער.
-- פארװאָס, פארװאָס!-- האָט ער קימאט אויסגעשריגן מיט ווייטעק, -- פארװאָס וייסן מיר אזוי װײיניק! פארװאָס דערוויסן מיר זיך אלעמאָל וועגן עפּעס אנדערש א ביסל צו שפּעט!
-- עס איז קיינמאָל ניט שפּעט! -- האָט ציפּעלע אים דערווידערט.
איבער דער בריק, װאָס א מעטער הונדערט פון דער ווערבע, לעבן וועלכער זיי זײַנען געזעסן, האָט מיט ראש א אאָג געטאָן א לאנגער פּאסאזשיר-צוג און צערודערט אלץ ארום. די בריק האָט אונטערגעציטערט אונטער דער שװערקײַט פון די יאָגנדיקע וואגאָנעס, די לופט האָט א סיפּע געטאָן, װי דורכגענומען מיט א צוגװוינט, ס'האָבן א ציטער געטאָן, װי צעפּאָ לאָכעטע, די שיטערע בלעטער אף דער אלטער װערבע, און ס'האָט אף א װײַלע זיך א כווא- ליע געטאָן דאָס פּלאטשיקע וואסער אין טײַך. טאָליק האָט אויך א ציטער געטאָן. מיט גאָר אן אנדער ציטער. ער האָט ניט אראָפּגענומען דעם בליק פונעם אװעקיאָגנדיקן צוג, און ווען אלץ ארום האָט זיך בארויקט, האָט ער נאָך אלץ ניט געקאָנט אײַנעמען דעם אייגענעם ציטער.
-- דו זעסט, ציפּעלע? אין א װאָך ארום... מיט דעם זעלבן צוג...
--- דו אויך?
-- איך ווייס ניט. איך ווייס אליין ניט. ווען ניט דאָס קלענערע שװעסטערל מײַנס, שוי רעלע. זיי רופן זי ,װישקראָב? און האָבן זי ניט ליב. איך ווייס אליין ניט פארװאָס. האָב איך זייער מוירע פאר איר. איך טאָר זי ניט איבערלאָזן מיט זיי אליין. זי װעט דאָס ניט אויסהאלטן.
-- נו, און איך! -- האָט זיך ארויסגעריסן בא ציפּעלען.
טאָליק איז װידער אנשוויגן געװאָרן. ער האָט אלץ געקוקט, שטארק זיך אײַנגעקוקט אין ציפּעלעס פּאָנעם, גלײַך אין דער אָנגעשװוּמענער טונקלקײַט זעט ער זי שלעכט, און גע" שוויגן. װײַל דאָס, װאָס ער האָט אָקאָרשט א טראכט געטאָן, דאָס, װאָס האָט אים דורכגעשניטן דעם מויעך, דורכגענומען דאָס גאנצע לײַב מיט א נײַעם גרויל, איז געווען דאָס סאמע שרעק" לעכסטע, און ארויסרעדן דאָס איז געווען אומעגלעך, אומדערלאָזבאר. װײַל עס קאָן אזוינס
: 46
ניט זײַן, עס טאָר אזוינס ניט געשען, ניין, ניין! צי דען מעג ער אפילע טראכטן אזוי? אז אויך די ליבע איז אין אים אָפּגעשטאָרבן אָפּגעשטאָרבן, צי בלויז פארקילט געװאָרן, פארגליווערט געװאָרן און מע דארף האָבן צײַט, זי זאָל װוידער צעווארעמען זיך, זי זאָל װוידער אופלעבן.
-- א צווייטער פיזישער פּאראדאָקס, --ארויסגערעדט, ווידער, וי צו זיך אליין. -- ווען קאָסמאָנאװטן קערן זיך אום אף דער ערד נאָך א לאנגער קאָסמישער רײַזע, דארפן זיי האָבן א שטיקל צײַט אף באפרײַען זיך פונעם צושטאנד פון אָנװאָגיקײַט. בא מיר איז קאפּויר. איך קאָן זיך אלץ ניט באפרײַען פון די קאָלאָסאלע איבערלאָדונגען. זיי בייגן מיך צו דער ערד. מיר איז אפילע שװוער שטעלן א פוס...
א כאפּ געטאָן ציפּעלען פאר דער האנט און אָנגעהױיבן רעדן גיך, גלײַך ער האָט מוירע געהאט, אז ער װעט ניט באװײַזן זאָגן אלץ, װאָס ער וויל, אָדער ער װעט איבערטראכטן און װידער אנשוויגן װוערן.
-- ציפּעלע, דו פרעג בא מיר גאָרניט און זאָג מיר גאָרניט. דו ווארט נאָר צו א ביסל. לאָז מיך זיך באפרײַען פון די אלע איבערלאָדונגען, איך דארף אראָפּארפן פון זיך די איבעריקע יאָרן, װידער װערן... ניין, ניין, אזא, װי איך בין געווען, װעל איך שוין ניט זײַן, קיינמאָל ניט. איך װעל שוין קיינמאָל ניט זײַן אזא, װי מײַן טאטע וויל. נאָר די יונגע יאָרן מוז איך אומקערן, איך מוז אומקערן זיך אליין... איך מוז אומקערן דיך... ווארט צו עטלעכע טעג. איך װעל קומען צו דיר. דעם קומענדיקן פרײַטיק. דעם קומענדיקן פרײַטיק פאָרט מען אוועק. איז אָט. פרײַטיק, עטלעכע שאָ פארן אָפּפאָרן. צוויי שאָ פארן אָפּפאָרן. א שאָ פארן אָפּפּאָרן! איך װעל אומבאדינגט, אומבאדינגט, איך װעל קומען צו לויפן, און דו װעסט מיך אויסבאהאלטן,
-- טאָליק, דו מוזט שוין ארײַנקומען צו אונדז. זיך דורכשמועסן מיט מײַן זיידן. ער װעט דיר אלץ דערקלערן.
-- ניין, ניין, איצט טאָר איך ניט. איך דארף שוין זײַן אין דער היים. קיינער טאָר ניט וויסן, װוּ איך בין געווען, נאָר איך װעל קומען צו דיר, צו דײַן זיידן. צוויי שאָ פארן צוג. א שאָ פארן צוג.
וידער װוי עלטער געװאָרן און ארויסגערעדט שוין אָן יענער פארכאפּונג:
-- דו בלײַב דאָ א ביסל. מע דארף אונדז ניט זען איניינעם. א זאָקן מיט א יונג מיידל..
און איז גלײַך אוועק. אוועק מיט זקיינישע, שלאבעריקע טריט, שקראבענדיק מיט די פיס איבערן צוגעוויאנעטן גראָז. ער איז געגאנגען, געהויקערט זיך, און ציפּעלען האָט זיך גע- דוכט, אז ער הוסט מיט עפּעס א פארדעכטיקן הוסט, א הוסט, װאָס ער האָט די גאנצע צײַט מיט אלע קויכעס אײַנגעהאלטן. ציפּעלע האָט געװאָלט אים נאָכלויפן, א רוף טאָן צוריק, אָדער גלאט אזוי א געשריי טאָן, אָדער. גלאט אזוי צעוויינען זיך. אויסוויינען איר ווייטעק, אויס- וויינען איר שרעק. װײַל דאָס, װאָס טאָליק האָט איר דערציילט, און דאָס, װאָס טאָליק האָט ניט דערציילט... און טאָליק אליין... זי פארלירט אים, טאָליקן, זי האָט אים שוין פארלוירן. װײַל דאָס איז גאָר ניט דער טאָליק,
דער הימל איז שוין געווען היפּש אויסגעשטערנט, פּונקט װי עס פּאסט פאר א זומערדיקן אָװנט. און דער טײַך איז זיך צעפלאָסן פּאמעלעך און שטיל, װי אן אלט שיין מײַסעלע. און כאָטש וואסער אין אים איז געווען ביז גאָר קנאפּ, האָט ער זיך געקאָנט בארימען מיט זײַנע רײַכע קרויווים. מיטן גיכפליסנדיקן דניעסטער, מיטן שווארצן און װײַסן טשערמוש, װאָס זײַנען ביידע אלציינס שטורמיש און ביידע אלציינס ראשיק. און מיטן בלויען דונײַ.
11240ץ21 32 160328 1428 ../0142קת -- ותעטמות 162328
דאָס ייִדישע געסל. זאָל זײַן, עס זאָל טאקע אינגאנצן ניט סטײַען? שוליע זאָגט ---גענע- ראלנע פּלאן. ער האָט אליין געהערט אף א לעקציע. און אז א גענעראלנע פּלאן, איז װאָס? דערפון איז בליומען ניט גרינגער. און װאָס קומט איר ארויס, װאָס לויט אָט דעם גענעראלנע פּלאן װעלן אפן אָרט פון די קליינע שטיבלעך אופקומען גרויסע פילשטאָקיקע מױיערן? און װאָס אָנשטאָט די שמאָלע פארשטויבטע געסלעך און פארשאָטנטע ליקעלעך װעלן אופקומען ברייטע גאסן און פּראָספּעקטן און גרויסע סקווערן? און װאָס אומעטום װעט זײַן פול מיט זון, פול מיט ביימער און קווייטן און מיט אלע איבעריקע זיבעצן זאכן? יאָ, אלץ איז גוט, אָבער דאָס ייִדישע געסל! װי װעט זי, בליומע, קאָנען לעבן, זי זאָל יעדן גאנצפרי ניט זען הענעך קאָװעל, דעם אלטן לארל;אָן, בעניע מאליער און שיפרע די קישעפמאכערן מיט איר גאנצער כאָפּטע! און טאקע הענעך אליין... װוּהין װעט ער זיך אהינטאָן מיט זײַן קוזניע, און װאָס װעט
47
זײַן מיט לאריאָנס סעדל? און זי אליין, בליומע, װאָס װעט זי טאָן מיט אירע לעצטע נײַסן? זאָל זי זיי פאנאנדערפירן מיטן טראָלײיבוס און אופהייבן זיך מיט זיי אפן צענטן שטאָק! איז בליומע עפּעס פארומערט. זי בענקט שוין. ווען װעט מען זיך ערשט נעמען צו אים, צום גענעראלנע פּלאן, סוועט נאָך אװעק א יאָר מיט א מיטװאָך, ס'איז דערװײַל ניט מערער, װי א לעקציע, נאָר זי, בליומע, בענקט שוין נאָכן ייִדישן געסל, װאָס מוז פארשװוּנדן װערן, אראָפּ פונעם מארק, װי עס רעדט זיך.
קיין פרומע איז בליומע קיינמאָל ניט געװען, נאָר זי האָט ליב געהאט אמאָל ארײַנקוקן אין א פענצטער ערעווישאבעס, װוּ עס שטייט א שאבעסדיק-פארשפּרייטער טיש מיט צויי אָנגעצונדענע ליכט אף אים. זי האָט ליב געהאט צו קוקן, װי אייניקע טומלען זיך ארום די מאצעס ערעװ-פּײיסעך אָדער קלאָגן זיך יאָמקיפּער אף א שװערן טאָנעס.. ס'האָט איר אין עפּעס דערמאַנט. אין זייער, זייער װײַטן און אין זייער, זייער שװוערן... אין זייער אמאָליק שטיבעלע לעבן טיפן יאר, אין זייער אמאָליק שטעטעלע, אין זייער אמאָליקן דאלעס, אמאָליקער אָרעמקײַט. קיינער װעט גאַרניט גלײבן, אז דאלעס קאָן זײַן אזוי העל, אזוי בונט, אזוי פילפארביק.. סארא רײַכע פאנטאזיע עס איז געװען באם דאלעס! א קוק טאָן אפן איצטיקן אוילעם, װאָס באָדט זיך אין גוטס, -- איינער איז ענלעך אפן צװייטן, וי איין מאמע האָט זיי געהאט. בא אלעמען דער זעלבער אָנצוג, דער זעלבער גארניטור, דער זעל- בער טעלעװיזאָר און דער זעלבער כאָלאָדילניק. נאָר װאָס זאָל זי טאָן, אז עס בענקט זיך, װאָס קומט איר דערפאר? און אז זי גייט דורך אמאָל א שאבעס און טוט א קוק ארײַן אין אזא ייִדישער שטוב... מעגלעך, אז עפּעס דערפון וועט זײַן אויך אף די נײַע גאסן, נאָר ס'וועט זיך שוין אזוי ניט אָנזען.
וועגן װאָס מע זאָל ניט רעדן, קומט מען ארוף אף דעם זעלבן. װאָס פאר א שײַכעס האָט, לעמאָשל, דער גענעראלנע פּלאן צו ייִסראָעל! נאָר, זעט איר דאָך!
-- מיר פעלט ייִסראָעל װי א לאָך אין קאָפּ. און אויב דיר ווילט זיך אזוי שטארק, קאָנסטו אליין פאָרן. האָסט דאָרטן אויך א שטיקל קאָרעו, דעם יויזל דײַנעם, שרײַב אים אָן, זאָל ער דיר שיקן אן ארויסרוף.
לאריאָן דארף מער ניט. װאָס הייסט, מע האָט אָנגערירט דעם קאָװעד פון יעזוסף
-- אזעלכע אפּיקאָרסים, װי דו, -- האָט ער געטײַטלט צו הענעכן מיטן פינגער, -- זײַנען שוין גאָר קיין ייִדן ניט.
-- אַ, אַ! -- איז הענעך אונטערגעשפּרונגען. -- פאָר אװועק אהין, װעסטו װערן אן עכטער ייָד. װעסט גאָר מוזן זיך מאלע זײַן אף דער עלטער.
הייבט מען אָן רעדן ועגן ייַסראָעל, פארגעסט שוין בליומע אויך וועגן גענעראלנע פּלאן. װײַל מיט אים צי אָן אים.. זי קאָן דען צוטראכטן עפּעס אנדערשס? און אז זי װעט זיך שטארק פארבענקען נאָך א פריַערדיקער שכיינע, װעט זי שוין יאקאָס געפינען איר אדרעס. אָבער יענץ איז דאָך גלאט א צאָרע! אז מע פאָרט אוועק אהין, קאָן מען שוין צוריק ניט קומען, װי יענטע די סטאָליערקע שרײַבט.
,וויי, וויי, --- שרײַבט זי, -- וי איך האָב זיך עס געיאָגט װאָס גיכער זיך ארױסרײַסן פונעם גאָלעס. איצט באוויין איך מײַנע יאָרן. גוואלד, ליבע מײַנע, װי קומט מען צוריק אין אונדזער ליבן ,גאָלעס?!"
-- נארישע מענטשן, -- רעדט בליומע צו זיך אליין. -- מיט די אייגענע הענט! מע נעמט און טרײַבט זיך אליין אוועק אין גאָלעס!
פאר בליומען איז דאָס ניט מער װי א שטיקל פּריקרעקײַט. אמאָל קימערט עס זי א ביסל, אמאָל פארדריסט עס זי טאקע שטארק, אמאָל קומט זי אָפּ מיט א בינטל ביטערלעכע געדאנקען, נאָך וועלכע זי מון עפּעס אײַנעמען, און אמאָל צעקריגט זי זיך אפילע מיט עמעצן. נאָר -- אָפּגעקריגט זיך, איבערגעטראכט, פארטרונקען מיט עפּעס זיסן, און עס גייט דורך. אָבער ציפּעלע!
א גאנצן פרײַטיק איז זי אָפּגעלעגן מיטן קאָפּ אין קישן און געװיינט. ניט אף יענעם טאָליקן, מיט וועמען זי איזן געזעסן אונטער דער ווערבע, װאָס האָט אויסגעזען אומגעוויינ- לעך פארענדערט און גערעדט אומגעוויינלעך שרעקלעך. פאר יענעם טאָליקן האָט זי מוירע. זי האָט געווארט אפן פריערדיקן טאָליקן, אף אזא, װי ער האָט צוגעזאָגט קומען. װידער אזא וי געווען, זאָל זײַן טאקע ניט אזא. אוואדע בעסער, װאָס ניט אזא, נאָר א יונגער, אָן די אלע איבעריקע יאָרן, װאָס האָבן אים געבויגן צו דער ערד. אלעמאָל האָט זי זיך אופגע- זעצט, א קוק געטאָן אפן קליינינקן האנט-זייגערל און ווידער זיך א װאָרף געטאָן צום קישן.
5--6 18
דאָס זייגערל איז סאקאָנעסדיק געלאָפן, מאמעש געשלונגען די צײַט. איבערגעשפּרונגען פון איין שאָ צו דער צוייטער. צו יענע צויי שאָ.. צו די צויי שאָ פארן אָפּגײן פונעם צוג איז שוין קימאט גאָרניט ניט געבליבן. און טאָליק.. װוּ זשע איז ער ערגעץ, טאָליק?
דער זיידע אויך. זי האָט אים דערציילט וועגן טאָליקן אלץ. וועגן זײַן פארשװאָלן און פארבלאָווט פּאַנעם, וועגן די בײַלן אפן שטערן און וועגן זײַנע מאָדנע, שרעקלעכע רייך יענעם פארנאכט באם טײַך, און וועגן די צוויי שאָ, צוויי שאָ פארן אָפּגײן פונעם צוג. דער זיידע האָט צוגעזאָגט קומען פון דער ארבעט א ביסל פּריִער, װײַל מע דארף דאָך דערוויסן זיך, מיט װאָס איז טאָליק געקומען, און באטראכטן, װאָס װײַטער צו טאָן. איז ער נאָך אלץ ניטאָ, דער זיידע. ווען דאָס זייגערל, װאָס איז הײַנט וי פון זינען אראָפּ -- עפּעס א מעשוגן זיי- גערל מיט צעדרייטע װײַזערלעך, -- איז צוגעשפּרונגען צו יענעם געפערלעכן אָרט, נאָך וועלכן, וי ציפּעלען האָט זיך געדוכט, ס'האָט אלץ געמוזט זיך אָפּשטעלן: דאָס זייגערל, די צײַט אליין און אויך דאָס אייגענע הארץ אירס, -- איז זי אראָפּגעשפּרונגען, אפגיך אָפּגעװאשן די טרערן פונעם פּאָנעם און פון די אויגן, וייניט-איז, אין אײַלעניש, זיך צוגעקעמט, און.. װוּהין לויפן, האָט זי אייגנטלעך ניט געװוּסט. זי האָט נאָר געװוּסט איין זאך: זי מוז לויפן, זי מוז ערגעץ לויפן.
זי האָבן זיך באגעגנט אף די טרעפּ. ציפּעלע איז געלאָפן מיט די טרעפּ אראָפּ, און דאָװיד האָט געסאָפּעט מיט די טרעפּ ארוף. לויט דעם, װי ציפּעלע האָט זיך א װאָרף געטאָן און א כאפּ געטאָן אים פאר דער האנט, האָט דאָװיד פארשטאנען, אז טאָליק איז ניט געקומען. האָט ער גענומען פארענטפערן זיך, גלײַך ער װאָלט געווען שולדיק אין דעם;
-- כ'האָב פריִער ניט געקאָנט. פארשטייסט, ציפּעלע, מײַן קוטשעראווע בריגאדע, גראָד הײַנט!.. זיי גייען דאָך די גאנצע צײַט די ערשטע, דארף זיך טרעפן אזא זאך!
פארשטאנען, אז ציפּעלען ליגט איצט ניט אין קאָפּ זײַן קוטשעראווע בריגאדע, איז ער גאָר אנשוויגן געװאָרן. ער האָט געמוזט אָפּשװײַגן כאָטש א מינוט, אָפּדעכען פונעם גיכן גאנג, אײַנרעדן זיך אליין, אז מיט זײַן בריגאדע האָט קיין שום שלעכטס ניט געטראָפן, ער זאָל קאָנען א פרעג טאָן:
-- װוּ זשע איז טאָליק?
-- ניט געקומען, -- ציפּעלע האָט אים א צי געטאָן פאר דער האנט. -- מיר פאָרן אפן װאָקזאל?
-- װווּהין דען! אוואדע אפן װאָקזאל,
אלץ איז געווען, װי געוויינלעך. איינע פאָרן אװעק און אנדערע באגלייטן נאָר די פּענעמער. פּענעמער, װאָס פלאמען פון אומגעדולד. און פּענעמער, װאָס זײַנען בלייך פון אומרו און שרעק פאר אָט דעם לעצטן שפּאן.
עפּעס איינער, דאָװיד האָט אים יאָ דערקענט און ניט דערקענט, האָט ארויסגענומען פון די הויזןדקעשענעס א פלעשל װײַן, געעפנט דאָס, ארויסגענומען פון דער צווייטער קעשענע א פּאָר קויסעלעך און אָנגעגאָסן. דאָס, װאָס איז דערבײַ געזאָגט געװאָרן, האָט דאָװיד ניט געהערט, ער האָט נאָר געזען, װי דער בראװער יונגערמאן האָט א שלײַדער געטאָן דאָס פּוסטע פלעשל אף די שטיינער, און װי עס האָט מיט א שארפן קלונג זיך צעקלאפּט אף פּיץ- פּיצלעך.
און װידער די פּענעמער. ניט יענע, װאָס פלאמען פון אומגעדולד, נאָר יענע, װאָס זײַנען בלייך פון שרעק, פון אומרו, יענע, װאָס זײַנען פארגאָסן מיט טרערן... װוּהין יאָגן זיי? און ווער, װוער יאָגט זיי דען?
צוגיין א ביסל נעענטער האָט ער ניט געװאָלט. ער האָט ניט געװאָלט אזוי, אומגעריכט, זיך צונויפשטויסן מיט לייזערן און מיט אלע איבעריקע גראָד אין דער מינוט. איז ער געשטא- נען א ביסל פונדערװײַטנס און געקוקט אף אָט דעם פארפלאמטן, צעיאָצטן און אופגערודערטן אוילעם, און אים האָט זיך געדוכט, אז דאָס זײַנען זיי אומיסטן אזוי פארהאוועט, פאריאָגט, טאקע װי שיקערלעך, זיי זאָלן אליין ניט וויסן, װאָס מיט זיי קומט פאָר, עס זאָל זיי אזוי, פארשיקערטע, אװעקטראָגן אהין און זיי זאָלן שוין גאָרניט קאָנען ענדערן, װײַל אויב אָפּשטעלן זיך נאָר אף איין מינוט!
ציפּעלע האָט ערגעץ ניט געסטײַעט. געוויס ארומגעיאָגט איבערן פּעראָן, ארײַנגעקוקט אין די וואגאַנעס, זוכנדיק איר טאָליקן. דאָװיד האָט שוין אָנגעהױבן באומרויקן זיך, געזוכט זי מיט די אויגן צװישן דעם צעיאָצטן אוילעם. אלץ אין אים האָט געקאָכט פון פארדראָס, אופגעבראכטקײַט, פון באליידיקונג, פון ווייטעק... אזא הייסער געוויטער פון צעבושעוװועטע
49
געפילן צו די אלע, װאָס פארשוועכן, טרעטן מיט די פיס אלץ, װאָס איז אים הייליק און טײַער, גלײַך זיי װאָלטן אים אליין געטראָטן מיט די פיס. ס'האָט זיך געװאָלט שרײַעף
-- װאָס טוט איר? באטראכט זיך! אין דער לעצטער מינוט באטראכט זיך!
ער האָט פארשטאנען, אז דאָס איז א נארישקײַט. קיינער װעט אים איצט ניט הערן. האָט ער געמוזט אראָפּשלינגען דאָס ניט-ארויסגעזאָגטע. ס'האָט אים א ווארג געטאָן אין האלדז, און ער האָט זיך פארהוסט מיט זײַן טרוקענעם הוסט, פאר וועלכן זײַניקע האָבן אזוי מוירע. גוט, װאָס ציפּעלע איז ניט געווען דערבײַ. דעם הוסט איז ער וייניט-איז בײַגעקומען, נאָר ער האָט ניט געקאָנט שטילן אין זיך די אופגעבראכטקײַט אף די פארפירער און אף די פארפירטע, אף די אָפּסאמער און אף די אָפּנעסאמטע, אף דעם אלעמען, װאָס טראָגט מיט זיך אזויפיל אומגליק. און װער װעט צאָלן? װער װעט צאָלן פאר די טויזנטער צעבראַכענע הערצער, צעקאליעטשעטע לעבנס, פאר די צעשיידטע, צעוואלגערטע פאמיליעס, צעשטערטע לעבנס! ער װעט צאָלן פאר די אומגעהייערע ליידן, פאר די טײַכן טרערן, װאָס ווערן פארגאָסן, סײַ דורך די, װאָס רײַסן זיך ארויס פון דאָרטן און בלאָנקען ארום איבער פרעמדע הױפּטשטעט, סײַ דורך די, װאָס פילן זיך, װי אין גאָלעס דאָרטן, אין זייער אויסגעטראכטן היימלאנד?
דאָװיד האָט ניט באמערקט, וי ציפּעלע האָט זיך א יאװע געטאָן לעבן אים. זי האָט איצט אויסגעזען, װי אלע אפן פּעראָן -- סײַ די אָפּפאָרנדיקע, סײַ די באגלייטער. א פארומערטע, א פארטרויערטע, דאָס פּאָנעם איז האלב-פארפלאמט און האלב-בלייך, און די אויגן זײַנען פול מיט שרעק, מיט פארצווייפלונג.
-- זיידע, הא, זיידע, --- האָט זי א צי געטאָן דאָװידן פארן ארבל. -- עפשער האָבן מיר זיך אויסגעמיטן... עפשער איז ער שוין..
-- עפשער.
-- וועלן מיר גיין צוריק?
-- אוואדע װועלן מיר גיין צוריק. לאָמיר נאָר צוּווארטן א ביסעלע.
ערשט אין דער לעצטער מינוט.. טאקע אין דער לעצטער מינוט, איידער דער צוג האָט זיך גערירט. ציפּעלע איז געשטאנען לעבן זיידן אינגאנצן א פארגליווערטע, אײַנגעקלעמט די אויגן אין אלע ואגאָנען מיטאמאָל און געפילט, אז אָטיאָט װעט די פארגליװערטקײַט אופברויזן אין א הייסן, זודיקן פיבער. פון איינעם אן אָפענעם פענצטער האָט זיך ארויסגע- שטעקט טאָליקס צעשויבערטער קאָפּ, און וי פון עפּעס א הימלשער װײַטקײַט איז דערפלויגן צו איר זײַן קוויטשיקע שטים:
-- ציפּעלע, דו הערסט מיך, ציפּעלע? איך זע דיך! איך האַב ניט געקאָנט! איך האָב אנדערש ניט געקאָנט! נאָר איך װעל זיך אומקערן, דו הערסט! איך װעל זיך אומקערן, ס'זאָל מיך אפילע פארווארפן אין עק װועלט! איך בין שוין..
עמעצער האָט אים, אפּאָנעם, א צי געטאָן, אװועקגעשלעפּט פונעם פענצטער, און ער האָט ניט באוויזן ארױיסשרײַען אלץ, װאָס ער האָט געװאָלט. און דאָס, װאָס ,איצט איז ער שויף, איז פאר ציפּעלען געבליבן א סאָד.
ציפּעלע האָט זיך א ריס געטאָן פון אָרט, אזוי האסטיק זיך א ריס געטאָן, אז דאָװיד האָט א דערשראָקענער זיך א לאָז געטאָן נאָך איר. נאָר ער האָט זי גלײַך פארלוירן פון אויג. זי האָט זיך דורכגעריסן צװישן דעם אוילעם באגלייטער, צוגעלאָפן צום וואגאָן, פון וװעלכן ס'האָט נאָרװאָס ארויסגעשטעקט טאָליקס קאָפּ, און ס'האָט זיך געדוכט, אז אָט-אָט טוט זי זיך א כאפּ פארן הענטל, טוט א שפּרונג ארוף אף די טרעפּלעך און לויפט ארײַן אין וואגאָן. נאָר דער צוג האָט אָנגעהויבן גיין, װאָס אמאָל גיכער, און ציפּעלע האָט ניט געקאָנט בײַקומען, אײַנעמען דעם לעצטן שפּאן צו די טרעפּלעך. איז זי געלאָפן גלאט אזוי, געפאָכעט מיט דער האנט אין דער וועלט ארײַן, ביז פונעם לאָקאָמאָטיוו, װאָס איז געווען אזוי װײַט פונעם צענטן ואגאָן, אז מע האָט אים קוים אָנגעזען, האָט זיך צעהילכט, צעזונגען, עפּעס גאָר וי צעיאָמערט א לאנגער פײַף, װאָס האָט אויך, וי נאָרװאָס טאָליקס שטים, זיך דערטראָגן צו איר פון אומבאגרײַפלעכע, ניט ערדישע װײַטן, און האָט א שניט געטאָן אונטערן הארצן, װי די לעצטע װערטער פון סאמע שרעקלעכסטן אורטייל. האָט זי זיך אָפּנעשטעלט, לאנג געשטאנען, שוין אויסער דעם פּעראָן, אונטערן פארנאכטיקן הימל, איינע אליין אין דער גאנצער וועלט, זי -- און דער צוג, װאָס װערט אלץ קלענער. זי איז געשטאנען, נאָכגעקוקט נאָכן צוג, װאָס איז שוין געװאָרן ניט מערער װי א שווארץ פּינטעלע, און דער געפיל איז בא איר געווען אזא, גלײַך זי באגלייט א מעס. מיט א קלאָרן פארשטאנד פון א דערוואקסענעם, מיט יענעם ניכטערן געדאנק פון אן עלטערן מענטשן האָט זי א טראכט געטאָן, אז דער, וועמען אָט דער צוג פירט אװעק, איז אלציינס װי די ערד װאָלט אים צוגעדעקט. און אלץ, װאָס די ערד דעקט צוֹ...
0
צוריק זײַנען זיי געגאנגען װי פון א לעװײַע. ציפּעלע האָט זיך געהאלטן באם זיידנס האנט, װי א קינד, װאָס האָט נאָך מוירע אליין צו גיין, און געשוויגן. אלעמאָל האָט זי זיך אויסגעקערעוועט אף צוריק, זיך אײַנגעהערט אין עפּעס און אלעמאָל פארקרימט דאָס פּאָנעם. א צוג איז אוועק, א צוג איז אָנגעקומען, און יעדער פײיף פונעם לאָקאָמאָטיוו, און יעדער דריי פון די רעדער האָט זיך אָפּגערופן אין איר מיט א ווייטעקלעכן שניט, מיט א שטאָך אונטערן הארצן, גלײַך אלע צוגן אין דער וועלט פאָרן איצט איבער איר, פּאסעווען איר לײַב.. און ס'האָבן ניט אופגעהערט קלינגען אין די אויערן טאָליקס ווערטער, טאָליקס לעצטע ווערטער. זי האָט אלץ געסטארעט זיך אױסטײַטשן זיי, זי זאָל קאָנען פעסטשטעלן, דערוויסן זיך, װאָס איז מיט אים הײַנט געשען און פארװאָס איז ער ניט געקומען. זי האָט ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס באטײַט , איך האָב ניט געקאָנט". און װאָס באטײַט , איך האָב אנדערש ניט געקאָנט? װײַל ,ניט געקאָנט" איז איינס. דאָס קאָן הייסן, אז עמעצער האָט אים געשטערט: מע האָט אים פארשפּארט אין שטוב, געבונדן הענט און פיס, צי איך ווייס װאָס. אָבער ,איך האָב אנדערש ניט געקאָנט" איז שוין גאָר עפּעס אנדערש. דאָס הייסט, אז ער אליין, יאָ, ער אליין האָט די גאנצע צײַט זיך געשלאָגן מיט דער דייע, געראנגלט זיך מיט זיך אליין און ניט געקאַנט בײַקומען די אייגענע צעצװײיטקײַט, די אייגענע צערודערטקײַט און די אײיגענע קלײינמוטיקײַט. און עפשער, עפשער טאקע איבערן שװעסטערל? האָט זי די גאנצע צײַט ניט אופגעהערט מוטשען די פראגע: װאָס איז מיט אים געשען! צי טאקע ניט געקאָנט, צי פּאָשעט אנדערש ניט געקאָנט! און אליין ניט געװוּסט, װאָס װאָלט פאר איר געװען גלײַכער צי גרינגער, אין װאָס װאָלט זי געפינען פאר זיך א שטיקעלע טרייסט.
ערשט א ביסל שפּעטער, ווען זיי זײַנען ארויס פונעם װאָקזאל, איבערגעשניטן די ברייטע גאס מיט די יאָגנדיקע מאשינעס און געלאָזט זיך צופוס מיטן הויכן בארג-ארוף, ווען די גאס האָט זי ארײַנגענומען אין איר װאָכעדיקן פארנאכט מיט אלע אירע רוישן, מיט איר מידער אופגעלעבטקײַט און אָפּפּרישנדיקער קילקײַט, האָט ציפּעלע ארויסגערעדט אין דער הייך:
-- פארװאָס, פארװאָס האָט ער ניט געקאָנט?
אפּאָנעם, אז דאָװיד אליין האָט אויך געטראכט וועגן דעם, װײַל זײַן ענטפער איז געווען וי באצײַטנס א צוגעטראכטער:
-- פארשטייסט, ציפּעלע, אוב א מענטש דערפילט, אז דער צוג פירט אים ניט אהין, װוּ מע דארף, מוז ער זיך אָנעמען מיט מוט און אראָפּשפּרינגען. און ניט מוירע האָבן צעמאזיקן זיך א ביסל.
-- עפשער װעט ער נאָך' אראָפּשפּרינגען? ן
-- גאנץ מעגלעך. נאָר װער ווייסט... סיװי, אזא, װי טאָליק... אים װעט דאָרטן זײַן ניט גרינג. זייער ניט גרינג.
-- איך װעל ווארטן,
דאָס, װאָס האָט זיך ארויסגעכאפּט בא ציפּעלען, האָט איר אליין אויסגעזען צו ווייטעקלעך און צו האָפענונגסלאָז. ניט פאר אירע קויכעס.
זי זײַנען שוין בײַגעקומען דעם בארג-ארוף און געשפּאנט איבערן צענטראלן פּלאץ, דעם סאמע העכסטן און סאמע ראשיקסטן אָרט פון דער שטאָט. דער װאָקזאל מיט די רעלסן הינטער זײַנע פּלײצעס, מיט די צוגן, װאָס קומען אָן און גייען אװעק, מיט די הארצרײַסן- דיקע זעגענישן, מיט אלץ, װאָס קומט פאָר דאָרטן אין טאָל, ארום טײַך, איז פארשװוּנדן. בלויז א װידערקאָל, א װײַט װידערקאָל פון א יאָמערדיקן לאָקאָמאָטיוו װעט נאָך לאנג קלינגען אין ציפּעלעס אויערן. דערפאר איז בוילעט אופגעקומען דאָס, װאָס א ביסל װײַטער, פון יענער זײַט טײַך, אף א צווייטן בארג: דאָס פארנאכטיקע פעלד, װאָס זעט אויס װי אומיסטן א ביסל אונטערגעהויבן, עס זאָל קאָנען אונטערשפּארן דעם הימל.
-- זיידע, איך האָב צו דיר א ביטע, זייער א גרויסע.
-- נו, נו, -- האָט שוין דאָװיד א שמייכל געטאָן.
-- גיב צו פארשטיין דער מאמען, אז איך קאָן הײַנטיקס יאָר אין ערגעץ ניט אָנקומען. דער טאטע ועט מיך פארשטיין, נאָר די מאמע... איך מוז דאָך, איך מוז דאָך אויך עפּעס אראָפּווארפן פון זיך. מיר דוכט, אז פאר די פּאָר װאָכן האָב איך זיך אויך שטארק געעלטערט. מוז איך אראָפּווארפן דאָס ביסל איבעריקע יאָרן... װועסט איר זאָגן, דער מאמען?!
-- גוט, גוט, איך װעל איר זאָגן. װאָס זשע קלערסטו טאָן?
-- איך װעל עפּעס צוטראכטן,
-- טראכט, טראכט, ציפּעלע. און מאָרגן װעסטו פאָרן מיט אונדז צו דער מומע אָריסיע. מע דארף א קוק טאָן װי ארבעט דמיטריס קאָמבײַן. זעסט, װאָס אפן בארג טוט זיך!
1
נאָכן בארג, װאָס פון יענער זײַט טײַך, שפּירן די שטאָטישע נאָך אלע יאָרן. אף אים זעט מען די ערשטע סימאָנים פונעם אָנקומענדיקן פרילינג, װען אפן פארשנייטן פעלד באװײַזן זיך די ערשטע שווארצע פלעקן... דערנאָך װוערט דער בארג אזוי שפּיגלדיק-גרין, אז אפילע דאָס שטיקל הימל, װאָס איבער אים, הייבט אויך אָן גלאנצן מיט דער זעלבער פארב. דערנאָך קאָן מען זען, וי די זאנגען כוואליען זיך, גיסן זיך אָן, װערן װאָס אמאָל שווערער און פון טאָג צו טאָג װערט דער בארג ביסלעכװײַז איבערגעפארבט מיט יענער צײַטיקיװערנ"י דיקער געלקײַט. עס דוכט זיך אפילע אמאָל, אז דער װינט דערטראָגט אהער דעם שװערן סקריפּענדיקן אָטעם פון די צײַטיקע זאנגען. אמאָל װערט דער בארג אינגאנצן פארשװוּנדן. - אן אײַנגעהילטער אין נעפּל, אָדער א פארדעקטער מיט װאָלקנס. דאָס זאָגט אויך די שטאָט- לײַט זייער א סאך. איצט איז דער בארג געלעגן וי צוגעפּלעטשט, און קעגן דעם פארנאכטיק- גרויען הימל האָט ער אויסגעזען טויטלעך-בלייך. זײַנע ראנדן זײַנען שוין געװען ארומגע- שניטן, און אף דער פרישער, נאָך ווייכער סטערניע האָבן זיך באוויזן די ערשטע קאָפּיצעס אויסגעדראָשענע שטרוי. ס'איז געקומען די צײַט פון שניט..
אװראָם רײיזעגס לידער
אין צוזאמענהאנג מיטן פאָרשטײיענדיקן 100'טן געבורטסטאָג פונעם גריסן יידישן שרײַבער אװראָםס רײײזען דרוקן מיר
דאָ אן אָפּקלײַב פון זײַוע לידער.
דשסונײיצ ליך
און זאָל װוי װײַט איך הער דאָס ליד נאָך זײַן די צײַט פון ליבע, פריד, פון ליבע און פון שאַלעם, די מעכטיקע געזאנגען; דאָך קומען וועט, און יעדער טאָן צי פרי, צי שפּעט, פון ליד זאָגט אָן: די צײַט -- עס איז קיין כאָלעם! די זון איז אופגעגאנגען!
עס עקט די נאכט, די וועלט דערוואכט פול האָפ'נונג, לוסט און שטרעבן;
דו הערסט -- אין לופט א שטימע רופט: צו מוט און קראפט און לעבן!
א געזינד זאלבעאכט
א געזינד זאלבעאכט, און קומט אָן די נאכט,
און בעטן נאָר צוויי, -- מע דארף זיך אויסבעטן, און קומט אָן די נאכט, דאן הייבט אָן די מוטער װוּ שלאָפן דאן זיי? דעם טוט אף זיך בעטן. דרײַ מיטן טאטן, זי מיינט מיט אן עמעס, -- און דּרײַ מיט דער מאמען -- עס איז ניט קיין װוּנדער: הענטלעך און פיסלעך ,אויך ענג איז אין קייווער, געפלאָכטן צוזאמען. דאָך ליגט מען באזונדער..."
03
צום העמערל
אָ, העמערל, העמערל, קלאפּ!
שלאָג שטארקער א צוויעק, נאַך צװעק! קיין ברויט איז אין שטוב שוין נישטאָ, נאָר צאָרעס און לייד אָן אן עק!
אָ, העמערל, העמערל, קלאפּ!
דער זייגער, ער שלאָגט שוין באלד צװעלף;
די אויגן, זיי מאכן זיך צו -- גיב קויעך, אָ, גאָטעניו, העלף!
אָ, העמערל, העמערל, קלאפּ!
שלאָג שטארקער די צוויעקעס, שלאַג גיך, ביז מאָרגן מוז פארטיק שוין זײַן
דער גווירטעס טעכטערלס שיך!
אָ, העמערל, העמערל, קלאפּ!
ניט גליטש פון מײַן האנט זיך ארויס! מײַן איינציקער שפּײַזער ביסטו,
פון הונגער אָן דיר גיי איך אויס!..
הי קירכורגלאָקו
אך, װאָס קלינגט איר, קירכןיגלאָקן!
הערט שוין אוף! גענוג געשראַקן האָבן אײַערע ווילדע טענער אונדזער אָר'מע װעלט!
איר דערמאָנט מיר יענע רוכעס, די קאטוילישע מעלוכעס, וועלכע האָבן עשאפאָטן
הויכע אופגעשטעלט.
אײַערע טענער רופן הענקער צו מארטירן יעדן דענקער, יענעמס קאָפּ אראָפּצוהאקן, וועלכער בייגט זיך ניט!
די
אָ, איר װוילט די וועלט פארוויגן מיט א שווארצן, טויטן ניגן
און פארדעקן מיט א מאנטל
פון א יעזויִט!
כ'האָב א נײַעם גלאָק באשאפן, צו דערוואכן טויטע שקלאפן -- ניט אין קירכן, -- אינדערלופטן הענג איך אים ארוף;
נישט צו שרעקן, נאָר צו וועקן
גאָר די וועלט אין אלע עקן,
קלינגט ער מוטיק, רופט ער פריילעך: שטייט צום לעבן אוף!
וואנט
4
די אויגן -- פול צאָרן, פארגאָסן מיט בלוט,
די הערצער -- זיי שלאָגן מיט קראפט און מיט מוט! --
מיר שטיי'ן בא א הויכער, געמויערטער וואנט
מיט העק און מיט האמערס און אײַזנס אין האנט -- מיר ברעכן די וואנט!
די וואנט איז געמויערט גאָר פעסט און גאָר דיק, פארצוימט אונדז די וועגן צום לעבן, צום גליק; פארשטעלט אונדז די ליכטיקע זון, און זי מאכט פון פריילעכן טאָג אונדז א פינצטערע נאכט --
מיר ברעכן די וואנט!
און פאלט פון דער שטיינערנער וואנט ווען אראָפּ א שטיין, צי א ציגל, טרעפט וועמען אין קאָפּ, -- די איבעריקע בלײַבן דאָך שטיין גאָר אָן שרעק און ארבעטן װײַטער, מע לויפט ניט אוועק -- מיר ברעכן די וואנט!
די ארבּעט דארף דויערן, די ארבעט איז שווער -- פארזאמלט אײַך, ברידער, קומט אלע אהער! זאָל יעדערער צולייגן פעסטער זײַן האנט, -- מיר װועלן די הויכע, די פינצטערע וואנט צעברעכן, צעברעכן די וואנט!
א װינטעריליד
הוליעט, הוליעט, בייזע ווינטן, פרײַ באהערשט די װעלט!
ברעכט די צװײַגן, ווארפט די ביימער,
טוט װאָס אײַך געפעלט!
טרײַבט די פייגל פון די וועלדער און פאריאָגט זיי פאָרט;
די, װאָס קענען װײַט ניט פליָען, טייט זיי אפן אָרט!
רײַסט די לאָדן פון די הײַזער, שויבן ברעכט ארויס!
ברענט א ליכטל ערגעץ טונקל-- לעשט מיט צאָרן אויס!
הוליעט, הוליעט, בייזע ווינטן, איצט איז אײַער צײַט!
לאנג װעט דויערן דער ווינטער, זומער איז נאָך װײַט!.
איצט פארשטיי איך...
איצט פארשטיי איך, װאָס די פייגל זינגען אזוי לוסטיק, פריילעך:
אין דעם גרויסן וואלד דעם גרינעם הערשט ניט איבער זיי קיין מיילעך.
יעדעס גרעזל, יעדעס בלימל איז פאר אלע פרײַ און אָפן,
אין
זאט די פערד, דער שליטן -- נֹלַי, און דער וועג איז ברייט און פרלי... פורמאן, פורמאן, זאָלסט מיך טראָגן,
פרעגסט: װוּהין? איך קאָן נישט זאָגן...
און די װווינונגען בעכינעם -- אלע האָבן װוּ צו שלאָפן..
איצט פארשטיי איך, װאָס די פייגל זינגען, קלינגען -- ליב און ליבער: אך, זיי זינגען, װאָס זיי ווילן,
קיינער, קיינער שלאָגט ניט איבער...
װינטער
כ'ווייס קיין ציל און ווייס קיין וועג אין די קורצע ווינטער-טעג...
ביז איך װעל מײַן וועג באקלערן, קאָן דער שניי צעגאנגען װערן..
װײַסע טויב פון שאָלעם
װײַסע טויב פון שאָלעם, קום פון ערגעץ אָן,
און פון אײיביק פרידן זאָג די בסורע אָן
ס'פאלט דאָס הארץ פאר פּאכעד און פאר אנגסטן אײַן,
און מיט שרעק מיר פרעגן: װאָס װעט װײַטער זײַן?
וי די שאָטנס, וואנדלען
אף דער ערד מיר אום; ס'רעדן די קאנאָנען,
און דער מענטש איז שטום...
ברידער קעגן ברידער -- און דער האס איז גרויס!
װײַסע טויב פון שאָלעם, קום און לייז אונדז אויס.
װײַסע טויב פון שאָלעם, פאָרזיכטיק דאָך זײַ,
דען די לופט, דער הימל איז אויך איצט ניט פרלי;
זעסט, א טײַוול פליט דאָרט אין דער הייך ארום:
אײַזן -- זײַנע פליגל, פײַער -- איז זײַן ברום!.
מײַד אים אויס, דעם טײַװל,
היט זיך פאר אים גוט: דײַנע װײַסע פליגל
שמירט ער אויס אין בלוט...
פפּ
דער דיכטער און זי (א מײַסעלע)
ס'איז דער דיכטער שוין בארימט, אלע, אלע, קליין און גרויס, און זײַן נאָמען פול מיט גלאנץ; שיקן דיר א גרוס דורך מיר!" האָט דאָס פאָלק דערפאר באשטימט דאָך דעם דיכטער װײַזט זיך אויס, שיקן אים א בלומען-קראנץ. וי זי קוקט אלץ צו דער טיר... װײַל געזונגען האָט זײַן ליד -- װאָס זשע אײַלסטו זיך, מײַן קינד! -- פון דער ליבעס פרייד און צאר, פרעגט דער דיכטער װי געקלעמט. זאָל די שענסטע פון דעם לאנד שמייכלט זי און לאָזט איר בליק ברענגען אים דעם קראנץ דערפאר. אף דער ערד אראָפּ פארשעמט: מיט א שמייכל, װאָס באגליקט, ,אונדזער ליבע איז צו דיר, גיט זי אים דעם קראנץ אין האנט: גרויסער דיכטער, שטארק און הייס, ,ס'האָט דאָס פאָלק אים דיר געשיקט נאָר מײַן כאָסן ווארט באם טיר, און דיך גריסט דאָס גאנצע לאנד. און ער קאָן נאָך ווערן בייז..." 26 = "וט ניין, איך װעל אהיים ניט פאָרן -- אויך האָב איך בא זיי גענומען כ'ישעם מיך װײַזן מײַנע יאָרן קוואלן לידער, האָפ'נונגסיבלומען פאר מײַן געסל, פאר מײַן שטיבל -- און א קאָפּ -- געקרויזט, א שווארצן, האָבן װעלן זיי פאריבל... און פול לידער אין מײַן הארצן... אך, זיי האָבן מיך דערצויגן און זיי װעלן מיך יעצט פרעגן: מיט א העלן בליק אין ד'אויגן; װאָס האָסטו געטאָן אין וועגן? און זיי האָבן מיר געגעבן זע, װוי מיד דו ביסט, פארמאטערט, מוט און שטאָלץ צום וועג פון לעבן. אלץ פארשווענדעט, אלץ געפּאטערט!
ווין בער ה"ם
עס איז אזוי װייניק געוועזן -- און הײַזער פון דאָרטן, די קלענסטע -- פארװאָס איז אזוי פיל געבליבן? דו שיידסט זיך מיט זיי ניט פאנאנדער... װאָס נערט נאָך ביז איצטער דײַן וועזן
יֹ צו בענקען, געדענקען און ליבן?! אף שיפן די יאמען געשניטן,
פארגעסן שוין שטורעמס, געװיטער; איין שטוב אף א בערגל געשטאנען, דאָס טײַכל פון שטעטל אינמיטן
א צווייטע -- דערבײַ אָנגעבױגן; דערמאָנסטו מיט הײיליקן ציטער... װוּ האָט זיך גענומען, פונוואנען
די שײינקײַט, װאָס שוועבט פאר די אויגן? פיל ביימער געזען בא די וועגן,
פיל האָבן שוין װוינטן צעבראָכן -- פארגעסן פּאלאצן די שענסטע, פאר דיר שטייט נאָך איצטער אנטקעגן װאָס דו האָסט געזען אף דײַן וואנדער, דער בוים בא דעם היימישן שאָכן.
שפּיל און פרייד
שפּיל און פרייד -- דעם נײַעם מענטשן! אויסגעפונען אלע סוידעס,
ער האָט ערלעך עס פארדינט: מיט א שמייכל זיי פארטרויט; אויסגעווייטעקט אלע פראגן לערן טונקעלע פארװאָרפן
וועגן גוטס און וועגן זינד; און די נײַע -- העל געבוט; אויסגעשטריטן אלע שטרײַטן זיך באפרײַט פון האס און ליגן,
פאר זײַן רעכט און פאר זײַן ווערט, װאָס דעם מענטשן האָט געדריקט, -- אויסגעוועזן אלע װײַטן און א העלן רוף צו פרידן
אונטער הימל, אף דער ערד; צו דער וועלט ארויסגעשיקט.
רעריגער ער רשע ;שיש
שמועל גאַרדאַן
ליב
אֹ
יז לאנג האָט זיך אזוי ניט געטומלט אין דאָרף, װי אינעם טאָג, װען מע האָט ארויסגעהאנגען דאָס צעטל פון ביכער, וועלכע מע װעט קאָנען קויפן, אויב פאר יעדער בוך װעט מען צושטעלן צוואנציק קילאָגראם פּא- פּירימאקולאטור: צײַטונגען, זשורנאלן, אויסגע- שריבענע העפטן, בראָשורן, פארעלטערטע פּלא- קאטן און אזוי װײַטער. אין דעם צעטל זײַנען געווען אויסגערעכנט אלץ אזעלכע ביכער, װאָס דערװײַל זײַנען זי נאָך ניטאָ פרלי אין פאר- קויף, וי אװטאָמאָבילן, אשטייגער, צי װוי מיט יאָרן צוריק אײַזקאסטנס. װי נאָר ס'האָט זיך באוויזן דאָס צעטל, האָבן קימאט אלע קינדער פונעם דאָרף זיך פארזאמלט בא דער קלײט, כאָטש מע האָט געװוּסט, אז פארקויפן די ביכער װועט מען ערשט אָנהייבן מאָרגן, מעגלעך אפי- לע, אז איבערמאָרגן. בלויז אנטאָשען, מיטראָ- פאן דעם בריווטרעגערס ייִנגל, האָט מען ניט געזען בא דער קלייט. אנטאָשע סאװועליעוו פונעם זעקסטן קלאס איז אין אָט די אינדער- פריעדיקע שאָען געװוען אין פעל --צוגע- האָלפן דעם עלטערן ברודער אפן קאָמבליַן, און פון קיין זאך ניט געװוּסט. ווען אנטאָשע האָט װײַט נאָך האלבן טאָג זיך אומגעקערט פון סטעפּ, איז אין דאָרף שוין ניט געווען די שטוב, װוּ עס זאָל געווען בלײַבן א זייכער פון פּאפּיר: אױיסגערייניקט װוּ נאָר א ווינקל. אפילע די שטיקלעך פארגעלטע און פארשטויבטע צײַטונגען, מיט וועלכע עס זײַנען געווען ארומגעװויקלט די בלומען-טעפּלעך אף די פענצטער, האָט מען אראָפּגעריסן. און אז ס'איז שוין ניט געווען מער װאָס צו זוכן, האָט מען אף די בעזמענס, װי אף אפּטייקערשע װאָג- שאָלן, געווויגן און איבערגעווויגן דאָס אָנגע- זאמלטע פּאפּיר. בא איינעם האָט זיך באקומען עטװאָס מער פון צוואנציק קילאָגראם, בא א צווייטן עטװאָס װייניקער, בא א דריטן שוין גאָר װײיניק -- ס'וועט קוים קלעקן אף א האלבן בוך. אזויווי אף קיין צוויי ביכער האָט זיך בא קיינעם ניט אָנגעקליבן, און דאָס צעטל, וי ס'האָט פארזיכערט דער פארוואלטער פונעם אופנאם-פּונקט, טערענטי ניקאָלײַעװיטש װאָל- גין, האָט מען ארויסגעהאנגען ניט אף איין טאָג
און ניט אף איין כוידעש, נאָר, וי ער האָט גע- הערט זאָגן, אף א גאנץ לענגערער צײַט, האָבן די קינדער, נאָכדעם װוי מע האָט אָפּגעטומלט א האלבן טאָג בא דער קלייט, זיך ענדלעך דע- רעדט צװישן זיך, אז דער, װאָס האָט מער װי אף איין בוך, זאָל אױסלײַען יענעם, וועמען עס פעלט אויס צו דער װאָג.
בא קיינעם אָבער האָט ניט אויסגעפעלט אזויפיל צו דער װאָג, װי בא אנטאָשען, און דאָס איז שוין געווען אינגאנצן אומדערווארט, װאָ- רעם װער נאָך האָט אין דאָרף אזוי צו טאָן מיט צײַטונגען און זשורנאלן, װי א בריווטרעגער? וועמען האָט געקאָנט קומען אפן זינען, אז מיט- ראָפאן פּעטראָװיטש סאוועליעוו, אָט דער, װאָס רעדט איטלעכן צו, מע זאָל אױיסשרײַבן װאָס מער צײַטונגען און זשורנאלן, און בא וועמען מע קאָן זיך דערוויסן, װאָס עס טוט זיך אף דער וועלט, פריער און גענויער, װי בא עמעצן אנ- דערש אין דאָרף, זאָל ניט אויסשרײַבן פאר זיך קיין איין צײַטונג אפילע, און אז די אלע נײַס, וועלכע ער דערציילט איבער, דערוויסט ער זיך פון די צײַטונגען און זשורנאלן, װאָס אנ- דערע שרײַבן אויס. ער דארף זיי גאָר צוליב דעם איבעריקס בא זיך ניט פארהאלטן. ער באװײַזט זיי דורכלייענען אף דער פּאָסט.
אויסער דעם, װאָס בא אנטאָשען, נאָכדעם װוי ער האָט דורכגענישטערט די גאנצע שטוב, האָט זיך אָנגעקליבן פּאפּיר ניט מער װי אֹף א דריטל בוך, האָט ער נאָך דערצו שוין ניט געהאט בא וועמען צו לײַען. די איינציקע האָ- פענונג זײַנע אין איצט געװען אפן פאָטער. מאָרגן װעט ער שוין ניט גיין מיטן ברודער אין פעלד, ער װעט פאָרן מיטן טאטן אף דער פּאָסט, װאָס געפינט זיך אינעם גרויסן װײַט- לעכן דאָרף. דער טאטע האָט אים שוין א פּאָר מאָל געהאט מיטגענומען מיט זיך אהין. וויפל צײַטונגען מיט זשורנאלן האָט ער דאָרט דעמלט געזען אף די פּאָליצעס, אף די טישן, אונטער די טישן און װוּ ניט!
-- האָסט ניט װאָס צו שלעפּן זיך מיט מיר אין אזא היץ אף דער פּאָסט, -- האָט דער אונ- טערהינקענדיקער מיטראָפאן פּעטראָװיטש אלינ- געטײַנעט מיט זײַן באָכערל, -- מיינסט, מיס- טאמע, אז דאָרט האָט מען ניט ארויסגעהאנגען אזא צעטל, און קיינער וייסט נאָך דאָרט פון גאָרניט!? מע ווייסט, מעגסט זײַן רויַק. אויב אף
97
דער פּאָסט האָט זיך פארוואלגערט ערגעץ א שטיקל פּאפּיר, האָט מען עס שוין לאנג אויסגע- כאפּט. --א ביסל שולדיק איז ער, פארשטייט זיך, אין דעם, װאָס זײַן אנטאָשע האָט ניט אָנ- געקליבן אפילע אף קיין האלבן בוך.--װעסט האָבן, װעסט האָבן אף א ביכל, --בארויקט ער דאָס באָכערל זײַנס, --- מיט ליידיקן װעל איך ניט קומען. וויבאלד איך זאָג, מעגסטו זײַן זי- כער. איך פארשטיי נאָר ניט, װאָס איזן עס מיטאמאָל געװאָרן אזא אויסכאפּעניש אף בי-י כער, -- דאָס האָט מיטראָפאן פּעטראָװיטש זיך שוין געװוענדט צו דעם עלטערן זון, װאָס איזן פּונקט אונטערגעקומען, --אנומלטן בין איך געווען אין ראיאָן. האָסטו געדארפט זען, װאָס עס האָט זיך דאָרט אָפּגעטאָן בא דער קראָם. ס'איז אָנגעקומען עפּעס א ביכל, איך געדענק ניט װי סע הייסט. נו, נו. מע האָט דאָך שיר די קראָם ניט צעטראָגן. דו דארפסט מיר ניט דער- ציילן, פארװאָס האָט מען אײַנגעפירט, אז מע זאָל צושטעלן צו צוואנציק קילאָגראם פּאפּיר פאר איטלעך ביכל, װאָס אין צעטל. איך פאר- שטיי אליין עס גאנץ גוט. ס'איז א פּאָשעטער סייכל. נו, טאקע, צו װאָס זאָל מען ארויסווארפן אפן מיסט ואגאָנען פּאפּיר, אויב מע קאָן עס איבערארבעטן און האָבן דערפון א נוץ. איך פארשטיי נאָר ניט, װאָס איז עס מיטאמאָל גע- װאָרן אזא יאָגעניש נאָך אָט די ביכער? װאָס, דו קענסט שוין טאקע ניט אויסקומען אָן זיי!--- האָט סאוועליעוו זיך װוידער געװוענדט צום ייִנ- גערן. -- כ'האָב דאָך דיר, דאכט זיך, געזאָגט, אז כ'וועל מיט ליידיקע הענט ניט קומען. האָסט ניט װאָס צו שלעפּן זיך מיט מיר מאָרגן אף דער פּאָסט.
און מיטראָפאן פּעטראָװיטש איז אף מאָרגן טאקע ניט געקומען פון דער פּאָסְט מיט ליי- דיקן. נאָר וויפל אנטאָשע האָט ניט געווויגן און איבערגעווויגן די אָנגעזאמלטע צײַטונגען, האָט זיך בא אים סײַװי מער װי אף א האלבן בוך ניט באקומען, און ער האָט ניט װאָס צו גיין זיך שטעלן אין דער ריי צו דעם גווארדייעץ, וי מע האָט גערופן דאָ אין דאָרף דעם פארוואל- טער פונעם אופנאם-פּונקט טערענטי ניקאָלײַע- וויטש װאָלגינען. גערופן האָט מען אים אזוי ניט פאר זײַן שטאלט און אויך ניט פאר זײַן הויכן װוּקס. װאָלגין איז געווען דער איינציקער צװישן די געוועזענע פראָנטאָװיקעס פון קאָל- ווירט, צװישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך גווארדייער, װאָס האָט ביז איצט נאָך ניט אויס- געטאָן פון זיך דעם גוארדיייַשן צייכן, גלײַך ער װאָלט בא אים געשטאנען העכער פון אלע אָרדענס און מעדאלן, װאָס ער האָט געבראכט מיט זיך פון פראָנט און װעלכע ער טוט אָן בלויז יאָמטעו.
דערזען דורכן פענצטער די לאנגע ריי, האָט אנטאָשע א קלער געטאָן בא זיך, אז ווען ער זאָל זיך נעכטן געווען דערוויסן וועגן דעם, נו, כאָטש אף איין שאָ פריַער, אפילע אף א האל- בער שאָ פריִער, װי מע האָט ארויסגעהאנגען דאָס צעטל, װאָלט ער אויך נאָך געקאָנט בא-
8
װײַזן אָנקלײַבן א זאק מיט אלטע צײַטונגען און זשורנאלן. איצט װעט די שול זיי שוין מער ניט שיקן פארגרייטן מאקולאטור. די זעלבע קאָלװירטניקעס, װאָס האָבן קיינמאָל ניט ארויס- געלאָזט מיט ליידיקע הענט די שילער, ווען זי פלעגן זיך געבן א צעשאָט איבערן דאָרף קלײַבן מעטאל-ברוכווארג און אויסגענוצט פּאפּיר, וװעלן דאָך איצט זיי באגעגענען מיט פאנאנדערגע- פירטע הענט.
--- איז וויפל, זאָגסטו, פעלט דיר נאָך אויס צו דער װאָג? -- האָט מיטראָפאן געפרעגט דעם זון, װאָס איז געשטאנען אן אומעטיק-פארטראכ- טער באם פענצטער און ארויסגעקוקט צו דער טומלדיקער גאס.--נאָך גאנצע צען מיט א האלבן קילאָגראם! היפּשלעך א ביסל. פאר איין טאָג מאכט זיך עס ניט. ס'קאָן אמאָל געדויערן א װאָך און צוויי און דרײַ אויך.
-- אין דרײַ װאָכן ארום װעט שוין ניט זײַן װאָס צו קויפן. מע וועט אויסכאפּן די בעסטע ביכער.
-- און נאָך װאָס פאר א ביכל יאָגסטו זיך עס אזוי?
-- נאָך דער , קיניגן מארגאָ".
-- המיהם... נאָך דער ,קיניגן מארגאָ", זאָג- סטו. המ"הם... -- מיטראָפאן האָט א שמייכל גע- טאָן צו זיך אין דער האלב-גראָװער באָרד און אוועקגעהונקען פאנאנדערטראָגן די פּאַסט.
פארבײַגייענדיק די טומלדיקע ריי, האָט ער שטײַפער צוגעדריקט צו זיך דעם אָנגעפּאקטן לעדערנעם בײַטל, װי ער זאָל מוירע האָבן מע זאָל דאָ בא אים ניט אָפּנעמען די צײַטונגען מיט די זשורנאלן, וועלכע ער גייט פאנאנדער- טראָגן. קיין עלטערע מענטשן אין דער ריי האָט ער קימאט ניט באגעגנט. די עטלעכע על- טערע מענטשן, װאָס ער האָט דאָ געזען, זײַנען פּונקט װוי ער געשטאנען בא דער זײַט און זיך צוגעקוקט צו די טומלענדיקע קינדער, װאָס זיי- נען ניט אָפּגעטראָטן פון זייערע פּעק.
די לאנגע טומלדיקע ריי האָט אים דער- מאָנט אין די רייען נאָך א שטיקל ציץ אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מילכאָמע. וי נאָר ער האָט דערמאָנט אף א קאָל יענע פארגאנגענע צײַט, איז מען אים גלײַך ארײַנגעפאלן אין די רייד;
-- אָט דאָס הייסט בא אײַך א רי? אין שטאָט, דערציילט מען, שטעלן זיך אויס רייען צוֹ די אופנאם-פּונקטן נאָך קאיאָר, אנדערש װעט מען ניט באװײַזן אָפּגעבן דאָס פּאפּיר. עפּעס געדענקט זיך ניט, אז אפילע נאָך ברויט זאָלן אמאָל געווען זײַן אזעלכע רייען און מע זאָל דארפן אזוי לאנג אָפּשטײן.
-- צײַטן בײַטן זיך, -- מישט זיך ארײַן א יונגע שטים.
-- צײַטן בײַטן זיך טאקע, נאָר מעשוגע דארף מען דאָך ניט ווערן, -- ענטפערט יענעם אָפּ דער בריווטרעגער. -- װאָסי?! מע קאָן שוין ניט אויסקומען אָן דער קיניגן... נו, װוי הייסט זי דאָרט...
-- מארגאָ. ,די קיניגן מארגאָ?.
דאָס מיידעלע מיטן ברייטלעכן נעזל, װאָס האָט עס אים אונטערגעזאָגט, איז געזעסן רײַטנ- דיק אף א הויכן פּאק פּאפּיר און פריילעך גע- הוידעט מיט די פיסלעך. קייַן וועגעלע, װוי בא א סאך אנדערע קינדער, איז לעבן איר ניט גע- שטאנען. ויָאזוי זשע רוקט זי איבער אזא הויכן שווערן פּאק? -- האָט מיטראָפאן א קלער געטאָן. -- עמעצער פון די עלטערע טוט עס, צי די קינדער אליין העלפן איינס דעם אנדערן? גיכער פון אלץ איז עס, מיסטאמע, אזוי, װײַל װער פון די עלטערע האָט עס צײַט אָפּשטײן דאָ א טאָג?
מיטראָפאן פּעטראָװיטש, װאָס האָט אריבער- געװאָרפן דעם שװוערן אָנגעפּאקטן בײַטל פון דער ברוסט צוריק אפן רוקן און זיך שוין גע- לאָזט גיין, האָט אומגעריכט דערזען זיך אומ- דרייען בא דער ריי זײַן מיזינקע, אנקען. ער האָט זי א רוף געטאָן מיטן פינגער:
-- און װאָס, אשטייגער, טוסטו דאָ?
-- איך זוך מאקולאטור,
-- װאָס, זאָגסטו, זוכסטו;--האָט ער זי פארװוּנדערט איבערגעפרעגט.
-- איך זוך מיט וועמען זיך צו בײַטן.
-- און װאָס, אשטייגער, בײַטסטו?
אנקע האָט װי ארויסגעזונגען;
-- אָט די פילפעדער בײַט איך, גיב זי אָפּ פאר צען מיט א האלבן קילאָגראם פּאפּיר.
-- און מיט װאָס װעסטו אליין דערנאָך שרײַיבן?
-- סײַװי קאָן איך מיט איר ניט שרײַבן איז װער בײַט זיך מיט מיר!?--- האָט זי אויס- געשריִען און זיך געלאָזט גיין לענגויס דער ריי, באװײַזנדיק איטלעכן די שיינע פּערלאמוטענע פילפעדער.
וי ער האָט ניט געײַלט, דער היפּש באיאָר- טער שוין, נאָר גאנץ קרעפטיקער פארוואלטער פונעם אופנאם-פּונקט טערענטי ניקאָלײַעװיטש װאָלגין, האָט ער פאָרט ניט באוויזן צונעמען בא אלעמען די געבראכטע פּעק. און אָן דעם קוויטל, װאָס ער גיט ארויס פארן פּאפּיר, איז ניטאָ װאָס צו גיין אין קלייט נאָך די ביכער. פאריבל האָבן אף אים האָט קיינער ניט געקאָנט. ער האָט ניט איין מאָל געװאָרנט, אז ער װועט ניט באװײַזן פאר איין טאָג צונעמען אזויפיל פּעק, ביפראט אז אין שפּײַכלער, װאָס דער קאָל- ווירט האָט צוליב דעם אויסגעטיילט, װעט סלי- וי ניט קלעקן קיין אָרט פארן פּאפּיר. װאָרע- נענדיק וועגן דעם, האָט ער דערבײַ זיי ניט איין מאָל אויסגערעדט, די קינדער, לעמײַ מע איז געקומען אלע מיטאמאָל;
-- כ'האָב, דאכט מיר, קלאָר און דײַטלעך געזאָגט, אז דאָס צעטל איז ארויסגעהאנגען ניט אף איין טאָג און ניט אף איין כוידעש. איר װאָלט גאָרניט אָנגעװאָרן, אויב איר זאָלט קומען אפילע אין דרײַ כאדאָשים ארום. װאָס איז אזוי דאָס יאָגעניש? אויסער דעם, האָב איך שון באלד ניט װוּ צו לייגן די פּעק. איר זעט?- דער שפּײַכלער איז שוין קימאט ביז דער סטע- ליע געווען פארוואלגערט מיט די אָנגעשלעפּטע
פּעק פּאפּיר. -- אויב מע װעט מיר מאָרגן ניט געבן קיין מאשין אף ארויסצופירן עס, איז האָט איר ניט, קינדער, װאָס צו שטעלן זיך מאָרגן אין דער ריי.
די אלע װאָרענישן, וועלכע װאָלגין האָט ניט פארגעסן איבערכאזערן באם צושליסן דעם שפּײַכלער, האָבן אלציינס צו גאָרנישט ניט גע- בראכט. אף מאָרגן, ס'האָט נאָר אָנגעהובן שא- ריִען, איז באם שפּײַכלער געשטאנען שוין א ריי שיר ניט אזא װי נעכטן.
-- אוי, ווייסט, װאָס כ'האָב זיך דער- מאָנט? -- האָט אנקע, אופראמענדיק אין שטוב, זיך אָנגערופן צו אנטאָשען, װאָס האָט זיך געײַלט גיין צום ברודער אין פעלד. ס'איז שוין געווען ניט פרי. דער טאטע איז פון לאנג שוין געווען אף דער פּאָסט, די מאמע אף דער פער- מע. -- געדענקסט, אנטאָשע, מײַן אלגעמיינעם העפט?
-- וועלכן העפט?
-- װאָס דו האָסט פארװאָרפן אפן בוידעם, ווען מיר האָבן זיך מיט דיר אנומלטן צעקריגט. כ'האָב אים דאָרט נאָכדעם געזוכט, נאָר ניט געקאָנט געפינען. אפן בוידעם בא אונדז איז אזוי אָנגעוואלגערט, אז מע קאָן קיין טראָט ניט מאכן. און דער העפט איז א שװערער, וועגט עפשער צוויי קילאָ.
-- נו יאָ, צוויי קילאָ. קיין האלבע קילאָ, מי- סטאמע, אויך ניט. -- ער האָט א קוק געטאָן אפן איבערגעבונדענעם פּעקל צײַטונגען, װאָס ליגט דעם דריטן טאָג דאָ אין ווינקל, װי אף א לע- בעדיק װעזן, װאָס ווארט אף זײַן הילף, און זיך א לאָז געטאָן צו דער שטאל, װוּ אלץ, אפילע דער לייטער, האָט פארהיט אין זיך פון די װײַ- טע יאָרן, ווען מע האָט נאָך געהאלטן אייגענע בעהיימעס, דעם אויסגעמישטן רייעך פון װײַ- ניקן היי און זיסלעכער מילך.
האסטיק, גלײַך ער זאָל מוירע האָבן, אז עמעצער קאָן אים פארלויפן דעם וועג, איז אנ- טאָשע, איבערהיפּערנדיק די טרעפּלעך פונעם גרויען, װי מאקוכע, איבערגעטריקנטן לייטער, ארופגעקראָכן אפן בוידעם.
פאר דער צײַט, װאָס זיי וווינען אינעם דאָ- זיקן דאָרף, װוּהין זײַנע עלטערן האָבן אין עטלעכע יאָר ארום נאָך דער מילכאָמע צוזא- מען מיט פיל אנדערע מישפּאָכעס איבערגעוואנ- דערט פון דער װאָלגע, האָט דער קאָלװירט זיי שוין דרײַ מאָל געביטן די דירעס. פונדאנען, זאָגט דער טאטע, װעלן זיי זיך שוין אין ערגעץ ניט אריבערקלײַבן. אנטאָשען איז אויך געפעלן אָט די גרויסע געראמע שטוב מיטן ברייטן אויוון. דאָס, װאָס די שטוב איז שטארק אן אלטע און אין א וינטיקן טאָג זיפּט זיך פון דער סטעליע זאמד מיט קאלך, מאכט זיי ניט אויס. פאָרט בעסער װי װווינען אין די פיר- און פינפשטאָקיקע הײַזער, וועלכע מע האָט אָנגע- בויט אף דער אנטקעגנדיקער גאס. זיי זאָלן װועלן, װאָלטן זיי זיך אויך געקאָנט ארײַנציִען אהין. דער טאטע זײַנער װאָלט נאָך עפשער אײַנגעגאנגען אף דעם, ויל אָבער די מאמע
59
דערפון ניט הערן. זי װוינט אין דאָרף און ניט אין שטאָט. װאָס איז מען עס פאר א קאָלװירט- ניק, אויב מע האָט ניט קיין שטעלכל פאר די אויפעס, קיין גערטנדל בא דער שטוב, קיין שטיקל קעלער? דאָס איינציקע, מיט װאָס עס קאָנען זיך אויספײַנען קעגן זיי די, װאָס װוינען אין די פיר- און פינפשטאָקיקע הײַזער, זײַנען די באלקאָנען. האָבן זיי אָבער דערפאר ניט קיין בוידעמער, און נאָך אזא גרויסן בוידעם, וי די דאָזיקע שטוב האָט. פונעם פענצטערל אונטערן דאך זעט זיך אויך דאָס גאנצע דאָרף מיט אלע הײַזער, פעלדער און גערטענער. אין א לויטערן באגינען קאָן מען פונדאנען אפילע זען די װײַטע בלוילעך-פארנעפּלטע בערג, פון הינטער וועלכע עס גייט אוף די זון. װײַזט אויס, ער איז דאָ אפן בוידעם, װי סע געהער צו זײַן, קיינמאָל ניט געװען, כאָטש ער האָט זיך אהער ניט איין מאָל געהאט פארקליבן. אנקע האָט פּאָשעט אויסגעטראכט, אז זי האָט געזוכט דעם העפט אירן, װאָס ער האָט אנומלטן אהער פארװאָרפן. מע קאָן דען דאָ עפּעס אָפּי זוכן, אז ס'איז ניטאָ אפילע א פוס ווּ צו שטעלן. װי האָט ער עס פריִער ניט באמערקט, וי אָנגעװאָרפן דאָ איז. מע זאָל אלץ דארפן פונדאנען אראָפּטראָגן, װאָלט, דאכט זיך, די שטוב מיט דער שטאל געװען צו קליין. װאָס קאָן מען דאָ ניט געפינען: בענקלעך און שטולן אָן פיסלעך, ציכלעך מיט ניט קיין געפליקטע פעדערן, א פארייכערטן סאמאָוואר אָן א קרענטל, אן אלטן כאָמוט, א בארג מיט פאר- דארטע שיך, א זעקל קלײַען, טשוהונענע טעפּ, א לאמטערן מיט צעבראָכענע גלעזער, און װאָס ניט! װוּהין האָט ער עס פונדעסטװועגן פאר- װאָרפן אנקעס העפט, װאָס ער קאָן אים אלץ ניט געפינען?
זיך דערקליבן צום סאמע װײַטסטן װוינקל פון בוידעם, האָט ער זיך פארטשעפּעט פאר א ראָגאָזשע און שיר ניט אומגעפאלן. אונטער דער צעפליקטער און פארשטויבטער ראָגאָזשע, װאָס האָט זיך אים נאָכגעשלעפּט, האָט ער דערזען צוויי קאסטנס. די דעקלעך זײַנען ניט געווען אינגאנצן צוגעמאכט, מע זאָל, אפּאָנעם, גלײַך באמערקן, אז דאָרט ליגן די זעלבע טראנטעס און שקראבעס, װאָס וואלגערן זיך דאָ אף טריט און שריט.
אהער, אין אָט די קאסטנס, האָט דער העפט געוויס ניט געקאָנט פארפּליִען. אנטאָשע האָט שוין געװאָלט צומאכן דאָס דעקל אויך פונעם אנדערן קאסטן, נאָר מיטאמאָל האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז פון צװישן די טראנטעס שטארצט ארויס עפּעס ענלעכס אף אן אלגע- מיינעם העפט. די טאָוולען פונעם גרויסן שווערן בוך, װאָס ער האָט ארויסגעשלעפּט פון קאסטן, זײַנען געווען ליכטיקע, וי די טאָוולען פון אנ- קעס פארװאָרפענעם העפט. זיי זײַנען אָבער א סאך גרעבערע און הארטערע, דאכט זיך גאָר, אז פון לעדער.
די שוואכע שײַן, װאָס האָט קוים דערגרייכט אהער אין ווינקל פונעם בוידעם-פענצטערל, איז
60
געווען פאר אנטאָשען גאנץ גענוג, אז ער זאָל דערזען: די אויסיעס פונעם דאָזיקן לאנגן און שווערן בוך זײַנען אים לאכלוטן אומבאקאנט, און ער האָט ניט װאָס ארײַנצוקוקן מער אהין. וויפל, אן ערעך, קאָן וועגן אזא בוך? נאָך איי-י נעם אזא, ווען ער האָט.. אויסבאהאלטן צוויי אזעלכע ביכער צװישן די צײַטונגען אינעם פּעקל איז ניט אזוי פּאָשעט. אן אנדער זאך איז, אויב דאָס בוך איז אן אלטס, א פאנאנדערגע- שאָטנס, צי א לערנבוך, װאָס מע ניצט עס שוין ניט. דאָס דאָזיקע בוך, וויבאלד מע האָט עס צוזאמען מיט אנדער אלטווארג ארופגעשלעפּט אהער, אפן בוידעם, ניצט מען שוין זיכער ניט. די גלײַכסטע זאך איז נעמען און צעפליקן עס אף באזונדערע בלעטלעך. װער װעט זיך גיין צוקוקן צו דעם? וועמען גייט עס אָן? פריִער פון אלץ דארף מען אראָפּרײַסן די טאָװולען. דערצו אָבער דארף מען א שארף מעסער.
-- אנטאָשע, װוּ ביסטו עס דאָרט!-- האָט זיך דערטראָגן צו אים פון שטאל אנקעס היל- כיק קעלכל. -- האָסט געפונען דעם העפט?
-- געפונען! געפונען!
-- נו װאָס? ער וועגט ניט קיין צוויי קילאָ?
-- מערער, אנקע, מערער. גיי אין שטוב. איך קריך באלד אראָפּ.
נאָר אנטאָשע איז אזוי גיך נאָך פון בוידעם ניט אראָפּ. ער האָט זיך פארהאלטן בא די צוויי קאסטנס. אונטער די שמאטעס און שקראבעס זײַנען אין ביידע קאסטנס געווען צונויפגעלייגט ביכער פון קאָלערלײי פארנעם און װאָג -- גרוי- סע און קליינע, גראָבע און דינע, מיט געוויינ- לעכע און לעדערנע טאָװולען, עטלעכע אינגאנצן אָן טאָוולען, און היפּש שוין צעפליקטע. קענטיק, זי זײַנען איבערגעווען אין פיל הענט. ער זאָל ארײַנרוקן צװוישן די צײַטונגען אָט די דאָזיקע צוויי ביכער, װעט טערענטי זיכער ניט בא- מערקן. סארא מעסוקענע שװוערע קאסטנס! פון אָרט ניט צו רירן. פאנאנדערפליקן די אלע בי- כער אף באזונדערע בלעטלעך, קאָן קלעקן פּא- פּיר אף אויסצוקויפן אלע ביכלעך פונעם צעטל און סע װעט נאָך בלײַבן אף אױיסצולײַען דעם, וועמען עס פעלט אויס צו דער װאָג. וועגן די געפונענע קאסטנס װעט ער קיינעם ניט זאָגן בלויז אנקען. פון איר װעט ער זיך סײַװי ניט קאָנען אויסבאהאלטן, און אויסער אלעמען, קאָן אנקע, ווייסט ער, האלטן א סאָד.
אנטאַשע האָט צוריק ארופגעװאָרפן אף די ביכער די טראנטעס און שקראבעס, צוגעמאכט די דעקלעך און אײַנגעדעקט ביידע קאסטנס מיט דער ראָגאָזשע. מיט זיך האָט ער דערװײַל מיטגענומען בלויז צוויי ביכער, איינס א גראָבס, דאָס אנדערע --א דינערס. ביידע אָן טאָװלען און היפּשלעך שוין צעפליקטע.
-- אנקע, -- אים האָט אזש פארשלאָגן דער אַטעם פון דער נײַס, װאַס ער האָט איר צו דערציילן, -- נעם דעם בעזמען און קריך גע- שווינד אהער!
-- נאָך װאָס! -- זי איז געבליבן שטיין אין דער טיר פון שטוב, וועלכע פירט אין שטאל,
-- װעסט נאָכדעם זען. דער בעזמען איז מיט דיר?
ניט דאָס בוך, װאָס דאָס ברודערל האָט, זיצנדיק באם פענצטערל, געהאלטן אף די קני, און ניט דאָס אנדערע, װאָס ער האָט איבערגע- מישט בלעטל נאָך בלעטל, װי ער זאָל דאָרט עפּעס זוכן, זײַנען אינגאנצן ניט געווען ענלעך אף איר אלגעמיינעם העפט. אנקע האָט דאָס דערזען, וי נאָר זי איז ארוף אפן בוידעם.
-- און װוּ איז דער העפט?-- זי האָט זיך צוגעזעצט לעבן ברודערל און פארכידעשט גע- קוקט אף די צוויי ביכער,
-- ווער דארף שוין איצטער דײַן העפט! גיב נאָר אהערצו דעם בעזמען. װי מיינסטו, צען א האלבע קילאָ װעט זײַן?
-- װאָס זײַנען עס פארא ביכער? װוּ האָסטו זיי גענומען?
-- נאָכדעם, איכ'ל דיר דערנאָך דערציילן. העלף מיר זיי אָפּװעגן. ט'האָסטו דיר! ס'פעלן נאָך גאנצע דרײַ קילאָ, -- ער האָט זיך א װײַלע פארטראכט און שטיל געפרעגט, --װעסט קיי- נעם ניט דערציילן? זע זשע. קום מיט מיר.
ער האָט פאָרזיכטיק אראָפּגעצױגן די ראָגאָ- זשע פון די קאסטנס, אופגעהויבן די דעקלעך און גענומען ארויסווארפן פון דאָרט די שקרא- בעס און טראנטעס.
-- אוי, וויפל! --אנקע האָט גענומען בלע- טערן א בוך נאָך א בוך. -- זע, און אלע ייַדי- שע.
-- פונוואנען נעמסטו עס?-- האָט פארכי- דעשט געפרעגט אנטאָשע, וועלכער האָט ענד- לעך געפונען א בוך, װאָס װועגט דרײ קילאָג- ראם. אפילע מיט הונדערט גראם מער. דאָס מאכט אויס, מיסטאמע, א צען צײַטונגען. ער װעט אָבער קיין איין צײַטונג אויך ניט ארויס- נעמען פונעם פּעקל. אז ס'וועט זײַן א ביסל מער, װעט דער גווארדייעץ זיך װייניקער צו- קוקן.
-- דאָ איז דאָך פריִער געװוען א ייִדישער קאָלװירט. נו, ביז דער מילכאָמע. װאָס, דו ווייסט דען ניט? איך פארשטיי שוין. דאָס האָבן די ייִדן אויסבאהאלטן דאָ די ביכער פון די פא- שיסטן,
-- אפן בוידעם?
-- און װוּ דען זאָל מען באהאלטן? די דײַטשן זאָלן געװען געפינען די ביכער אין שטוב, װאָלטן זיי עס פארברענט. און אז אפן בוידעם איז ניטאָ װאָס צו זוכן, זעט מען דאָך גלײַך. איך פארשטיי שוין. דאָס האָבן די ייִדן אומיסטן אָנגעטראָגן אהער אזויפיל כלאם.
-- דו מיינסט אזוי?
אין דער געדיכטער אלייע פון די שטרענגע שלאנקע טאָפּאָלן, װאָס האָט זיך געצויגן פונעם קאָלװירטישן קאָנסערוון-זאװאָד ביז צו דער װײַטער סטאנציע,. האָט זיך באוויזן א רײַטער אף א װײַס פערד. אנטאָשע מיט אנקען זײַנען צוגעפאלן צום פענצטערל. ס'האָט זיך זיי אויס- געוויזן, אז דאָס רײַט שוין פון דער פּאָסט דער
טאטע. נאָך איידער דער רײַטער האָט פארלאָזט די אלייע און פארקערעוועט צום קאנאל, אָנ- פּאָיען, אפּאָנעם, דאָס פערד, איז אנטאָשע שוין געווען זיכער, אז דער מענטש איז ניט קיין היגער, אז ער איז פון אן אנדער קאָלװירט. דאָס וואסער אין קאנאל, װאָס פליסט פונעם װײַטן דניעפּער, איז דורכזיכטיק-לויטער. װי טיף דאָרט זאָל ניט זײַן, זעט מען דעם זאמדיקן דעק. און דער זאמד אפן ברעג איז וי איבער- געקליבן, א זעמדעלע צו א זעמדעלע, אָן איין שטיינדל, ער לויכט זיך אנטקעגן דער זון, װי ריין גאָלד. ער, אנטאָשע, און אנקע זײַנען גע- בוירן שוין הי. פארשטייען זיי ניט, פארװאָס בענקט אזוי די מאמע נאָכן דאָרף, פונוואנען זי איז מיט א סאך יאָרן צוריק אריבערגעפאָרן אהער. דער טאטע בענקט אויך נאָך יענעם דאָרף, אָבער ניט אזוי שטארק. אים איז דאָ מער געפעלן. און אז די מאמע פרעגט בא אים: ,,מיט װאָס?"--- הייבט ער אָן אויסרעכענען: ,דאָרט איז ניטאָ אזא זון, אזא בלויער הימל, און די פעלדער זײַנען דאָ אין קאָלװירט אויך א סאך גרעסערע. פאר איין טאָג װעט מען זיי אף א װעלאָסיפּעד ניט ארומפאָרן". נאָר מער פון אלץ זײַנען געפעלן דעם טאטן די װײַנגערטנער. אים, אנטאָשען, זײַנען זיי אויך שטארק ליב. ער אף אנקעס אָרט װאָלט אין די קאניקולן גע- ארבעט נאָר אפן װײַנגאָרטן און ניט אף דער פערמע, װי די מאמע. וועגן װאָס האָט זיך עס אזוי פארטראכט אנקע, װאָס זי ענטפערט אים ניט? קוקט ארויס דורכן בוידעם-פענצטערל און שװײַגט.
-- אנקע, -- ווענדט ער זיך ווידער צו איר, דאָס מאָל שוין װי צו א פיל עלטערער און דערפארענער פון זיך, -- פארװאָס איז קיינער פון זי ניט געקומען נאָך דער מילכאָמע אָפּנע- מען די ביכער?
און דאָס עלפיאָריקע שוועסטערל זײַנס ענט- פערט וי א דערוואקסענע:
-- מיסטאמע זײַנען זיי אלע אומגעקומען.
--- פונוואנען נעמסטו עס?
-- און אליין ווייסטו דען ניט?
איבערגעבונדן די צײַטונגען אזוי, אזן עס זאָלן זיך ניט ארויסזען די דרײַ ארײַנגעשפּאר- טע ביכער, האָט אנטאָשע מיט אנקען ארופגע- לייגט דאָס פּעקל אפן נידעריקן פּלאטשיקן ווע- געלע, אף וועלכן מע פלעגט אמאָל פירן פון דעם ארטעזיאנער ברונעם פעסלעך וואסער, און געלאָזט זיך צום שפּײַכלער, װוּ ס'איז נאָך אלץ געשטאנען א ריי, נאָר שוין ניט אזא, װוי דעם ערשטן טאָג.
--- װווּ האָט איר עס מיטאמאָל גענומען אזוי- פיל פּאפּיר? ---איז מען נײַגעריק געווען וויסן. באזונדערס נײַגעריק זײַנען געװוען די, בא ווע- מען אנטאָשע האָט ערשט נעכטן נאָך געהאט געבעטן אים אױסלײַען אלטע צײַטונגען שיר ניט אף א גאנצן בוך און װעמען אנקע האָט פאר די צען מיט א האלבן קילאָגראם מאקולא- טור, װאָס ס'האָט זיי אויסגעפעלט, געװאָלט אָפּ- געבן איר װוּנדערישיינע פילפעדער, וועלכע
1
איז איר געווען אזוי טײַער, אז זי האָט זיך נאָך מיט איר אינגאנצן ניט גענוצט.
-- דער טאטע האָט געבראכט צו פירן פון דער פּאָסט, -- האָט אנקע געענטפערט, באװײַזנ- דיק דערמיט דעם ברודערל, אז זי קאָן האלטן א סאָד. -- דער טאטע װעט אונדז נאָך ברענגען אזויפיל צײַטונגען, אז מירן קאָנען קויפן אלע
ביכער, װאָס אינעם צעטל. איאָ, אנטאָ- שע?-- און געקוקט אומשולדיק מיט אירע פריי- לעכע אויגן.
ענדלעך איז דערגאנגען זייער ריי. טערענטי ניקאָלײַעװיטש האָט א נעם געטאָן דאָס פּעקל און עס א װאָרף געטאָן אף דער װאָג.
-- אָהאָדהאָ! אזא קליין קלומעקל און אזא שווערס. איר האָט ניט ארײַנגעלײיגט אהין קיין שטיינער? איך װעל זיך דאָך סײַװי דערוויסן. ניין, טאקע אפאנעמעסן פרעג איך. װאָס האָט איר דאָרט נאָך אויסער צײַטונגען?
-- אלטע זשורנאלן. איר קאָנט א קוק טאָן.-- האָט זיך ארײַנגעשטעלט אין דער האלב-אָפּע- נער טיר אנקע.
-- נו, יאָ, מער האָב איך טאקע ניט װאָס צו טאָן, װי פאנאנדערבינדן די פּעקלעך. א מענטשן, אנקע, דארף מען גלייבן אפן װאָרט. וויבאלד דו זאָגסט, אז דאָרטן ליגן אלטע זשור- נאלן און ניט קיין שטיינער, גלייב איך דיר.
ב
וונט-צײַט, ווען אין דאָרף האָבן שוין גע-
'ברענט די לעמפּ אף די סלופּעס, איז צום בריווטרעגער ארײַנגעקומען דער. פארוואלטער פונעם אופנאם-פּונקט טערענטי ניקאָלײַעװיטש װאָלגין און ארויסגעלייגט אפן טיש צוויי גראָבע ביכער אין הארטע טאָװולען און איינס א קלע- נערס, אינגאנצן אָן טאָװלען:
-- אײַערע, מיטראָפאן פּעטראָװיטש?
דער בריווטרעגער האָט ניט געײַלט אָנגע- טאָן די ברילן, צוגערוקט צו זיך נעענטער